טשיקאווע ענינים אויף די סדרה

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
פארשפארט
באניצער אוואטאר
מצטמק ויפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 761 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 844 מאל

טשיקאווע ענינים אויף די סדרה

שליחה דורך מצטמק ויפה »

א גוט יאר מיינע טייערע חברים און גוטע פריינד פונ'ם שטיבעל,

איך עפען דא א נייעם אשכול וואס כשמו כן הוא "טשיקאווע ענינים אויף די סדרה " . איך וועל יעצט אנהייבן, אבער איך בעט ענק טייערע פריינד זייט'ס ממשיך ווייל דאס איז זייער אינטערסאנט פאר א גרויסען עולם.

און מדרש תהלים שטייט אז ביי מכות בכורות, האט א יעדער איד גענומען זיין כלב ( יא אידען האב'ן געהאט כלבים...! ) און גענומען צו דער מצרי וואס האט איהם געפאניגט און געזאגט "הונטעלע טייערע בייס אראפ די האנט פון די מצרי וואס האט מיך געשלאגן, און עס אויף די הארץ וואס האט נישט רחמנות געהאט אויף מיר" .
באניצער אוואטאר
מצטמק ויפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 761 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 844 מאל

שליחה דורך מצטמק ויפה »

עס שטייט און סידור היעב"ץ ז"ל (הלכות פדיון בכור) א טעם פאר די מצוה פון פדין בכור; אז די בכורים פון כלל ישראל וואלט'ן אויך געדארפט שטארבן ביי מכות בכורות צוזאמען מיט די בכורי מצרים, אלס א שטראף אויף מכירת יוסף וואס איז געווען די בכור פון רחל, נאר דער בורא עולם האט אויף אונז רחמנות געהאט אין געגעבן די מצוה פון פטר בכור, און ווייל די ברודער האב'ן פארקויפט יוסף פאר פינעף סלאים, דארף מען זיך אויסלייזן מיט דעם זעלבן סכום.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אויף "בנך" זאגט דער תרגום א "בראך"....
וירח ה' את ריח הניחוח
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

מצטמק ויפה האט געשריבן:א גוט יאר מיינע טייערע חברים און גוטע פריינד פונ'ם שטיבעל,

איך עפען דא א נייעם אשכול וואס כשמו כן הוא "טשיקאווע ענינים אויף די סדרה " . איך וועל יעצט אנהייבן, אבער איך בעט ענק טייערע פריינד זייט'ס ממשיך ווייל דאס איז זייער אינטערסאנט פאר א גרויסען עולם.

און מדרש תהלים שטייט אז ביי מכות בכורות, האט א יעדער איד גענומען זיין כלב ( יא אידען האב'ן געהאט כלבים...! ) און גענומען צו דער מצרי וואס האט איהם געפאניגט און געזאגט "הונטעלע טייערע בייס אראפ די האנט פון די מצרי וואס האט מיך געשלאגן, און עס אויף די הארץ וואס האט נישט רחמנות געהאט אויף מיר" .


איך קען נישט גלייבען אז אידען זאלען דעס טוהן.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
באניצער אוואטאר
מצטמק ויפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 761 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 844 מאל

שליחה דורך מצטמק ויפה »

וועלכע חלק קענסטו נישט גלייבן? אז זיי האבן געהאט כלבים, אדער אז זיי האבן נקמה גענומען פון דעי וואס האבן זיי געפאניגט רדו שנים?
באניצער אוואטאר
מצטמק ויפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 761 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 844 מאל

שליחה דורך מצטמק ויפה »

געווען איז אמאל א גרויסען עם הארץ, ( לכאורה אין די תקופה ווען מאשקע איז נעבעך געזיצן איינגעשפארט ביים פריץ אין קעלער פאר'ן נישט באצאהלן די געהאלט פונם קרעטשמע! ) וואס האט געהאט א מיידל שוין א באה בשנים, און מען האט אנגעהויבן אפיהר צו זיכען גאר א געראטנע בחור, איז אונזער ע"ה וויל פארשטייט זיך נישט אבי ווער, נאר א בחור מיט אלע מעלות, און אויך א תלמוד חכם, נו ווי אזוי פארזיכערט מען אז מען באקומט א בחור א תלמוד חכם? , טראכט ער צו זיך" אז ער אליין בכבודו ובעצמו וועט פארהערן דעם בחור און זעהן אויב ער איז פאסיג חתונה צו האבן מיט זיין געראטנע טאכטער.
ויהי היום דער שדכן רופט אן אז ער האט א פיינער בחור איינס אין דער וועלט, פיין זאגט דער טאטע, אבער איך מוז קודם רעדן מיט'ן בחור און זעהן צו ער איז טאקע א תלמוד חכם אזוי ווי איך דארף. מען באשטומט א זמן און ענדליך זיצט שוין אונזער בחור פארנט פונם מחותן, און אונזער ע"ה פארשטייט זיך לייגט איהם גלייך פאהר א גאונישע קשיא, די משנה זאגט און מסכת שבת " במה מדליקין ובמה אין מדליקין. אין מדליקין לא בלכש, ולא בחותן, וכו' ולא בחלב, נחום המדי אומר, מדליקין בחלב מבושל וכו' " פרעגט דער ע"ה אזוי, " זאג מיר בחור'ל טייערע, פארוואס שטייט און די משנה ולא בחלב נחום? וואס אין די וועלט האט דער נחום חוטא געווען אז מען זאל נישט מעגן ניצן זיין חלב?!" הייבט דער בחור אן צי לאכ'ן און פראבירט מסביר צו זיין אז אין די משנה שטייט נישט ולא בחלב נחום, נאר ולא בחלב, און דערנאך נחום המדי אומר וכו' אבער דער ע"ה זאגט " נע נע די פרובירסט זיך ארויס צו דרייען, איך דארף א געהעריגן תירוץ!"
און וואו פארשטענדליך איז דער בחור נישט געווארן זיין איידעם.
אזוי האט זיך איבער געשפילט די זעלבע מעשה עטליכע מאל, ווי דער לייגט פאר זיין באמבע קשיא, און דער בחור טוט איהם מאכ'ן אויפמערקזאם, אז מען דארף לייגן א פינטעלע נאך "ולא בחלב", און נחום גייט אויף אראפ, "נחום המדי אומר וכו' ", אבער דער ע"ה האלט זיך ביי זיינס אז ער דארף א געהעריגען תירוץ, און איז נישט צופרידן מיט דעים וואס מען דרייט זיך ארויס.
ענדליך ענדליך, האט מען אנגעטראגן פאר דעם פאטער א בחור בדומה לו, איינער וואס האט זיך זייער נישט ליב צו מישן אין מחלוקת אביי ורבא, און דער פאטער טרעפט זיך מיט איהם, און לייגט איהם פאר זיין קשיא, פארוואס קען מען נישט ניצן נחום'ס חלב? וואס האט ער שלעכט געטוען?, דער בחור ווערט פארטראכט און קנייטשט איין די שטערן און הייבט אן אז ער מיינט ער האט א שטיקל מהלך, ווייל אין פרשת בשלח שטייט אזוי "ויהי בשלח פרעה את העם " פרעה האט ארויס געשיקט די אידען פון מצרים, "ולא נחם" אבער נחום האט נישט געוואלט גיין, אזוי!, דער נחום וויל נישט ארויסגיין?, האט מען איהם געגעבן א עונש אז זיין חלב טאר מען נישט ניצען פאר שבת ליכט, פששש! איז דער פאטער ארויס פון די כלים, אזוי קלאר און שיין, נאר אזוינס זיך איך, און מען איז פארשטייט זיך געגאנגען ברעכן טעללער, מזל טוב!!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

מצטמק ויפה האט געשריבן:איינער וואס האט זיך זייער נישט ליב צו מישן אין מחלוקת אביי ורבא

:lol: :lol:
הנאה געהאט פון דעם אויסדרוק...
וירח ה' את ריח הניחוח
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

מצטמק, מישט אויס צוויי מעשיות.

דער ערשטער מעשה האט מיט נחום גייט ארויף, נחום גייט אראפ, דער צוויטער האט ר' נחום טשערנאבלער געזאגט, ולא נחום אלקים, ער איז טאקע נישט קיין גאט, אבער דרך ארץ פלישתים, פלישתים האטס דרך ארץ.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
באניצער אוואטאר
מצטמק ויפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 761 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 844 מאל

שליחה דורך מצטמק ויפה »

די פשט פון ר' נחום טשערנאבלער איז דאך גאר עפעס אנדערש, איך ווייס נישט וואס איר זעהט אין דעם א סתירה צו מיין מעשה,
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

די מעשה האב איך געהערט מיט אן אנדערע ענדינג.
פארוואס האט טאקע נחום נישט געוואלט ארויסגיין? דער נחום האט געהאט א ליכט פאבריק אין גושן, און לעצטענס האט זיך די ביזנעס צושפרייט, פאר מכת חושך האבן די מצריים אויסגעליידיגעט זיינע שעלווס, צוגרייטענדיג צום גרויסן טונקלעקייט, און אזוי אויך נאך מכת בכורות איז זיין נארוואס ניי געמאכטע שיפמענט געווארן אויספארקויפט אין געציילטע מינוט'ן צוליב די פילע נשמה ליכטעלעך פאר אלע טויטע, און פונקט יעצט ווען ביזנעס גייט גוט וויל מען ארויסגיין? איך בלייב דא, עטס קענטס גיין לחיים ולשלום.

ממילא פאר דעם, דו ווילסט נישט ארויסקומען פון מצרים? ס'גייט דיר גוט דארט? בלייב טאקע דארט, אבער קיין ליכט וועלן מיר ביי דיר נישט קויפן, אקעי? ולא בחלב נחום!
באניצער אוואטאר
מצטמק ויפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 761 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 844 מאל

שליחה דורך מצטמק ויפה »

און רוקח שטייט אז ביים ארויסגיין פון מצרים האט משה רבינו אריינגעלייגט די עצמות יוסף און הויט פון א שעפעלע, און מחמת טרדת הדרך האט דאס משה רבינו פארגעסען, איז געשען א נס אז עס איז געווארן א לעבעדיגע שעפעלע און עס איז מיט געגאנגן מיט כלל ישראל ארויס פון מצרים.
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

שליחה דורך טיטאניק »

מצטמק ויפה האט געשריבן:געווען איז אמאל א גרויסען עם הארץ, ( לכאורה אין די תקופה ווען מאשקע איז נעבעך געזיצן איינגעשפארט ביים פריץ אין קעלער פאר'ן נישט באצאהלן די געהאלט פונם קרעטשמע! ) וואס האט געהאט א מיידל שוין א באה בשנים, און מען האט אנגעהויבן אפיהר צו זיכען גאר א געראטנע בחור, איז אונזער ע"ה וויל פארשטייט זיך נישט אבי ווער, נאר א בחור מיט אלע מעלות, און אויך א תלמוד חכם, נו ווי אזוי פארזיכערט מען אז מען באקומט א בחור א תלמוד חכם? , טראכט ער צו זיך" אז ער אליין בכבודו ובעצמו וועט פארהערן דעם בחור און זעהן אויב ער איז פאסיג חתונה צו האבן מיט זיין געראטנע טאכטער.
ויהי היום דער שדכן רופט אן אז ער האט א פיינער בחור איינס אין דער וועלט, פיין זאגט דער טאטע, אבער איך מוז קודם רעדן מיט'ן בחור און זעהן צו ער איז טאקע א תלמוד חכם אזוי ווי איך דארף. מען באשטומט א זמן און ענדליך זיצט שוין אונזער בחור פארנט פונם מחותן, און אונזער ע"ה פארשטייט זיך לייגט איהם גלייך פאהר א גאונישע קשיא, די משנה זאגט און מסכת שבת " במה מדליקין ובמה אין מדליקין. אין מדליקין לא בלכש, ולא בחותן, וכו' ולא בחלב, נחום המדי אומר, מדליקין בחלב מבושל וכו' " פרעגט דער ע"ה אזוי, " זאג מיר בחור'ל טייערע, פארוואס שטייט און די משנה ולא בחלב נחום? וואס אין די וועלט האט דער נחום חוטא געווען אז מען זאל נישט מעגן ניצן זיין חלב?!" הייבט דער בחור אן צי לאכ'ן און פראבירט מסביר צו זיין אז אין די משנה שטייט נישט ולא בחלב נחום, נאר ולא בחלב, און דערנאך נחום המדי אומר וכו' אבער דער ע"ה זאגט " נע נע די פרובירסט זיך ארויס צו דרייען, איך דארף א געהעריגן תירוץ!"
און וואו פארשטענדליך איז דער בחור נישט געווארן זיין איידעם.
אזוי האט זיך איבער געשפילט די זעלבע מעשה עטליכע מאל, ווי דער לייגט פאר זיין באמבע קשיא, און דער בחור טוט איהם מאכ'ן אויפמערקזאם, אז מען דארף לייגן א פינטעלע נאך "ולא בחלב", און נחום גייט אויף אראפ, "נחום המדי אומר וכו' ", אבער דער ע"ה האלט זיך ביי זיינס אז ער דארף א געהעריגען תירוץ, און איז נישט צופרידן מיט דעים וואס מען דרייט זיך ארויס.
ענדליך ענדליך, האט מען אנגעטראגן פאר דעם פאטער א בחור בדומה לו, איינער וואס האט זיך זייער נישט ליב צו מישן אין מחלוקת אביי ורבא, און דער פאטער טרעפט זיך מיט איהם, און לייגט איהם פאר זיין קשיא, פארוואס קען מען נישט ניצן נחום'ס חלב? וואס האט ער שלעכט געטוען?, דער בחור ווערט פארטראכט און קנייטשט איין די שטערן און הייבט אן אז ער מיינט ער האט א שטיקל מהלך, ווייל אין פרשת בשלח שטייט אזוי "ויהי בשלח פרעה את העם " פרעה האט ארויס געשיקט די אידען פון מצרים, "ולא נחם" אבער נחום האט נישט געוואלט גיין, אזוי!, דער נחום וויל נישט ארויסגיין?, האט מען איהם געגעבן א עונש אז זיין חלב טאר מען נישט ניצען פאר שבת ליכט, פששש! איז דער פאטער ארויס פון די כלים, אזוי קלאר און שיין, נאר אזוינס זיך איך, און מען איז פארשטייט זיך געגאנגען ברעכן טעללער, מזל טוב!!


די סארט סיפורים קען געשען היינט אויך נאר אויף א אנדערעם פארנעם
יעדער טעפל האט זיין דעקל
באניצער אוואטאר
מצטמק ויפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 761 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 844 מאל

שליחה דורך מצטמק ויפה »

עס שטייט פון רמב"ן אז די סעודה וואס מען האט געמאכט ווען יתרו איז אנגעקומען אין מדבר, אזוי ווי די פסוק זאגט "ויבא אהרן וכל זקני ישראל לאכל לחם עם חתן משה לפני האלהים," איז געווען א סעודת ברית מילה פון יתרו.
אגב שטייט פון חתם סופר אויף דעם וואס עס שטייט "ויבא אהרן וכו' ", אז לכו' ווי איז משה רבינו געווען? ( עיין רש"י) , נאר און דעם פסוק נאכדעם שטייט "ויהי ממחרת וכו' ", און רשי זאגט אז עס איז געווען מוצאי יום כיפור, איז דאך לכאורה זייער שווער ווייל עס קומט אויס אז די אויבער דערמאנטע סעודה איז געווען אום יום כיפור, נו ווי אזוי האט מען געקענט עסן אום יום כיפור?, נאר זאגט די חתם סופר, אז משה רבינו איז אראפ געקומען מיט די לוחות הערשט אונמיטען יום כיפור, קומט אויס אז כלל ישראל האט נישט מקבל תענית געווען פאר יום כיפור ווייל משה רבינו איז נישט געווען מיט זיי דאס צו לערנען, ממילא האט מען טאקע נישט געפאסט יענע יאר יום כיפור, משא"כ משה רבינו האט דאך יא מקבל תענית געווען, קומט אויס האט ער טאקע נישט געקענט מיט-עסן.
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

געפילטע פיש האט געשריבן:די מעשה האב איך געהערט מיט אן אנדערע ענדינג.
פארוואס האט טאקע נחום נישט געוואלט ארויסגיין? דער נחום האט געהאט א ליכט פאבריק אין גושן, און לעצטענס האט זיך די ביזנעס צושפרייט, פאר מכת חושך האבן די מצריים אויסגעליידיגעט זיינע שעלווס, צוגרייטענדיג צום גרויסן טונקלעקייט, און אזוי אויך נאך מכת בכורות איז זיין נארוואס ניי געמאכטע שיפמענט געווארן אויספארקויפט אין געציילטע מינוט'ן צוליב די פילע נשמה ליכטעלעך פאר אלע טויטע, און פונקט יעצט ווען ביזנעס גייט גוט וויל מען ארויסגיין? איך בלייב דא, עטס קענטס גיין לחיים ולשלום.

ממילא פאר דעם, דו ווילסט נישט ארויסקומען פון מצרים? ס'גייט דיר גוט דארט? בלייב טאקע דארט, אבער קיין ליכט וועלן מיר ביי דיר נישט קויפן, אקעי? ולא בחלב נחום!

און איך האב געהערט א דריטע ווערסיע. דער ע"ה האט געפרעגט דעם בחור "בשלח פרעה את העם ולא נחם" פארוואס האט נחם נישט זוכה געווען ארויסצוגיין פון מצרים? האט ער געענפערט ; "ס'שטייט דאך אז בזכות נשים צדקניות שלא שינו את מלבושם נגאלו. און נחם איז דאך יא נאכגעגאנגען די מאדעס, אזויווי ס'שטייט נחום "המדי" אומר, ממילא איז ער געבליבן אין מצרים.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מצטמק ויפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 761 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 844 מאל

שליחה דורך מצטמק ויפה »

אין חזקוני ווערט געברענגט א פלא פון א טעם פארוואס מען בּארט די אויער פון א עבד ביים טיר, זאגט ער אז אויס מורא אז דער עבד וועט אנטלויפן, און מען וועט דאך נישט וויסען ווער עס איז געווען דער עבד, אבער דורך דעם וואס מען בּארט די אויער וועט מען וויסן אז דאס איז זיין עבד, ווייל מען וועט צושטעלן דעם עבד צום טיר, און מען וועט זעהן אז די לאך פון זיין אויער איז פונקט אזוי הויך און גלייך מיט די לאך פון די טיר, וועט מען וויסען אז דאס איז עס.
און אזוי אויך וועט דער בעה"ב נישט קענען זאגן אויף אן אנדערען אז יענער איז זיין עבד, ווייל מען וועט זען אז זיין לאך שטימט נישט מיט די לאך פון די טיר.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

ס'מיר געווען אינטרעסאנט צו זען אז די רשב"ם לערנט ועבדו לעולם כפשוטו; כל ימי חייו.
מורינו הרב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1136
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 4:48 pm
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל

שליחה דורך מורינו הרב »

דער רשב"ם לערנט אייביג פשוט פשט, אפילו ווען עס איז אמאל קעגן חז"ל, בכגון דא.
באניצער אוואטאר
הערשי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 347
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 203 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 948 מאל

שליחה דורך הערשי »

געהערט נישט ממש דא, אבער ס'איז טשיקאווע און ס'האט א שטיקל שייכות מיט פאריגע סדרה, און כ'וויל נישט עפענען אן אשכול לכבוד דעם. א שאלה פון אן אשכול לבטלה.
פון דא
היט זיך פון א סבלן'ס כעס.
באניצער אוואטאר
פלעין יודיש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1116
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 3:35 pm
האט שוין געלייקט: 752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך פלעין יודיש »

נו רבותי
עפעס אויף תרומה
תלמידי חכמים ויודעי דבר
פליז זעטס צו אפדעיטן די אשכול
ליידער קען איך נישט ווייל איך בין א קנאפפע תלמוד חכם
I LOVE TCHICAVE
טשיקאווע שטיבל
באניצער אוואטאר
מצטמק ויפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 761 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 844 מאל

שליחה דורך מצטמק ויפה »

פלעין יודיש האט געשריבן:נו רבותי
עפעס אויף תרומה
תלמידי חכמים ויודעי דבר
פליז זעטס צו אפדעיטן די אשכול
ליידער קען איך נישט ווייל איך בין א קנאפפע תלמוד חכם
I LOVE TCHICAVE
טשיקאווע שטיבל

געב א לייק אויף א פריעדיגע תגובה, וועט מען וויסען אז דער עולם האט הנאה פון דעם, און דאס געט א שטופ צו שרייבן נאך.
באניצער אוואטאר
פלעין יודיש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1116
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 3:35 pm
האט שוין געלייקט: 752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך פלעין יודיש »

מצטמק ויפה האט געשריבן:
פלעין יודיש האט געשריבן:נו רבותי
עפעס אויף תרומה
תלמידי חכמים ויודעי דבר
פליז זעטס צו אפדעיטן די אשכול
ליידער קען איך נישט ווייל איך בין א קנאפפע תלמוד חכם
I LOVE TCHICAVE
טשיקאווע שטיבל

געב א לייק אויף א פריעדיגע תגובה, וועט מען וויסען אז דער עולם האט הנאה פון דעם, און דאס געט א שטופ צו שרייבן נאך.

יעדען טאג לערן איך מיר אויס נאך א שטאפל וויאזוי מבאניצט זיך מיטן קאווע שטיבל
מינווייל האב איך נאכנישט ארויס דעם גאנצע לייק'ן סיסטעם
אבער ווארט נאר ווארט מיין קאפ וועט עס אט אט כאפן And i will not stop to like
באניצער אוואטאר
מצטמק ויפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 761 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 844 מאל

שליחה דורך מצטמק ויפה »

אין מדרש תנחומה (שמיני) ווערט געברענגט, אז די אייבישטער האט געוויזען פאר משה מיט זיין פינגער ווי אזוי צו מאכ'ן די מנורה, און משה האט נישט פארשטאנען, האט די אייבישטער אויסגעקרוצט די צורה פון די מנורה אויף משה'ס האנט-פלאך, אבער משה האט נאך אלס נישט פארשטאנען , דעמאלטס האט די אייבישטער געזאגט פאר משה אז ער זאל נעמען א שטיק גאלד און אריין ווארפען אין פייער, און עס וועט ארויסקומען א פארטיגע מנורה.
באניצער אוואטאר
מצטמק ויפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 761 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 844 מאל

שליחה דורך מצטמק ויפה »

אין ספר מושב זקינים, איינע פון די בעלי תוספות, פרעגט ער א שיינע קשיא, די גמרא אין שבת צב' זאגט אז אלע לווים זענען געווען צען אמות הויך, און די משכן איז דאך אויך געווען צען אמות, נו ווי אזוי איז אהרן אריין און זיך געדריידט אונ'ם משכן? ווייל אמתא באמתא היכי יתיב?, און אפילו מען זאל זיך מיט דעם א עצה געבן, אבער ער דאך געהאט א מצנפת וואס האט איהם געמאכט נאך העכער?.
אויב איינער האט געזעהן א תירוץ ביטע לאזן וויסען.
פארשפארט