אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
גראדע האב איך נישט געזעהן אז זיי זאלן שרייבן אזעלכע בארבארישע דעטאלן אין די ארטיקל פון די וועטעראנען. מיר האט מער געבאדערט די בארבארישע זאכן אינעם ארטיקל פון דעם טעראריסט וואס האט זיך מגייר געווען, זיי שרייבן דארט ווי די כיזבאלא האט פארברענט זיין פיצל קינד לעבעדיגערהייט רח"ל, און נאך. איך האב באקומען טשילס. אבער זיי האבן שוין מגלה דעת געווען אז זייער אויסגאבע איז נישט פאר קינדער, נאר פאר אינגעלייט און פאר ערוואקסענע מיידלעך...
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
ברסלבער האט געשריבן:גראדע האב איך נישט געזעהן אז זיי זאלן שרייבן אזעלכע בארבארישע דעטאלן אין די ארטיקל פון די וועטעראנען. מיר האט מער געבאדערט די בארבארישע זאכן אינעם ארטיקל פון דעם טעראריסט וואס האט זיך מגייר געווען, זיי שרייבן דארט ווי די כיזבאלא האט פארברענט זיין פיצל קינד לעבעדיגערהייט רח"ל, און נאך. איך האב באקומען טשילס. אבער זיי האבן שוין מגלה דעת געווען אז זייער אויסגאבע איז נישט פאר קינדער, נאר פאר אינגעלייט און פאר ערוואקסענע מיידלעך...
מיר ערקוואקסענע יונגעלייט האבען די קאווע שטיבעל און פאר די יחידי סגולה איז דא די מאחורי סא ממש א שאד אויף די געלט און הארעוואניע פון ראביי לאבין-ראלינצקי
באניצער וועלכע וואלטן געלייקטדער (פינטעל) אידפאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
ווי אויך דער עדיטאריעל פון הרב לעווין איז א הערליך שטיקל ארבעט ווי ער איז מגלה טפח ומכסה טפחיים, ער ווייטאגט דאס שטאל מענטעליטעט ווען יעדער טאנצט נאך דעם ערשטן קו אין דער רייע גלייך צום שלאכט הויז, און ווי פארשטענדליך פארשלייערט ער דאס אויף אראמיש אז די מקטריגים זאלן נישט פארשטיין, און ער באציעט זיך צו די טייערע חתונה שטייגער. א וואונדערליכע ארטיקל וואס וועט אייך פארשאפן אן עונג יום טוב, און אפשר אויב ברסלבער האט פראטעקציע, אולי קען ער שאפן דעם טעקסט.
דער ניר ארטיקל איז כלל נישט דער געווענליכער זשורנאליסטישער סארט, עס איז כל כולו חידוש ווי הרב לעווין עפנט אויך די פארבארגנסטע אינטמישע קעמערליך פון זיין הארץ, מלא רגש און געפיל און גיסט איבער פאר זיינע ליינער שטיקער נשמה.
מיר האט עס בארירט ביז טרערן.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.