מיין ניק איז אפטעמיסט, כ'וואוין אין ווילי און כ'בין דיפרעסט

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2921 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3230 מאל

מיין ניק איז אפטעמיסט, כ'וואוין אין ווילי און כ'בין דיפרעסט

שליחה דורך אפטעמיסט »

כ'האב בעצם נישט קיין חשק צו עפענען נאך אן אשכול אויף די אומגליק המכונה 'סיסטעם', גלייבט מיר, פונקט ווי אייך, קריכט עס מיר שוין ארויס פון די נערווען, און איך זיך צו טראכטן, ליינען און שרייבן פון עפעס אנדערש אויסער דעם מעלה גרה'דיגן, אלטע אויסגעדראשענעם נושא. אבער פארשטייט מיר ביטע, וואוינען וואוין איך (ליידער) אין וויליאמסבורג און יעדע שטיק צייט כאפ איך נאך אן אטאקע. פון הימעל האט מען מיר באשערט צו לעבן בכפיפה אחת מיט דעם ציממערמאן און לאוב קליקע, ומה יעשה הבן שלא יחלה.

איך בין אויסגעשטעלט צו כל מיני קליין קעפיקייט, טעראר און טעלער געקוק'אכטס פון כל אשר בשם קנאי יכונה. אין מקוה קען איך נישט שמועסן רוהיג ווייל נייגעריגע גרויסע רוסישע אויערן פראבירן אויף כאפן יעדעס ווארט וואס איך זאג. קיין קאוקע קאלע קען איך כמעט אין ערגעץ נישט קויפן. כשר'ע, שטיפת מח ריינע ליין מאטריאל קען מען נאר טרעפן בחורין ובסדקין, און שבת ווער איך פארשריגן פארן בלויזן חטא פון גיין אין די דרכים פון שלמה המלך.

דער אייבערשטער איז נישט באנקראט. ער האט ערליכע אידן בכל קצווי תבל. אין מדינת ישראל איז דא אסאך, אין ענגלאנד, פראנקרייך און שפאניע איז דא יהודים נאמנים לה' ולתורתו. ביי אונז אין אמעריקע איז אויך דא גאטספארכיגע אידן, אין מאנהעטאן, פלעטבוש, פייו טאונס און אפילו אין בארא פארק. אבער אין וויליאמסבורג? ממש ווי סדום. אויסער [tag]יואב[/tag], [tag]יאיר[/tag] [tag]טיטאניק[/tag] ואני הקטן איז כמעט נישט דא קיין תורה טרייע אידן.

זר לא יבין. א פרעמדער וועט נישט פארשטיין וואס גענוי איך וויל דא. וואס וויל ער אויפטוען? פארוואס קייט ער איבער שוין איבערגעקייטע סחורה? גיי לערן א גוי ברטנורא.
ביי אונז אין וויליאמסבורג איז אבער דא א מסורה "אז ס'טוט וויי שרייט מען". איך פארשטיי אויך נישט פונקטליך וואס דאס מיינט, אבער עפעס איז מיר נאך פארבליבן פון דעם ווילי מעטאליטעט, און אז ס'טוט מיר וויי שריי איך.

איך בין טאקע סטאק דא, אבער שמעו נא רבותי דיינים מומחים. איך בין מגלה דעת ברבים אז כ'וועל טוען וואס אימער שייך זיכער צו מאכן אז מיינע טייערע קינדער בלייבן נישט דא אינעם עיר הנידחת. כ'וועל טוען כל טצדקאי שבעולם ארויסצונעמען מיינע דורות פון דעם מקום מוכן לפרעניות. גענוג אז איך לייד.

איין נחמה האב איך, אז כ'וואוין נישט אין קעי דזעי.

א דאנק פארן אויסהערן א צובראכענע איד, די זכות זאל אייך ביישטיין אז איר זאלט קיינמאל וויסן פון אזעלכע צרות ונאמר אמן.

דער אשכול פארמאגט 42 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר