"מיין קאמף מיט די עמלקים" [ס' 1 ,עפיזאד 3# ]

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 63 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 547 מאל

"מיין קאמף מיט די עמלקים" [ס' 1 ,עפיזאד 3# ]

שליחה דורך חזקיהו המלך »

"מיין קאמף מיט די עמלקים" סעזאן 1 ,עפיזאד 3#

פריערדיגע עפיזאדען:

"מיין קאמף מיט די עמלקים" [ס' 1 עפיזאד 1#],

"מיין קאמף מיט די עמלקים" [ס' 1 עפיזאד #2]

----------

א גוט וואך אין א גוט חודש טייערע ליינער,

מיר טוען אייך דא פארשטעלען עפיזאד נומער 3 פין "מיין קאמף מיט די עמלקים",

--------

ס'איז געווען אין יענעם גורל'דיגען דאנערשטיג נאכט, כ'האב אפגעדאווענט מעריב אין האטעל, כ'האב מתפלל געוועזען אז מען זאל מיר פין הימל ציהעלפען אין מיין סכנה'דיגען אונטערנעמונג,

נאכדעם האב איך זיך אנגעטוהן מיט די ספעציעלע קליידער וואס איך האב גרייט פאר אזאלכע פעלער, זיך באוואפענט מיט פארשידענע סארט כלי משחית, ספעציעלע סארט וואפען וואס קענען צינוץ קומען אין פארשידענע אומשטענדען, פין אויבען האב איך מיר אנגעטוהן א רעגולער סוט מיט א שניפסעל אז כ'זאל אויסזעהן ווי א רעגולער ביוראקראט,

אין ויסעו, די זייגער האט שוין געשלאגען 12:15, ס'איז היבש שפעט, כ'האב מיר אריינגעזעצט אין דעם באקוועמען קעדילעק עסקעלעיד, אין כ'האב זיך אריינגעגליטשט אינעם הייוועי, די זייגער האט געשלאגען 12:45 ווען כ'בין אריין געפארען אין דעם Quality Inn פארקינג לאט, כ'האב גענומען מיט זיך די פאר זאכען וואס כ'וועל דארפען אין כ'בין שנעל דורעך דעם פראנט קאונטער גענומען די שליסלען אין אריין אין מיין שטוב, ס'געווען ראום #13, כ'האב ספעציעל גענומען א שטוב אויפען ערשטען פלאור כדי צי קענען ניצען די פענסטער פאר א עקזיט לעת הצורך,

אין א באהאלטענע פלאץ אין די געגענט פין ווירזשיניע האט חנניה אפגעקויפט א פעמילי פארעם פראפערטי, וואס די פלאץ איז געווארען ציגעגרייט צי אויספירען באהאלטענע מיסיעס אין די ציקומפט, כ'האב געבעטען נעכטען חנניה צי אראפפארען אהין אין עס פולשטענדיג גרייט מאכען פאר מיינע יעצטיגע פלענער,

דערווייל האב איך מיר באקוועם געמאכט אין דעל האטעל ראום #13, אין געווארט אז דער בלומבערג זאל אנקומען,

חנניה שיקט מיר א מעסעדזש אז ער האלט א אויג אויף בלומבערג'ס קאראוואן אין אז ער איז אויפען וועג צי מיר אין כ'זאל זיך גרייט מאכען, כ'האב זיך שנעל צירעכט געמאכט דאס שניפסעל, (כ'האב אויך געהאט א פאלטשע טשאופ אויפען קאפ) נאכאמאל איבערגאגאנגען אין מיין קאפ וויזוי כ'וויל אנהייבען די שמועס מיט אים אין געבעטען א שטילע תפילה אז דער גאט פין די אידען זאל מצליח זיין מיין וועג,

קוים כ'האב גענדיגט די תפילה, אין כ'הער א קלאפ אין טיר, כ'גיי צי צים טיר אין כ'עפען איר אויף, אין דארט שטייט מייקל בלומבערג מיט א טוץ לייבוועכטער אויף די זייטען,

אה, א גוטען מיסטער בלומבערג, כ'שוין געווארט אויף דיר, כ'דארף דיר אפדעיטען אויף סיקרעט האומלענד סיקיורעטי אישוס, ביטע קומט אריין, אין די לייבוועכטער זאלען ביטע ווארטען אינדרויסען, זיי האבען דאך נישט קיין סיקיורעטי קלירענס פאר די אינפארמאציע,

בלומבערג איז אריין געקומען, כ'האב עים ציגעוויזען א בענקל, אין כ'האב מיר אראפ געזעצט אויף די צווייטע זייט טיש,

מיסטער בלומבערג, כ'האב פאר דיר א סורפרייז היינט נאכט,

בלומבערג: אזוי, וואס איז די סורפרייז, מיט די CIA ווייסט מען קיינמאל נישט ווי מען האלט, אלץ איז דא נאך סיקרעטס .....

איך: יוא בעט, ווען איך בין אריין אין די CIA פיפצען יאר צירוק האב איך אויך אלץ געמיינט אז איך ווייס שוין וואס טוט זיך, א נעכטיגען טאג, כ'ווער יעדען טאג געוואר נייעס,

בלומבערג: יא כ'ווייס, ביי מיר איז אויך אזוי, כ'האב אנגעהויבען צי ארבעטען פאר די CIA ווען כ'בין געווען מעיאר פין ניו יארק, זיי האבען מאדנע אינטערעסען, נישט אלץ זאגען זיי פארוואס, זיי פארלאנגען מען זאל זיי פאלגען אן פארשטיין, אבער זיי בלייבען נישט שולדיג, כ'האב באקומען פין זיי אסאך פאליטישע טובות, אין אזוי אויך אנדערע פארגוטונגען וואס כ'קען אפילו נישט זאגען פאר איינער מיט אזא סיקיורעטי קלירענס ווי דיר,

איך: אה אינטערעסאנט, למשל וואס האבען זיי געבעטען פין דיר ?

בלומבערג: איינע פין די זאכען וואס זיי האבען זייער שטארק געוואלט איז צי אנהייבען מיט א פראגראם קעגען די יודישע אטארדאקסישע ברית מילה, כ'ווייס נישט פארוואס אבער זיי האבען עס געוואלט זייער שטארק, זיי האבען מיר געשיקט א גאנצע בינטעל דאקומענטען וויזוי צי ארבעטען דערויף, וויזוי צי אנהייבען נאר מיט א קלייניגקייט, אין שפילען אז מען מיינט גאר זייער טובה, אין ציביסלעך גיין ווייטער אין ווייטער,

איך: יא, טעל מי אבאוט איט, אין די הויעכע פענסטע פין די סי איי עי איז דא א שטארקע פאר פאר אטארדאקסישע אידען, כ'ווייס נישט פינקטליך פארוואס אבער ס'איז זייער מאדנע, אבער כ'פארשטיי נישט די ביסט דאך אויך א איד, פארוואס האסטע מסכים געווען צי ארבעטען קעגען אידען ?

בלומבערג: אה, זיי זענען צירוקגעשטאנענע בלעק-העטס, איי קאדענט קעיר לעס .....

דא האב איך מיר שוין נישט גיעקענט איינהאלטען, כ'האב ארויס גענומען פין טאש א ספעציעלע גאז גאן, וואס ווארפט אריין דעם קרבן אין א טיפע שלאף, אין כ'האב זיך בליץ שנעל גענומען עס שפריצען אין בלומבערג'ס פרצוף אריין, די ערשטע רגע האט ער אויסגעקוקט שאקירט אבער גלייך איז ער אראפ געפאלען אויף די אדמה אין אריין געפאלען אין א טיפער שלאף,

כ'האב זיך שנעל גענומען צי דער ארבעט, כ'האב עים געבינדען די הענט אין די פיס,ארום גענומען זיין פיסק'ל מיט א סחורה אז ער זאל קענען אטעמען דערפין אבער נישט שרייען, אין כ'האב עים אריין געלייגט אין א ספעציעלע סוט קעיס,

כ'בין שנעל ארויס פין די פענסטער, די עסקעלעיד איז געווען געפארקט ממש נישט ווייט פין דעם פענסטער, כ'האב גענומען דעם בלומבערג סוט-קעיס, מיט מיינע פאר זאכען אריין געלייגט אין עסקעלעיד, אין ויסעו, כ'האב אראפ געדריקט די געז אין זיך געלאזט מיט א שנעלקייט אויפען וועג צים פארעם,

כ'האב זיך קאנעקטעד צי חנניה,

איך: קעי כ'האב די סחורה מיט מיר,

חנניה: די מצב איז נישט גוט,

איך: וואס איז ?

חנניה: האסט עים אויסגעטשעקט פאר דזשי פי עס טשיפס ?

איך: אוי וויי, ניין כ'האב פארגעסען ?

חנניה: אקעי, די CIA האט ארויס געלאזט א עמערדזשענסי עלערט, אין זיי האבען דיין פאזיציע , כ'ווייס נישט וויפעל צייט די האסט, נעם די טעסטער אין טשעק עס שוין אויס,

כ'האב מיר געגעבען א האסטיגען שטעל אפ אויף די זייט פין די הייוועי, כ'בין שנעל געגאנגען אין די בעק, געפענט די סוט קעיס אין אנגעהויבען טעסטען, כ'האב געטראפען זיין טלפון וואס כ'האב גלייך אוועק געווארפען, אין אויך זיינע שיך האבען געהאט טרעקינג דיווייסעס וואס כ'האב גליייך אוועק געווארפען, פארמאכט דעם סוטקעיס אין צירוק אויפען ראוד,

חנניה: אקעי די טרעקינג איז קעיר גענומען, אבער ס'דא א צווייטע פראבלעם, כ'בין יעצט אויף זייער קאמפיוטער, אבער זיי האבען שוין באקומען א וויזשועל אויף דיין קאר פין א סעטעלייט, אין זיי ווייסען אז די ביסט פטור געווארען פין די טרעקינג, אבער זיי האלטען א אויג אויף דיר מיט די סעטעלייט,

איך: אוי וויי, שאקס, וואס קען מען טוהן ?

חנניה: דערווייל פאר גלייך אויפען הייוועי גיי נישט ארויס אויף קיין עקסיט, כ'וועל טרייען צי קראכען די סעטעלייט סיסטעם, כדי די זאלסט האבען א ווינדאו צי פארשווינדען ווערען ביז זיי שטעלען צירוק די סיסטעם, ס'איז נישט קיין גרינגע זאך ווייל זיי האבען שוין היינט פארשידענע בעקאפ סיסטעם'ס אין פלאץ, אבער כ'וועל פרובירען וואס כ'קען ולה' הישועה,

איך: אדער קען איך ערגעץ אריין פארען אין א טונעל ?

חנניה: ניין זיי קענען עס דעמאלץ בלאקירען פין ביידע זייטען, אין וועסט זיין אויף צרות,

איך: האסטע קוטשע פייעט נעקי, סאלא קאקאש,

חנניה: יעעעי כ'האב געשארט די סיסטעם, פאר ארויס אין די נעקסטע עקזיט, אבער שנעל,

איך: אקעי

חנניה: אין פאר כ'פארגעס שמייס ארויס דיין דזשי פי עס, אין אויך דיין געהעריגע סעל פאון, צי זיין אויף די זיכערע זייט, איך האב דיין לאקעישען דורעך אונדזער פארזיכערטע קאמיוניקאציע דיווייס,

איך: ארויס געווארפען,

חנניה: די האסט נישט קיין השגה וואס פאר א איבערקערעניש די האסט געמאכט, די גאנצע סי איי עי איז אויף די פיס, אנבעליוועבעל, ווער ווייסט וואס פאר א אינפארמאציע דער בלומבערג האט,

איך: ביסט זיכער אז זיי האבען מיר פארלוירען,

חנניה: יא דערווייל זענען זיי אין די פינסטער, זיי שפעקילירען צי ס'איז נישט רוסישע שפיאנאזש וואס שטייט אונטער די פארחאפונג, די גרעסטע קעפ אין די סי איי עי זענען יעצט אויף א עמערדזשענסי מיטינג,

איך: אקעי געב מיר דירעקשענס צים פארעם,

חנניה: כ'שיק דיר עס אויפען סיקיור דיווייס, ביז א שעה דארפסטו דא זיין, כ'ווארט דיר דא, כ'האב ציגעגרייט אווערנייט קוגעל מיט בעבעלעך אין ביר,

איך: ווער קען יעצט טראכטען פין בעבעלעך, כ'בין נאך צישאקעלט פין די פאסירונג, כ'ווארט דיר צי זעהן אין א שעה ארום,


בערך פינעף פארטאגס איז די עסקעלעיד אריינגעפארען אין דעם פארזיכערטען פארעם, אין די געיט האט זיך פארמאכט אונטער איר, כ'בין ציגעפארען צים הויז, חנניה האט מיר שוין דארט אפגעווארט, אונז האב מיר זיך ארום געהאלזט,

דעם בלומבערג וואס האט זיך שוין דערווייל אויפגעוועקט פין דעם שלאף האט מען אריינגעפירט מיט גרויס כבוד אין א צפעציעלע פארזיכערטען צעל ציגעגרייט דערפאר, מען האט עים דערלאנג אביסעל עסען אין עים געזאגט ער זאל זיך נישט זארגען ווייל ער איז אין גוטע הענט, אין מען האט עים פארשפארט אינעם צעל,

איך בין ארויף אין קאך מיט חנניה אין זיך געזעצט צי א שטיקעל קוגעל מיט א גלעזעל ביר,

חנניה: די מיליטער איז אריין אינעם בילד, העליקאפטער'ס האווערען אין די לופטען איבער די גאנצע געגענט ווי זיי האבען דיר פארלוירען, זיי האבען אויפגעשטעלט פאליצייאישע טשעקפוינטס אויף אסאך גרויסע שאסייען,

איך: אקעי מען דארף פטור ווערען פין דעם עסקעלעיד, זיי ווייסען וויזוי עס קוקט אויס, אין זיי האבען מסתם די פלעיט נאמבער,

חנניה: יא, כ'האב שוין געטראכט דערפין , כ'מיין די בעסטע עצה איז עס צי באגראבען דא אויפען פארעם, כ'האב געטראכט עס צי אויפרייסען אבער די רעש קען ברענגען פראבלעמען, כ'וועל באלד נעמען דעם טראקטאר גיין אביסעל טיפער אין פארעם, גראבען א לאך אין באגראבען דעם אוטומאביל, אין פטור אן עסק, נאך א מזל די האסט ארויס געריסען די אריינגעבויטע טרעקינג דיווייס פאר די האסט עס אנגעהויבען ניצען,

איך: יא דאס איז דיין קרעדיט,

איך: אקעי די נעם קעיר דערפין ווייל איך דערף א בעט, איך גיי שלאפען, שיק א מעסעזש פאר מיין ווייב איז אלעס איז בסדר אין זי קען מיר דא קאנטאקטען,

חנניה: גוט, זשאסט דאנט ווארי, גיי חאפ א שלאף,

איך: גוט א גוטע נאכט, אין ביי דע וועי, די קוגעל איז דעלישעס דא האסטע א גרינע :mrgreen:
---------

וואס ס'האט ווייטער פאסירט, אי"ה אין קומענדען עפיזאד,
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט

דער אשכול פארמאגט 2 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר