שידוכים טאן גאר יונג

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 840
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 800 מאל

שידוכים טאן גאר יונג

שליחה דורך shem-tov »

מזל טוב. מזל טוב. ב"ה א שיינער שידוך. ווי אלט איז דער בחור. ער ווערט 18 ווי אלט איז די כלה זי ווערט 17 בשטומ"צ.

וואס איז די חשבון פון טאן שידוכים אזוי יונג. כ'טראכט ס'קען זיין איינס פון דריי טעמים.

איינס. קדושה ענינים די עלטערן האלטן אז דאס קינד איז אפגעהיטן מכל מחשבה רעה און זיי שטרעבן ער זאל בלייבן ערליך. ווי נישט ווי נאך די 20 איז דאך שוין שתיפח. און בן שמונה עשרה לחופה אזוי האבן חז"ל געזאגט.

צוויי. די עלטערן באקומען עפעס א פעטען חתונה פאליסי אויף וואס זיי ווארטן שוין בכליון ענים.

דריי. דאס קינד מאכט זיי אן צרות צרורות. איז אנשטאט צו נעמן פרייוועט מלמדים און זיך בעטען ביי ישיבות און זיך עסען דאס הארץ מיט אים יעדען טאג. לייגט מען דאס גאנצע דרוק אויף איין שדכן מען באווארפט מיט געלט און מען מאכט אפ יהי מי שיהי די הערסט גיט דאס ערשטע איז דאס פאסיגסטע. און ב"ה די רעזולטאטן פארשפעטיגט נישט צו קומען.

איז מיין שאלה יעצט דא פאר די חכמי השטיבל. וואס טוט זיך מיט די קינדערלעך די חתן וכלה איז עס גיט פאר זיי אדער שלעכט. איז א נפק"מ וואסערע סארט בחור מיידל מען איז. וואס איז אייערע עקספיריענס אין די ענינים.

אני לכשלעצמי האב טאקע חתונה געהאט גאר פרי און אלעס האט זיך פיין אויסגעארבעט אבער פון אנדערע ידידים הער איך וואס האבן חתונה געהאט ביי די 24 אז סהאט זיי אויך גארנישט געשפעטיגט אנצוקומען. איז פרי א מעלה אדער א חסרון און וואסערע מיינונג קען בכלל א בחור מיידל האבן אין דעם בימינו אלה
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים

דער אשכול פארמאגט 44 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר