מיין ליבע פארבארגנע ליד (פאעזיע?)

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3593 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4507 מאל

מיין ליבע פארבארגנע ליד (פאעזיע?)

שליחה דורך מאטי »

א בענקענדע ליד,

א ווייטער שיר׳ל.

פון ווענוס ס׳שוועבט זיך אין טיפן קעמערל,

איך בענק צו איר.

 

נישטאמאל איר גאנצע,

בלויז א קליינטשיג טשוויטשע,

א מערקווירדיגע תנועה׳לע.

איר אויפוואכן פריצייטיג, פרובירן איך וויל. 

אבער ווי א לעבעדיגער מת, געלעמט זי פארבלייבט. 

פארבויגן אין פארבארגענער געדענקעניש.

 

הוי זי נאגט, זי בענקט,

זי בראכט נאסטאלגיע פון א ווייטע אמאליקע שעהנהייט.

זי באצירט מיר רואיג מיט זיסענישן,

ווי אין אן אומשולדיגע וועלטלע,

וואו די שיינע אומפארפעסטעטע נאטור צושפרייט אירע ווייכע פליגלען.

 

דארט אויף די בערג הויכע,

פארנאכט די זון קלאפט אן אירע שפיצן.

א העל-רויטליכער פריזם זיי ענטפערן,

שפריצנדיג פעדימער אין הארצן טיף.  

מיט נאטורליכער ליבליכקייט,

זי פארבאנדזשירט מיין נשמה ווי א קראנקער-שוועסטער. 

 

תנועה׳לשע דאס ביסעלע דו וויילסט,

א טרוים דו ווערסט מיר,

אזא זיס-ביטערער זעלבסט-רחמנות דעריאגט מיר,

ס׳וויל זיך מיר וויינען אויפ'ן אמאל, מיט ברילן פונעם היינט. 

כ׳פארגיי זיך א טרערנלאזע ברעטשע,

וואס צו א פיצל.

  

א "דע-זשא-ווא״ פארשלינגט זיך טיף, 

ווען בענקענדיג נאך דיר לידעלע.

א גאר ווייטע פארנעפלטע לעבעדיקע פארגאנגענהייט.

אזאנס וואס צייט זי שטעלט אפ האסטיג,

וואס? ווען? א צעשטויפטער צושפרינגט זיך.

יא, א גוטע צייט, דאס אמאל זיכער! 

א צופרידענער, פרייליכער, זארגלאזער, יונגישער פארגעניגן, 

וואס די אזש ״זיסע ליד״ מאליקיורט איר נאר. 

 

ווען אבער טייערער, ווען אין פארגאנגענהייט געווען?

דערציילזשע מיר ביטע זיסע לידעלע,

שיפשע מיר דעם סוד אינעם לעפל פונקט.

פילייכט די מאמען זיסע מאנדלען איבערן וויג געבויגן.

אדער גאר, אשת חיל׳דיגע קידוש פארנאכטס אין אירע ארעמעס פארקניפט. 

 

זי קוקט מיר אן א פארפייכטער, 

און פארגייט זיך אומפארהאפט א צוקאליעשטער פון געוויסן ארויס.

 

זי פונאנדערט זיך ליכט יארן אוועק, 

מיר צו בלייבן פארגלאצט.

שווארצע אבסקיורע געפילישע שפירן אריינגעשטאכן, 

פארזייט אין הארצן מיט פיין.

זיי בעטן און בייסן מיר: דענק איר לידעלע, דערכאפ איר נאך אין צייט, 

איידער פאר׳גוסס׳ט זי האלט.

לויף מיט אימפעט. 

זי וועט אודאי שלענגלען צום שיינעם מאמענט,

מיט'ן מאמענט געפלאכטן ווי דאפעלטע טראפעלעך.

 

לידעלע,

זי בלייבט אבער פארפרעמדט,

שוועבט ווי א דינע הייטעלע אויפ'ן מוח קעמערל, 

פארשליסענדיג מיט דער זיסער פריינדינע איר'ס,

צוריק צו געזעצטער פארבארגעניש. 

 

זי, די שליסעלע צו מיין בענקשאפט, 

מיין טרוים, מיינע אמאליקע זיסענישן. 

אזוי איידל דעליקאט, 

ווי א שניי ווייסער פליענדער מלאך׳ל,

ריינע זיידן אויסגעלעגט. 

ווי קומט צו איר אזוי פרעך,

מיט א געוויסן,

א באהעלטעניש שיר השירים׳דיגער שפיל.

צעגאפעלט זיך בחשאי צום הימל א זעץ,

נאך איידער זיך באוויזן א טראפ. 

גסיסה׳דיגע אפדרוקן ווייטער אומפארדעקט צו פאנטאזיע.

 

ווען לידעלע שמועסן מיר וועלן,

דיר מוסר׳ן איך וועל.

צו וועמען דיין לויטערקייט דו זשאלעוועסט.

דען נישט ווי צאנקענדע ליכטעלאך שיינען צו אלע צוגלייך,

אן פארלירן ברייטן א טראפ.

 

לידעלע קרוינשע,

וואס טויג דיר דאס אן אומפארדינטע שפארזאמקייט,

אויב אנטראפאלאגישע ווירדן זאגשע ביי דיר נישט פארהאן.

זיי וויסן, נישט צו הארכזאמע אויערן קיין לידל בכלל, 

ווי דאס געשריי פון פארווארפענע שטאמען,

אין פוסטן וועלדל.  

 

פראל ארויף מיין ציטערע שויס צוריק לידעלע.

לאדן אפ מיין תנועה׳לשע מיין אמאליקע בינדעטע. 

צוזאמען שוועבן ווי נשמה׳לע מיט מלאכ׳ל,

בעת דאס ליכטל אויפן עיבור עס ברענט.

 

אוי...

דאס ביסטו לידע ליבע,

געמישטע אנטוישונג אין טיפער מחשבה איך גלייך.

ווייל די לידעלע גלעט מיינע וואונדען,

צום וואונד זיך בענקען, בענקשאפט דו ברענגסט. 

 

מיין ליבע מאמעס בענדל פארטוך,

א פארטרעטער דו ביזט מיין ליד. 

דו קומסט באלד צו מיר חנ׳וועדיג.

 

קול ביער אנוכי שומע, אב לבנים קורא...

ניגונד׳ל מיין בריקע,

אין וואלד פון איינזאמקייט, א שטימע פון טרערן איך שטיקע. 

 

א פאטער אין וואלד,

זיין זארגלאזע יוגנט ער זוכט. 

בני בני היכן הלכתם...

צעלאפן ווי צופרעסענע זיסהייט שפירט.

 

אשר עלי כך שכחתם...

ווי פארגעסן אבער נישט.

לידעלע ווען מיר זי טרעפט, מיר צוקישט.

 
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מאטי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר