די אוקריינער סומאטוכע,

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

די אוקריינער סומאטוכע,

שליחה דורך חזקיהו המלך »

ס'טוט זיך אין אוקריינע,

ס'פליען טישען און בענק,

פראטעסטירער פארפירען אין די גאסען פין די הויפט שטאט קיוב, אזש עס קוקט אויס מער ווי אן "אראבישע פרילינג" ווי אן "אוקריינער ווינטער",

שטעלט זיך די פראגע ? מה חרה האף הגדול הזה, שטעלט זיך די תירוץ, ס'מאכט בכלל נישט קיין סענס,

ס'געווען א פראגע צי אוקריינע זאל זיך אויף א געוויסע אופן אנשליסען אין די "יוראפעאישען פאראיין", די דארטיגע רעגירונג איז געקומען צי די מסקנא אז ס'איז נישט אין די אוקריינער אינטערעסען, זעהט אויס אז זיי האבען געזעהן די פינאציעלע פראבלען פין אזוי פיהל יוראפעאישע פאראיין לענדער, אין באשלאסען צי שטיין ווייט פין זיי,

א חלק המון עם, האט נישט ליב געהאט דעם באשלוס, אין ארויס אין די גאסען אין ווערטשאפטען אן א חורבן,

די אוקריינער רעגירונג האט גאר ווייניג ברירות זיי מיזען זיך באניצען מיט מאכט, זיי ווילען נישט לאזען די יושבי חושך איבערנעמען ס'לאנד מיט דער געוואלד, אבער דא קומען ארויס די מערב וועלט וואס האבען יא געוואלט אז אוקריינע זאל זיך אנשליסען אין די יוראפעאישע פאראיין, אין פארדאמען אוקריינע פאר'ן ניצען מאכט אויף "פרידליכע פראטעסטירער", היקאפריטען וואס זיי זענען בפרט אמעריקא וואס האט געשפריצט טרערען גאז אויף פרידליכע טיי פארטיי לגיטימע פראטעסטירער,

יעצט א בליק טיפער אויף די מצב:

די פאליטיק און אוקריינע איז א טייל פין די ברייטערע קאלטע קריג צווישען אמעריקא אין רוסלאנד,

אמעריקא איז זייער ברוגז אויף פוטין פאר'ן זיך אזוי ארויס שטעלען אויף די זייט פין סוריא, די NWO וואלט שוין לאנג געוואלט זיין פארטיג ממיט סוריא, און שטעלען זיי זיך אהער ווי א ביין אין האלז אין זיי קענען זיי נישט אפפארטיגען,

לעצטע יאר ווען די NWO האט געוואלט מאכען א מלחמה אין סוריא, איז פוטין געווען פין די הויפט קעגנער, אין צים סוף האט זיך ארויס געשטעל אז יעדער האט זיך געחאפט אז ס'איז א שפיל אין אז די גאז אטאקע איז נישט געקומען פין אסאד, אין די NWO האט נישט געקענט אנצינדען די פייער פין מלחמה, אין זיי האבען זיך געמיזט באגניגען מיט מכלומרש אוועק נעמען די גאז ארסענעלן פין אסאד,

למעשה זענען זיי זייער ברוגז אויף רוסלאנד אין דא קומט די נקמה, אוקריינע ווערט געזעהן דורעך רוסלאנד אלץ א לאנד אין זייער זייט פין השפעה, ווי עס קוקט אויס זענען די פראטעסטען אין אוקריינע אנגעדרייט אויף עפעס אן אופן דורעך די "סי איי עי" , אין רוסלאנד איז אין א קלעם, ס'איז א בחינה פין "עמי בבית",

אבער יאנוקאוויטש דער אוקריינער פרעזידענט האט אנגעארבעט א גוט שטיקל, ער האט געריפען די אפאזיציע אין זיי געאאפערט צי נעמען דעם פריים מיניסטער פאזיציע, אין זיי האבען עס אפגעווארפען, דאס ווייזט פאר דיע וועלט אז זיי זענען דא צי מאכען א חורבן נישט צי זיין פראדאקטיוו,

וועט מען יעצט מיזען ווארטען אין זעהן וויזוי די זאך וועט זיך אויסשפילען, ווער ס'וועט דא ארויס קומען די געווינער, פוטין אדער די NWO ימ"ש,
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט
משולם שטיינפעלד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 975
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 5:48 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך משולם שטיינפעלד »

מען האט שוין געהאלטן אט אט ביים שליסן די אפמאך מיט די אי יו, וואס דאס וואלט געווען א מעכטיגע שטופ פאר די אוקריינאישע עקאנאמיע, אבער דער שכן פוטין האט דאס נישט געשמעקט, איז ער געגאנגען און פארמאכט די גרעניץ צווישן רוסלאנד און אוקראיינע, ממילא איז אוקרייאנע געבליבן קרח מכאן וקרח מכאן, ממילא האט אוקרייאנע ארויסגעבעקט פונעם דיעל.

אוקריינע האט נישט ארויסגעבעקט צוליב אייגענע אינטערעסן, נאר צוליב רוסלאנדס שגיונות, דערפאר פראטעסטירן די אוקריינע גוים ווייל זיי ווילן זיין זעלבסטשטענדיג.

אלע שכנים וואס זענען אין די אי יו שטייען אסאך בעסער ווי די לענדער וואס זענען א חלק פון די רוסישע מחותנים'שאפט
משולם שטיינפעלד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 975
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 5:48 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך משולם שטיינפעלד »

נ. י. טיימס גיבט קלארע הסבר וואס גייט פאר
פארשפארט