היימישע עולם שאקירט פון אפענע שקרים אין די חרדישע צייטונגען

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

עס איז די נאטור פון די וואס ליידען פון א שווערע יוגנט צו קוקן אויף די גאנצע וועלט ווי רודפים און האלטן אז יעדער וויל זיי אונטערברענגען דעריבער האב איך פון אנהייב געזאגט אז ער דארף פראפעשאנאל הילף אים ארויסצושלעפן פון די לאך און אים אויסהיילן זיין צובלוטיגטע נשמה
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

נאטרוליסט האט געשריבן:
איש עברי האט געשריבן:איר שרייבט כאילו סאיז דא צוויי צדדים אפילו משה אריה פרידמאן זאל זיין 200 פראצענט גערעכט איז ער נאך אלעמען א יחיד און ער קען טאקע מאכן אסאך שאדן אבער דאס וועט סוף כל סוף שאדן מאכן פאר אים מער ווי פאר אנדערע,
און אגב איך מיין אז ר' אהרן שיף איז א מענטש מיט וועם מען קען פארהאנדלען און ווען ער זאל ארויפגיין צו אים און זאגן אז ער וויל אנהייבן א ניי בלעטל וואלט ער ארויס א געווינער


אויב דו ווייסט ווער משה ארי' פריעדמאן איז, און וועמענס פלימעניק ער איז, איז א שאד יעדעס ווארט.

נחום ראזנבערג אין אנטוורפן: גענוג קלאר?


עס איז נישט קיין פארגלייך נחום איז א שלעכטע מענטש צו יעדן איינעם, ער זעהט אויס צו זיין מער א רחמנות ווי א שלעכטע מענטש
מיילעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 84
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 02, 2013 7:18 am
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

שליחה דורך מיילעך »

קיינער האט דא נישט אויפגעברענגט דעם רעיון כאילו ער האלט אז די גאנצע וועלט זענען רודפים, נאר די מדובר איז געווען פון געוויסע יחידים אדער פון א געוויסען ציבור, און ווי שוין געזאגט זעהט ער אויס צו זיין א זעהר העפפי מענטש וואס לעבט און לאכט, און איך ווייס נישט פון וואו איר נעמט די דמיונות אז ער דרייט זיך ארום פארווייטאגט אדער מיט א שווער הארץ אדער אז ער זיכט צו שפילען נרדף.

בכל אופן זעה איך אז איר ווילט האבען דעם לעצטען ווארט, איך שענק עס אייך מיטען גאנצען הארץ, און איך ווינטש אייך דאס בעסטע.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

פארשטייט זיך אז די ביהמ"ד וואס דו האסט געגנבט און דערנאך צוגעשפארט אין ווין דארף דיך איבערבעטן אבער דו ביסט זיי גארנישט מחויב.

פארשטייט זיך אז די צוויי ספרי תורה וואס ער האט פון דארט געגנבט און וואס מען האט געטראפן ליגן אויף די ערד בביזיון וון האט אויפגעבראכן די טיר דארף עם איבערבעטן אבער ער איז זיי גארנישט שולדיג.

פארשטייט זיך אז דער קעטערער וואס האט זיך געשלעפט פון לאנדאן קיין ווין ווי משה אריה האט באשטעלט א בר מצוה מכל טוב וטב כאחד הנגידים אבער האט עד היום נישט באצאלט קיין פרוטה אחת דארף דיך איבערבעטן אבער דו ווייסט נישט וואס מען וויל פון דיר.

פארשטייט זיך אז נחום קליין וואס האט רחמנות געהאט און אריינגענומן דיינע טעכטער און ווען ער האט דיר אנגערופן בעטן שכר לימוד האסטו עם געסטראשעט אז די וועסט ם מסר'ן מיט אלעם בייזן אויב ער רופט דיך נאך איין מאל (שמעתי מפי ר' נחום בעצמו) דארף דיך איבערבעטן אבער דו קענסט ווייטער פארקויפן דינע שקרים וואס נאר דו אליינס גלייבסט.

פארשטייט זיך די מוסדות אין ווין וואס האבען אריינגענומן דיינע קינדער ובשכר זה האסטו זיי באלייסיגט מיט א קלאגע פון דריי מיליאן יורא דארפן דיך איבערבעטן אבער דו ביזט דאך פשוט א צדיקל.

פארשטייט זיך מוסדות מיר וואס דיין תכשיטל האט געפעלשט טשעקס אין די גרויסע נאמבערס דארף דיך איבערבעטן אבער דו ביסט אמאל באגאנגן א עוולה? ווי וואס ווען?

פארשטייט זיך אז די צוויי ברידערס וואס האבען דיר געבעטן א טעכנישע טובה זאלסט לייגן א הויז אויף דיין נאמען און דערנאך האסטו עס פשוט פראבירט צו גנבנן פון זיי און געמסרט אויפן ערגסטן אופן דארפן דיך איבערבעטן אבער דו ביסט צח כשלג.

פארשטייט זיך דיין אייגענע שוויגער די אלמנה וואס די האסט דיך איינגעבראכן אין איר הויז און געטוהן דארט כאוות נפשך כאילו עס איז דיינס און זי מוז זיצן אין קארט צוריקצובאקומן איר אייגן הויז דארף דיך איבערבעטן אבער דו ביסט כתינוק בלי חטא.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
מיילעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 84
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 02, 2013 7:18 am
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

שליחה דורך מיילעך »

איך אויך = אברהם חיים פרידמאן?
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

יא.
(אזוי זעהן אויס אלע דיינע תשובות)
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
מיילעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 84
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 02, 2013 7:18 am
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

שליחה דורך מיילעך »

איך אויך - האסט פארגעסען צו שרייבען וועגען די שולדיג געבליבענע רענט פאר דיין חבר אלעקס גוראוויטש Alex Gurovitz!

אויך האסטו פארגעסען צו באריכטען איבער די סיבות פארוואס שמעון ישראל פערלמוטער איז יעצט אנטלאפען פון אמעריקע.

Please advise us as to how and why Israel (Sam) Perlmutter disappeared now as a fugitive?
באניצער אוואטאר
DotCom
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 631
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 10:51 pm
געפינט זיך: בין פיתום לרעמסס
האט שוין געלייקט: 299 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 573 מאל

שליחה דורך DotCom »

איך פאנג שוין אן ארויסצוהאבן עפעס, פנחס קארנפעלד האט געהארגעט שטארק ווייל ער האט געוואלט באקומען די גלאנץ דירה, אבער גוראוויטש האט עס שנעל איבערגעשריבן פאר אברהם חיים פרידמאן, אלס נקמה איז פערלמוטער געפלויגן קיין אנטווערפען אפשפארן די מוסדות, מאכט סענס?
לול'ן לול'ט ווער ס'לול'ט דער לעצטער (-י.ל.)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

ווי דיין רבי פלעגט דיר זאגן קאנסט דאך יא.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
פאטעטע קוגל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 22
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2013 10:34 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

שליחה דורך פאטעטע קוגל »

מיילעך האט געשריבן:משה אריה פרידמן האט זיך באזעצט אין אנטווערפען 2 יאר צוריק, נאך דעם וואס ער האט זיך שוין געהאט אינגאנצען אפגעלאזט פין זיין עבר פון אירן וכדו׳ און האט אלעס איבערגעדרייט מקצה אל הקצה פאר א שיינע פאר יאהר.ארטען פון פרידמאן

געבסט אזא מאך אוועק די איראן פרשה כאילו האסט בטעות בשעת'ן שערן די נעגל פארגעסן אויסצולאזן א פינגער און די געבסט אזא מאך מיט די הענט, שוין ער האט שוין תשובה געטוען.
ניין דו האסט געטוען די סאמע ערגסטע זאך וואס א בשר ודם קען צוקומען, און דו האסט חרטה,
איז לאמיר דיר עפעס מסביר זיין שיינערהייט, דו ביסט מודה אז דו האסט געלעבט יארן לאנג אין א שרעקליכע טעות, מ'האט דיר באשמיצט און באזידעלט און דו האסט געהאלטן אז דו ביסט גערעכט און פארשטייסט בעסער, איז אריבער אפאר יאר און דו הייבסט א ווייסע פאן, שרייסט רבותי עטץ זענץ געווען גערעכט.
איז פרעג איך דיר, אפשר לעבסטו ווידעראמאל אין א שרעקליכע טעות, אפשר וועסטו נאכאמאל זעהן אז די עולם איז גערעכט, ווען דו זאלסט ווען צוהערן דעמאלץ צו קלוגע מענטשען וואלסטו נישט אזוי שלעכט געענדיגט. ניין?

מוישעלע טייערע, מיט אפאר פראווייטע סעשענס ביי א פסיכילאג קענסטו טוישן דיין לעבן, פאר לייף.
אויב דו זוכסט די פאסיגע ווערטער, קענסטו עם פארציילן אז דו ביסט א שטילע שעפעלע וואס טשעפעט נישט קיין פליג, און כלל ישראל האט געזוכט עפעס איינעם וועם צו רודפ'ן און פאר סאם ריזען ביסטו געפאלן א קרבן, אין בין זעכער אז ער וועט דיר באשרייבן א ריכטיגע פוסקרופשען.
געדענק א משוגענער קען זיך נישט גלייבן אז ער איז נארמאל.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

ער קען אפילו בטעות נישט זאגן קיין ווארט אמת ,ער טרעפט זיך עד היום רעגילמעסיג מיט די מוסלומענער און זיי האלטן עם אויס אין א דירה מחוץ למחנה ווי ער וואוינט ווי א מצורע.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום גאסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: קללות זענען נישט ערלויבט
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
על המחיה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 341
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 8:40 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 215 מאל

שליחה דורך על המחיה »

למען תדע פון היינט יום ג' פר' משפטים
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
שאלו החכם: במה יתנקם אדם משונאו? אמר: שיוסיף מעלה יתירה בעצמו (רבי שלמה אבן גבירול)
באניצער אוואטאר
DotCom
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 631
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 10:51 pm
געפינט זיך: בין פיתום לרעמסס
האט שוין געלייקט: 299 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 573 מאל

שליחה דורך DotCom »

דער פנחס קארנפעלד באוויינט די אינטערנעט אז עס לאזט אים מער נישט פארקויפן זיין זייט אן ווערן געטשעלנדשזט, איי פיעל בעד פאר הים אלס איינער וואס האט געפירט א שטאט יארן לאנג ביד תקופה אזוי ווי אין דער אלטער היים ווי ער האט אונטערגעברענגט זיינע שונאים נאך פאר זיי זענען אויפגעקומען און אויפאיינמאל דארף ער זיך פארמעסטן מיט קליינע עזות פנים'ער וואס זיצן אנאנים אויף די אינטערנעט... אזא חוצפה יסגי האבן אפילו חז"ל נישט גערעדט.

אבער דאס איז עס די אינטערנעט איז היער טו סטעי, אדער רעדסטו צום זאך אדער זיי שטיל, סתם שעלטן אויף די בלאג'ס איז פונקט אזויפיל ווערד ווי פרידמאן מיט זיינע ליגנטס.
לול'ן לול'ט ווער ס'לול'ט דער לעצטער (-י.ל.)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

נעם אוועק קארנפעלד ,פרידמאן ,געריכט וואס זאגט ער דען אזוי שלעכט?
זיין נקודה איז וואס ער ברענגט פון גאבעללעס ימש"ו אז די שליסל צו זיין סוקסעס איז ער זאגט איבער א ליגענט אזוי פיל מאל ביז מען גליייבט עס.

והשנית ,ער אינדעציפירט זיך מיט זיין פולן נאמען ,ער האט די ביצים צו שטיין אונטער זיין ווארט ,א בלאג/פארום איז אנאנימער באשמוצער שקרנים.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

ער באציהט זיך ספעציפיש צו איין בלאג וואס דאס איז חיים שאולזון וואס שטעלט אהן א פנים פון א פייטער קעגן קארופציע אבער איז א קארופטירט פארדארבענע שלעכטע פארשוין וואס זוכט צו באגראבן און באשמוצן קהלות און יחידים און עס איז טאקע א בושה אז זיין בלאג איז פאפולער ביי מענטשן וואס פאררופן זיך אלס נארמאלע באזעסענע מענטשן, די בלאג איז - חוץ פון דעם וואס סאיז פול מיט רשעות - אויך אומקאמפעטענט און עס גיסט זיך דארט ליגנט מיט סתירות און דער עולם קויפט עס ווי הייסע סחורה. פויייייי
באניצער אוואטאר
דער שכן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 477
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 21, 2014 10:17 am
געפינט זיך: בין תנור וכיריים - בין קיעבארד לטאטשבארד לסמארטפאון.
האט שוין געלייקט: 635 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 162 מאל

שליחה דורך דער שכן »

איש עברי האט געשריבן:ער באציהט זיך ספעציפיש צו איין בלאג וואס דאס איז חיים שאולזון וואס שטעלט אהן א פנים פון א פייטער קעגן קארופציע אבער איז א קארופטירט פארדארבענע שלעכטע פארשוין וואס זוכט צו באגראבן און באשמוצן קהלות און יחידים און עס איז טאקע א בושה אז זיין בלאג איז פאפולער ביי מענטשן וואס פאררופן זיך אלס נארמאלע באזעסענע מענטשן, די בלאג איז - חוץ פון דעם וואס סאיז פול מיט רשעות - אויך אומקאמפעטענט און עס גיסט זיך דארט ליגנט מיט סתירות און דער עולם קויפט עס ווי הייסע סחורה. פויייייי


יעך פארשטיי. ער איז אן אויסגעשפראכענער רשעות פון יארן לאנג מיט'ן "פנים חדשות" און נאך אויסגאבן.. אבער די אינפארמאציע וואס ווערט געשריבן דא אינעם ווארימען גערויך פון קאווע אינעם קאווע שטיבל איז אבער אויך נישט אסאך מאסגעבן. אוואו יא?
דער שכן - שכן טוב - נעיבער - Neighbor
בדרך שאדם רוצה לילך ([בה]) מוליכין אותו. אזוי איז עס, און אזוי גייט עס.. אבער נישט: אזוי ווילעך און אזוי וועט עס זיין.. ראָהּהנג!
מיילעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 84
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 02, 2013 7:18 am
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

שליחה דורך מיילעך »

מנהל בית הספר יסודי התורה באנטוורפן: אנו מופתעים לטובה מהמוטיבציה של ילדי פרידמן וב"ה אין כל בעיות הפרשה הסתיימה הרבה יותר טוב ממה שחשבנו

111112.jpg


די מוסדות אין אנטוורפן נעמען יעצט צום ערשטען מאל שטעלונג אין די פרעסע בנוגע די פרשה פון די קינדער פון משה אריה פריעדמאן.

קיצור הדברים: די אנטווערפענע יידישע מאנאטליכע אויסגאבע יאדס אקטועל (Joods Actueel) פרעגט דעם פרעזידענט פון די מוסדות אז מען האט געזאגט אז ארייננעמען די קינדער וועט ברענגען מיט זיך פראבלעמען, און יעצט זענען די קינדער שוין זייט דעם נייען שוליאר אין די מוסדות, צו זענען בכלל עפעס פראבלעמען אינטערגעקומען?

די פרעזידענט פון די מוסדות ענטפערט מיט 2 זאכען:

1- איז קיינמאל נישט געווען די האלטונג פון די מוסדות נישט צו נעמען די קינדער אדער א חשש פון ברענגען מיט זיך פראבלעמען. נאר אדרבה די מוסדות האבען נאר געהאלטען אז די השקפות פונעם טאטען איז נישט אין איינקלאנג מיט די השקפה פון די מוסדות. די געריכט האט דאס אפגעווארפען און געפסקנ׳ט אז דאס איז נישט קיין סיבה אויף נישט אנצונעמען די קינדער, און מיר האבען גלייך מקבל געווען דעם פסק און אריינגענומען די קינדער.

2- ס׳האט זיך אלעס ארויסגעשטעלט נאך סך בעסער ווי מען קען זיך פארשטעלן, און ביז יעצט (און לאמיר האפען אז עס וועט אזוי בלייבען) האט עס נישט געברענגט מיט זיך אפילו דאס מינדעסטע פראבלעם. די קינדער זענען זייער גוטע קינדער, און סיי די איבערגאנג און סיי די פוזיטיווען סוף פון די פרשה האט זיך געענדיגט נאך אסאך בעסער ווי אונז האבען זיך בכלל געקענט פארשטעלן. ענדע.


והנה התירגום מראיון ״יודס אקטועל״ עם הרב איזי מורזל מנהל ביה״ס יסודי התורה באנטוורפן:

יודס אקטועל: עכשיו נעבור לעניין אחר לגמרי. תחילת שנת הלימודים הנוכחי בית המשפט חייב אתכם לקבל את ילדי משה אריה פרידמן. אז, היו כאלו שחששו שהדבר יגרום לבעיות. האם היו להם ממה לחשוש והבעיות אכן באו?

איזי מורזל: עמדתנו היה שאורח החיים וההשקפות שלו, בלי לרדת לפרטים, לא עולים בקנה אחד עם אלו של בית הספר. בסופו של דבר, השופטים היו בדעה שההשקפות של האבא אינם סיבה לסרב את קבלת הילדים.

אנחנו קיבלנו על עצמנו את פסק השופטים וקיבלנו את הילדים, ועד עכשיו, ובואו נקווה שככה זה יישאר, המצב לא גרר איתו שום בעיה. הילדים יש להם גם מוטיבציה טובה ובסופו של דבר היו המעבר וסיום הפרשה אפילו טוב יותר ממה שציפינו.


http://bshch.blogspot.be/2014/02/blog-post_6677.html
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
שלום-וברכה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 45
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 02, 2014 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

די פרשיות פין אנטוורפן-משה ארי פריעדמאן

שליחה דורך שלום-וברכה »

א סאך מוסר-השכל׳ס קען מען לערנען פין די פרשות וואס געהאלטען אין אטעם פאר א שטיק צייט כמעט די גאנצע חרדיש׳ע וועלט אין האט זיך צים סוף ארויס-געשטעלט צי זיין איין גרויסע ליפט באלאון.
בכל אופן האט זיך ווי עס זעהט אויס אלעס ארויס געשטעלט פינקט די פארקערטע ווי מ׳האט פראבירט צ אראפלייגען.

בין איך גערעכט?
שלום-וברכה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 45
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 02, 2014 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

Interview עם הרב איזי מורזל נשיא ביה״ס יסודי התורה

שליחה דורך שלום-וברכה »

נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

כ'האב גארנישט געוויסט וויפיל מאל מ'קען מגולגל ווערן דא אויף די וועלט
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
שלום-וברכה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 45
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 02, 2014 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

אנטווערפן

שליחה דורך שלום-וברכה »

נהורא נפישא

וואס מיינסטו דא צי זאגן?
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

משה-אריה-מיילעך-שלום וברכה איך מיין די קענסט שוין טוישן די קעפל דער היימישער עולם קומט שוין מער ווייניגער צו זיך פון די געוואלדיגע שאק, און איך מיין אז נאך אזויפיל גלגולים האסטו שוין געענדיגט דיין תפקיד דא אין שטיבל און קענסט גיין זוכן ערגעץ אנדערש ווי צו אויסגיסן דיינע אפפאל
פאטעטע קוגל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 22
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2013 10:34 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

שליחה דורך פאטעטע קוגל »

זיצט א איד עלענד אליין ווי א מצורע ערגעץ ווי פארשטיפט אין אנטוורפען, נעבעך גייסטיש משוגע, אין טראכט צו זיך מיט ביטערניש, די עולם האט שוין לאנג נישט געהערט פין מיר אויף די נייעס, די טעלעפאן קלונגט שוין נישט, וויאזוי קען איך אפטוען פאר די מענשטהייט אז יעדער נארמאלע מענשט זאל ווערן אויפגעשוידערט? איך האב שוין אלעס פראבירט פין ווערן וועלטס קנאי אין זיך טרעפן מיטן גרעסטן רוצח ביז ווערן די גרעסטע ציוני אז מיינע אינגעלך זאלן לערנען מיט מיידליך.
סא וואס טוט מען יעצט?
ביז ס'האט אים אויפגעבליצט א מורא'דיגע איינפאל, די אינטרנט, מ'וועט אריינשרייבן מאמרים צו שאולזון, אין זיך ארום טענה'ן אויף קאווע שטיבל, מ'דארף שוין נישט אז מ'זאל קלינגן אופן טעלעפאן, מ'וועט אויפמאכן יעדע טאג א צווייטן ניק אין די עולם וועט צופלאצט ווערן.
אין.... יא ס'איז געלונגען..... ער רייבט שוין זיין הענט מיט ניצחון... חא חא חא..
אבער מורי ורבתי לאמיר אים נישט געבן די געלעגנהייט זיך אויסצוגיסן זיין שמיציגע וואסער דא אין שטיבל, אין א יעדעס מאל וואס מ'טרעפט א מאמר לטובת המסור הידוע זאל מ'פשוט גארנישט מגיב זיין, לאזן ווייטער עלענד אליין.
מ'בעט פין די עולם אז מ'זאל דא ענדיגן די אשכול. (העכסטענס קען מען געבן א לייק)
פארשפארט