פאטעטע קוגל האט געשריבן:מיילעך האט געשריבן:
אויב דו זוכסט די פאסיגע ווערטער, קענסטו עם פארציילן אז דו ביסט א שטילע שעפעלע וואס טשעפעט נישט קיין פליג, און כלל ישראל האט געזוכט עפעס איינעם וועם צו רודפ'ן און פאר סאם ריזען ביסטו געפאלן א קרבן, אין בין זעכער אז ער וועט דיר באשרייבן א ריכטיגע פוסקרופשען.
געדענק א משוגענער קען זיך נישט גלייבן אז ער איז נארמאל.
פאטעטא קוגל,
דאס אז משה אריה האט זיך פארפלאנטערט מיט איראן, אמת
אבער אויב איינער שרייט חי וקים אז ער איז מודה ועוזב, ביי אונז אידן איז דא א כלל פון "ירוחם" מען איז עם מוחל
ועוד, אלו הצאן מה חטאו?????? וואס זענען זיינע קינדער שולדיג?
איך במקומו און יעדער רעכטדענקענדיגער מענטש וואלט געטון דאס זעלבע, לוחם געווען בחרב ובחנית אז די קינדער זאלן נישט ליידן ולא ימותו בנים על חטא (געוועזענע חטא!) אבותם
על מה שכתבת "און כלל ישראל האט געזוכט עפעס איינעם וועם צו רודפ'ן און פאר סאם ריזען ביסטו געפאלן א קרבן"
נעם ארויס די צוויי ווערטער "כלל ישראל" און שרייב "אנטווערפענע רשעים"
במקום אחר בעולם וואלט מען נישט צוגעקומען צו א מלחמה ווי דאס
פארשטייצעך אז איינמאל עס גייט אריין אין תאוות הנצחון טוט מען נערישקייטן, און איך קום נישט מצדיק זיין משה אריה, ביידע זענען סופם בפשיעה די חילוק איז נאר אז משה אריה איז תחלתו באונס וצרה און ענק אנשי עיר אנטווערפן זענען תחילתכם בפשיעה וברציחה און אייער גאנג איז לכתחילה געווען א פשע