מיסטער ביל א'ריילי איז א באקאנטער פיגור אין די מידיע וועלט ער איז דער נומבער איינס קעיבעל טעליוויזיע פרעזענטירער איבער אמעריקע. זיין שוי קומט פאר יעדע נאכט פריים טיים אויף דעם נומבער איינס קעיבלע סטאנציע 'פאקס נייעס', איבער 5 מיליאן וואטשן זיין שוי יעדע נאכט. זיין שוי איז אזוי פאפולער אז אפילו די רי-ראן פון זיין שוי וואס קומט פאר יעדע נאכט צוויי שעה דערויף (11) ביעט אלע אנדערע קעיבעל סטאנציעס'ס לעבעדיגע שוי'ס!
אריילי שטעלט זיך אהער ווי אן אינדעפענדענט, זיין שוי איז טאקע די ווייניגסטע רעכט גענויגטע אויף פאקס ווען מ'פארגלייכט עס צו אנדערע שוי'ס א שטייגער ווי הענעטי. ס'איז טאקע נישט דא איבעריגע פריינטשאפט צווישן די צוויי אפילו זייערע שוי'ס זענען געווען איינס נעבן צווייטן יארן (היינט שוין נישט), זיי דערמאנען זיך קיינמאל נישט ביים נאמען. בכלל איז ער פערסאנע נאן גראטע צווישן רוב גרעסערע ראדיא האוסט'ס וואס פארגינען זיי אים נישט אז ער האט די מערסט סוקסעספולע שוי אויף קעיבל טי ווי און איבער אלעם אז ער האלט זיך נישט פאר 'הארט קאר' רעפובליקאנער אידעלאג.
מיסטער אבאמא האט נישט ליב פאקס נייעס ווי פארשטענדליך, פאר אריילי אבער וועט ער צו ווארפן א אינטערוויו דא און דארט. יעצט ביים סופער באלל האט אריילי אינטערוויאד אבאמא ביפאר'ן געים. אריילי האט געשטעלט שווערע פראגן און ווי א הארטער געלערנטער פעיר ענד בעלענסד דזשורנאליסט קיינמאל נישט א שמייכל געווארפן צו אבאמא אפילו ווען אבאמא האט פרובירט צו זיך וויצלען.
ראש לימבא האט אויך נישט עקסטרע ליעב אריילי. אריילי האלט נישט אז די רעכט גענויגטע אידיעלאגן טון עפעס א 'סערוויס' פאר אמעריקע. ער רעספעקטירט לימבא, ער האלט לימבא פאר א סוקסעספול אינטערטעינינג בראודקעסטער און ער האט זיך אנגענומען פאר לימבא ווען ער האט געהאט זיינע דראג פראבלעמען.
ווען לימבא איז געווארן האלב טויב האט אריילי געמיינט אז ער איז דערנאך און ס'צייט פאר אים איבערצונעמען לימבא'ן... ער איז טאקע אריין אין טאלק ראדיא און צוליב זיין נאמען רעקאגנישן איז אים גרינג אנגעקומען צו האבן 400 סטעשענ'ס צו טראגן זיין צוויי שעה'דיג'ן פראגראם אויך פון 12 ביז 2 נאכמיטאג. זיין שוי האט אבער קיינמאל נישט אויפגעכאפט, ער האט שנעל איינגעזען אז צו זיין סוקסעספול אויפ ראדיא מוז מען זיין אן אידיעלאג... אדער כאטש אינטערטעינינג אין אזא אינטימעט מידיום. זיין שוי איז אנגעגאנגען פון 2002 ביז 2009 און האט געהאט ארום דריי מיליאן צוהערער א וואך.
זכותו יגן
ביל א'ריילי
- ישמעאל הכהן
- חבר ותיק
- הודעות: 2111
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
- האט שוין געלייקט: 1551 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
יעצט ביי די סופער באול איז געווען א שטעכעדיגע ווערטער אויסטויש, ווען אריילי האט געפרעגט אבאמא'נען אויב ער האלט אז ער (אריילי) פירט זיך אויף " נישט פעיר" צו אים, און אבאמא האט געעפנט מיט אן אפנהארציגער, יא, אבסאלוט!
גראדע איז דאס פון די איינציגע פעלער וואס איך האב ברייטהארציג צוגעשטימט צו אבאמא. אריילי איז בכלל נישט קיין גרויסער שפיץ קאפ, וואס פירט זיך לויט די אלטע מסורה אז ווער עס שרייט העכער געווינט, און ער וויל דיר שטארק פרובירן צו איינרעדן אז דאס איז צוליב זיין גרויסע טיפזיניגע חכמה וואס קיינער קען אים נישט אפענטפערן. פאלט אים גארנישט ביי אז אנדערע פארמאגן מער דרך ארץ ווי אים.

האדם לא נברא אלא להתענג
- ישמעאל הכהן
- חבר ותיק
- הודעות: 2111
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
- האט שוין געלייקט: 1551 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל
די ווידיא איז שוין געווען געקוקט דורך שווערע מיליאנען אויף יוטוב. פאר ער איז געקומען צו פאקס האט ער געהאט א שוי אויף עפעס 'אינסייד עדישען' טי ווי, ווען ער האט רעקארדירט א שטיקל פון די שוי וואס זאל שפילן שפעטער לעבעדיג איז עפעס נישט גוט געגאנגען דארט טעכניקלי, און דער אריילי איז געגאנגען ביזארק!!! מאכט'ס שטיל דעם וואליום, א שרעק וואס קומט פאר אונטער די מעיק אפ...
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=H-TA23iB4zc[/youtube]
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=H-TA23iB4zc[/youtube]
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
נאך עטליכע קליפס ווי אריילי פירט זיך אויף ווי א מטורף:
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=_J7xkuLqZAI[/youtube]
פון 2:30 און ווייטער:
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=bijtBkKQwY8[/youtube]
זעט דעם זיסן קליפ, וואו אריילי טוט זיך אן דעם היטל פון א טעאלאג, א פילאזאף, און א סייענטיסט, און ערקלערט בטוב טעם ודעת פארוואס מען דארף אריינברענגען יאשקע אין די סייענס קלאסן. קוקט 3:50:
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=usKrG_tOVDU[/youtube]