בוני עולם דינער אין וויליאמסבורג

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2751 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2864 מאל

בוני עולם דינער אין וויליאמסבורג

שליחה דורך שעפטל »

דער דינער פון בוני עולם איז געווען ב"ה א געוואלדיגער סוקסעס, היינט צופרי האט יעדער גערעדט דערפון, איך גלייב אז ווילאמסבורג האט שוין לאנג נישט געהאט אזא שיינע מעמד אין אלע הינזיכטן, הן מיט'ן ריזן ציבור, הן מיט'ן רייכן פאגראם און דער עיקר וואסו מען האט געקענט זען נאכ'ן דינער, אז דער עולם האט געגאסן געלט.

מיין שטיקעלע אנאליז:

ווי יעדעס יאר איז עס א "רעקארד דינער" אין וויליאמסבורג, ס'קומען זיך צוזאם אין א ריזיגע זאל מיט זייטיגע שטיבלעך פון אלע חסידות'ער, אלע קרייזן, יעדער איינער איז דארט געזיצן צוזאמגעמישט.

די דינער איז געווענדליך גאנץ א באטעמ'טע דינער, ס'נעמט גראדע זייער לאנג, די פרסים נעמען פארעווער...

דער טשעירמאן איז געווען א אויסערגעווענליכער טשעירמאן, ער איז ליידער אויך געווען קינדערלאז און איז ב"ה געהאלפן געוווארן א דאנק בוני עולם, ער האט מורה'דיג שטארק און ווארעם גערעדט.
די דרשה פונעם דיין ומורה הוראה פונעם מוסד, הגאון הגדול רבי מעכל שטיינמעץ שליט"א, דומ"ץ סקווירא בארא פארק איז זייער הארציג
א דרשה פון א אינגערמאן "בדידי הוה עובדא האט צוריסן די געפילן

די יאר אין וויליאמסבורג איז צוגעקומען אפאר געלונגענע זאכן לטובת המוסדות, וואס חוץ די גרויס געלט וואס זיי מאכן פון אזא אקציע, און חוץ די שוין פאבלעצירטע נייע קרן וואס איז געפענט געווארן אדורך די משפחה פון הרה"ח ר' מנחם משולם שטארק הי"ד וואס האט בחייו אנגענומען צו ווערן באקרוינט מיטן נזר "רב פעלים"

חשובע נגידים ופרנסי ועסקני הציבור זענען באקרוינט געווארן מיט זייערע פארדינטע פרסים:
הנגיד ר' שלום יצחק יאקאבאוויטש הי"ו, נזר עולם חסד יבנה
הנגיד ר' חיים לעבאוויטש הי"ו, נזר בוני עולם
הנגיד ר' יצחק ליפא שוויממער הי"ו, נזר בונה ומקים
הנגיד ר' משה גרינהוט הי"ו, כתר שם טוב
הנגיד ר' עוזיאל גאדינגער הי"ו, שותף בבנינו של עולם
הנגיד ר' ארי' אליעזר מעלאהן הי"ו, (Leon Melohn), פרס הכרת הטוב
בוני-עולם - מעהלאן.jpg
בוני-עולם - מעהלאן.jpg (193.35 KiB) געזען געווארן 1212 מאל

הנגיד ר' נחמי' הערשקאוויטש הי"ו, נזר עושה חסד
הנגיד ר' שמחה זימל מיטטעלמאן הי"ו, נזר הטוב והמטיב

אזוי אויך זענען די חברה פון סיגנעטשור באנק געקרוינט געווארן מיט Community Service Award
Richard Podolec, Group Director - Senior Vice President
Signature בוני-עולם.jpg
Signature בוני-עולם.jpg (195.96 KiB) געזען געווארן 1212 מאל

John McDonough, Group Director - Senior Vice President
Annette Butts, Associate Group Director - Vice President
Ayshea DeRoche Commins, Senior Client Associate
Elizbieta Karwowska,Senior Client Associate

די הויעכפונקט פונעם נאכט איז געווען די דרשה פונעם ער מנהל המוסד הרב שלמה באכנער, -אזוי ווי ביי אלע מסיבות לטובת המוסדות, קליינע און גרויסע- איז עס געווען א גאר עמאציניאלע דרשה, און ברענגט צו אז אסאך אידן זענען מוסף אויף זייער שוין אזוי אויך ברייטע נדבה.
בוני-עולם - באכנער.jpg
בוני-עולם - באכנער.jpg (165.71 KiB) געזען געווארן 1212 מאל

בנוסף האט ר' שלמה אויסגערופן אז ס'איז געפענט געווארן נאך א קרן לטובת אונזערע ברודער אין וויליאמסבורג, וואס וועט בעיקר אויסצאלן מעדיקעישאן פאר די צובראכענע פארפעלקער אין וויליאמסבורג. און די פטרוני הקרן זענען:
הרבני הנגיד ר' יצחק ראזענבערג הי"ו, ס. ראש הקהל דקהל יטב לב ד'סאטמאר
הרבני הנגיד ר' מאיר זעליג ריספלער הי"ו, חבר הנהלת בוני עולם סניף וויליאמסבורג
הרבני הנגיד ר' מנחם גרשון לעבאוויטש הי"ו, מנהל המוסדות סאטמאר וויליאמסבורג
הרבני הנגיד ר' שלום יצחק יאקאבאוויטש הי"ו, חבר וועד הפועל דקיט"ל, וחבר הנהלת ישיבה לצעירים ד'סאטמאר בוויליאמסבורג, וואס איז אויך באקרוינט געווארן ביים דינער מיטן נזר "עולם חסד יבנה"
הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו, יו"ר הנהלת ישיבה לצעירים ד'סאטמאר וחבר וועד הפועל דקיט"ל בוויליאמסבורג
הרבני הנגיד ר' חיים לעבאוויטש הי"ו, חבר הנהלת המקוה טהרה ד'סאטמאר, ומוועד הפועל דמוסדות סאטמאר אין ווילאמסבורג, וואס איז אויך באקרוינט געווארן מיטן נזר "בוני עולם".
הרבני הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו, חבר הנהלת מוסדות סאטמאר וויליאמסבורג.

דער פאונד -ווי ר' שלמה האט געזאגט- גייט אפקאסטן א הון רב, און האפענטליך וועט דאס ברענגן די ריכטיגע רעזאלטאטן.

די חידוש פונעם דינער איז געווען די נגינה און פרעזענטאציע פון ר' פנחס מרדכי (פינקי) וועבער און זיין זון שלמה יעקב. באגלייט דורך די המזמרים קאפעלע
בוני-עולם - פרעזענטאציע.jpg
בוני-עולם - פרעזענטאציע.jpg (190.94 KiB) געזען געווארן 1212 מאל


דער עולם זאל דא אראפשרייבן די געדאנקן פונעם דינער.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שעפטל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר