שמעקעדיג האט געשריבן:המממ..... אזא בלארי ליין צווישן מלפנינו ומאחרינו.
וואו קען איך קויפן דעת? אדער אפשר איז דא אויך גענוג א סעט נייע בעטעריס?
המממ .... פאר דעת דארפסטו אריינגיין אין העמק דבר. (בין איך דער איינציגער?)
שמעקעדיג האט געשריבן:המממ..... אזא בלארי ליין צווישן מלפנינו ומאחרינו.
וואו קען איך קויפן דעת? אדער אפשר איז דא אויך גענוג א סעט נייע בעטעריס?
מיין פאטער איז א דיין, און ער האט מיך געהאט פארציילט אמאל. ער האט געהאט א מעשה אז א פרוי איז אריינגעקומען צו איהם מיט א שאלה, און איהם געבעטן מתיר זיין כדי זי זאל קענען גיין היינט נאכט, אויב נישט האט זי מורא אז איהר מאן וועט עס נישט קענען אויסהאלטן. אבער די שאלה האט נישט אויסגעזעהן ווי מען קען עס מתיר זיין.
מיין טאטע זאגט מיר אז ער האט געקענט דעם מאן און עס איז יש דברים בגו, האט ער גערופען א טעקסי געפארן צו הרב משה ניישלאס און פארציילט די מעשה און געגעבן די בדיקה. הרב משה זאגט איהם איין מינוט, ער איז ארויסגעגאנגען אינדרויסן ער קומט צוריק און זאגט איהם אז עס איז כשר.
האט איהם מיין טאטע געפרעגט צו ער קען ווייזן אויף וואס ארויף די היתר איז באזירט. קודם האט ער פראבירט צו זיך ארויסדרייען, מיין טאטע האט איהם געזאגט ער וויל וויסן הלכה למעשה. האט ער איהם גענטפערט בערך בזה הלשון: "א דיין דארף וויסן ווען מתיר צו זיין אפילו ווען עס זעט נישט אויס אז עס איז דא א היתר".
לעיקוואד: גערעכט. די שאלה וואס בלייבט אונז איבער צו ponder'ן איז אויב עס איז דא א גבול ווי ווייט קען א רב בייגען די הלכה און נישט הייסן רעפארם. עס איז קלאר אז ארטאדאקסן היטן שבת און טהרת המשפחה בשעת וואס רעפארמער טוען דאס נישט. די גבול איז ערגעץ צווישן די צוויי עקסטרעמען. אויך איז אונז קלאר אז אויף געוויסע אופנים קען א רב מתיר זיין עס האסור און נאך אלץ ווערן פארעכנט פרום און ערליך. אבער עד היכן? וואו איז די גבול.
היימישער ליטוואק האט געשריבן:קומט דאך אויס אז די ליטווישע זענן די איינציגע אמת'ע טרו-ארטהאדאקס...
ראש הישיבה האט געשריבן:פון תורה קען מען זיך נישט ריקן קיין זיז כל שהוא. אבער ווען מען רעדט פון חומרות און גדרים, כל מורה הוראה יעשה בדעת ווי איין און ווי אויס. אזויווי איך האב אמאהל געהערט בשם אחד הגדולים, פארוואס הייסט א גדר (=חומרא/גזירה) גדר? ווייל געווענטליך א גדר האט א טיר, אויב עס האט נישט קיין טיר הייסט עס א כותל. ווען חז"ל/רבנים מאכן א גדר מוז עס האבן א טיר (loophole בלע"ז).
ראש הישיבה האט געשריבן:פון תורה קען מען זיך נישט ריקן קיין זיז כל שהוא.
אבער ווען מען רעדט פון חומרות און גדרים, כל מורה הוראה יעשה בדעת ווי איין און ווי אויס. אזויווי איך האב אמאהל געהערט בשם אחד הגדולים, פארוואס הייסט א גדר (=חומרא/גזירה) גדר? ווייל געווענטליך א גדר האט א טיר, אויב עס האט נישט קיין טיר הייסט עס א כותל. ווען חז"ל/רבנים מאכן א גדר מוז עס האבן א טיר (loopwhole בלע"ז).
בנוגע מראות יעדער וואס האט גענומען שימוש וועט זאגן אז די מעשה פון רב ניישלאס איז זייער פארשטענדליך. ווייל די אופן וויאזוי די רבנים לערנן איז, אז עס איז דא אסאך צירופים מיט קולות וואס מען קען ניצן כדי לטהר אשה לבעלה במקום הצורך.
עס האט מיר פארציילט א איד אז איינמאהל פסח ביינאכט האט ער געהאט א שאלה וואס ער האט געברענגט פארן דעברעצינער רב ז"ל. ער קומט צו הויז בליל שימורים, די טיש איז געדעקט די רעבעצין זאגט אז ער איז געגאנגען צו ר' חזקאל ראט שליט"א. ווי עס איז נתברר געווארן אז ער האט געדארפט א קולא להתיר אשה לבעלה במקום צורך, וואס ער האט נישט געקענט. איז ער געגאנגן צו ר' חזקאל, וואס כידוע איז ער באקאנט מיט זיינע קולות.
עוד סיפור ממקור ראשון, אז מען האט געברעגט 20 שאלות וואס ר' חזקאל האט מטהר געוועהן פאר הגאון רב אלישיב ז"ל, וואס אויף אלע האט ער אוסר געוועהן. רב אלישיב האט געוואלט ארויס קומען מיט א קול קורא קעגן ר' חזקאל. הרב קרייזווירטא איז ספעציעל געפארן ראטעווען די מצב. האט הרב קרייזווירטא געפרעגט רב אלישיב,אויב איך זאג אייך אז די טשעבינער רב האט דאס מטהר געוועהן,וואלט איר אויך ארויס מיט א קול קורא קעגן די טשעבינער רב? פרעגט רב אלישיב, וואס די טשעבינער רב וואלט דאס מתיר געוועהן? האט רב קרייזווירטא נאכאמאהל געפרעגט צו ער וואלט ארויס מיט א קול קורא קעגן די טשיבינער רב. האט רב אלישיב געזאגט ניין! האט רב קרייזווירטא געזאגט ר' חזקאל איז א תלמיד מובהק פון די טשעבינער רב! און רב אלישיב האט נישט ארויס געגעבן די קול קורא!
היימישער ליטוואק האט געשריבן:איך וויל עפנען אן אשכול אין מאחורי מיטן נאמן "ככל אשר אני מראה אותך", פאר די אלע וועלכע פארמאגן סקעננערס. און דערנאך זאל מען איבערגעבן דעם פיינעל פסק פון דעם דיין.
ווער עס האלט פון די איידיע זאל מיר גיבן א לייק.
שמעקעדיג האט געשריבן:די סקענערס קענען שמוציג ווערן..
נישט קיין וויץ, מען האט שוין געהאט אמאל געשמועסט פון שיקן שאלות אויפן בלעקבערי (היינט איז עס אייפאון/ענדרויד), אבער עס איז קלאר אז דער קעמרע נעמט נישט א בילד פונעם פונקטליכן קאליר וואס טוישט אינגאנצן די שאלה.