זוכט אלטע פאשקעווילן

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

בעלעגלה, דאס הייסט פראבירט? ! ברענג א פאקט, א רעיון ווי מאטי, עפעס וואס איז ווערט איבערצוזאגען, נישט האלבע קשיא׳ס און א פאק
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

ליטוואק, א קורץ ווארט נאר, איך מיין אז סאטמאר רבי איז דא סתם אטאקירט געווארן אין קראסס פייער. איך בין נישט דא אים צו דיפענדן אלס א מנהיג קעגן ר' משה. איך האב נאר אלס משל אים גענומען אויפן צימבל. פשוט ווייל ער איז געווען ממין הטענה אינעם משך האשכול. מיין טענה איז לגבי אלע מנהיגים פון די פריערדיגען דורות. כ'וועל מגיב זיין בהרחבה אויף דיין תגובה כשאפנה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מאטי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:בעלעגלה, דאס הייסט פראבירט? ! ברענג א פאקט, א רעיון ווי מאטי, עפעס וואס איז ווערט איבערצוזאגען, נישט האלבע קשיא׳ס און א פאק

און א WHAAAT??????....... :roll: :roll: :roll: :lol: :? :o
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך ווייס נישט ווי ס׳איז פארשוואונדען געווארען דער לעצטע ווארט. ׳עמאטיקאנ׳ס׳ איז געווען דאס ווארט. אנטשולדיגט פאר׳ן אומאיינגענעמ׳קייט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך האב מיין תגובה איבערגעליינט און איך האב באמערקט א גרייז וואס מ׳קען זיך טועה זיין.
יהושע בן נון איז געווען דער שר התורה פון ׳דור׳ און דער מוסר התורה צו די ׳זקנים׳, און נישט ווי ס׳שטייט..
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב מיין תגובה איבערגעליינט און איך האב באמערקט א גרייז וואס מ׳קען זיך טועה זיין.
יהושע בן נון איז געווען דער שר התורה פון ׳דור׳ און דער מוסר התורה צו די ׳זקנים׳, און נישט ווי ס׳שטייט..

וטעות לעולם חוזר. און דאס ווארפט גאר אן אנדער ליכט אויף די גאנצע פרשה. :lol: 8-) :? :D :) :o
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

בערעלע טייערע - איך האב זיך געוואלט באשיצען פון מאטי וואס טייטשט יעדער ווארט בנוגע מנהיג. איך האב בטעות זיך באנוצט מיט'ן ווארט מנהיג, האב איך נישט געוואלט אז ער זאל זיך טועה זיין.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:בערעלע טייערע - איך האב זיך געוואלט באשיצען פון מאטי וואס טייטשט יעדער ווארט בנוגע מנהיג. איך האב בטעות זיך באנוצט מיט'ן ווארט מנהיג, האב איך נישט געוואלט אז ער זאל זיך טועה זיין.

ר' ליטוואק פון בודאפעסט שליט"א: מ'דערציילט אז ס'געווען אמאל צוויי חסידים וועלכע האבהן געשמועסט און פארציילט אותות ומופתים א יעדער פון זיין רבי. זאגט דער ערשטער חסיד. "מיין רבי איז אזוי גרויס. ס'געווען אין א ערב שבת. ס'נישט געווען קיין פיש אין שטעטל. איז דער רבי ארויסגעגאנגען צום טייך און געגעבן א מאך מיט די פאטשיילע און ס'האט אנגעהויבן צו שטראמען פישן פון אלע סארטן, גרויסע און קליינע. זאגט איהם זיין חבר. דאס איז גאר קיין מופת נישט. ביי מיין רבי איז געווען אמאל ווען ס'נישט געווען קיין לבנה. מ'האט נישט געקענט מחדש זיין. איז ער ארויס אין הויף און האט געמאכט מיט די פאטשיילע און ס'האט אנגעהויבן שטראמען לבנות, גרויסע און קליינע. זאגט איהם זיין חבר. דאס קען נישט זיין. דו זאגסט א גוזמא. האט ער איהם געענטפערט. "אויב דו וועסט נאכלאזן פון די פיש, וועל איך נאכלאזן פון די לבנה'ס.... :roll: :roll: 8-) :lol: :lol: :x :P :oops: :o
באניצער אוואטאר
דער (פינטעל) איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1192
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
האט שוין געלייקט: 784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל

שליחה דורך דער (פינטעל) איד »

נישט בעבא צירל איז דאס געווען?
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך נאר,,פרייליך »

[tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag] [tag]היימישער ליטוואק[/tag]

וואס גייט פאר
בבית ה'ליטאים?
ווייסט מען טאקע נאר פון תעירע תעירע און צה''ל?
עס איז ממש א בושה ווי מען דערקייקעלט זיך רח''ל

השם ישמרנו, מ'וויל משתיק זיין די וואס זענען מגלה איבער מפשרים ליטאיים

מען סטראשעט מיט ארעסט, קעגן די וואס האבען ארויסגעליקט די סודות ה'תעירע

איך מיין ח'''ו נישט צו פערזענליך אנצושמירען אלע חשובע בני תורה וממשיכי דרך הליטאי מיט דעי אלע מעשים,
עס אינאר א ווייטאג ווי מען דערקייקעלט זיך און מען שרייט אז ''תורה'' ''תורה'' איז נאר די ירושת ה'ליטאים
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דו ביסט אזוי אריינגעטוהן אין דיין פארטיי מיינונג אזו ס'איז אוממעגליך צו פארשטיין א לעבענסשטייגער וואס האט עס נישט. דער ליטוואק איז נישט קיין פארטיי פון מענטשען וואס צילען צו איין זאך. ס'איז א חינוך, א וועג ווי אנצוקוקען א זאך. יעדער קען זיך באטייליגען. דער חתם סופר פון דייטשלאנד און סלאוואקיי איז נישט ווייניגער ביי מיר ווי איינער פון שקלאוו. דער וואס זוכט אונטערצוברענגען תורה איז דער זעלבע חסיד ווי אהרן ט"ב, צו ער הייסט מרן ראש הישיבה אדער כ"ק אדמו"ר שליט"א. דער וואס האט נישט קיין חלק אין תורה און באשעפטיגט זיך מיט סיגופים אדער חטא הידוע, איז אלס דער זעלבע פראבלעם.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ליטוואק, ביז היינט האב איך געלייענט דיינע נארישע תגובות געשריבן זייער אומאיידל - מילד גערעדט - אקעגן אידן קדושים וטהורים, אבער כ'האב זיך נישט גענומען די מיה צו ענטפערן, פשוט איך בין נישט דער גרויסער ידען צו פארשטיין יעדן גדול זיינע מעלות און חסרונות און איך האב נישט דער מעסטער וואס דו פארמאגסט צו מעסטן יענעמ'ס גרויסקייט, איך לאז עס איבער למי שה'מעסטער שלו, אויבן אין הימל, ס'איז זיינע דאגות, נישט מיינע.

אבער דא איז פאראן איין גרויסע טעות וואס דו האסט, וואס צוליב דעם קוקסטו אן די אלע זאכן מיט זייער א קרומע מיינונג, און - כ'וועל נוצן דיינע אייגענע דיבורים - "דו ביסט אזוי אריינגעטוהן אין דיין פארטיי מיינונג אז ס'איז אוממעגליך צו פארשטיין א לעבענסשטייגער וואס איז אנדערש".

אין איין ווארט: דו האסט באשלאסן אז תורה איז אלעס, אלעס, אלעס. נישטא גארנישט אויסער דעם. אלע אנדערע זאכן וואס צדיקים וקדושים טוען אויף פאר אידישקייט איז כאפס וכאין אקעגן א איד וואס זיצט ביי זיך אין צימער און לערנט א גאנצע טאג תורה. צי גיי איך אוועקמאכן די חשיבות פון אזא איד וואס איז כל כולו תורה? חס מלהזכיר. איך האב די גרעסטע רעספעקט פאר אזוינע אידן. אבער תורה איז נישט אלעס!! הערסט?? ניין, און נאכאמאל ניין! מען קען נישט אויפטון פאר אידישקייט מיטן זיצן פאר זיך אין ווינקל פון ביהמ"ד אפילו מען הארעוועט אין תורה די גאנצע צייט. אפילו אזא גדול ווי דער חזון איש זצ"ל האט אויך געמוזט אוועקלייגן די גמרא אין א זייט גענוג מאל כדי אויפצוטון פארן דור, און איך קען דיר טרעפן צענדליגער מאמרי חז"ל וואס הייבן ארויס די גרויסקייט פון אידן וואס זענען מפקיר זייער אייגענע ד' אמות של הלכה כדי ארויסצוהעלפן אנדערע אידן און אויפשטעלן אידישקייט -- און דאס מיינט א ריכטיגער מנהיג! איינער וואס לערנט אויכעט (נישט קיין ליידיגגייער), פירט זיך יעדע זאך לויטן דין (און אפילו לפנים משורת הדין) און במשכ'ן טאג טוט ער אויף גדולות ונצורות למען ה' ותורתו למען הכלל.

אך און וויי וואלט געווען פאר כלל ישראל ווען עס זאלן נאר זיין גדולים וועלכע לערנען אך ורק תורה און תורה און קוקן נישט אויף קיין צווייטן. "היינו דאמר רבי כמה גדולים מעשי חייא.... דלא תשתכח תורה מישראל". צדיקים זענען ארומגעגאנגען אויפטון פאר אנדערע, קוק אן במשך הדורות, טויזענטער דוגמאות פון הייליגע אידן וואס דאס איז געווען זייער ציל אין לעבן, ובזכותם אנו חיים וקיימים.

אודאי איז "ותלמוד תורה כנגד כולם", אבער פארגעס נישט פונעם 'כולם', עס מוז געטון ווערן.

יעצט נעם דיר דעם איינעם פונקט אין האנט, און קוק איבער דיינע ווערטער פון אנהויב אשכול, וועסטו זעהן אז דיין גאנצע בסיס פאלט ארונטער, דיינע ווערטער האבן נישט קיין שום משמעות, דו בויעסט אויף הוילע לופט. דו"ק ותשכח.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

שמעקדיג, איך האב דיר גלייקט ווייל איך בין מסכים מיט דאס וואס דו שרייבסט.
אבער דו פארשטייסט נישט וואס מיין חברותא שרייבט.
נישט אז מטאר נישט מבטל זיין א רגע פון תורה פאר אנדרע מצוות, אוודאי יא!
די שאלה איז איינער וואס מוז נישט מבטל זיין איצט קיין תורה, זענען דא זאכן וועלכע גרעססער אדער עכ"פ גלייך צו תורה? דעת התנאים והאמוראים ורבותינו הראשונים והאחרונים אז נישט. דעת ומנהג מקצת אדמורי"ם אז יא.
ממילא די אלע פון "דיישטלאנד אן סלאוואקיי" אדער "פון שקלאוו" וועלכע האלטן נישט ווי די צווייטע שיטה זענן אלע גלייך, משא"כ בעלי שיטה השניה.
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

היימישער ליטוואק האט געשריבן:שמעקדיג, איך האב דיר גלייקט ווייל איך בין מסכים מיט דאס וואס דו שרייבסט.
אבער דו פארשטייסט נישט וואס מיין חברותא שרייבט.
נישט אז מטאר נישט מבטל זיין א רגע פון תורה פאר אנדרע מצוות, אוודאי יא!
די שאלה איז איינער וואס מוז נישט מבטל זיין איצט קיין תורה, זענען דא זאכן וועלכע גרעססער אדער עכ"פ גלייך צו תורה? דעת התנאים והאמוראים ורבותינו הראשונים והאחרונים אז נישט. דעת ומנהג מקצת אדמורי"ם אז יא.
ממילא די אלע פון "דיישטלאנד אן סלאוואקיי" אדער "פון שקלאוו" וועלכע האלטן נישט ווי די צווייטע שיטה זענן אלע גלייך, משא"כ בעלי שיטה השניה.

איך וויל נאר וויסן אויב די משנה אין פרקי אבות איז נישט געשריבן געווארן דורך די תנאים?! דארט שטייט "הלומד על מנת ללמד , מספיקין בידו ללמוד וללמד , לשמור ולעשות...." :?: :!: :roll:
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

berlbalaguleh האט געשריבן:
היימישער ליטוואק האט געשריבן:שמעקדיג, איך האב דיר גלייקט ווייל איך בין מסכים מיט דאס וואס דו שרייבסט.
אבער דו פארשטייסט נישט וואס מיין חברותא שרייבט.
נישט אז מטאר נישט מבטל זיין א רגע פון תורה פאר אנדרע מצוות, אוודאי יא!
די שאלה איז איינער וואס מוז נישט מבטל זיין איצט קיין תורה, זענען דא זאכן וועלכע גרעססער אדער עכ"פ גלייך צו תורה? דעת התנאים והאמוראים ורבותינו הראשונים והאחרונים אז נישט. דעת ומנהג מקצת אדמורי"ם אז יא.
ממילא די אלע פון "דיישטלאנד אן סלאוואקיי" אדער "פון שקלאוו" וועלכע האלטן נישט ווי די צווייטע שיטה זענן אלע גלייך, משא"כ בעלי שיטה השניה.

איך וויל נאר וויסן אויב די משנה אין פרקי אבות איז נישט געשריבן געווארן דורך די תנאים?! דארט שטייט "הלומד על מנת ללמד , מספיקין בידו ללמוד וללמד , לשמור ולעשות...." :?: :!: :roll:
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

מיין היימישער לאנדסמאן איז גערעכט, אבער דער מעשה איז פיל ברייטער און גרעסער ווי דעם.
(דער באקאנטער ט"ז וועגען מרדכי הצדיק דארף איך ענק מסתמא נישט זאגען)

דו זאגסט "מען קען נישט אויפטון פאר אידישקייט מיטן זיצן פאר זיך אין ווינקל פון ביהמ"ד אפילו מען הארעוועט אין תורה די גאנצע צייט." דארט ליגט דער הונט באגראבען. ס'איז נישט דא אזא זאך ווי אידישקייט, מסורה, קבלה אין פסק, דעת תורה, קדושת ישראל א.א.וו. די זאכען זענען פראדוקטען פון די דמיונות פון מענטשען וואס האלטען נישט ביים לערנען. א איד'ס ארבעט אין דער וועלט איז זיך מכניע זיין צום תורה און נאר צום תורה. וואס מ'טוט דארף שטייען אין תורה, און אז מ'האט א ספק דארף מען זוכען אין תורה, און אז דו טרעפסט נישט, אם ריק הוא מכם הוא ריק. אמאל פאדערט דער תורה אז מ'זאל פארמאכען דער גמרא אויף עטליכע געציילטע מינוט צו טוהן עפעס, אדער צו שטיצען דער תורה לויט איהר כללים, אבער דאס איז אלס א חלק פון תורה. דער חזון איש האט אמאל צוגעמאכט דער גמרא, ווען ער האט איינגעזעהן אז מ'גייט טוהן קעגען דער תורה ווען ער טוט עס נישט. דאס איז אלס אונטער'ן רובריק פון תורה. אבער דער זאך ווי 'אויפשטעלען אידישקייט' וואס דאס האט נישט מיט אויסלערנען אידען תורה, דאס האט נישט מיט הכנעה צו תורה און נישט מיט וואס אידען באצייכענען זיך פון הר סיני.

און דעריבער האט מען אלס פארשטאנען אז ווען א מענטש גיבט זיך אפ אין די יונגע יארען נאר צו תורה, וועלען אלע זאכען וואס ער טוט שפעטער זיין א המשך דערפון. דער חזון איש פלעגט זאגען "קוק אהן דער חפץ חיים. ער האט געלערנט שטילערהייט זעכציג יאר, אבער דערנאך אין דרייסיג יאר האט ער געקערט א וועלט." ער דרוקט עס אויס אין אגרות און אין אסאך מעשה'ס פון די געדרוקטע. דער עיקר טובה וואס א מענטש קען טוהן פאר כלל ישראל (אפילו ווען דאס איז זיין ציל) איז צוצושטעלען גדולי תורה וואס קענען אסאך תורה, ווייל נאר פון זיי קע'מען עפעס ערווארט'ן. דאס איז אלס די מימרות פונ'ם חזו"א, וואס האט גוט איינגעזעהן די פרצות הדור און פארשטאנען פון וואנעט קומט דער ישועה.

דאס האב איך געזאגט, אז דער זעלבער בעל דברי יואל, מיט אזעלכע כוחות און כשרונות, ווען ער וואלט זיך נאר איבערגעגעבען צום תורה יונגערהייט, וואלט יעדער מעשה זיינע געהאט אן אנדערע'ן באגריף. דאס אויפשטעלען אידישקייט דאהי, מיט א קליינע אויג אויפ'ן לערנען פראגראם אין ישיבה, און א ברייטע קוק אויף וויאזוי אויסצולערנען קינדער וועגען די 'פייגלעך מיט דער בינעם', דער ארבעט וואס ער האט אריינגעלייגט אין בויען א קרן הצלה און אומאפהענגיגע מוסדות אין א"י, אבער כוללים האט ער כמעט נישט געבויט, איז א דירעקטער תוצאה פון דעם אז לערנען האט פארנומען א קליינער ארט ביי איהם. דאס קען מען נישט לייקענען, נאר אז דו ווילסט קענסטו זאגען אז פון איהם איז א ראיה אז תורה איז נישט אזוי וויכטיג.

יעדער וואס ווייסט קען מעיד זיין אז ר' אהרן קאטלער האט גאנץ ווייניג געקענט לערנען דאהי אין אמעריקא. דאס איז וועגען די גרויסע טרדות פון אלע ענייני הכלל וואס האבען איהם באזארגט, הן באמעריקא הן בא"י. אבער די אלע ארום איהם וואס האבען גערעדט מיט איהם שטענדיג, זענען בעיקר ארויס מיט א השגה פון דער וויכטיגקייט פון לערנען, ליגען אין לערנען, און לכה"פ שטיצען לערנען. דאס איז ווייל די אלע עסקנות זיינע איז געווען די עסקנות פון א מענטש וואס ווייקט זיך נאר אין לערנען.

און טאקע ווען די אלע עסקנות וואלט נאר געקומען פון לערנען, וואלט ביי-האר און ציונות געשפילט א קלענערע ראלע ביי איהם, ווייל זיי זענען אדער מנהגים און נישט הלכות פון תורה, אדער זענען זיי חיצוניות'דיגע ענינים וואס האט נישט מיטן עיקר. נישט די ציונות איז דער פראבלעם, נאר עקירת התורה והדת איז דער פראבלעם. (הייב נישט אהן מיט שלש שבועות, אין רמב"ם שטייט מפורש אז דער וועג וויאזוי משיח וועט קומען איז נישט עיקרי הדת, און קיינער קען נישט זאגען קיין בויך סברות אפצוווענדן אן אפענע רמב"ם) דאן וואלט ער געקענט וויסען אז דער תשובה צו זיי איז נישט 'פוי' און נישט צייטונגען ארטיקלען, נאר לערנען תורה מיט אידען און מחזק זיין אידען מיט לערנען תורה.

און טאקע, אז דו ברענגסט שוין דער חזון איש, דארט זעט מען דער חילוק פון א מענטש וואס לערנט און ס'גיסט זיך איבער פון זיין לערנען ביז איבערצוקערען א דור. דער חזון איש אין א"י האט בעיקר געטוהן צוויי זאכען. ער האט גע'פסקנ'ט פאר די פארמער'ס פון די מושבות, און ער האט געלערנט בחברותא און גערעדט אין לערנען מיט ישיבה'לייט. יעדער מענטש וואס האט זיך אנטקעגן געשטעלט קעגן די שטראם און געגאנגען לערנען אין ישיבה, האט געוואוסט אז אין בני ברק איז דא אן אדם גדול וואס וויל זיי מחזק זיין און גלויבט אין זיי און וועט זיך אפגעבען מיט זיי. אט אין דער שטילע אופן האט ער מצליח געווען אריינצודרינגען א כבוד און א שטאלץ אין זיין א לומד תורה, ומאלה נפצה כל הארץ. (דער מלחמה אויף גיוס בנות, הגם אז ביי ענק איז דאס מסתמא דער עיקר, איז א קליינע תקופה אין זיין לעבן. איך האב נישט קיין רעכט צו זאגן, אבער קען זיין אין חשבונות שמים אז ער איז געשטארבען אינמיטן דער מערכה, ווייל נישט פאר דעם האט מען איהם געלייגט אין דער וועלט. איך זאג נישט אז אזוי איז, נאר א מחשבה'לע זיין עיקר ארבעט איז געווען שטיצען לומדי תורה)

מ'דערציילט א מעשה: א סאטמארע נגיד איז געפארען קיין א"י, און אזוי ווי סאטמאר האט מכתיר געווען ר' דוד סאלאווייטשיק אלס גדול הדור, איז ער אריין ביי איהם. ר' דוד האט איהם אויפגענומען ווי מ'דארף אויפנעמען א גביר. דער גביר האט איהם געפרעגט "איהר זענט דאך א זוהן פונ'ם בריסקער רב, איהר קענט עפעס איבערזאגען". ר' דוד האט איבערגעזאגט א תורה פונ'ם בריסקער רב. דערנאך פרעגט איהם ר' דוד "צו וועלכע רבי באלאנגט איהר?" האט ער געענטפערט "כ'האב געלערנט ביים סאטמאר רב." האט איהם ר' דוד געבעטען ער זאל עפעס איבערזאגן פון איהם. זיצט דער נגיד און טראכט און טראכט. צום סוף זאגט ער "יא, כ'געדענק שוין. דער רבי זי"ע האט געזאגט אז דער וואס וועט שטיצען זיין מוסדות, וועט ער נישט שולדיג בלייבען."
לך בכוחך זה והושעת את ישראל
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

איין שטיק ליצנות. טאקע דאס איז ממש דער איינציגסטער מאמר נאכצוזאגן פון סאטמאר רב.
איך האב מיט אייך נישט וואס צו רעדן.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

שמעק,
ניין דאס איז דער מאמר וועלכער איז אויפן באוואוסטזיין פון א סטמאר חסיד שוטה.
ותו לא מידי.
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ר' ליטוואק פון בודא-פעשט: איך וואלט דיר געלייקט פאר דיין איצטיגן מאמר. דו זאגסט גאנץ גוטע זאכן. אבער ביסט א גוטער לץ אויכעט . דו לייגסט אראפ כאילו סאטמאר רב זצ"ל איז נאר געוועין ביזי מיט ביי האר און ציונות. ער האט נישט אויפגעמאכט קיין ספר. און אין די סאטמארע קהילה איז נישט געווען אידן תלמידי חכמים וואס לא פסיק פומייהו מגירסא. דו ברענגסט עפעס א מאדנע מעשה פון א איד א גביר וועלכער האט דעם קאפ אין ביזנעס און מפני טורח הדרך האט ער זיך פונקט נישט געקענט דערמאנען עפעס א מאמר אדער א חידוש פון זיין רעבין. דאס דארף זיין א ראי' אז אין סאטמאר עסט מען נאר קוגל און מ'איז ביזי מיט שטותים. קאמ-אן. ווען דו קומסט און זאגסט מיר אז דער ראש ישיבה אדער דיין אין סאטמאר האט נישט געקענט נאכזאגן קיין חידוש, ניחא.אבער דאאאס איז דאך סתם ליצנות. עניוועי. צוואנציג תגובות צוריק האב איך שוין געזאגט אז איך געב אויף אויף דיר. ס'איז נישט מיין תפקיד בעולם מיישר צו זיין דיינע עקמומיות שבלב (ומוח(. :roll: :? :lol: :x :P :oops: :cry: :o
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

בערל, א דאנק פארן ארויסשרייבן באריכות מיינע מחשבות.
מען נעמט א נארישע מעשה וואס האט - אדער יא אדער נישט - פאסירט, און מען מאכט דערפון א תורה שלימה, כאילו סאטמאר רב האט נישט משים געווען לילות כימים און געהארעוועט אין תורה כל ימי חייו, אנשטאט גיין שלאפן אין א בעט האט ער אפילו אין די שווערסטע צייטן געלערנט, און גראדע ער האט כסדר געפאדערט פון זיינע בחורים אך ורק תורה, נישט קיין חסידות, נאר שווערע סוגיות אדורכאקערן, זיין גאנצע חיות אויף דער וועלט איז געוען תורה, ממש כל רז לא אניס ליה, כידוע כמה מעשיות ווי ער האט זיך אמאל אויסגעדרוקט אויף די תוה"ק זאת נחמתי בעניי, נאך אלע צרות וואס ער איז אדורך און פארלוירן אלע קינדער בחייו ה"י.

צי מען קען טרעפן פעלערן אויף אים? מעגליך, ער איז נאך אלעם געווען א מענטש, און אפילו משה רבינו האט געקענט מאכן א טעות, אבער עטליעסט זעה אז דער פעלער זאל מאכן סענס אויף אים! אז דו ווילסט זאגן ער האט איבערגעטריבן מיט צניעות, ציונות, קען איך כאטש דערהערן דיין טענה, אבער אוועקמאכן זיין תורה און גאונות וואס דאס איז איינע פון זיינע שטארקסטע מעלות און מדריגות וואס גדולים וטובים גאונים זענען נשתומם געווארן דערפון צוליב א נארישע מעשה, איז ביליגע ליצנות.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

היימישער ליטוואק האט געשריבן:שמעק,
ניין דאס איז דער מאמר וועלכער איז אויפן באוואוסטזיין פון א סטמאר חסיד שוטה.
ותו לא מידי.

אין מביאין ראיה מן השוטים.
איך ווייס נישט צי איך בין א שוטה, אבער איך האב בעסערע מאמרים ווי דעם.....
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך נאר,,פרייליך »

היימישע ליטאים:
קוקט אביסעל א באריכות'דיגער שמועס פון צוויי און פופציג זייטען איבער'ן השתכחות דרך הבעש''ט געשריבען כמדומה דורך א סאטמארער
אולי וועלן אייך זיך בארואיגען

עי' בקובץ אשל אברהם שיצא לאור לאחרונה ונכתב ע''י שם המכונה ישראל ראקאוויער
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דאס איז געווען א וויץ, נישט קיין מעשה שהיה. און שמעקעדיג, אז דו האסט טאקע בעסערע מעשה'ס, ביטע אל תמנע טוב מבעליו, און ברענג זיי אפיר. זאלען מיר אלע הנאה האבען.

דער נקודה פון דער וויץ איז ארויסצוברענגען א נקודה וועגען די השפעה פון דער סאטמארער רב. מ'וויל אונז זאגען אז ס'איז זיין קדושה, תורה, קלוגשאפט, זכות אבות, א.א.וו. אבער למעשה כנראה ס'איז א חלק פונ'ם זעלבער פארטיי רייד און בלאף פון אלע אנדערע ערטער. אז די מענטשען וואס האלטען זיך זיינס ווייסען מער פון די געזעלשאפט זאכען און מעשה'לעך ווי פון די וויכטיגער זאכען קע'מיר לייכט זען וואס טוט זיך. און טאמער דו וועסט ענטפערען "וואס איז מיר א חילוק פארוואס מ'היט תורה ומצוות, אבי מ'טוט עס" לא מחכמה שאלת זאת. א יסוד פון בלאף האט נישט קיין קיום, און מ'האט נאך נישט געזען דער סוף פון די אלע זאכען. מ'קען זיך נאך טוישען, און מסתמא איז דא אנ אנדערע השפעה אויף סאטמארער אידען אחוץ די בלאף, אבער דאס וואס איז געבויט אויף בלאף האט נישט קיין עכטער קיום.

ר' בערעל - דו באשולדיגסט מיר מיט ליצנות. ווען איך וועל קענען אויפווייזען אז דער ליצנות איז נישט מיר, און למעשה האט מען אסאך מער געהערט פונ'ם בעל דברי יואל וועגען ביי - האר און ציונות ווי וועגען לערנען, און יעדער וואס האט געוואלט וויסען ואס ער האלט אויפ'ן אמת (נישט אויף צו פארענטפערען פאר א נעריש'ער ליטוואק) וועט קיינמאל נישט קענען זאגען אז לערנען איז געווען אן עיקר ביי איהם, וועסטו מודה זיין אז דער ליצנות איז גאר פון א צווייטען? אדרבה, מאכט א חשבון, ווי אפט האט ער גערעדט פון ביי-האר, און ווי אפט האט ער גערעדט פון לערנען?

מ'האלט שוין אינ'ם זיבעטער דף פון דער אשכול, און כל מיני מענטשען האבען פראבירט צו רעדען און פראקלאמירען וועגען דער בעל דברי יואל'ס גאונות הארעוואניע ברייטקייט וכדו'. איך האלט אין איין בעטען איין זאך: ווייז אויף. ווי איז דער תשובה, דער שטיקעל תורה, דער קלארער ראיה צו די אלע זאכען. ווען מ'פרעגט עס אויפ'ן אמת'ער גדולי תורה גדולי ישראל, קען איך עס גלייך אויפווייזען פון זייערע זאכען. פארוואס ווען ס'קומט צום סאטמארער רב איז שא שטיל, ס'לאזט זיך אויס מיט א קול רעש קטן. 'דער רבי איז געווען צדיק הדור, אנ"ד דעט"ס אי"ט". איין מאל פאר אלעמאל, ווייז אויף ותו לא.

טאמער ענק אלע וואלטען געווען גערעכט, און מנהיגי ישראל זענען געמאסטען לויט זייער טעטיגקייט און אויפטוהן, דארף מען זיך רעכענען היינט. ס'איז דא א איד, הרב באלד, וואס האט געמאכט אן איבערקערעניש. ער האט אויפגעשטעלט ארגון שיעורי תורה, און מסדר געווען שיעורים אין דער גאנצער וועלט. ער האט צוגעשטעלט תורה פאר יעדער איינער אין זומער, יו"ט חוה"מ וכדו'. (איך האב עס נישט פערזענלעך דערלעבט, ווייל אין לעיקוואוד איז דא גאנץ וויניג, אבער אזוי שטייט אין צייטונג). מסתמא איז ער מנהיג הדור, אדער כאטש ממנהיגי הדור. איז פארוואס גייט מען פרעגען סקולענער רבי'ן וועגן מאכען סיטיפילד אסיפות? פארוואס איז מט. סאלאמאן דער אדרע"ס פאר אזוי פיל שאלות אין דער וועלט? פון דעם קע'מען זען אז דער תירוץ פון מנהיגים איז נאר א תירוץ. ס'איז נישט קיין אמת'ער זאך, נאר דער וואס וויל זייער שטארק פיהרען ווערט א פיהרער. ס'איז נישט געבויט אויף א מיינונג אין מנהיגות, נאר הכנעה צו מאכט. און צום סוף ווערט דער דור אזוי אויפגעהאדעוועט אז די בעלי דעה זענען די עסקנים און די תהלים זאגער'ס, נישט תלמידי חכמים וואס קענען תורה. און ווען מ'פרעגט א שאלה, זוכט מען נישט צו וויסען וואס שטייט אין תורה וועגען דער זאך, ווייל דער נשאל קען דאך נישט מער ווי תהלים. און מ'האט זיך אויסגעדרייט פונ'ם ריבונות פון תורה, פון דער עבודה פון פאלגען דער מאמר פיו פון דער אויבעשטער וואס איז זיין תורה, נישט חלומות ומופתים.

נאר דער ענין איז, מ'איז געווארען פארגרעפט, מ'גלויבט שוין נישט אין דער כח התורה צו לייזען אלע פראבלעמען, און מ'איז שוין נישט מחנך די קינדער אין די רבונות פון תורה. ווען מ'זאגט א קינד אז לערנען איז דער עיקר, און למעשה מ'ברענגט איהם אויף ברכות און כבוד צו א תהלים זאגער, און ווען מ'זעט אן איידעלע תלמיד חכם וואס האט נישט די אנדערע קוואליטעטען פון תהלים זאגער'ס, שפעט מען אין איהם, בלייבט מען מיט א דור אהן תורה.

יא יא, זאג דיין קינד אז דער וואס עסט נישט אינדערויסען פון זיין שטוב און שלאפט נישט אין א בעט און דאווענט פינעף שעה א טאג, איז נישט אזוי חשוב בעיני התורה ונותנה ווי א איד וואס טרינקט 'חלב סתם' און דאווענט א דריי פערטעל שעה שחרית און שלאפט אין א בעט, אבער הארעוועט אין א תוספות א גאנצע טאג. זאג איהם אז דער וואס ענדיגט ש"ס יעדער יאר איז נישט אזוי וויכטיג ווי דער וואס פארשטייט אויפ'ן אמת וואס די הלכה מיינט. זאג איהם אז נאר מיט פלאג און מיה צו טרעפען דער אמת'ער פשט קומט מען אהן צום תכלית פון לערנען, וואס דאס איז וויסען וואס וויל דער אויבעשטער אין זיין תורה פון זיין פאלק. און ווען לערנען מיינט א פרומער זאך צו טוהן אזוי ווי שאקעלען לולב, און ווען יעדער סארט לערנען איז אייניג, און ווען גאנץ לערנען איז נאר אזוי ווי אלע אנדערע מצוות, בלייבט מען מיט א קרומע קוק אויף לערנען.

אגב, פאר דער וואס וויל וויסען, איך בין נישט קיין סאטמארער מחונך וואס איז היינט אן אויבער חכם און וויל לייקענען מיין עבר. איך זוך נישט צו שרייען אויף מיין טאטע זיידע און איך נוץ דער סאטמארער רב דערצו. איך בין טאקע א ליטוואק מיט אלע פירושים, ביי מיין טאטע אין שטוב האט מען גערעדט ענגליש און געדאווענט אשכנז און זאגאר געגעסען מאשין מצות פסח (פאר דער וואס האט געוואלט) און איך בין אויפגעהאדעוועט מער ווייניגער אזוי ווי איך רעד. ווען איך בין אנגעקומען אין אמעריקא און איך האב געזען סאטמאר און געליינט זייערע צייטונגען און זייערע געזעלשאפט, און פון חברים אין לעיקוואוד (יעצט אין וומסב"ג) און אין קר"י און ארום געלייינט וואס ס'איז דא, און גערעדט מיט מענטשען פון פארשידענע שטאנדפונקטען, און דערנאך זיך אליינס איבערגעצייגט פון די ספרים דברי יואל ויואל משה אגרות דברי יואל וכדו'.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
פארשפארט