נאר,,פרייליך האט געשריבן:אחי הליטאים !!
איים סארי טו טעל יו, אבער נעמען לייט וואס בסך הכל האבען זיי געקריגען א נייער דרך אין מאכען מאדנע חילוקים ולחדש כמה וכמה סברות כרס און דערויף באשליסען אז דא הייבט זיך אהן און דא ענדיגט זיך תורה, וזהו.....
איז אדער אפגעלייקנט אין עצם התורה, אדער בכלל ניש פארשטאנען וואס מען האט געגעבן אויפען בארג סיני.
סארי פאר'ן זיין אזוי שארף, אבער דאס טוט איר ליידער.
וואלט איר איבערגלייענט וואס
איך האב גשריבן, וואלט איר פארשטאנען. איך רעד נישט פון די חידושי תורה, פון די חילוקים און סברות. כידוע איז יעדע פאר דורות דא אן אנדרע דרך, און אין יעדע מקום אנדערש. חכמי ספרד/אשכנז/פרובינס/איטליה. דרך הראשונים, חילוקי ר"י פולק, פלפולי פולן/הונגריה/גליציה. וכו' וכו'.
(ומהאי טעמא, איז נישט קיין פירכא פון די תנועת המוסר, כאילו עפעס א אפנויג פון דער ליטווישן דרך. זו טעות. יעדער קולטור האט א גאנצער ספאקטרום און רענדש פון מיינונגען און סטילס, ואחד מהם זו תנועת המוסר. מקען מחולק זיין מיט איר, מקען האלטן דערפון אבער עס איז בתוך דעם גרויסן סטרוקטור פון דעם דרך בני תורה פון דעם ליטווישן חדר. ודוק כי קצרתי.)
נישט אין דאס ליגט בהאלטן דער נקודת החילוק.
הער איינמאל קלאר און פארשטיי.
דער חילוק איז צו איז תורה דער הויפט זאך, דהיינו לימוד התורה ווי עס שטייט אין חז"ל אז ביטול תורה איז חמור ושקול כנגד כולם וכו', אדער איז תלמוד תורה א מצוה ווי אלע מצוות.
די שאלה איז וויפיל מ'פראקטיצירט דאס למעשה.
די שאלה איז אויך וויפיל מ'רעד איבער דעם.
די שאלה איז וויפיל דגוש דו לייגסט אויף אנדערע ערכים, וואס דורך דאס ווערט אויטומאטיש דער ערך עליון פון תורה.
די שאלה איז וויפיל איז די הלכה קובע אויף הלכה למעשה. אדער פילינגס און כוונה און לשמה און דבקות און נגינה ושירים און מחשבה איז מער פרומינענט אין די מעשים.
די שאלה איז וויפיל בויעט מען אויף גמרא ושולחן ערוך. און וויפיל אויף מעשיות'לאך, אדער סו-קאללד "עובדות", פון רביס און חסידים פון רבי'ס.
די שאלה איז וויפיל בויעט מען אויף נגלות התורה און וויפיל איז גבייסט אויף סו-קאללד קבלה און נסתר.
טייל רביים פעססן דעם טעסט אויף טייל שאלות, אבער דוק ותשכח אז אויף אנדרע שאלות זענן זיי גנוג מעססד-אפ...
ובל"נ עוד אמשיך בזה.