לכבוד חודש אדר: הרב שלום אליעזר דים

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

לכבוד חודש אדר: הרב שלום אליעזר דים

שליחה דורך ברסלבער »

[justify]ר' שלום אליעזר איז ברייט באקאנט מיט זיין סענס אוו הומער, ער איז איז משמח אידן וואו אימער, צו זאל עס זיין ביי א שמחה, אדער סתם אזוי אין שוהל, ווען מען שטייט נעבן אים איז שווער זיך איינצוהאלטן דעם שמייכל.
זיין מעלה איז אז ער נישט נאר א בדחן אויפן סטעטש, נאר דאס איז זיין מהות און נאטור, אפילו ער רעדט טאקע אונטער די נאז, אבער ער זאגט זייער גוט, און ווען מען רעדט מיט אים האט ער אייביג א ווערטל אויפן פלאץ. און ווי עדות געבן איבער, ווען ער שטעלט זיך אויף רעדן ביי א שמחה ליגט דער עולם אויף דער ערד.

אויך האט ער א מנהג צו זאגן א דבר תורה ביי יעדע אויפטריט זיינער, ער איז גאנץ א פיינער תלמיד חכם, און אייביג וועט ער אריינווארפן א דבר תורה אינמיטן רעדן. די פראבלעם איז אז ער האט אויך אסאך שיינע זיסע פורים פשעטלעך, און ווען ער הייבט אן זאגן א דבר תורה קען מען נישט וויסן אויב עס קומט א תורה אדער עפעס א גוטס, און אזוי הערט דער עולם צו מיט שפאנונג, און ער נארט אריין דעם עולם צו לערנען עפעס תורה אויך.
איך קען נישט זיין ביאגראפיע, אבער מיר ווייסן דאך אז דבריהם הן הן זכרונם, זיינע ווערטלעך קען מען נאכזאגן, ובפרט יעצט חודש אדר שמרבין בו בשמחה איז כדאי איבער צו גיין אביסל פון זיינע גוטע מאמרים, וכל המוסיף מוסיפין לו.[/justify]

    מורי ורבותי. מען האט מיר געבעטן דא ארויף צו קומען אביסל אינטערטעניגן דעם עולם, איך וועל נישט צופיל מאריך אף זיין, נאר עטליכע קורצע דיבורים.
    מען האט ב"ה צוגעשטעלט אזא שיינע שבע ברכות מיט אלע גוטע זאכן, ממש ווי אין דער אלטער היים, ביי אונז איז מען נישט משנה קיין סוס כל שהוא.
    איך האב אנגעזאגט מיינע איידימער אז ביי מיין יארצייט סעודה זאל מען אומבאדינג צושטעלן אראנדש סאדע, אויב נישט שטארב איך נישט. זיי האבן מיר בארוהיגט אז דער שווער קען רוהיג שטארבן און זיי וועלן זיך שוין זארגן צוצושטעלן די אראנדש סאדע. נו עס שטייט דאך שוין אין פסוק, יד האיידעם תהיה בו בראשונה להמיתו.

    איך בין אביסל הייזעריג, איך האב צופיל געדארפט שרייען אין שטוב היינט. אמאל האב איך געהאט א שטימע אבער איך האב עס פארלוירן, איך בין נישט מקנא דעם וואס האט עס געטראפן.

    כאפסט? אינדערהיים כאפסטו שנעלער.
    האסט זיך שוין געוואשן? אה דו קימסט שוין פון דערהיים באוואשן.
    ווען מיין ווייב רופט מיר ציטערט מיר די הויזן (סעלפאון). נישט אומזיסט רופט מען איר אשת מפחידי.
    איך בין נאך אלץ מקיים דעם ושמח את אשתו, איך האב איר יעצט געקאלט זאגן אז איך קום היינט אהיים אביסל שפעט.
    מען דארף זיך אייביג היטן פון איבריגע ווערטער. איך בין איינמאל געזיצן יארן צוריק ביי א ווארט, און ביז היינט זעה איך אז עס געווען אן איבריג ווארט.
    אבער למעשה, ביי מיר אינדערהיים, האב איך אייביג די לעצטע ווארט. איך זאג: גערעכט.
    איך בין געווען אמאל אין בית החיים, זעה איך ווי איינער וויינט בדמעות שליש ביי א קבר, איך ווארט ער זאל זיך בארוהיגן און איך פרעג אים ווער עס ליגט דארט, דאס איז דיין טאטע? ניין. דיין קרוב? ניין. דיין נאנטער חבר? ניין. ווער יא? דא ליגט מיין ווייבס ערשטע מאן, און איך וויין פארוואס ער איז נעבעך געשטארבן און איך האב איר געדארפט באקומען.

    מיר זענען דריי ברידער, איינער איז בצלאל, ער ליגט אין ארץ ישראל. דער צווייטער בין איך, איך ליג אין מאנרא. דער דריטער, הערש מיילעך, ער ליגט אין מאנסי. צוזאמען זענען מיר שלשה לוגין.
    אויך בין איך א שוואגער מיטן מלאך המוות, דער מלאך המוות האט גענומען מיין שוועסטער.
    איינער איז אמאל געקומען צום דאקטער און זיך אפגערעדט אז די הארץ קלאפט אים זייער שטארק. דער דאקטער האט אים בארוהיגט אז עס וועט נאך אמאל אויפהערן… וכך הוה. די גמרא זאגט דאך שוין, מכין אותו עד שתצא נפשו, דאס הארץ קלאפט אים ביז ער שטארבט.
    מענטשן פגר'ן צו ווערן באערדיגט, איך וואלט אין מיין לעבן נישט באגראבן געווארן.
    איך האב אמאל געזאגט פאר איינעם אז זיין נאמען איז בגימטריה "גיי אין דער ערד". האט ער מיר געזאגט: עס איז דאך נישט גלייך? האב איך אים געזאגט אז עס מוז נישט זיין גלייך, עס קען זיין מארגן אויך.
    די מזל שיינט מיר נישט. איך האב א בוים וואס בייגט זיך איבער מיין פארטש, אבער ווי צו להכעיס וועט קיין איין גרינע בלעטל נישט אריינפאלן צו מיר אין פארטש, איינמאל די בלעטער הייבן אן ווערן ברוין דעמאלט פאלן זיי אריין צו מיר.
    הכל הבל, דער עיקר איז קייען.
    אבאמה איז ר"ת: א'רור ה'מן ב'רוך מ'רדכי.

    איינער האט אמאל ערליך מתפלל געווען ביי כתר פון יום טוב אז ער זאל זוכה זיין צו רוח הקודש, תפלה עושה מחצה, און ער האט באקומען בלויז רוח.
    א צווייטער האט מתפלל געווען צו האבן תפיסת מחשבה, און ער איז למעשה בלויז אנגעקומען אין תפיסה.
    א איד האט געבעטן אז ער זאל באקומען סעקשאן 8, למעשה איז ער אנגעקומען אויף סעקשאן 4. (פאר תושבי קר"י).

    וואס ווייסן דען די היינטיגע יונגווארג וואס עס איז געווען ביי אונז אין דער אלטער היים? היינט מאכט יעדער צווייטער קידוש לבנה. ווער האט געהאט א לבנה אינדערהיים? קוים איין לבנה געווען פאר די גאנצע שטאט, און דאס איז אויך נאר געווען א האלבע חודש. היינטיגע קינדער..

    מיין מלמד איז געווען זייער א "פראקטישער" מלמד, ער פלעגט אסאך אריינפראקן.
    ער פלעגט זאגן "פארשטייסט? זאג איבער. פארשטייסט נישט? לייג דיך איבער".
    אלע קינדער זענען געווען אויסגעצייכנטע קינדער, זיי זענען אלע אהיים געקומען מיט צייכענעס.
    ער פלעגט זאגן "דו וועסט מיר נאך אמאל דאנקבאר זיין", פונקט פאריגע וואך בין איך געווען אויף זיין קבר צו זיין יארצייט, און איך בין אים זייער דאנקבאר געווען.
    מיין מלמד איז געווען א גרויסער איש החסד, בעיקר האט ער געטוהן מיט אונז חסד של אמת שאינו מצפה לתשלום גמול, מיר האבן אים נישט געקענט צוריק צאלן.
    איינמאל איז אים בייגעפאלן עפעס א גוטע פשט אין א כלומר פון א רש"י, ער איז געווען אזוי איבערגענומען מיט דעם פשט אז ער האט נישט געקענט סטאפן רעדן דערפון, ער האט זיך אויסגעדרוקט אז רש"י וועט אים זיכער אנטקעגן קומען ווען ער וועט ארויפגיין אויבן. איך האב געזאגט: אמן, אבער שוין.
    למעשה האט די רש"י נישט אזוי גוט געקלאפט. דער מלמד האט אבער יא פיין געקלאפט.
    פ' משפטים האב איך געטייטשט, ואלה מוסיף על הראשונים, דער טאטע אינדערהיים האט נאך מוסיף געווען נאך פעטש, אויף די פעטש וואס מען האט שוין באקומען פונעם מלמד אין חדר.
    ווען דער מלמד איז נפטר געווארן האט איך נישט געקענט אויפהערן וויינען, זיבן טעג האב איך געוויינט אין איין צו, מען האט מיר פרובירט צו בארוהיגן אז משיח קומט שוין בקרוב און דער מלמד וועט שוין באלד אויפשטיין תחיית המתים. האב איך געענטפערט: וועגן דעם וויין איך טאקע.
    איך האב אזויפיל געליטן פון די מלמדים, מען האט מיר אפילו געוואלט געבן א גרויסע סומע געלט אלס קאמפענסאציע, אבער איך האב עס נישט געוואלט נעמען, עס זאל מיר נישט שאטן פאר די פוד סטעמפס.

    מען זאגט אז פלייש איז זייער א חשוב מאכל, נאר עס פארלירט דעם נאמען. ווען מען לייגט עס אין טייג ווערט עס א קרעפל, ווען מען לייגט עס אין קרויט ווערט עס א האלאפצע, ווען מען לייגט עס אין א בעקיטשע ווערט עס א רבי.
    אז מען רעדט שוין פון קרויט.. איז געווען אמאל א רבי וואס האט זייער ליב געהאט קרויט, די רעבעצין האט געמאכט פיינע קרויט פאר שמחת תורה, זי האט דאך אבער מורא געהאט אז דער רבי וועט עס אריינרוקן נאך פארן דאווענען, האט זי עס גוט באהאלטן. ווען דער רבי איז אהיים געקומען נאכן דאווענען האט ער באפוילן די רעביצין זאל שוין ברענגן די קרויט, זי גייט גלייך צו צום ספרים קאנק און נעמט ארויס די קרויט און שטעלט עס אויפן טיש. דער רבי קוקט מיט בייז וואונדער, האסט נישט געטראפן קיין בעסערע פלאץ וואו צו באהאלטן די קרויט? וואס זאל איך טוהן, איך האב עס געמוזט באהאלטן אויף א פלאץ וואו דו וועסט עס זיכער קיינמאל נישט טרעפן.
    די גדולים זענען שוין טאקע נישטא אבער די גערוך האבן זיי איבערגעלאזט.

    אמאל האב איך געזאגט א דרשת התעוררות פאר די בחורים על סדר הא"ב: ארימע בחורים, גנבים דאקטורים, הינט וואס זענטס, חזרים טרייבערס, יונגאטשעס, כענטס לערנען מהרש"א? ניין. ס'נאר עפל פרעסערס, ציגרעטלעך קענטס רייכערן, שיינע תלמידים.

    מען דארף דאך זאגן א דבר תורה אויך.
    והיית אך שמח, זאגט די גמרא לרבות לילי יום טוב אחרון לשמחה, שטעלן זיך די מפורשים אז "אך" איז דאך למעט און נישט לרבות? נאר מיר ווייסן דאך אז אין מיעוט אחר מיעוט אלא לרבות, שטייט והיית "אך" שמ"חַ", די צוויי מיעוטין זענען לרבות שמחה.
    רש"י זאגט אויף דעם פסוק אז דאס איז נישט קיין חיוב נאר אן הבטחה. די תורה איז מבטיח, "והיית אך שמח" אז מען וועט זיין פריילעך, די זעלבע איז לכאורה אויך ביי "והיית משוגע", עס איז נישט קיין חיוב נאר אן הבטחה.
    שמחה (שמכה) איז בגימטריה 356. א רמז אז א גאנץ יאר דארף מען זיין פרייליך.

    די גמרא זאגט אז ווען א פרוי זאגט פאר א מאן רקוד לפני ואקדש לך מקודשת. דאס איז ווייל די פרויען האבן דאך ליב צו לערנען די מענער טאנצן, און ווען זי זעהט אז ער קען שוין טאנצן נאך פאר די חתונה, בההוא הנאה מקודשת.

    די גמרא זאגט כל מי שיש בו חן בידוע שהוא ירא שמים. און איך זאג אז עס איז א מפורש'ע פסוק, הנה כי "חן" יבורך גבר, אז א מענטש איז געבענטשט מיט חן. איז א סימן אז ער איז א ירא ה'.

    נאך איין ווארט און מיט דעם וועל איך אנהויבן..
    מיין טאטע האט געזאגט אמאל פארן רבי'ן ז"ל אז די דריי האלבע שקלים וואס מען געבט, איז קעגן די ארבעה בנים פון די הגדה. איי עס איז דאך פיר? דער חכם געבט נישט, ער נעמט.
    דאס זאגט רש"י וקרח שפיקח היה, פון וואו ווייסט מען אז קרח איז געווען א פקח? ווייל עס שטייט ויקח קרח, קרח האט גענומען.
    אז מען רעדט שוין פון קרח.. דארף מען פארשטיין וואס מען זאגט אין די הגדה "הלל היה קרח (כורך)" וואסערע שייכות האט הלל מיט קרח? נאר די משנה זאגט דאך המקיים את התורה מעוני סופו לקיימה מעושר, און אז הלל האט ווי באקאנט זיך מוסר נפש געווען און געלערנט תורה מעוני, איז ער צום סוף געווארן רייך ווי קרח. דאס איז פשט הלל היה קרח - הלל איז שפעטער געווארן רייך ווי קרח.
    זאל דער אייבערשטער העלפן מיר זאלן אלע האבן די געדולד פון הלל און די עשירות פון קרח.
ווער עס האט מוסיף צו זיין, איז מכובד מיטן מייק.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שיין שיין!!
זיין ברידער פון א"י זעהט אויס פונקט ווי אים. איך האב שוין ביידע געהערט בדחן'ען און זיי רעדן ממש די זעלבע. זיסע אידן קע"ה
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

זיי זענען צווילינג ברידער.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ברסלבער האט געשריבן:די גמרא זאגט אז ווען א פרוי זאגט פאר א מאן רקוד לפני ואקדש לך מקודשת. דאס איז ווייל די פרויען האבן דאך ליב צו לערנען די מענער טאנצן, און ווען זי זעהט אז ער קען שוין טאנצן נאך פאר די חתונה, בההוא הנאה מקודשת.

און מיט דעם - פירט ער אויס - קען מען פארשטיין וואס חז"ל זאגן, "כיצד מרקדין לפני הכלה", א מענטש זאל זיך לערנען טאנצן נאך בעפאר ער באקומט א כלה, כדי זי זאל הנאה האבן און זי זאל אים נישט דארפן לערנען טאנצן.

עס האט מיר איינער אמאל געפרעגט פארוואס ביי קידוש לבנה טאנצט מען אבער נישט ביי אשר יצר? האב איך אים געענטפערט זייער פשוט, אויב ער וועט מאכן אשר יצר אויך בלויז איינמאל א חודש וועט ער אויך טאנצן.. אבער נאך ווי!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

די גדולים זענען מער נישטא אבער א גרוך האבן זיי איבער געלאזט :like :like :like :like :lol: :lol: :lol:
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ברסלבער האט געשריבן:אלע קינדער זענען געווען אויסגעצייכנטע קינדער, זיי זענען אלע אהיים געקומען מיט צייכענעס..

דאס האט ער אויך עפעס אריינגעטייטשט אין די הגדה, "מלמד", שהיו ישראל מצויינים שם, געצייכענטע... כ'געדענקט שוין נישט פונקטליך.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
פלעין יודיש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1116
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 3:35 pm
האט שוין געלייקט: 752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך פלעין יודיש »

ראשעקאל האט געשריבן:שיין שיין!!
זיין ברידער פון א"י זעהט אויס פונקט ווי אים. איך האב שוין ביידע געהערט בדחן'ען און זיי רעדן ממש די זעלבע. זיסע אידן קע"ה

קול מבשר מאכט זיכער יעדער יאר חודש אדר צו האבן א אינטערוויאו מיט ביידע ציזאמען אויפן ליין, ס'איז זייער קיוט
באניצער אוואטאר
מ גפני
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
האט שוין געלייקט: 1135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 465 מאל

שליחה דורך מ גפני »

איינמאל הער איך אים זאגן: רבותי עטס זעטס, דעס איז מיין רעגן שטריימעל אין דעם רעג איך מיך
באניצער אוואטאר
מ גפני
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
האט שוין געלייקט: 1135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 465 מאל

שליחה דורך מ גפני »

ברסלבער האט געשריבן:וואס ווייסן דען די היינטיגע יונגווארג וואס עס איז געווען ביי אונז אין דער אלטער היים? היינט מאכט יעדער צווייטער קידוש לבנה. ווער האט געהאט א לבנה אינדערהיים? קוים איין לבנה געווען פאר די גאנצע שטאט, און דאס איז אויך נאר געווען א האלבע חודש. היינטיגע קינדער..

ער זאגט דאס אויך אויף קאלעסטעראל: אמאל ביי אונז אין דער אלטער היים ווער האט זיך דען ערלויבט צו האבן קאלעסטעראל? אפשר דער ראש הקהל פון שטאט האט זיך דאס געקענט ערלויבן...
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

באניצער אוואטאר
DotCom
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 631
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 10:51 pm
געפינט זיך: בין פיתום לרעמסס
האט שוין געלייקט: 299 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 573 מאל

שליחה דורך DotCom »

"איך וועל ענדערש נישט שטארבן ווי איידער צו ליגן אין פאלאק'ס לאט",
לול'ן לול'ט ווער ס'לול'ט דער לעצטער (-י.ל.)
באניצער אוואטאר
DotCom
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 631
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 10:51 pm
געפינט זיך: בין פיתום לרעמסס
האט שוין געלייקט: 299 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 573 מאל

שליחה דורך DotCom »

במדרש ראתה שפחה על הים מה שלא וכו' איבער דעם בעטן מיר יעדן טאג ותחזינה עינינו בשפחה אונז זאל זען מיט אונזערע אויגן וואס די שפחות האבן געזעהן.
לול'ן לול'ט ווער ס'לול'ט דער לעצטער (-י.ל.)
באניצער אוואטאר
DotCom
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 631
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 10:51 pm
געפינט זיך: בין פיתום לרעמסס
האט שוין געלייקט: 299 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 573 מאל

שליחה דורך DotCom »

"זייט מיין זיידע איז אוועק אין די גאז קאמערן לייד איך אויף געז, אלע מיינע ארומיגע האבן אייביג מיטלייד מיט מיר"
לול'ן לול'ט ווער ס'לול'ט דער לעצטער (-י.ל.)
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

געהערט אמאל פון אים: דים איז ראשי תיבות ד'אדזערס, י'ענקיס, מ'עטס. דער עלטערער עולם האט פיין געלאכט, און דער יונגערער האט אים אנגעקוקט מיט קעלבערנע, געט ער זיך א רוף אן: נע, ס'איז א לחש קעגן עין הרע.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

איך געדענק ווען כ'האב די ערשטע מאהל געזעהן דעם בני ברקע ברודער, שפעטער טרעף איך איהם אין מונקאטש אין בארא פארק, וואס טוסטו דא? אהה דו מיינסט זיכער מיין צווילינג.
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

האט ער אמאהל פארלוירן דעם באלאנס אין א שניי, ווען הצלה איז אנגעקומען האט ער געזאגט איך וויל קודם רעדן צום אקאונטענט.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
דער (פינטעל) איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1192
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
האט שוין געלייקט: 784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל

שליחה דורך דער (פינטעל) איד »

מאטי האט געשריבן:האט ער אמאהל פארלוירן דעם באלאנס אין א שניי, ווען הצלה איז אנגעקומען האט ער געזאגט איך וויל קודם רעדן צום אקאונטענט.

ריכטיג גראמאטיש קומט צו שרייבן "ער האט אמאל פארלוירן", נישט "האט ער"... אסאך מענטשן מאכן דעם טעות אין א פארזוך צו זיין cute
לא זכיתי להבין.


900 תגובות!



.
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
קרעמער1
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 246
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 12, 2012 11:04 am
האט שוין געלייקט: 245 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 184 מאל

שליחה דורך קרעמער1 »

שמעתי בשמו:
איך האב אמאל געזאגט פאר מיין מלמד אז אויף זאת החיה, מאכט רש"י "מלמד"...

און ער האט מיר תיכף געוויזן ווי גערעכט רש"י איז געווען...

----

דאכט זיך אז זיין פאטער איז געווען גבאי ביי רבי שלום אליעזר'ל פון ראצפערט
דער מהר"ל איז זייער קעגן סיי וואסערע "צענזור" און איז שטארק פאר "פרייהייט פון ווארט"
http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7% ... 7.95.D7.99
I'm back
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 833
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
האט שוין געלייקט: 2105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 315 מאל

שליחה דורך I'm back »

בין איך די איינציגסטע וואס האלט אז זיין זיין א בדחן איז ווי איך זאל זיין א אסטראנאט?
.
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

הייסט עס אז דו ביזט א כמעשה'דיגע אסטראנאט? גארנישט געוויסט וואסארא כוחות ס'דא דא אין שטיבל
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

נאך איינס האב איך זיך יעצט דערמאנט.

געווען אמאל א שוהל וואו דער רב האט זייער לאנג געדאוונט שמונה עשרה און דער עולם איז צופלאצט געווארן, און נישט נאר דאס נאר ביי אלקי נצור האט ער געהאט נאך א גאנצע ליסטע מיט תפלות און יהי רצונ'ס וואס ער האט געזאגט. ווען עס איז שוין געווען כלו כל הקיצין האבן זיך צוזאם געזעצט די טובי הקהל מיטן רב, און אפען אויסגעשמועסט דעם פראבלעם, נאך א לענגערן דיון איז געווארן אפגעמאכט אז ווען דער רב ביקט זיך צו מודים, דאן קען דער חזן שוין אנהייבן די הויכע שמ"ע. אבער ווי אזוי וועט מען וויסן אז ער האלט יעצט ביי מודים? איז מען אויפגעקומען מיט א פלאן אז ביי מודים זאל זיך דער רב ביקן אויף א שטערקערן אופן, און דאס וועט זיין דער סימן אז דער חזן קען שוין אנהויבן.
עס האט זיך זייער גוט אויסגעארבעט, ביז איין טאג איז געקומען א גאסט אין שוהל, ווען ער האט געזעהן אז מען ווארט אזוי לאנג אנצוהייבן הויכע ש"ע,האט ער געפרעגט זיינע ארומיגע אויף וואס מען ווארט, האבן זיי אים געזאגט אז מען ווארט אויפן גרויסן ביק...
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

ברסלבער האט געשריבן:נאך איינס האב איך זיך יעצט דערמאנט.

געווען אמאל א שוהל וואו דער רב האט זייער לאנג געדאוונט שמונה עשרה און דער עולם איז צופלאצט געווארן, און נישט נאר דאס נאר ביי אלקי נצור האט ער געהאט נאך א גאנצע ליסטע מיט תפלות און יהי רצונ'ס וואס ער האט געזאגט. ווען עס איז שוין געווען כלו כל הקיצין האבן זיך צוזאם געזעצט די טובי הקהל מיטן רב, און אפען אויסגעשמועסט דעם פראבלעם, נאך א לענגערן דיון איז געווארן אפגעמאכט אז ווען דער רב ביקט זיך צו מודים, דאן קען דער חזן שוין אנהייבן די הויכע שמ"ע. אבער ווי אזוי וועט מען וויסן אז ער האלט יעצט ביי מודים? איז מען אויפגעקומען מיט א פלאן אז ביי מודים זאל זיך דער רב ביקן אויף א שטערקערן אופן, און דאס וועט זיין דער סימן אז דער חזן קען שוין אנהויבן.
עס האט זיך זייער גוט אויסגעארבעט, ביז איין טאג איז געקומען א גאסט אין שוהל, ווען ער האט געזעהן אז מען ווארט אזוי לאנג אנצוהייבן הויכע ש"ע,האט ער געפרעגט זיינע ארומיגע אויף וואס מען ווארט, האבן זיי אים געזאגט אז מען ווארט אויפן גרויסן ביק...

דאס האט דער הייליגער ראפשיצער רב זצ"ל געזאגט אויף דער חוזה פון לובלין זצ"ל.
(- - -)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

א פרישע אינטערוויא מיט די דים ברידער איז שוין ארויף אויף קול מבשר לכבוד פורים קטן.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
פארשפארט