א דילעמא מיט מיין פלאריסט

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
משולם שטיינפעלד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 975
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 5:48 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

א דילעמא מיט מיין פלאריסט

שליחה דורך משולם שטיינפעלד »

היום ערב שבת קודש.

ווי מיין מנהג די לעצטע פאר יאר, בין איך מיר נוהג צו קויפן צוויי פרישע הדסים יעדע ערב שבת קודש, לכבוד שבת קודש. איינס קעגן זכור און איינס קעגן שמור.

אין פרינציפ בין איך גאר א שטארקע חסיד פון איינקויפן ביי אידישע געשעפטן. און דער פראדוקט איז נישט אנדערש, איך קויף די הדסים ביי א אידישע פלאריסט. טראץ דעם וואס אויף די גאס קען איך קויפן ביי די בלומען פעדלער פאר ביליגער ווי אין געשעפט, און איך קען אפילו קויפן ביי א גוי אין געשעפט פאר ביליגער, אף על פי כן, קויף איך דאס ביים איד, פאר די טייערע פרייז פון דריי טאלער. אויפן גאס קען מען עס באקומען פאר צוויי, אפילו פארהאן אן ארט וואס פארקויפט עס פאר בלויז א טאלער.

געווענליך, יעדן ערב שבת, גיי איך אריין אין געשעפט, אזוי ווי ער באמערקט מיר, גיבט ער א שאקל מיטן קאפ, ווי צו פרעגן, "הדסים"? איך שאקל צוריק, ער גיבט מיר די הדסים, איך גיב אים די דריי טאלער, און מיט א גוט שבת אויף די לעפצן פארלאז איך דעם געשעפט מיט די צוויי בדי הדס אין די האנט. דער וועכנטליכע אויסטויש האלט שוין אן א שיינע פאר יאר.

היינט, בין איך אריין צו אים אין געשעפט, אין כרגיל יעדן ערב שבת, איז געווען די שאקל מצדו, אין די שאקל אויף צוריק מצדי, אבער דא האט זיך געמאכט א פראבלעם. איך האב געהאט אין טאש בלויז א פינעווער און צוויי סינגעלס, און ער האט נישט פארמאגט קיין רעשטע פון קיין פינעווער.

די אויספיר פון דעם עפיזאד וויל איך נישט ארויסשרייבן קלאר, אבער מאיזה סיבה האט עס מיר דערמאנט פון די קאלום אין "דער איד" "פארוואס אנטלויפט מען פון די היימישע געשעפטן"....
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

שליחה דורך ידען »

שיק יענעם דעם ארטיקל פאר געזעגענונגס מתנה ;)
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל

שליחה דורך שמואל הלוי »

איך האב שטארק מיטלייד מיט דיר משולם, איי עם פילינג יוער פעין.
עס איז זייער נישט גערעכט פונעם געשעפט אייגענטומער, ספעציעל ווען ער קען דיר, און דו ביסט א "סטעדי" קאסטומער.

---
אז מ'רעדט שוין פון דילעמא'ס דערמאן איך זיך א "דילעמא" וואס איך האב געהאט אין גראסערי אין טאג פון בדיקת חמץ.

וכך היה המעשה: כדרכי בקודש פיר איך זיך איינצוקויפן אין עטליכע גראסערי'ס, משום סיבות שונות, איין גראסערי די ביליגסטע פון אלע איז מיין סטעדי גראסערי פאר די שבת ארדער'ס, אין א צווייטע פאל איך אריין גאר אפט בלויז ווייל איך בין נאנט מיטן אייגענטומער, און ווי אויך א שטיקל מחותן מיט אים, און אין א דריטע צוליב וואס ער איז אפן ביז גאר שפעט און אזוי אויך עפענט ער גאר פרי וואס קומט זייער צוניץ אסאך מאל ווען די אנדערע זענען נישט אפן.

מיר וועלן יעצט רעדן פונעם דריטן גראסערי וואס איז אפן פון גאר פרי ביז גאר שפעט.

אין יענעם גראסערי פלעג איך די ווייניגסטע איינקויפן, פשוט ווייל ס'איז די ווייטסטע פון מיר, און אזוי אויך איז די פרייזן דארט גאנץ טייער, אבער דאך האט זיך געמאכט אז כאטשיג איינמאל א חודש האב איך דארט איינגעקויפט.

אזוי האט עס אנגעהאלטן קרוב צו דריי יאר, און במשך די צייט איז אויסגעקומען אלס מער און מער איינצוקויפן דארט, און אין די וואכן פון בעפאר פסח האב איך גאנץ אסאך איינגעקויפט דארט, און אלס ווען איך פלעג דארט איינקויפן פלעג איך באצאלן אויפן פלאץ, מיט פ.ס. אדער קעעש, איך האב דארט קיינמאל נישט געוואלט מאכן א חוב כאטשיג איך האב דארט געהאט א אקאונט (וואו זיי האבן געהאלטן די אינפארמאציע פון מיין אדרעס און טעלעפאן נומער צו קענען ארויפקלעבן סטיקער'ס אויף די באקסעס וואס מען האט געדארפט דעליווערן, היות רוב מאל האב איך נישט קיין קאר).

ויהי ביום י"ג ניסן שנת תשע"ב, בין איך געווען איינקויפן אין א דערנעבענדיגע הארדווער סטאר, און אזוי ווי איך בין שוין דארט געווען ממש נעבן גראסערי ג' האב איך אהין אריינמארשירט, און גענומען איינקויפן כל טיב וטוב פאר יו"ט פסח הבעל"ט, אריינגערעכענט דעם מרור און דעם כרפס און די חרוסת צוגעהערן וכו'.

ווען ס'איז געקומען צום רעכענען האב איך דערזעהן אז מיין פ.ס. קארטל איז ליידיג, ס'איז געווען פונקט איין טאג בעפאר ס'האט געדארפט אריינקומען די פרישע (ד.ה. ערב פסח) און דאס ביסל קעש וואס איך האב פארמאגט האב איך נייטיג געברויכט האבן פאר א צווייטע צוועק, דעריבער נאכן רעכענען האב איך געבעטן צו מען קען עס ארויפלייגן אויף מיין אקאונט, און איך וועל אי"ה אריינקומען ערב פסח פארמיטאג באצאלן, ד.ה. ביז 24 שעה וועט עס זיין באצאלט.

אבער דער חברה מאן וואס איז געשטאנען ביים רעדזשיסטער קוקט מיר אן מיט צוויי קאנטשי אויגן און פרעגט מיר "ביסט א נייער דא אין שטאט?", זאג איך: "ניין איך וואוין שוין דא עטליכע יאר צום גוטן כולן שוין לטובה, נאר איך קויף נישט אזוי אפט איין דא".

אזוי? דו קויפסט נישט איין דא אפט? ער רופט תיכף אריין צום מענעדזשמענט אפיס פון געשעפט אז "א נייער קאסטומער איז דא און ער וויל אויפשרייבן".

די תשובה איז ווי פארשטענדליך געקומען אז ניין...

איך זאג אים "איך בין נישט קיין נייער", איך האלט אין איין איינקויפן דא, נאכדערצו לעצטנס קויף איין דא אלס מער און מער, גיב נאר א קוק נאך אויפן קאמפיוטער.

ס'האט אבער גארנישט געהאלפן... "נאר סטעדי קאסטומערס וואס קויפן איין ממש יעדע וואך זייערע שבת ארדער'ס זענען ערלויבט אויפצושרייבן"!

איך האב פרובירט איינצוטענה'ן אז ס'איז בלויז פאר 24 שעה, מארגן קום איך אריין מיטן קארטל באצאלן, ס'איז יעצט פאר פסח און איך האב נישט קיין אנדערע געלט יעצט.

אבער הוא בשלו, ער האט זיך געהאלטן ביי זיינס, און איך האב געמוזט פארשעמטערהייט אינעם פארנומענעם בדיקת חמץ טאג צוריקלייגן אלע זאכן פון ווי איך האב עס גענומען, און איך האב פארלאזט דאס געשעפט זיך געזעגענענדיג מיט איר אויף לעולם ועד, און איך האלט עס טאקע ב"ה אן, איך טרעט מער נישט אריבער דעם שוועל פון יענעם גראסערי.
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

Re: א דילעמא מיט מיין פלאריסט

שליחה דורך איחוד פעלד »

גאנץ שיין פאר צוריקלייגען די זאכען.
למעשה האסטו דיך שומן אויף געסעט אן אקיינט דארט?
יאך האב אקיינטס אין בערך פיר גראסערייען און אלע שרייבען אויף בתשואות חן.

Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

און איך האב געמוזט פארשעמטערהייט אינעם פארנומענעם בדיקת חמץ טאג צוריקלייגן אלע זאכן פון ווי איך האב עס גענומען

דא האסטע מיך אויפגערעגט!!! :evil: :evil:
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

מענין לענין (שלא) באותו הענין, זייענדיג אין מיין לאקאלען גראסערי דעם דאנערשטאג איז אנגעקומען א דעליווערי פון געבעקסן. אזוי אויספאקענדיג די געבעקסען איז איין שאכטל קרעימעש קעיג אראפגעפאלן ארצה, די שאכטל האט זיך צועפנט אין די קעיק איז אראפגעפאלן אויף די באלאטעס. דער באלעבוס האט מקיים געווען דעם ויפן כה וכה וירא כי אין איש (אזוי האט ער זיך איינגערעדט עכ"פ) און האט ספאנטאן א פאק געטאן דעם קעיק צוריק אינעם שאכטל (מיט די בלויזע הענ, מיינד יו) און איר צוריק געלייגט אויפן שעלף.
דאס איז בעצם א זאך וואס פאסירט מסתמא אין סיי וואס פאר א געשעפט, אבער דאס צו טון דאנערשטאג נאכט ווען די געשעפט איז פול, האלט איך איז סתם א זלזול אין די קאסטומערס.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

נאך א דוגמא ווי געוויסע אין אונזער ציבור פארשטייען נישט צו קאסטעמער סערוויס, עס איז דא אסאך געשעפט אייגענטומער וואס ווען א קאסטעמער קומט אריין אין געשעפט אפילו דער שעפט איז ליידיג, וועלען זיי זיכער מאכען צו זיין פארנומען מיט עפעס צו מיטען בלעקבערי אדער פירען א וויכטיגע שמועס אויפען טעלעפאן, מיטען איינרעדעניש אז אויב דער קאסטעמער וועט זען אז איך בין א ביזי מענטש וועט ער זיכער קויפען ביי מיר, משא״כ אויב איך גיי מיך אראפלאזען צו אים וועט ער מיינען אז איך בין נישט גענוג קיין גרויסער ביזנעסמאן און ער וועט זיך זוכען א צווייטע געשעפט. טייערע געשעפטסמאן ווען איך באקום אזא סארט סערוויס בין איך מקפיד צו זיכען א צווייטען וואס פירט נישט אזעלכע פארצווייגטע געשעפטען.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
פארשפארט