שרייבן ווען ס'קען אנקומען צו אומריכטיגן פלאץ?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
נח בער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 128
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 11:29 am
געפינט זיך: אין תיבה
האט שוין געלייקט: 65 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 434 מאל

שרייבן ווען ס'קען אנקומען צו אומריכטיגן פלאץ?

שליחה דורך נח בער »

איך האב יעצט א נושא וואס איך וויל ארויסלייגן ברבים און עס דרוקט מיר שטארק דאס צו טאן. די רעדע איז פון א געפערליכע עוולה וואס איז באגאנגען געווארן דורך חסידישע אידן און איך האלט אז עס מוז ווערן מפורסם ווייל איך האב עס שוין געהערט פון א מקור נאמן וואס קומט עס נאכזאגן פונעם בא'עוול'טער גוי און אזא זאך טאר נישט האבן קיין מקום צווישן ציוויליזירטע מענטשן בכלל און ביי דעם עם ישראל וואס ברויכן זיין אן אור לגוים בפרט.

עס איז לכאורה א דבר ידוע אבער איך האב עס נאכנישט נאכגעפארשט געהעריג צו וויסן ווי ווייט דער אפעקט איז און אויב און וויפיל מענטשן עס ווייסן טאקע דערפון און אפשר אפי' איז עס שוין געווען דא ערגעץ אויסגעלופטערט ברבים צווישן די העפטיגע קאווע שטיבלעך.

מיין שאלה איז אבער בנוגע שרייבן זאכן און ענינים וואס קענען גאר גרינג ארויסרינען צו אומריכטיגע און אומנויטיגע מקומות, ווען דאס וועט נישט בעסער מאכן און טוישן דעם מהלך, און וועט ענדערש בלויז באשמוצן אזעלכע אידן ווי מיר און מיין משפחה און אלע וואס גייען אנגעטון מיט די חסידישער לבוש.

אזא איינער ווי "פעילד מעסייע" זוכט אזעלכע שמוץ אויף סיי וועלכער וועג ער קען נאר, אבער איז נישט דא צו פארבעסערן אונזער געמיינדע נאר וויל גיכער זיכער מאכן אז וואו אימער אן אינו יהודי עס געפונט זיך זאל וויסן אז מיר זענען ביליגע באטריגער, און באשווינדלער פונעם ערגסטן און מיאוס'טן סארט.

איז מיין שאלה אויב וועט דאס פירן אין דעם ריכטונג פון בלויז באשמוצן אחינו בני ישראל און וועט אבער נישט צוהעלפן פארבעסערן די און ענליכע עוולות צי איז עס יצא שכרו בהפסדו הגדול?

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר