קאלעפארניע מאמע פארלירט 2 זוהנען צו ביקס געוואלדאטן, 19 טאג אפגעריקט
די שיסעריי פון צוויי ברודער אין דריי וואכן צייט אפשניט לאזט איבער א קאלעפארניע מאמע טרויערן די פארלוסט פון אירע איינציגע קינדער.
דיניאל ניו, 41, איז מודה אז זי האט נישט געהאט די אייגענע כוחות צו אפציעל אידענטיפיצירן אירע ביידע זוהנען, נאר אנשטאט האט זי געבעטן א קרובה עס צו טאן פאר איר, באריכט SFGate
אום דעצעמבער דעם 31סטן 2013, ניו'ס יונגערע זוהן, 13 יעריגער לי וועדערסבי, איז געשאסן געווארן אויף טויט אהיים שפאצירנדיג פון די אוקלענד בויס ענד גוירלס קלאב. ניינצען טאג שפעטער, איר עלטערע זוהן, לאמאר ברוסארד, 19, איז געשטראבן ווען א קאר ווי ער און זיין חבר זענען געווען איז באפשריצט געווארן מיט קאולן, KGO באריכטעט
"איינער פאלט דורך די קינדער," האט ניו געזאגט פאר NBC אין די בעי געגנט, "זיי שפירן ווי ס'איז בסדר צו מערדערן די קינדער. זיי האבן קיין שום חרטה אנדער פארשטענדעניש נאכדעם."
די מאמע געבט א אינטערוויו פאר NBC
צו "האבן מער קיינע קינדער" האט צוגברענגט זי זאל צווייפלען אין איר אמונה, האט זי געזאגט פאר SFGate.
"איך בין נאך אלס געלעמט איבער לי, און איך ווייס נישט צו מיין הארץ האט גענוג פלאץ צו זיך ספראווען מיט לאמאר'ס טויט. דאס איז ווי א חלום אטער איצטערט" האט ניו געזאגט. "איך ווייס אז ס'איז דא א גאט, אבער איך קלער, 'פארוואס זאל ער געבן א מאמע אזויפיל יסורים צו זיך ספראווען אין 19 טאג?' דאס איז באמת זייער שווער אויף מיר."
קיין ארעסט האט מען דערווייל נישט געמאכט.
קוואל: האפינגטאן פאוסט
למה אשכל גם שניכם: מאמע פארלירט 2 זוהנען אין 19 טאג
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
שמעקעדיג האט געשריבן:מען דארף די מערדער איינזעצן פאר לייף און האלטן די גאסן סעיף.
נאכדעם וועסטו האבן נאך א מעשה צו פאוסטען אין דער אשכול.
אגב, די מעשה איז שוידערליך! נישט. צום באגרייפען. ובלע המות לנצח וגו'
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל