"מיין קאמף מיט די עמלקים" [סעזאן 1 עפיזאד 2]

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 63 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 547 מאל

"מיין קאמף מיט די עמלקים" [סעזאן 1 עפיזאד 2]

שליחה דורך חזקיהו המלך »

"מיין קאמף מיט די עמלקים" [סעזאן 1 עפיזאד 2]:

דעם ערשטעם עפיזאד קענט איר דא זעהן:

"מיין קאמף מיט די עמלקים" [סעזאן 1 עפיזאד 1],
--------------

נאכען אונטער הערען דעם אומגלויבליכען מיטינג אין דעם סי איי עי ביאלאגישע וואפען אפטיילונג, בין איך געווארען זייער ברוגז, סארא חוצפה פין א פאר שמענדראקעס צי פלאנירען אזאנס אויף אומשולדיגע מענטשען, כ'האב באשלאסען אז יהיה מה שיהיה, איך גיי זיי מיטען באשעפער'ס הילף אפשטעלען,

כ'האב געזאגט פאר חנניה צי העקען די סי איי עי סיקיורעטי סיסטעם, און צי זיכען אויף די סורוועילענס קעמערעס די קעמערע פין יענעם קארידאר און באקומען די בילדער פין די מענטשען וואס זענען ארויס געקומען פין יענע שטוב נאך יענעם מיטונג, נאכדעם זאל ער ראנען די פענימער אויף די סי איי עי סיסטעם צי געוואר ווערען זייערע נעמען אין אדרעסען,

דערווייל האב איך זיך באקוועם געמאכט אין א שיינעם האטעל ערגעץ אין די ווירזשיניע לאנדשאפט, כ'האב ארויס גענומען א סעציעלע סוויט מיט א קאך, כ'האב געקאשערט די קאך אין אנגעהויבען צי צישטעלען א ווארעמע געקעכטס, כ'האב אנגעריפען מיין ווייב אז אזוי ווי די מצב האט זיך אויסגעשטעלט אז כ'גיי נישט זיין אינדערהיים א לענגערע צייט, ממילא זאל זי אריבער טראגען דעם קליינעם אלישא'לע צי איר מאמע אין כ'וועל שיקען א קאר זאל איר שפעטער אויפפיקען אזוי אז זי זאל קענען זיין מיט מיר דא,

ס'געווען דאנערשטיג נאכט, אין כ'בין ארויס איינקויפען אויף שבת, כ'האב געקויפט א לעבעדיג הינדעל (כ'נעם אלץ מיט א שוחט מעסער מיט זיך כדי צי קענען עסען פלייש אויף שבת קודש) פיש, טשולענט בונדלעך אין אלע אנדערע הצטרכות'ען, אין כ'האב אנגעהויבען צי צישטעלען דעם שבת, כ'האב אריין געברענג געפעק פינעם מאביל, נאכדעם בין איך ארויס אויפען הויף, געמאכט א ערליכען על השחיטה, אין געשחטען ס'הינדעל אין אינזין געהאט אז אזוי ווי כ'שעכט ס'הינדעל זאל איך קענען שחטען די טרייפענע פלענער פין די שונאים פין די מענטשהייט,

מ'האמער כשר געמאכט ס'הינדעל בודק געווען פין טרפות אין עס איינגעזאלצען, דערווייל האט מיר חנניה געלאזט וויסען אז ער האט שוין די אינפארמאציע אויף די מיטינג באטייליגטע אין ער האט מיר אלעס אפגעשיקט אויף אונדזער ספעציעלע מאשינקע וואס די NSA קען דאס נישט נאכגיין,

כ'האב גלייך געעפענט מיין מאשינקע אין איבערגעקוקט די אינפארמאציע, ווי שאקירט בין איך געווען צי זעהן אז איינע פין די באטייליגטע איז נישט קיין צווייטער ווי דער געוועזענער ניו יארק מעיאר מייקעל בלומבערג, ס'ממש געווען אומגלויבליך עס צי זעהן, דער זעלבער וואס קלאמפיש זארגט זיך פאר די וואוילזיין פין די מענטשהייט, מאכט סאדע אומגעזעצליך, אין אלע זיינע אנדערע מאדנע משוגעסען, אין זאגאר די טרויעריג בארימטע מציצה בפה סומאטוכע, אין דא שטעלט זיך ארויס זיין אמת'ע פרצוף אז ער איז פארמישט אין אזאלכע שרעקליכע עבירות קעגען די מענטשהייט,

כ'האב באשלאסען אז מייקעל ווען זיין די ערשטע מיט וועמען כ'וועל זיך ספראווען, ווייל מיט עים האט מען נאך א חשבון וועגען מציצה בפה, ממילא וועט מען מקיים זיין וביום פקדי פקדתי, אין מען וועט עים שוין אריינשמייסען פאר ביידע,

כ'האב געזאגט פאר חנניה (כ'האב מיט אים א ספעציעלע פארזיכערטע טלפון קאנעקשען) אז ער זאל מיר ביטע געוואר ווערען ווי מייקעל האלט זיך יעצט אויף, ווייל כ'וויל אים נאך מסדר זיין פאר שבת,

דערווייל האב איך אפגעוואשען דאס הינדעל פין די זאלץ אין ציגעשטעלט א טשיקען זופ איינס אין א זעלעכטץ, כ'האב אריינגעלייגט אויך די שמאלץ פין דעם הינדעל אין שנעל איז די גאנצע סוויט פיהל געווארען מיט די ריח פין דעם ציגעשטעלטען זופ,

כ'האב געלאזט די זופ זיך קאכען אויף א קליינעם פלאם, אין כ'בין זיך געגאנגען צילייגען,

דערווייל האט חנניה שווער געארבעט צי טרעפען ווי דער בלומבערג האלט זיך יעצט אויף, ס'געווען שווער צי טרעפען אבער צים סוף האט ער מיר געריפען זאגען אז ער געפינט זיך יעצט אין א CIA סעיף האוז, אין די געגענט פין ווירזשיניע, בערך א שעה צי פארען פין מיין האטעל,

ס'געווען שוין ניין אזייגער ביינאכט ווען מיין ווייב איז אנגעקומען, זי איז אריינגעקומען מיט די פעקלעך, אין נאך אביסעל אויספאקען, האב מיר זיך געזעצט צים טיש צי א פאישען טעלער טשיקען זופ,

חעזקי זאגמיר וואטס דעט אלל אבאוט, אפשער פארציילסטו מיר שוין פאר א גוט יאר וואס די ווערטשאפסט דא אן, פארוואס זעמער דא ?

הערצי יודית, כ'גלייב אז די ווילסט נישט וויסען, אין בכלל האב איך מורא אז טאמער כ'וועל דיר פארציילען וועסטו מיר נישט גלייבען די וועסט זאגען אז כ'בין א קאנספיראציע ליבהאבער,

יודית: אקעי כ'זעה שוין, די גאנצע מעשה איז מיר נישט צים הארצען, אפשער פאר מיר אהיים אין פארטיג, מסתם האטעס עפעס מיט וואקסינס ? ניין ?

איך: יודית, הערצי כ'קען דיר באשטיין צי זאגען אבער די מיזט מיר ציזאגען פארדעם אז די גייסט מיר נישט פרובירען צי אפרעדען, דאס וואס איך טוה איז ארבעט פין היסטארישע פראפארציעס, צי ראטעווען די מענטשהייט פין פרעצעדענלאזע טראגעדיעס, אין די ארבעט מוז פאראויס גיין, נו האב מיר א אפמאך ?

יודית: ניין, וואסערע סארט אפמאך איז דאס, האסטעך עפעס אריינגענומען אין קאפ, אין איך דארף נאך מיטטאנצען, לאמער הערען וואס די זאגסט, נאכדעם וועל איך זעהן,

איך: אקעי, די אמת איז אז ווען איך וועל דיר ווייזען מיין אינפארמאציע, וועסט ושוין זעהן אז איך בין גערעכט, כ'האב נאר מורא אז די וועסט ציטערן, ווייל ס'איז באמת אז דענזשערס אונטערנעמונג, סאו אפשער איז בעסער אז די ווייסט נישט,

יודית: אה ס'פיינע טשיקען זופ, ווען איך ווייס ווען אז די קענסט ...... שוין, הערצי כ'וועל צים סוף עניוועי וויסען ס'בעסער אז די זאגסט מיר ווי פריער, די דארפסט האבען איינער זאל דיר ווארענען ווען די ווערסט צי איבערגענומען, אין די קענסט מאכען א אומאויסגערעכענטע שריט וואס קען זיך אויסלאזען נישט גוט,

איך: אקעי זאגסט א געדאנק, ווייסטו וואס כ'וועל דיר זאגען, אבער זיי געווארענט ס'איז זייער שרעקעדיג,


כ'האב פארציילט פאר מיין ווייב אלעס וועגען מיין אריינדרינגונג אין די CIA, און וועגען די רעקארדירטע מיטונג, כ'האב איר געזאגט אז חאטשיג כ'ווייס אז ס'שווער פאר איר, דאך איז נישטא קיין ברירות מען מיז טוהן וואס מען דארף ולה' הישועה, אין מיט איר מאראלישע שטיצע וועט זי האבען א חלק אין די זכותים,

מיין ווייב איז געגאנגען שלאפען, אין איך בין געגאנגען צי דער ארבעט,

כ'האב ארויף געברענגט חנניה אויף די ליין,

איך: נו חנניה ווי האלט עס מיט דעם רשע בלומבערג,

חנניה: יא, ער איז אין יענעם סעיף האוז וואס כ'האב דיר געזאגט, ס'איז א היי סיקיורעטי פלאץ, מיט סיקיורעטי ארום דעם זייגער, ס'נישט פין די גרינגע זאכען זיך צי דארט אריינבאקומען,

איך: נו טאמער קען מען נישט דארט אריין, דאן דארף מען זעהן אז ער זאל פין דארט ארויס,

חנניה: יא דאס איז א געדאנק, לאמיר זעהן דא וואס מען קען טוהן, כ'קען אים שיקען א דרינגענדע מעסעזש אז מיסטער סאו ענד סאו פין די CIA דארף זיך דרינגענד טרעפען מיט אים איינס אזייגער ביינאכט אין א געוויסע פארווארפענע מאטעל, איך וועל עים געבען א ראום נאמבער אין די ווארט אים דארט אפ,

איך: קוקט אויס גוט,

חנניה: אקעי, עקסיט 118 אראפ פין די 95 איז דא א Quality Inn, איינס אזייגער AM דארט, כ'האב דיר שוין געמאכט א רעזערוואציע,

איך: גוט שכוח, ולה' הישועה,
-------

כ'האב מיר צאמגענומען וואס איך דארף פאר די מיסיע, אין כ'האב איבערגעלאזט א צעטל פאר מיין ווייב אז טאמער כ'בין נישט דארט אינדערפרי זאל זי ריפען חנניה פאר אינפארמאציא, ער דארף אלץ קענען וויסען ווי איך בין דורעך GPS טעכנאלאגיע,

כ'בין ארויס אינדרויסען, כ'האב געדינגען א לינקאן עסקעלעד, אריינגעלייגט די פעקלעך, נאכדעם בין איך צירוק צים האטעל צי דאווענען מעריב, אין זיך גרייטען צי די מיסיע,

-------
וויזוי די מיסיע איז אדורעך, אין וואס איז וויטער געשען אי"ה אין עפיזאד # 3

א פרייליכען שבת,
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר