איך האב יעצט א נושא וואס איך וויל ארויסלייגן ברבים און עס דרוקט מיר שטארק דאס צו טאן. די רעדע איז פון א געפערליכע עוולה וואס איז באגאנגען געווארן דורך חסידישע אידן און איך האלט אז עס מוז ווערן מפורסם ווייל איך האב עס שוין געהערט פון א מקור נאמן וואס קומט עס נאכזאגן פונעם בא'עוול'טער גוי און אזא זאך טאר נישט האבן קיין מקום צווישן ציוויליזירטע מענטשן בכלל און ביי דעם עם ישראל וואס ברויכן זיין אן אור לגוים בפרט.
עס איז לכאורה א דבר ידוע אבער איך האב עס נאכנישט נאכגעפארשט געהעריג צו וויסן ווי ווייט דער אפעקט איז און אויב און וויפיל מענטשן עס ווייסן טאקע דערפון און אפשר אפי' איז עס שוין געווען דא ערגעץ אויסגעלופטערט ברבים צווישן די העפטיגע קאווע שטיבלעך.
מיין שאלה איז אבער בנוגע שרייבן זאכן און ענינים וואס קענען גאר גרינג ארויסרינען צו אומריכטיגע און אומנויטיגע מקומות, ווען דאס וועט נישט בעסער מאכן און טוישן דעם מהלך, און וועט ענדערש בלויז באשמוצן אזעלכע אידן ווי מיר און מיין משפחה און אלע וואס גייען אנגעטון מיט די חסידישער לבוש.
אזא איינער ווי "פעילד מעסייע" זוכט אזעלכע שמוץ אויף סיי וועלכער וועג ער קען נאר, אבער איז נישט דא צו פארבעסערן אונזער געמיינדע נאר וויל גיכער זיכער מאכן אז וואו אימער אן אינו יהודי עס געפונט זיך זאל וויסן אז מיר זענען ביליגע באטריגער, און באשווינדלער פונעם ערגסטן און מיאוס'טן סארט.
איז מיין שאלה אויב וועט דאס פירן אין דעם ריכטונג פון בלויז באשמוצן אחינו בני ישראל און וועט אבער נישט צוהעלפן פארבעסערן די און ענליכע עוולות צי איז עס יצא שכרו בהפסדו הגדול?
שרייבן ווען ס'קען אנקומען צו אומריכטיגן פלאץ?
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 128
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 11:29 am
- געפינט זיך: אין תיבה
- האט שוין געלייקט: 54 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 414 מאל
הוגה האט געשריבן:אויב ס'וועט נישט ארויסקומען לתועלת זאלסטו אודאי עס נישט שרייבן דא. אבער קענסט עס פארשפרייטן דורכ'ן עס פארציילן בפה פאר ווי מער מענטשן.
דאס טו איך אוודאי שוין.
איך האלט פאר נויטיג אז דאס איז הימל שרייענדע עוולה און ברויך פארדאמט ווערן.
גאלד שרייבט אויך א געדאנק. וועל מיר זען קומענדיגע וואך.
פינטעלע איד איז זייער לייקיש געשטימט... לויט ווי כ'זע פון זיין חתימה, אבער איך האב דאס נישט אלס ציל אין מיין שרייבן דא בכלליות און דער נושא בפרטיות.
- דער (פינטעל) איד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1192
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
- האט שוין געלייקט: 784 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל


באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
- דענקער
- ידיד השטיבל
- הודעות: 254
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 20, 2012 6:18 pm
- האט שוין געלייקט: 905 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 412 מאל
די אבסעסיע פון מה יאמרו בריות איז אביסל איבערגעטריבן. די פאראנויע איז א דירעקטע גורם אז מיר זאלן נישט דיעלן מיט אונזערע איבלען, נאר זיי קערן אונטערן טעפיך.
די פראבלעם איז די עולה זעלבסט. נישט דאס רעדן דערפון. אויב דארף מען פראטעסטירן אויף אן אומרעכט און עס קומט ליידער ארויס א חילול הקאמיוניטי, איז דער גורם דער וואס איז באגאנגען די עולה. נישט דער וואס האט עס אויסגעשמועסט.
אויב עפעס, איז עס נאר א כבוד אז עס איז נאך דא חרדים וועם עס באדערט עוולות. מי דלא שתקי רבנן, שמע מינה דלא ניחא להו.
די פראבלעם איז די עולה זעלבסט. נישט דאס רעדן דערפון. אויב דארף מען פראטעסטירן אויף אן אומרעכט און עס קומט ליידער ארויס א חילול הקאמיוניטי, איז דער גורם דער וואס איז באגאנגען די עולה. נישט דער וואס האט עס אויסגעשמועסט.
אויב עפעס, איז עס נאר א כבוד אז עס איז נאך דא חרדים וועם עס באדערט עוולות. מי דלא שתקי רבנן, שמע מינה דלא ניחא להו.
דאס לעבן איז ווי א קליין קינד'ס אינטערהויזן... קורץ און איינגעמאכט.
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
לאשאן הארע נוא איז עס ווייל עס איז נישט פאר קיין שום תועלת אבער כדי אויפצוראמען שמוץ און איבלען זיכער מעג מען.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)