שם טוב'ס ישיבה
- shem-tov
- ידיד ותיק
- הודעות: 840
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
- האט שוין געלייקט: 379 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל
שם טוב'ס ישיבה
מיטן הילף פונעם בורא, דער קל גדול ונורא טרעט איך אויף אלץ שליח צבור מיט מורא, למען ה' ולמען התורה. ברשות כל הקהל הקדש וויל איך אייך מעלדן אז אנגעהויבן פון פרשת תרומה תשע"ד, פרשת ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם. האט זיך ברייט צועפענט די טויערן פון א "פיקטיווע ישיבה", א ישיבה קטנה'לע דא ביי אונז אין שטיבל. לכתחלה נעמען מיר נאר אן מעמבערס פון קהל קאווע שטיבל אבער קיין ערנסטע דיסקרימינאציע. ויקרא שמו בישראל "שם טוב'ס ישיבה". און די גוטע נייעס איז, אז איר קענט אלע ווערן גלייכע שותפים מיטן פירן די ישיבה און ראטעווען אומצאליגע דורות בעהשי"ת.
בלויז שווערע קעיסעס.
שם טוב'ס ישיבה שטייט ברייט אפן. ס'ווירבעלט מיט בחורים. מען קומט אריין אין שטיבל מען כאפט א בליק אריין אין "אחיעזר" ממש א קליינער שפאלט און מען טרעפט אן אויסנאם פון א ישיבה. מיר נעמען נאר אן גאר שוואכע בחורים, טאקע די סארט וואס אנדערע ישיבות ווארפן זיך ארום מיט זיי צוליב זייער שלעכטע התנהגות. אבער געוואלד און געשריגן, זיי זענען דאך דעם אייבערשטנ'ס קינדער! איינער מוז זיי העלפן. מיר האבן תלמידים וואס דרייען זיך שוין אין די גאסן פון די 21 יאר, עטליכע וואס זענען דייאגנאוזט מיט עי. די. עיטש. די. רוב דא האלטן נישט ביים פאלגן קיין מלה אחת וואס דו זאגסט, בלויז ווייל ער מוז טאן אלעס פארקערט ווי דו הייסט. (עכ"פ אזוי זעהט עס אויס). אויך האבן מיר אזעלכע וואס האלטן באמת אז זיי מוזן נעמען א דשוינט רח"ל כדי אדורכצושטופן זייער שווערן לעבן... מ'זאגט אויף זיי השחתה. אינטערנעט. פארדארבן. מיר האבן א קלאס פון ערנסטע טראבל מעיקערס וואס די מנהלים און מלמדים האבן געציטערט אימת מות בלויז פון זייער שאטן. מילא אין פובליק סקול וואלטן זיי שוין לאנג געווען אויף ריטעלין. אבער ביי אונז האט מען עס נאכנישט אזוי איינגעפירט ב"ה. לגבי אמונה בה' איז שווער צו זאגן צו ער איז א מאמין פשוט ווייל ער ווייסט נאך אפי' נישט פון וואס דו רעדסט. דאורייתא, דרבנן, א מנהג טוב ביי אים איז עס איין לאקשען קוגעל. די אלע האט מען אריינגעשטעלט אין איין כתה.
וואס וויל איך דא
לאמיתו של דבר. איך עפן א אשכול ווי איך גיי שמועסן בעניני חינוך, ובפרט פון שווערע קינדער און פון שווערע שטובער, ובה נכלל תיקון המדות ואמונה בה' ובתורתו הק'. עס הערשט היינט א שרעקליכע צוטומעלניש אין די וויכטיגע נושא. ס'טוט זיך או. טי. די. דראגס. יונגע קינדער דרייען זיך אויף די גאסן, אינטערנעט. מחוצפים. מען בלעימט די גאנצע שטאט. מענטשן שפירן אז ס'איז עק וועלט. טאג-טעגליך הער איך פון מענטשן, בחורים, עלטערן, מנהלים זיי שרייען מיט ווייטאג אז ממש קיינער פארשטייט זיי נישט, איך קען מיט אים נישט ארבעטן, ער צאפט מיר דאס בלוט, למשל. א טאטע וואס האלט זיך פאר א נארמאלער מענטש ווייט פון א פרומער קומט אהיים און זעהט אז זיין זוהן האט אים שוין ווייטער פארראטן, כל אחד לפי השגתו. פון א קליינער קאפל, אפשניידן די פאות, געטוישט די לבוש, מלא חוצפה ועזות ביז צו הארבע ענינים רח"ל, ער ווערט כעס'יג, ער פארשטייט עס נישט, ער נעמט זיך שרייען און פארפירן מיט באנומענע קולות, דו הרג'סט מיך. דו שגץ, רשע מרושע, אזויפיל האב איך פאר דיר געטאן דאס טוסטו מיר צוריק, איך זינק פאר בושה איך שעם זיך ארויסצוגיין פון שטוב. גיי ארויס פון מיין הויז. ניין בלייב דא. די מאמע שטייט אין די זייט און וויינט. אזוי גייט עס בעק-און-פארט, מען דערזעהט זיך אויף אן אומאויסגעטרעטן וועג. אדער דער ראש ישיבה זעהט דעם בחור והנה עודך, נאך עפעס א שטיקל אפגעטאן דווקא איבערצוציען דעם שטריקל. ער פלאצט אוועק ער קען מער נישט אזוי אנגיין. דער קינד ווערט אביסל צובראכן אבער למעשה גייט אים בכלל נישט אן דעם טאטענס ווייטאג. די קשיא איז פארוואס. פארוואס. פארוואס פארשטייט ער נישט דעם טאטן דעם מחנך, וואס פעלט דא, פארוואס האט דער טאטע נישט קיין שפראך צו אים און ווי אזוי מאכט מען אז דער טאטע און דאס קינד זאלן זיין אויף די זעלבע פעידזש? דאס איז מיין ציל. דא איז דער שאלות ותשובות בלעטל בעניני חינוך.
מאין יבא עזרי
אמאל איז דא א טאטע וואס פארמאגט 9 געלונגענע קינדער, שעפט זיך אן מיט הויפענעס פון נחת, און פלוצלינג געט אים דער אייבערשטער א ריק אריין א בחור'ל א קל שבקלים א דווקא'ניאק, עפעס א מין צרה-לייט, און דער טאטע גייט בענענעס. ער טרעפט נישט קיין אויסגעטרעטענע וועג, קיין עמערדשענסי רום, קיין המספיק אינטעיק צו רופן, קיין רפואה העלפ-ליין. מען צווינגט אים צו דינגען פרייוועט מלמדים, מען ווארפט ארויס, מען שיקט צו קליינע בעיביסיטינג ישיבות, למעשה איז נישטא קיין ממשות'דיגע זאך צו טרעפן. אבער זיך אויפעסן דאס געזונט איז זיכער נישט קיין אפשען. און גלייבט מיר פון עקספיריענס, מענטשן עסן זיך אויף דאס געזונט לעבעדיגערהייט ה"י. פשוט ווייל מען איז שטארק אומגעלערנט אין די נושא.
שטובער גייען צוגרונד
רבותי דער פראבלעם איז זייער גרויס. טאטעס, מאמעס, מחנכים וואס גייען אדורך אזא הארץ-עסעניש ווערן אינגאנצן נשתנה. פארוואס האט מיר דער רבש"ע געגעבן אזא פראבלעם. טאטע אין הימל וויאזוי עסט מען דאס. פונקט מיר שיקסטו אזא נסיון, עס דרעינט אראפ עד למטה. מען לויפט פון איין עקספערט צום צווייטן, סייקאלעדשיסט, מען הערט שעורים, מען גייט צו ערליכע יודן, קברי צדיקים, קברי אבות, מען וויינט זיך אויס, מען האלט אין איין טוישן סטרעטעדשי. איינער זאגט גיב אלעס נאך; א צווייטער זאגט ח"ו וועסט נאר ערגער מאכן, האלט דיך שטארק; א דריטער שרייט דו ביסט דיר אליינס שולדיג ווייל כ'האב דיך שוין יארן צוריק געשריגן דאס און יענץ; א פערטער זאגט אז שולדיג זענען די מלמדים, רבנים, און די מוסדות. מען וויל בלעימען וועמען מען קען נאר, היטלער'ן ימ"ש, אפשר א מאלעסטער, א שלעכטער חבר, עניבאדי. צו דעם קומט נאך צו הייסע יודישע טרערן וואס מען טוט זיך אויסוויינען פארן הייליגען באשעפער. אוי דער הייליגער תהלים, פרק שירה אלע מיני סגולות, מען געבט צדקה מען צינדט ליכט, מען ווייסט זיך נישט ווי אהין צו טאן.
צובראכענע הערצער
די נסיונות ענדיגן זיך נישט. צומאל קומט עס מיט א טייערע פרייז נעבעך אויף די אייגענע שלום בית און אויף די חינוך פון די אנדערע קינדער. די קינדער זעהען אז דער טראבעל מעיקער באקומט מער אטענשאן, ס'ערוועקט קנאה. דא קומט א חכם און איז מסביר פארן טאטן אז דאס קינד פארדארבט די אנדערע קינדער ממילא מוז ער אים זאפארט אוועקשיקן פון שטוב. אבער דאס הארץ לאזט נישט. די מאמע שרייט איך קען עס נישט טאן, מיין קינד מיין נשמה'לע וואס דער אייבערשטער האט מיר געגעבן. דער טאטע שרייט אז דער קליינער מאכט חרוב, זיין מגי"ש זאגט אז ער האט מער נישט קיין ברעקל יראת שמים. דער בחור אליינס סטראשעט אויב שיקט מען מיך אוועק ווער איך א גוי גמור. ער איז פארביטערט און פארקלעמט ווייל קיינער פארשטייט אים נישט. ס'איז זייער א סעד סיטיועישאן.
וואו זענען די מנהיגים
צייט גייט פארביי, אויב טוט מען נישט תיכף א שידוך בלייבט אלעס ביים אלטן. דער בחור בלאנדשעט ארום ס'איז אים חושך און צודרייט אין לעבן, ער גלייבט נישט קיינעם מער, ער טראסט נישט קיינעם. די עלטערן באקומען ספיקות אין די אמונה פון זייער חסידות און בכלל אין די קאמיוניטי. ווי איז די עקסעפטענס. זיי שפירן זיך עפעס אראפגעקוקט. מיין קינד האט מען פארשיקט פון מוסד. דאס האט דען דער בעש"ט געמיינט, דאס האבן אונזערע רבי'ס געמיינט מיטן מייסד זיין מוסדות פאר יודישע קינדער. ער טראכט מיט ווייטאג וואס איז דער אמת'ער רצון הבורא. אפשר זאל ער יא גיין אין נחל חרדי אדער אין קאלעדזש. איידער ווי זיך דרייען אויף די גאסן. ווי גייט ער למעשה ווייניגער דערצערענען ה'. ווער זאגט אז קאלעדזש איז שלעכט, ווער מאכט אפ וואס, דער זעלבע רבי וואס האט גארנישט געטאן צו סטאפן מיין צרה. בקיצור דער ראולער-קאסטער דרייט זיך נאן-סטאפ. מען דערזעהט זיך מיט א מכה שלא כתובה בתורה, די צער איז גרויס.
אני הקטן שם טוב
בעזהשי"ת גיימער זיך דא אריינלייגן ראשו ורובו אין די שווערע נושא מקרב צו זיין לבבות ישראל בין אדם לחבירו, בין אב לבנו ובין ישראל לאביהם שבשמים. מיטן גרינדן א פיקטיווע ישיבה "שם טוב'ס ישיבה" דא אויף ק"ש, ספעציעל פאר יודן וואס שלעפן זיך אויף דעם באמפי ראוד. איך גלייב אז אויב א צוקלאפטער פארלוירענער בחור, א טאטע מאמע, א מחנך וועט אויסהערן און גרונטליך אדורכליינען אלעס וואס מיר האבן צו זאגן וועט זיי אלע גרינגער ווערן אויפן הארצן, א בחינה פון עמו אנכי בצרה. פאר די וואס ווייסן נאך נישט, אני 'שם טוב' בין א בעה"ב וואס איז אומדירעקט עוסק אין די סארט חינוך. ראשית בין איך אליינס געווען א געליטענער ואכמ"ל. שנית, דריי איך מיך לעבן גוטע יודן וואס העלפן ארויס אלע מיני בחורים אין אלע מצבים. פערזענליך קען איך אסאך אויפגעראכטענע מענטשן וואס האבן זיך זייער געפלאגט אין די יונגע יארן.
והעיקר, האב איך א ידיד וואס פירט אן מיט אזא ישיבה קטנה פאר אומגעווענליכע בחורים שוין מערערע יארן ממש אינגאנצן לשם שמים. אן קיין כבוד און אן קיין געלט, נאר בזיונות און חובות האט ער. דער אייבערשטער האט מיר געגעבן די זכי' אז איך העלף אים כסדר ארויס מיט עצות און גוטע פארשלאגן און אויך אביסל פינאנציעלע הילף, כיד ה' הטובה עלינו. איך האלט פונקטליך מיט זייער שווערן וואקעלדיגן מצב. כ'פיל מיך צומאל ווי יתרו ביי די פרשה פון ואתה תחזה מיט מיינע רעיונות, אין איין טאג הער איך מיך צאם מיט אזויפיל חינוך פראגעס וואס יא צו טאן און וואס נישט, צומאל קען איך נישט פארשטיין וויאזוי א נארמאלער מענטש קען טאן אין חינוך. כ'בין געקומען צו די מסקנה אז אין הכי נמי, פארדעם טוט טאקע קיינער נישט פאר די סארט קינדער, חוץ פון די אנדערע ריסקס וואס איז היינט אינוואלווד. להבדיל ביי די גוים רופט מען זיי דראפ-אוטס, מען גיט אינגאנצן אויף. אבער ביי אונז, וויאזוי קען מען פארקוקן אויף א נפש אחת מישראל, א עולם מלא. ווי קען מען מוותר זיין אויף איין סאלדאט אינעם אייבערשטנ'ס מיליטער. ביי אונז קען קיין דראפ-אוט נישט עקזיסטירן, כי לא ידח ממנו נדח. עס אינטערסירט נישט קיינעם צי דער טאטע האט יא געלט אדער נישט, אדער ווען דער טאטע איז צו אראפגעקלאפט זיך צו שטארקן אויף זיינע אייגענע מיטמאכענישן. דער רבש"ע האט זיך זיינע שלוחים בכל דור ודור אריינצובלאזן א פרישקייט אין די עצמות יבשות פון זיין עדה, נישט אלעמאל איז עס פונקטליך א קוקי-קאטער, אבער הצד השווה אז מען גייט אינגאנצן לעשות נחת רוח להבורא יתברך שמו אריינצוברענגען אהבת ה' און אהבת תורה ויראת שמים. מיטן זיך אפגעבן מיט אנדערע טוט מען א גרויסע נחת רוח פארן אייבערשטן און ס'איז אויך א דאנק על כל החסד אשר עשית עמדי. אן קיין פניות און אן קיין אגענדעס, בלויז מתקן צו זיין.
אונזער דרך
מען הייבט אן פונעם אלף, בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ, ס'איז דא איין באשעפער אויף די וועלט, מלא כל הארץ כבודו. גליקליך און צופרידן זענען מיר צו זיין א חלק פונעם עם הנבחר, יעדע קליינע פעולה וואס דו טוסט לעשות נחת רוח להבוית"ש האסטו דערפרייט קוב"ה... דער באשעפער איז א גוטער באשעפער וואס זוכט בלויז דאס גוטס פון זיינע ברואים און כדי מער צו פארבעסערן אונזער לעבן האט ער אונז געגעבן א מתנה די הייליגע תורה און די תרי"ג מצות... בעיסיק יודישקייט איז דער יסוד, שמע ישראל מיט כוונה עצומה עטליכע מאל א טאג. קבעומ"ש ועול התורה והמצות וועט דיך באפרייען פון אנדערע דאגות... די ישיבה גיט זיך אפ מיט יעדן בחור פריוואט ממש ווי א דיימאנט-שלייפער מיט זיינע דימאנטן... די ישיבה האט נישט קיין זערא טאלערענץ צו גארנישט, פונקט ווי השי"ת האט נישט קיין זערא טאלערענץ צו גארנישט ואפי' על עוברי רצונו אויב טוט מען תשובה... כדי צו ארבעטן אין ישיבה מוז מען האבן אוצרות מיט סבלנות... מען מוז זיין גרייט פאר לאנגזאמע ריזאלטס... מיר האלטן בחורים אין די ישיבה אויף גענוג לאנג ביז זיי ווערן מער נישט קאנסידערט עט-ריסק. סיי ברוחניות ער זאל נישט אויפוואקסן א כופר באלוקי ישראל און פארלירן ביידע וועלטן רח"ל, און אויך בגשמיות ער זאל נישט שפירן אז ער איז דעפרעסט וואס די תוצאות קענען זיין קאטאסראפיש, צו בפועל צו מיט דראגס... יעדער צדיק האט א דרך אין עבדות השם וואס ער האט מקובל עד משה רבינו... מיין פערזענליכער דרך איז כמו שהורה לנו רבינו יואל מסאטמאר זי"ע, אבער מיר ווילן הערן יעדנ'ס מהלך... ווי אזוי האנדעלט מען ביי שווערע מצבים, וואס איז דער פלאן, וואס יא און וואס נישט, דא וועט מען אלעס אויסשמועסן.
גוטע זאכן קומען אן שווער
ביי אונז יודן שומרי תורה ומצות ברויך מען נישט קיין סאך מסביר זיין דעם חילוק צווישן די קינדער וואס הייסן גוט און די נישט גוטע קינדער. א קינד אין חדר, ער הייבט אן צו לערנען, דאווענען, ער פאלגט, פירט זיך בדרך ארץ, ער פרובירט שוין אלץ קליינערהייט צופרידענצושטעלן די געזעלשאפט. אא"וו. וחלופיהן, קיין רוחניות, קיין גשמיות נישט קיין מענטשליכקייט, קיין דאווענען, קיין שכל. גארנישט מיט גארנישט זאגן די מלמדים. באמת אבער, אז מען טראכט אריין און מען וויל באמת העלפן די טייערע קינדער זוכט מען עצות און מען קוקט אויף זיי מיט אזא פארלאנגזאמקייט אז אים גייט נעמען אביסל לענגער ארויסצוקריכן פון דעם 'עיר פרא אדם יולד', און מיר גייען אים העלפן מיט וואס נאר מעגליך. מען קוקט אויפן ביג פיקטשער, מען דארף מער געדולד און אז סוכ"ס וועט ער נאך אויפשטעלן א נארמאלע יודישע שטוב. אבער פאר טאג-טעגליך דארף מען עצות און דאס זוכן מיר.
ואתה תחזה
קיינער קען אבער נישט אליינס. כדי ס'זאל ארויסקומען א דבר שלם ומתוקן - דאס וואס איך האף בעזהשי"ת ארויסצוברענגען מכח אל הפועל - פעלט זיך אויס א כח הרבים. איך אפעליר צום חשובן עולם גולשים, מיטגעמאכטע, עלטערן, מחנכים, און סתם גוטע יודן, ביטע העלפט צו. איך וועל אייך ברענגען גריסן און פראבלעמאטישע שאלות פון פיעלד און צוזאמען וועלן מיר ארבעטן אויף א לעזונג. ותשועה ברוב יועץ. איינער איז באקאנט אין ספרי מוסר, איינער להבדיל איז עוסק אין סעלף-העלפ פראגראמן, איינער הערט דרשות, איינער איז אויף די 21 סטעפס פראגראם, איינער איז א חסיד פון הרב טווערסקי בעל מחבר הידוע, און איינער שעפט אינספירעישאן פון זיין רבי, אלעס איז חשוב ומקובל און און אוודאי איז אייגענע עקספיריענס כנגד כולם.
טייערע פריינד
חברי השטיבל, ובראשם די וואס ספעציעליזירן זיך אין חינוך כל אחד בשמו יאיר. הוגה. איחוד. מאראנצן. בערעלע. הדד. שמעקעדיג. סלינקי. קאווע. ראשעקאל. יענקל. געציל. ליטוואק. בודאפעסט. יואב. טאמבל. דעת תורה. וואנצעס. ברעסלאווער. יואליש ועוד ועוד כולם אהובים כולם ברורים. לאמיר העלפן אנדערע יודן, ס'איז ליידער דא פארווייטאגטע הערצער וואס וואלטן געלעכצט צו הערן עפעס א גוט שטיקל אדווייס פון א גראדע מח. זה בכה וזה בכה. מיינונגען, עקספיריענס גוטע פארשלאגן, מיטן ציל מחי' צו זיין יודישע הערצער און אפראטעווען שיינע יודישע דורות, דער זכות וועט אייך זיכער ביישטיין.
עטליכע דוגמאות:
איך האף אז דער עולם פארשטייט וואס איך רעד דא, אבער כדי אריינצוקומען אביסל קלארער ברענג איך אייך דוגמאות, וואס אויב וועט איר דאס דורכליינען מיט ישוב הדעת וועט איר מער פארשטיין דעם טשאלענדש פון וואס מען רעדט דא. איך ברענג אייך דריי דוגמאות פון דריי טייערע נשמות וואס יעדער פון זיי איז א עולם מלא, ווען דו שמועסט מיט זיי פריוואט וועסטו אליינס נישט גלייבן ווי דו קענסט ביי אים פועל'ן אלעס אויף דער וועלט. אפשר קען ער זיך נעבעך נישט העלפן וואס דעריבער ברויך מען זיך מיט אים שטאטער אפגעבן. ומאידך גיסא איז אבער דער חלק הרע א שטארקער נסיון פאר אים, ס'שטעלט אים שטרויכלונגען אין וועג, ער קען גרינגער אראפפאלן, אויך איז עס א נסיון פאר א טאטע אדער מחנך און אזוי אנטוויקלט זיך א שטורעם. דא שטעל אייך נישט קיין שאלה נאר פשוטע טרוקענע פאקטן.
תלמיד א.
קוקט אויס ווי א נארמאלער דורשניטליכער בחור. מאכט א רושם פון א ערנסטער מענטש. א שכל הישר איבער וועלטליכע ענינים. וועט דיר קיין טובה נישט אפזאגן. ער פארמאגט טאלאנטן. א בא'טעמ'טער שמועסער. קען פיין שפילן און זאגט גוטע ווערטלעך. קומט פון א נארמאלער שטוב מיט זייער פיינע איבערגעגעבענע עלטערן. שארט-טורם קענסטו אים איבערדרייען לטובה מיטן שמועסן פריוואט אפי אין פינעף מינוט. וועט זיך שטארק צוריקהאלטן פון עובר זיין גראבע עבירות אפי' ווען ער איז מיט חברים וועמען ער וויל געפעלן און זיי רופן אים. ומאידך גיסא. ער וויל זיין א באם. ער האלט נישט ביים לערנען, ביים דאווענען. ער שטרעבט אראפצונעמען די פאות און זיין גוט מיט אלע שטריקעס. א שמוציגע מויל פארפעלט נישט אין איין שורה אריינצווארפן דריי מאוס'ע ווערטער. וועט זיך נישט צושטעלן צו גארנישט. זעהט נישט קיין שום עוולה צו נעמען דראגס. מאכט חוזק פון יעדע דבר שבקדושה. פארנעמט נישט צוטראכטן פונעם עתיד. וועט פושען די לימיטס ווי מער, מצער זיין די עלטערען איז ביי אים נישט קיין פראבלעם, קען קיין זמנים נישט האלטן פאר קיין שום פרייז. אריין אין שם טוב'ס ישיבה.
תלמיד ב.
איז א לב טוב שאין כמוהו ווען אימער עמעצער ברויך הילף איז ער דא. ער וויל זיין א פילאט און א ביזנעסמאן, ער קען דיר ארלעדיגן וואס די זאלסט נאר פון אים בעטן. פון וואסערע זאך די זאלסט נאר רעדען וועט ער דיר צוהעלפן מיטן שמועס. געלונגען און קלוג. טראכט אסאך פונעם עתיד ווי א חכם. מען זעהט ווי ער פרובירט צו זיין גוט. קענסט מיט אים רעדען אין אלע ענינים ב"ה א פארשטענדליכער בחור. ומאידך גיסא קען ער נישט קיין עברי די עקפערטן זאגן אז ס'איז א דיסעביליטי, אויך רעדט ער נישט קלאר צוקלאפט און צובראכן פון א צובראכענע שטוב און אן אביוזער פון א טאטע. מיטגעמאכט שרעקליכע סארטן אביוז פון מלמדים. ער שרייט הויעך און לאכט נאך העכער. האט א גרויסער יצה"ר צו קריכען אין שמוץ האט בכלל נישט קיין געפיל צו דאווענען און לערנען. א געבוירענער טשעפעניאק. פליקט אריין פאר יעדן אן א רחמנות. ער איז נעבעך אסאך אדורך אין די יונגע יארן. מען האט אים ארויסגעווארפן ווייל ער טוט מעשים אשר יעשו. נישט געלערנט קיין אות אחת. חדשים לאנג האט ער זיך געדרייט אין די גאסן. זיין טאטע האט נישט געקענט באצאלן פאר די טייערע פריוואטע מלמדים וואס מען האט אים געצווינגען צו נעמען. א צופארענע נשמה. ער חלומ'ט זיך זאכן און פאנטאזירט אז ער פארמאגט שוין ווייסעך וואס. ער קען זיך אנבלאזן אויף גארנישט און פארנישט. כסדר מיזטו אים בארואיגן, אויב ווילסטו אים העלפן, פלוצלינג בוסטו שוין שולדיג אויף אלע זיינע צרות. אריין אין שם טוב'ס ישיבה.
תלמיד ג.
שטיל און איידל טוט ער וואס ער ברויך, זייער רואיג און געלאסן. א געזונטער ארבייטער און זייער טראסטבאר. קיינמאל קיין חוצפה'דיגע רייד. נוצט אויס די פרייע צייט צו שפילן מיט זיינע כלי זמר. וועט דיר נישט אפזאגן צו טאן וואס דו זאלסט אים נאר בעטן. קען פיין דאווענען און לערנען. האט אין זיך דעם אריגינעלן אריינגעבויטע יראת שמים. וועט קיין איסורים נישט עובר זיין און נישט חילול שבת. וועט קיין קרום ווארט פאר א צווייטן נישט זאגן. ומאידך גיסא, איז ער א וויקטים פון רשעות'דיגע רביס וואס האבן פאר סאם ריזען אים גענומען אלץ שעיר לעזאזל און אים געמאכט פילן אז ער איז זייער שוואך און נישט מיט אלעמען. מען האט אים גע'קנס'ט און געווארפן און אלעמאל חושד געווען אויף אלעם. מען האט שוין געזאגט אויף אים אז ער איז א באם אין כתה ח' בלויז פארן קומען שפעט. אין שטוב האט ער א טאטע וואס איז זייער סעלפיש און כמעט נישט געשמועסט מיט אים א ווארט, און א מאמע וואס ער טענה'ט אז זי האט אים פיינט. ווען ער רעגט זיך אויף וועט ער שטויסן און שעלטן און נאך פלאפלען גוי'אישע מיאוס'ע ווערטער. אבער עס געשעהט כמעט קיינמאל נישט. דער עיקר פראבלעם איז די קאמפלעקסט לעבן וואס ער האט נעבעך, ממש משוגע לאותו דבר אז ער זעהט אויס פאני און אז ער גייט רעדן שטותים, און ער קען אין א ביהמ"ד בשו"א נישט אריינגיין. אריין אין שם טוב'ס ישיבה.
דער שפיץ פונעם אייזבארג. פרטים יבאו.
כ'קלער אז ס'דא צווישן אונז אזעלכע וואס טראכטן מה כל הרעש, וואס דרייט ער א קאפ מיט די מעשיות, איז עס דען אזוי געפערליך. ס'פעלט עפעס מחנכים, גיי רעד צו א פשוט'ער מלמד, א מגי"ש, וועט ער דיר שוין זאגן וואס צו טאן. אדער א טאטע אנע צרות ב"ה קען זאגן, וואס טרייבט ער איבער, מיין זוהן פלעגט נישט דאווענען ביז כ'האב געכאפט מיט אים א לענגערן שמועס און ס'האט ב"ה געהאלפן, ווי אויך האב איך אים איינמאל אנגעזאגט שטרענג אוועקצושטיין פון עפעס א בחור און זייט דעמאלטס קוקט ער אים מער נישט אן.. וויל איך אייך זאגן אז דא רעדט מען אינגאנצן פון אן אנדערע וועלט. די בחורים - און די שטובער בכלל - פון וועמען מען שמועסט דא זענען זייער קאמפליצירט, און ס'וועט נעמען אסאך קאפ און מח זיי צו פארשטיין. דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט עס נישט דארפן פארשטיין. ב"ה מיר זענען גרייט פאר די טשאלענדזש מיט די פולע ענערדזשי. דער אייבערשטער זאל העלפן איך זאל עס קענען ארויסברענגען מכח אל הפועל און מען זאל מיך לייכט פארשטיין. און דער זכות וואס מען גיט זיך אוועק פאר יענעם זאל אונז ווייטער ביישטיין מיט גפ"ן וברוח נדיבה. א יישר כח פאר די ק"ש פארוואלטער פארן צושטעלן אזא מורא'דיגע פלאטפארם. דער אייבערשטער זאל אייך באלוינען ולא יצא מכשול מתחת ידיכם. און א יישר כח פאר אלע שרייבער בברכת ברכה והצלחה.
חזק ואמץ
טייערע יודן, האלט אייך נישט צוריק אנצופרעגן אייערע חינוך פראגעס סיי דא אין פארום אדער אין אישי, מיר שטייען גרייט צו שרייבן און העלפן. צום שלוס וויל איך זאגן אז צומאל וועלן מיינע תגובות געשריבן ווערן מיט א מער רואיגע טאן און צומאל מיט מער שנעלערן אדער ווייטאגליכער טאן, דערשרעקט אייך נישט, אלעס וועט אי"ה זיין מסודר. נאר דאס איז די סטייל. אמאל אז ס'טוט וויי שרייט מען. ואסיים בלשון הנביאים וואס איז געזאגט געווארן איידער די יודן זענען געגאנגן אין גלות אריין, וואס נאר א דאנק דעם אחדות זעמער נאך דער אחינו כל בית ישראל און נאר אזוי וועלמער ווייטער אנקומען: איש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק. וזכנו לראות בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצות על ישראל שלום. החזק במוסר אל תרף. בעזרת השי"ת.
הק' שם טוב

למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16680
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18071 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
WOW WOW WOW
אתחלתא דגאולה? שוין יארן הער איך פון מענטשן זאגן "עס וועט נאך קומען גוטע צייטן", איך פאר זיך האב שוין געהאט אויפגעגעבן דערויף, אבער איך זעה אז עס ווערט יא פארווירקליכט, פאר מיינע אויגן! עס אנטוויקלט זיך דא היסטארי!
'שם טוב' מוז האבן אין זיך א ניצוץ פון אליהו הנביא, וואס וועט מקיים זיין בקרוב "והשיב לב אבות על בנים ולב בנים על אבותם".
שם טוב, דיינע אקציעס וועלן אי"ה מרעיש עולמות זיין. ובשם ה' תעשה ותצליח. עס איז דאך אזא ברענעדיגע נושא היינט, און כמעט אין בית אשר אין שם .... (you name it), טאטעס און מאמעס קלאגן, מען דארף א ישועה זאפארט, כולי עלמא מודי, און דא זעהען מיר אזא שם טוב ווי א בליץ אינעם פינצטערן וואלד, כיתרון האור מן החושך, זה שמו נאה לו "שם טוב", הולך בדרכי הבעש"ט, מען קען אנהייבן טראכטן אז מען זעהט שוין עפעס א פיצעלע ליכטיגקייט פון די ענדע פונעם טונעל, נישט אז דער טונעל ווערט פארשוואנדן ווערן, דער דור ווערט דאך נאר נידריגער, אבער אז מיר וועלן טון אונזער השתדלות לכל הצורך וועט די סייעתא דשמיא ברענגען סוקסעס.
אלעזר לאנדא פלעגט כסדר חזר'ן דעם באקאנטן ווערטל: You do the best, and let Hashem do the rest.
שם טוב, עקספיריענס איז עולה על כולנה, און ווער דא האט נאך אזויפיל עקספיריענס ווי דו, דו טוסט דאך דאס א גאנצן טאג. אבער עס איז אויך ריכטיג "ותשועה ברוב יועץ".
מיר אלע ווייסן דעם א"ב פון די שווערע נשמות איז "אקסעפטענס, טאלעראנץ, אנ-קאנדישאנעל ליבשאפט". די אלע נשמות (און באמת, ווער נישט?) נויטיגן זיך דערין ווי לופט צום אטעמען, און ע"פ רוב קומען זיי אן צו דעם מצב ווי זיי שטייען צוליב א LACK פון די זאכן. און כאטש עס איז באקאנט, איז עס וויכטיג צו חזר'ן, און נאך וויכטיגער עס אויסצופירן למעשה, ווייל עס איז פיל גרינגער געזאגט ווי געטון.
די נעקסטע זאך איז, האבן אפאר לאנגע שמועסן מיט די בחורים, און בשעת מעשה פאוקעסן אויף 3 וויכטיגע זאכן, ואלו הן: אויסהערן, אויסהערן, און נאכאמאל אויסהערן!! (ועיי' כאן דברי חברינו היקר ברסלבר, קילורין לעינים). און פרוביר ליינען פון צווישן די שורות וואס פעלט אים אצינד, און וואס זוכט ער צו אקאמפלישען און פארדינען מיט זיינע באם-חברים, און זעהן צו מען קען ערזעצן דעם באדערפעניש מיט א הייליגן מקור.
אויב איז דער בחור נאך א שטיקל מאמין, און מען קען אים מסביר זיין אז די חברים גייען אים נישט קיין טובה טון נישט בזה און אודאי נישט בבא, איז דאך אודאי פיין און וואויל. אויב נישט, דארף מען פשוט טרעפן "גוטע" חברים מיט וועמען ער וועט שפירן היימיש און באקומען זיינע NEEDS דורך וואוילע ערליכע חברים.
ווי געזאגט, דאס זענען נאר אפאר יסודות, און אודאי קען מען רעדן פיל מער אין יעדע ספעציפישע פאל.
ועלן מיר ווארטן פאר די חכמים ונבונים זאלן זיך לאזן הערן.

וירח ה' את ריח הניחוח
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1396
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
- האט שוין געלייקט: 3030 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
- קאנטאקט:
זה לא כל כך פשוט.
מען ברויך אבאכט געבן, די דאזיגע בחורים דרייען זיך דא, און זיי לייענען אונזערע "עצות", און אזוי קענען זיי וויסן פון פריער וויאזוי אויסצוקראסען אונזער יד עליונה.
בערך ווי די חינוך ארטיקלען אין די מעלות מיט אפאר יאר צוריק, וואס איך פלעג מיך פארקוקען וואס וועט זיין די רעאקציע פון מיינע עלטערן און אזוי האב איך געוואוסט וואס צו עקספעקטן.
חכמים היזהרו בדבריכם.

(- - -)
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16680
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18071 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
נישט ריכטיג פישעלע, קודם כל איז קיין בעסערע עצה נישטא דערווייל, און שנית, ווען איינער וועט דיר זאגן אז דו דארפסט ליבשאפט און דערנאך וועט דיר איינער ליב האבן וועסטו עס אפווארפן בלויז ווייל דו האסט געלייענט דערוועגן, און מסתמא מיינט יענער דיר צו "חנפ'ענען"?
די בחורים ווייסן אז זיי זענען פראבלעמאטיש, זיי ווייסן אז מען שמועסט זיך אדורך מיט יועצים און מחנכים, מען גייט זיי נישט אנטדעקן אמעריקע.
די בחורים ווייסן אז זיי זענען פראבלעמאטיש, זיי ווייסן אז מען שמועסט זיך אדורך מיט יועצים און מחנכים, מען גייט זיי נישט אנטדעקן אמעריקע.
וירח ה' את ריח הניחוח
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
שם טוב ביזט געוואלדיגע נייעס! זאל דער אייבערשטער דיר העלפן אז דו זאלסט מצליח זיין אין דיין אינטערנעמונג, און ראטעווען אידישע דורות. און שוין האמיר שמעקעדיג וואס האט צוגעלייגט עטליכע גוטע נקודות.
פישעלע, איינס פון די ערשטע יסודות צו העלפן בחורים איז צו זיין אפען מיט זיי, זיי זאלן פיהלן אז זיי האנדלן מיט א נארמאלע מענטש וואס זוכט זייער טובה און וויל זיי ארויס העלפן, און נישט מיט איינעם וואס האט גוטע באהאלטענע טריקס ווי אזוי זיי אויסצושפילן.
עס איז נישטא קיין שום סודות. אויב וויל מען העלפן א צווייטן דארף דאס גיין מיט אפענע קארטן, יא ער מעג וויסן אלע עצות, דער עיקר איז אז ער זאל פארשטיין מיט די אייגענע שכל אז עס לוינט זיך פאר זיין טובה וועגן צו פארקירעווען די ריכטונג אין וואס ער גייט.
____
שמעקעדיג האקט ענליכס.

די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
- אפטעמיסט
- חבר ותיק
- הודעות: 2352
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
- געפינט זיך: אין מאחורי
- האט שוין געלייקט: 2515 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל
איינע פון די עיקר פראבלעמען איז, אז ס'איז בכלל דא אזא זאך ווי ישיבות. מאז היות ישראל לגוי זענען בחורים געגאנגן ארבעטן און נאר די פאר אויסגערופענע עליטע, גרויסע קעפ און צוקומפדיגע מרביצי תורה, האבן געלערנט תורה אין שטיבלעך צי אין ספעציעלע ישיבות. ווילאנג גאנץ כלל ישראל וועט "מוזן" לערנען אין ישיבה, וועט דער חינוך פראבלעם אנהאלטן. געקומען איז די צייט צו ברענגן א סוף צו דעם חיוב פון גיין אין ישיבה, און שיקן ארבעטן, עכ"פ למחצה שליש ולרביע, בחורים וואס געהערן נישט בין כותלי ביהמ"ד.
- shem-tov
- ידיד ותיק
- הודעות: 840
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
- האט שוין געלייקט: 379 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל
יישר כח פאר אלע חבירים פאר די ווארימע אויפנאמע ובראשם חברינו שמעקעדיג. דיינע ווערטער האבן מיר געמאכט שמייכלען און געברענגט טשילס אויפאיינמאל. די נקודה איז טאקע צו פרובירן צו פארשטיין א צווייטן וזה כלל גדול בתורה ובכלל בכל הענינים לייג דיך אריין אין יענעמס פלאץ.
וכאן אתחיל, א טאטע דערציילט איבער זיינע מיטמאכענישן יעדע וואך פרייטאג צו נאכטס אז זיינע קינדער, בחורים און אפי' די חתונה געהאטע וואס קומען צו די סעודות שבת לאזן אים ממש נישט אויסרעדן קיין פינעף מינוט דברי תורה. און וויפיל ער זאל זיך בעטען מען זאל מיטזינגען די זמירות ש"ק, ווילן זיי נישט ער איז זייער פארווייטאגט אויף זיי ער זוכט עצות. כ'וועל באלד ארויפלייגן די מעשה מיט די פרטים
וכאן אתחיל, א טאטע דערציילט איבער זיינע מיטמאכענישן יעדע וואך פרייטאג צו נאכטס אז זיינע קינדער, בחורים און אפי' די חתונה געהאטע וואס קומען צו די סעודות שבת לאזן אים ממש נישט אויסרעדן קיין פינעף מינוט דברי תורה. און וויפיל ער זאל זיך בעטען מען זאל מיטזינגען די זמירות ש"ק, ווילן זיי נישט ער איז זייער פארווייטאגט אויף זיי ער זוכט עצות. כ'וועל באלד ארויפלייגן די מעשה מיט די פרטים
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
- shem-tov
- ידיד ותיק
- הודעות: 840
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
- האט שוין געלייקט: 379 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל
זוכט צו פארבעסערן זיין שטוב בליל ש"ק
א טאטע א בעה"ב ווייט נישט קיין פרומאק האט זיך זיין רבין מיט זיין רבין ז"ל מיט זיין חסידיש ספר אין וואס ער איז עוסק בתמידות. א גאנצע וואך איז ער איינגעשפארט אין אפיס מבוקר ועד ערב, קוים עפעס שעורים און קוים עפעס תפלות מיט מנין. ס'קומט ש"ק איז אן אנדערע מעשה, ער ווערט הייליג. די תפלות ליל שבת איז בהשתפכות הנפש, ער קומט אהיים אין א געהויבענע שטימונג, ער זינגט און ער שרייט ביי קידוש און די קינדערלעך זינגען שיין מיט הויעך אויפן קול. אינמיטן די סעודה ווען אימער ס'פאקט אים אן זאגט ער דברי תורה מיט א ברען. נאך די סעודה בלייבט ער נאך זינגען און לערנען, פרייטאג צו נאכטס איז דער זמן וואס ער שפירט זיין קשר מיט'ן רבש"ע. און אזוי פירט ער זיך שוין יארן לאנג, ממש מעין עולם הבאת
צייטן ריקען זיך די קינדער זענען אונטערגעוואקסן, עטליכע האבן שוין חתונה געהאט, ס'דא א שיינע צאל קינדער אין שטוב מיט ישיבה בחורים אבער זיי האבן עפעס אן אנדער בליק אויף די סעודת שבת. פונקט ווי דער טאטע ארבעטען די יונגעלייט א גאנצע וואך. זיי באטראכטן דעם שבת ווי א אפרו טאג, מען שמועסט און מען רעדט שטותים און מען עסט און מען גייט שלאפן. די בחורים זענען זיך מחי' אזוי. דער טאטע פלאגט זיך שוין אפאר יאר מיט א נייע מציאות אז קיינער איז פשוט נישט אינטערסירט צו הערן זיינע דברי תורה און קיינער איז נישט אינטערסירט צו זינגען זיינע זמירות. נישט קיין חילוק וויאזוי ער זאל זינגען שטייט אדער שנעל, זמירות אדער ניגוני סתם סאינטערסירט זיי נישט. דער טאטע נעמט זיך עס צום הארצן, האט ער אנגעהויבן משנה צו זיין פון זיינע מנהגים, ער קוקט זיך פאר אזעלעכע תורות וואס זאל זיין שוה לכל נפש, ער וואשט זיך צו די סעודה און תיכף ומיד בשעת די קינדער זענען פארטאן אין די פיש מיט דיפס פרובירט ער צו זאגן תורה ווייל דעמאלטס איז נאך גרינג זיי צו האלטן שטיל, אבער זאגט ער, ממש מיט מסירות נפש האקן זיי מיר אריין, זיי רעכענען זיך נישט מיט מיר מיין גאנצע שבת פארשטערן זיי מיר, עטליכע מאל האב איך מיך שוין אויפגערעגט און געזאגט א גיט שבת. איך גיי בענטשען. צומאל בלאזט ער אויף זיי ביז זונטאג צופרי.
דאס איז שוין חוץ פון דעם וואס זיי קענען רעדען אומנארמאלע גוישע זאכען ביי די סעודה און ווען זיי זענען פארטיג איז ויקם וילך, אן א בענטשען אן א גוט שבת. איך עס מיך אויף דאס געזונט ממש פויערען. וואס האב איך געטאן שלעכטס פרעגט ער מיט צער. באמת ווייסט ער אליינס נישט וואס ס'באדערט אים צו איז עס זיין נשמה אדער די פראסקייט פון די קינדער אבער ער איז פארווייטאגט אז אמאל פלעגט ער אזוי ארויסקוקען אויף דעם פרייטג צו נאכטס זיך געשפירט ווי א מלך און מכבד געווען דעם שבת און היינט ווערט אים שלעכט ווען ער טראכט אז באלד קומט שבת.
האט איר מיטגעהאלטן אן ענדליכען סיטיועישאן?
וואס וואלט איר גע'עצה'ט דעם טאטן?
געוויסע האבן אים געזאגט אז נאך אלעם איז דאך אלעס נחת רוח להבורא יתברך שמו, סיי די זמירות און סיי די דברי תורה, אפשר איז יעצט דער רצון ה' ער זאל זינגען מער פאר זיך בניחותא און אביסל מער שמועסן מיט די קינדער.
מיינע צוויי עצות איז געווען צו כאפן א שמועס מיט יעדען קינד באזונדער קודם כניסת שב"ק און זיי שטארק בעטען און דערמאנען אז ס'קומט פרייטאג צו נאכטס און איך וויל זיין דערהויבן, איך וויל האבן נארמאלע סעודות, די ווייסט דאך אז דאס געבט מיר חיות, ס'בלייבט נאך גענוג שעות פאר דיר צו שמועסן און פארברענגן. אפשר ווייסען זיי נישט ווי ווייט ס'גייט דיר אין לעבן, אויך זאגן מענטשן אז אריינצונעמן אן אורח איז זייער א גוטע זאך. ער טענה'ט אז ער האט שוין אלעס פרובירט, וואס זאגט איר

- גנדי
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1181
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 pm
- האט שוין געלייקט: 2151 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1341 מאל
איך וואלט געזאגט די טאטע זאל זיין געהויבען ביים זאגן שיר השירים. ביים דאווענען און ביי זיין שיעור שבת קודש.
ביי די סעודה זאל ער פארברענגען מיט די קינדער. די סעודה איז כדי צו האבן עונג שבת פשוטו כמשמעו.
אנשטאט ער זאל רעדן און זאגן דברי תורה זאל ער אויסהערן זיינע קינדער.
ער זאל פרעגן יעדען קינד ווי אזוי איז אדרוך זיין וואך. וואס איז געווען זיינע שוועריקייטן די וואך. וואס איז געווען זיינע דערגרייכונגען די וואך. אזוי וועט ער בויען א קשר מיט די קינדער.
ער זאל בעטן די קינדער צו זינגען א ניגון וואס זיי האבן ליעב.
ער זאל פרעגן די אשת חיל. ווי אזוי איז אדורך איר וואך.
ער זאל זיי פרעגן אויף וואס זיי קוקן ארויס פאר די קומענדיגע וואך.
ארויסווייזען אמת׳ע אינטערעסע אין די ווייב און קינדער וועט בויען א קשר און ברענגען ליבשאפט און רעספעקט.
וכן אני נוהג...

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום גנדי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
You must be the change you want to see in the world
- shem-tov
- ידיד ותיק
- הודעות: 840
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
- האט שוין געלייקט: 379 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל
רעספעקט. דיסיפלין. מאטיוועישאן. נאך פאר יודישקייט
גנדי ברויכסט פארשטיין מען רעדט דא אינגאנצן פון אפאר מינוט תורה און זמירות לכבוד שבת, ס'נישט אז ער פרובירט צו פיליבאסטן זיין טיש. שפתים ברענגט ארויס א שטארקע נקודה. דער ריכטיגער ווארט איז טאקע "רעספעקטירן" איינער מיז עס פארלאנגן. הגם, איך האלט נישט אז די מאמע איז שולדיג ווייל געווענליך איז די מאמע אויפן זעלבען בלעטעל ווי דער טאטע. מיטן ריכטיגן צוגאנג וועלן די קינדער פארשטיין אז ס'איז פארהאן א ריזיגער חילוק כרחוק מזרח ממערב, פון ווערן א אויפגעקלערטער חסיד'ישער בחור, ביז ווערן א אויסגעשפראכענער מחוצף און א שלעכטער יונג און אריינהאקן ווען יענער רעדט. סאיז צוויי אנדערע וועלטן. איינס איז חינוך לתורה ולמצות און להבדיל די צווייטע איז גוי'שע חינוך וואס סאסייעטי פארלאנגט פון יעדען עס אריינצולייגן אין די קינדער
חנוך לנער ע"פ דרכו.
איינס האט נישט קיין שייכות מיט צוויי. אויב ביסטו א טאטע א בר שכל, אדער איינער וואס ארבעט מיט די סארט בחורים ווי אונזערע תלמידים דא אין שם טוב'ס ישיבה, און די זעהסט אז דער יונגעל בחור'ל פארט נישט מיטן שפאן, ער לאזט נאך פון אלעם, ער האלט נישט ביי גארנישט. ביזט באמת איבערצייגט אזוי. זיי דיך מחזק אויף דיינע פילינגס און טויש ליניע. הייב אן נאכצולאזן די פאר פרומע זאכן און סטיק צו די בעיסיקס פון יודישקייט קבעמ"ש וכדו' און אויף דרך ארץ. דער בחור וועט שנעל פארשטיין אז ער איז ווייטער דער באליבטער קינד אדער תלמיד אפי' ער איז נישט אזוי אויסגעצייכענט מיט די לימודים און דאווענען. אבער דאס מיינט נישט אז ער איז יעצט אינגאנצן אף די הוק. אדרבה יעצט לאמיר אים מאטיוועטן. ב"ה די האסט שכל ניץ עס אויס. פיר דיך ווי א דשענטעלמאן ווי א מענטש, יא די האסט ארויס יודישקייט די פארשטייסט וואס דער רבש"ע וויל פון דיר די פארשטייסט דיין תפקיד אויף די וועלט. אדרבה מיר גייען דיר שטארק העלפן, לאמיר זעהן וואס די קענסט, זיי א מענטש און לעב מיט א פלאן.
נוץ דיין שכל וועט מען דיר מחשיב זיין.
די האסט נישט ליב דעם חסיד'ישען ווערטשאפט, ווילסטו דיך בשו"א נישט צושטעלן צו דיין ישיבה, די ווילסט אויסקוקען גוט, די ווילסט דיין קליין קאפל, דיין קליינע פאות דיין התנהגות דיין סעל פאון וכדו. די האסט דיין אייגענער דרך, דיין אמונה און דיין בטחון מיט דיינע מצות אין הארץ און קיינער זאל דיר מער נישט זאגן אז דער חסיד'ישער וועג איז דער איינציגער ריכטיגער וועג. אקעי פיין. מסכים אז דער רבש"ע האט דיך יעצט פונקט אזוי ליב, די ביזט זיין קינד און ביסט אויך אונזער'ס א קינד און מיר גייען דיך רעספעקטירן, לאמיר קלאר הערן וואס די ווילסט באמת, מיר גייען שלום מאכן מיטן מצב. פון די אנדערע זייט בעטן מיר אויך פון דיר די פולע רעספעקט. דיין נייע לייף-סטייל איז בהחלט נישט קיין סתירה מיט רעספעקטן דיינע עלטערן, מיט העלפן אין שטוב. זיך לערנען א פאך. רופן און גריסן דיינע עלטערן פון ישיבה דיינע זיידעס באבעס מיט רעספעקט, ווייז ארויס אז דיין ציל איז נישט צו שטויסן, דיין ציל איז בלויז צו ווערן אסאך בעסער פון אמאל. אלס בעסערע מענטש וועל איך זיכער נישט צורירען צו א ציגערעטל און אוודאי נישט צו קיין דראגס. איך גיי זיין א נארמאלער בר דעת.
זיך לערנען פון באזעסענע מענטשן.
האסט שוין אמאל געזעהן א מאדערענער יוד'ל קומט אריין אין אונזער שול, ער זעצט זיך אוועק אזוי איידל ער וועט נישט רעדן בייים דאווענען, ער וועט נישט בארעדען דעם רב פונעם ביהמ"ד. אלעס איז גוד שאאבעס. טענק יו. יו וועלקאם. ער האט אזא מאדערענער שטאלץ פרוביר אים נאכצומאכן. ווילסט גייין אויף דעם וועג פיין. גיי אל דע וועי. בלייב נישט פון איין זייט א חסיד'ישער שוטה, קומסט אריין אין ביהמ"ד ביי מוסף און נעמסט דיך רעדן הויעך אויפן קול. ממש א ציווילדערטער קינד, שטייט אויף אום 2 נאכמיטאג. נאכדעם גייסטו און די האקסט אויף די חסידישע יודן ווייל די ביסט בעסער. צדיקל מיט וואס ביסטו בעסער ווי איז דיין מענטשלעכקייט ווי איז חשבון. אדרבה ווייז אונז. ווער שוין עפעס. רעספעקטיר דיך אליינס.
א מענטש איז א מענטש און א באם איז א באם.
איינס פון די וויכטיגע זאכן וואס מען פארפעלט מסביר צו זיין פאר אונזער יוגענט איז אז א באם איז א באם. נישט קיין חילוק צו די ביסט א חסידישער באם אדער א שווארצער באם פון הארלעם. אדער א מעקסיקאנער לאו-לייף באם. יעדער באם איז מער ווייניגער א פורק עול. א יוד איז פורק עול מלכות שמים ועול דרך ארך און א גוי איז פורק בלויז עול דרך ארך ועול סאסייעטי. אויב ווילסטו נישט בלייבן א חסידישער בחור אזוי ווי דיין טאטע וואלט זיך געווינטשן מיינט נאך נישט אז די ביסט א באם. פאקטיש ביסטו א יוד און א חוץ דיין חלק אלקי ממעל האסטו זיכער א העכערע איי-קיו פון דעם גוי. די בלייבסט נאך אלץ א בעל שכל. פארוואס מוזטו ווערן א באם. האסט נישט ליב איין דרך אין עבדות השם זיך דיר א צווייטע, קיינער איז נישט בעה"ב אויף די תורה. האלט דיך שטאלץ מיט דיין נייעם דרך. זוך וועסטו טרעפן א געשמאק אין יודישקייט מיוסד אויף ספרים און צדיקים. ויגבה לבו בדרכי ה'
די שאלה בלייבט ווער זאל עס מסביר זיין. מיר וועלן פרובירן צו טאן די ארבעט ובשם ה' נעשה ונצליח

צער פון א בחור'ל וואס קומט נישט אהיים שלאפן
עלטערן גיסן זיך אויס דאס הארץ. מיר האבן נישט קיין טאג און קיין נאכט. זאגט דער טאטע. איך פיל ווי איך קען עס נישט דורכטראגן. מיין קליינער זוהן א ישיבה קטנה בחור בלויז 16 יאר אלט איז אויף די גאס אן א ישיבה, איך פרוביר צו טאן וואס איך קען אבער ער רייסט פון מיר שטיקער מיט דעם וואס ער קומט נישט אהיים ביינאכט צומאל ביז 4 פארטאגס. איך קען נישט שלאפן. אן קיין גוזמא איך בין אויף שעות ארוכות און איך האק מיר דעם קאפ אין וואנט. ווי איז ער. וואס טוט ער. איך גיי ארויס פון בעט. איך קום צוריק כ'פרוביר צו שלאפן אבער ס'גייט נישט. איך פרוביר צו רופן זיינע חברים. איך געב צדקה. איך וויין נאכאמאל. איך טענה מיך מיטן באשעפער. איך בעט אים שיק מיר אהיים דעם קליינעם.
ענדליך קומט ער זיך אן ס'איז שוין נאך 2. ער נעמט זיך צו עסען און איך פרעג אים זאג מיר פון ווי קומסטו. האסט דאך מיר געזאגט אז די גייסט זיין אינדערהיים 11 אזייגער. די ווייסט אז כ'בין אויף די גאנצע צייט ווייל איך קען נישט שלאפן ווי איז דיין הארץ. ער געט א קוק אויף מיר און זאגט. שוין ווייטער מיט די פרעשער. כהאב גענוג א גאנצן טאג, ביינאכט מעג איך אביסל ארויסגיין מיט פרענדס. און די קענסט רואיג גיין שלאפן דארפסט נישט ווארטן, ווי ביסטו געווען פרעג איך אים. דא און דארט מיט נייע און אלטע פרענדס. כ'האב נישט באמערקט אז ס'ווערט אזוי שפעט.
מיין זוהן גייט שוין נישט אין קיין ישיבה שוין פון אנפאנג זמן. ס'איז א גאנצע אריכות אבער דאס איז די מציאות מיט וואס איך און מיין ווייב מוזען דילען. ער דרייט זיך אויף די גאסן, ער ארבעט אביסל אבער נישט בקביעות. מען פרובירט אהער און אהין אבער ס'איז צרות.
גלייבט מיר, מיר האבן זייער אסאך צער פונעם מצב, זיין גשמיות'דיגע מצב איז זייער נישט גוט ער איז שטארק צובראכן און ברוחניות פאלט ער אויך מורא'דיג. אבער מיר זאגן אים נישט קיין סאך צוליב דעם ווייל איך ווייס אז ער איז אויך זייער צוטראגן מיר טוען אים בארואיגן אז ס'וועט אי"ה זיין גוט. ער וועט נאך טרעפן א ישיבה און ער זאל אויסניצן זיין צייט. איך מיז מיך אבער אויסרעדן מיין שווער הארץ איבער דעם שרעקליכען ביינאכט פראבלעם. ביי מיר אינדערהיים איז אלעמאל געווארן נאכט בערך 11 אזייגער, איך מיין ווייב און ביי אלע קינדער. די טיר פארשפארט, די לעקטער פארלאשן, און א גוטע נאכט. 5:30 בין איך שוין אויף אנצוהייבן מיין ביזי טאג, איך לויף כאפן א באס און איך מיז שוין זיין ביי מיין ארבעט 8 אזייגער שארף שוין נאכן דאווענען און עפעס לערנען. איך דארף אייך נישט זאגן וואסערע ביטערן טעם איך האב א גאנצן טאג נאך אזא נאכט. מיט די אלע פראבלעמען וואס איך גיי אדורך קומט עס נישט צו צו דאס אז ער איז אויף די גאס ביינאכט. ומי יודע מיט וועמען. ה"י.
א יוד פארוועם איך האב מיך אויסגעוויינט האט מיר געזאגט איבער א צווייטען אז ער פלעגט אויסשפארן זיין זוהן אזוי האט ער זיך אויסגעלערנט, בלית ברירה האב איך עס איינמאל פרובירט. ביי מיר קען מען שלאפן אין די האלוועי. איז ער אריינגעקראכן פון די פענסטער די צווייטע מאל האט ער מיר אויפגעבראכן דעם שלאס. האב איך אויפגעגעבן. איך בעט אייך גיבט מיר א עצה ווי אזוי אריינצולייגן אביסל שכל אין זיין קאפ. ע"כ פונעם צובראכענעם טאטע.

איך האב געהאפט צו הערן פונעם עולם עפעס עצות, אנאליזן ארויסצוהעלפן דערווייל אין קול ואין עונה. וועל איך קודם ארויפלייגן מיינע עצות והדרכה און איך האף נאך צו הערן פונעם עולם
באלד גיי איך אי"ה ארויפלייגן דער תוכן פון גאר א אינטערסאנטע סעלף-קאנפידענס שעור וואס די בחורים הערן יעדע זמן און ס'איז מוראדיג
באלד גיי איך אי"ה ארויפלייגן דער תוכן פון גאר א אינטערסאנטע סעלף-קאנפידענס שעור וואס די בחורים הערן יעדע זמן און ס'איז מוראדיג
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
שם טוב האלטסט אז א טאטע קען דזשוינען זיין זין אויף אזוי ווייט ווי כאפן א דשזוינט ציזאמען אדער גיין ציזאמען אויף די פלעצער ווי די זין דרייעט זיך? כרעד זיין מיט עם ממש אויף א פעדזש כדי די זון זאל עם טראסטן.
דערנאך קען ער רעדן צי עם און זאגן וועלכע דראגס איז שעדליך וועלכע נישט וכו'
דרך אגב זייט די גרינדונג פון דיין ישיבה גליסט מיר צריק גיין און ישיבה.
דערנאך קען ער רעדן צי עם און זאגן וועלכע דראגס איז שעדליך וועלכע נישט וכו'
דרך אגב זייט די גרינדונג פון דיין ישיבה גליסט מיר צריק גיין און ישיבה.
- shem-tov
- ידיד ותיק
- הודעות: 840
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
- האט שוין געלייקט: 379 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל
שעורים ב"שמחת החיים" על רגל אחת - חלק א
סעלף-קאנפידענס שעורים.
יעדע אנפאנג זמן איז דער מנהג אין שם טוב'ס ישיבה צו געבן א שעור פאר די בחורים בעניני שמחת החיים. מען רעדט איבער סעלף קאנפידענס און וויאזוי צו פארבעסערן דאס לעבן. די שעורים זענען עפעס לעילא ולעילא. עס ווערט אריינגעלייגט אסאך קאפ און מח, ס'דארף געטאן ווערן מיט די ריכטיגע מאס זריזות און התלהבות אז ס'זאל זיך אנכאפן אין די תלמידים. די סיבה איז פשוט ונמצא חן ושכל טוב בעיני אלקים ואדם. די שעור איז אויף אזא שטייגער ווי די באקאנטע שעורים פון רב האגער, להשיג, רב האראוויץ, פראדאקטיוו קורס וכדו. מיר האבן פרובירט צו דערגיין פון ווי זיי האבן דאס אויפגעפיקט, ויגעת ומצאת תאמין דער אייבערשטער האט געהאלפן און ב"ה וב"ש מען האט עס געטראפן און ריפעקעדשט און מען געט עס איבער פאר די תלמידים דא אין שם טוב'ס ישיבה. ס'לאזט זיך נישט זאגן די געוואלדיגע תועלת דערפון ברוחניות ובגשמיות.
די ביג פיקטשער
מיר נוצען די שעורים אריינצברענגען א שטאלץ אין זייערע יודישע הערצער. ויגבה לבו בדרכי ה'. זיי לערנען זיך אויס מוראדיגע זאכן בעניני שמחת החיים, וויאזוי אנצוקוקען די לעבן פון אויבן אויף אראפ, הנקרא די ביג פיקטשער. נישט נתפעל צו ווערן פון קליינע אדער גרויסע שטרויכלונגען. די שעורים זענען ערשט קלאסיג און אויסגעהאלטן ע"פ תורה ומסורה אויב פארקריכט מען נישט פונעם ציל. להטות לבבינו אליו ללכת בכל דרכיו.
לידע את המעשה
קומט איצט א תלמיד מיט א שטיקל טענה אז אמת טאקע די שעורים זענען זייער פאוערפול און ניצבאר ס'העלפט אים א געוואלד צו לעבודת הבורא יתברך שמו ובמלחמת היצר, אבער נאך עטליכע וואכן טוט עס אינגאנצן אויסוועפן. ומה איכפת לי' די טענה האב איך שוין אסאך געהערט אויף די סארט שעורים אזש מאנכע בעטן גאר צוריק דעם אלף אדער מער וואס ער האט דארט פארברענט. בעט ער אז כ'זאל עס אים בקיצור אראפצושרייבן, אז ער זאל עס האבן צו דער האנט בכל עת וזמן און עס קענען נוצן אויף למעשה. באמת, איז עס ממש אוממעגליך, אבער כ'האב געקלערט און זיך מיישב געווען אז איך גיי בעזה"ש פרובירן. נאך אלעם, ווי קען איך אפזאגן אזא בקשה פון א תלמיד. איבערהויפט אז נאך יודן וועלן הנאה האבן און אפשר וועט עס זיי אויך צוהעלפן לעבודת הבורא ולתיקון המעשים. איך גיי שרייבן בקיצור נמרץ. אבער איך מיז זאגן קלאר, אז די וואס זענען נישט געווען ביי מיינע שעורים אדער בכלל ביי שעורים פון די סארט קאמפאניס וועלן עס נישט פארשטיין. די וואס האבן עס יא מיטגעמאכט וועלן זיכער הנאה האבן. בכל אופן קענט איר כאפן א בליק אריין אין דעם נייעם דערהער פון די סארט שעורים.
ברוכים הבאים בשם ה'.
מאכט אייך באקוועם. זעצט אייך אויף די פלעצער. פארלעשט אייערע מאשינקעלעך. נעמט ארויס א פעדער מיט א בוך און הייבט אן צו שרייבן אייערע חלומות, מיינונגען און פראגעס. זענט איר אלע גרייט, יא. איך הער נישט, יא. פארשטייט זיך אז איך שרייב עס אויף מיין סטייל, א דרך אין עבדות השי"ת, יעדער געט עס איבער לויט וואסערע אודיענץ ער פארמאגט. אבער דאס זענען מער ווייניגער די שעורים.
ענערדשי. ענערדשי. ענערדשי.
בעזר אדון כל גיימער אנהייבן, יעדער זיצט שוין ארום און ארום... טייערע בחורים ווי גליקלעך זענט איר צו זיין דא בין כותלי הישיבה... פאר יעדע בחור וואס איז דא צווישן אונז געפונען זיך נאך 993 וואס זוכען נאך דעם גליקליכען ישיבה ובפרט דעם קאנפידענס שעור וואס איר גייט איצט באקומען... ברוך אלקינו שבראנו לכבודו והבדילנו מן התועים... מאכט אייך גרייט חשוב'ע בחורים... איך גיי דא נישט זאגען קיין דרשות נאר מען גייט טאן צו דער זאך. א בחינה פון עבודת ה' מיט די עבודה ממש... מען גייט טאנצן און שפרינגען און מען גייט זיך נישט שעמען... ולא יבוש מפני המלעיגים איז אין דער ערשטער סעיף אין ש"ע אלס א יסוד גדול... ס'איז נישטא פון וועם... מען גייט שפאלטן אייז... קוק דיך ארום און טרעף א נייע בחור וועם האסט נאך קיינמאל נישט געזעהן... שטעל דיך אויף מלא קומתו און גיב אים א ברייטע שלום עליכם בקול רעש גדול... איז עס טאקע געווען אזוי שווער... ניין... מענטשן האלטן זיך צוריק צו גיין צווישן מענטשן און צו שמחת אלעס ווייל ער וועט זיך שעמען צו טאן עפעס צו דער זאך... לאמיר עס פיקסן... רבותי מאכטס אייך גרייט... ס'קומט א מעכטיגע טשעינדש... מיין נאמען איז שם טוב און דער אייבערשטער האט מיר געגעבן די כח ענק איבערצודרייען למוטב...
וואס ווילן מיר ארויסנעמן.
א בעסערע לעבן... איינזעהן די חסדים וואס השי"ת טוט מיט מיר יעדן טאג.. נישט ח"ו קוקען אויף שלעכטס... אנקומען ווי איר ווילט באמת... בעסער קומיוניקעיטן... אויספילן מיינע רצוניות... נישט אפשטיפן וואס איך ברויך צו ארלעדיגן הן מצות ומעשים טובים והן וואס ס'פארלאנגט זיך צום לעבן... מיר גייען ארבעטן אויף... מענטשליכע שייכות. מדות טובות... התלהבות... זעלבסט זיכערקייט... קומיוניקאציצע... אלעס וואס איר זוכט איז כולל אין די זאכן. אלעס וואס דער אייבערשטער פארלאנגט פון מיר.
אוועק מיט די בושה.
חז"ל און להבדיל די עספערטן זאגן אז א מענטש נוצט אינגאנצן 01 פראצענט פון זיינע ג-ט באשאנקענע כשרונות... ס'איז גלייך צו אייז וואס איז ניינציג פראצענט באגראבן אין די טיפע וואסערן. פארוואס קומט נישט דער מענטש מער ארויס, ווייל ער האט מורא וואס וועלן אנדערע מענטשן זאגן. איר הערט גוט... מענטשן ציטערן פון בושה, איינמאל ער מאכט א מיסטעיק איז שוין עק וועלט, ער האט מורא צו צו גיין צו עמוד ווייל איינמאל האט ער געמאכט א טעות... דער מענטש בארויבט זיך נעבעך זיין לעבן... וואס וועסטו ענטפערן אויף יענע וועלט...מורא. בושה. פייער. פון דעם ציטערן מענטשן זייער שטארק. דא גייט מען זיך טרעינען עס אדורך צוטראגן ב"ה.
אשרי זקנותינו
וויאזוי וואלט א מענטש זיך געשפירט אויף די עלטערע יארן אז ער האט גארנישט דערגרייכט אין זיין לעבן. ווי מאדנע וואלט זיך געהערט אן אלטער יוד זאגן. רבש"ע איך האב גארנישט געטאן ווייל כ'האב געהאט בושה ממילא בין איך געבליבן אינדערהיים און אין בעד... איך האב חרטה פארן אפ'בטלן מיין לעבן .פארוואס. ווייל כ'האב מיך געשעמט... מיר גייען אויפהערן אפצושטיפן זאכן... אבער ממש פון יעצט... טראכטן שטענדיג פון די שש מצות תמידיות. וואס איז דער רצון ה' פון מיר יעצט. און אזוי אויך. די באקומסט א ביל, לייג עס נישט אהער אדער אהין, באקומסט א תפקיד, לייג עס נישט אפ. מצוה הבאה לידך אל תחמיצנה, עניטינג הבאה לידך אל תחמיצנה. יעצט איז די זמן.
איינ'חזר'ן א נאמען.
האסט שוין אמאל געשמועסט מיט איינעם און אינמיטן פארגעסטו וויאזוי יענער הייסט, אוי אנטשולדיגט, ווי אזוי הייסטו נאר... וואס ווייזט דאס? ס'איז זייער נישט פראפעשאנעל. ס'פאסירט ווייל די הערסט נישט קלאר יענעמס נאמען. די וועג אנצוהייבן אונזער קלאס איז אביסל אינטערסאנט אבער יעדער שטעלט זיך אויף... טראכט... יעצט דריי דיך צו שכן... שריי הויעך מיט קאנפידענס... שלום עליכם... ניין נאך העכער... נאך העכער... שלום עליכם... אט אזוי... איך הייס אזוי און אזוי.... וואס איז אייער נאמען.... יעצט חזר עס גוט איין. יעצט גיי צו נאכאיינעם און הייב אן א שמועס וואס מוז זיך פארציען פאר גאנצע 3 מינוט... שמועס... פרעג... רעד... בלייב נישט שטום... שעם זיך נשט... יעצט לגבי עבודת ה' אויב וועסטו שרייען ביי הריני מקבל עלי עומ"ש און דערנאך ביישמע ישראל וועסטו אויטאמאטיש עס מער געדענקן די גאנצע טאג. בדוק ומנוסה.
פארוואס שרייען.
נא רבותי, איז עס געווען אזוי שווער. בכלל נישט... די צווייטע מאל איז עס אסאך גרינגער. דאס וויל איך ארויסברענגן. אזאך וואס די טוסט שוין איינמאל ברעכן וועט דיר שוין שפעטער זיין גרינגער. איך הייס שרייען, כדי לקיים את המימרא האדם לא נברא רק לשבר את הטבע. דא איז א לאבראטארי. ארויסגיין זאלט איר בדרך האמצעי. זיך צו טשעינדשן מיזט איר מסכים זיין צו טאן אנדערע מער דראסטישע זאכן. איר מוזט זיך טוישן. אלבערט איינשטיין האט געזאגט. א שוטה טוט די זעלבע זאכן איבער און איבער, אבער יעדעס מאל עקספעקט ער דיפרענט ריזאלטס... לשנות את הטבע מיינט, פרוביר צאמצולייגן דיינע הענט אזוי באקוועם איינס אינעם צוויטען... יעצט פרוביר פארקערט... ס'גייט נישט ווייל אזוי איז אייער סיסטעם געוואוינט.
קאמפארט זאון.
יעדע מענטש האט זיך זיין קאמפארט זאון. דאס איז א מתנה'לע וואס דער אייבערשטער געט בדרך כלל פארן מענטש אויף די וועלט, זיין שטוב. זיין ארבעט. זיין אפיס. זיינע חברים. זיינע שכנים. דארט שפירט ער זיך מושל בכיפה ער פירט ער פארפירט, ער טוט און מאכט. די מינוט וואס ער פארלאזט זיין קאמפארט פלאץ פאקט ער איין ווי א שעפעלע. לאמיר נעמן א משל א בייגל. די לאך איז דיין קאמפארט זאון און ארום און ארום איז די וועלטעלע. די פאקט איז אבער, די בעסטע זאכן פאסירן אינדרויסן פון דיין קאמפארט זאון. דארטן איז די ריעל ווארלד. אבער די ווילסט נישט ארויסגייין... ווייל ס'איז נישט באקוועם... זאלסטו אבער וויסן אז גארנישט וועט נישט פון זיך אליינס אריינקומען אין דיין לעכעל די מיזט אליינס ארויסקריכען און עס אריינברענגען.
דורכבראך.
א מעכטיגע דורכבראך... ווען די הערסט די פאוערפול ווארט "אדורכבראך" וואס קומט אייך אויף אין געדאנק, למשל. מענטשען פלעגען נעבעך שטארבן פון א לונגען אנטצונדינג. ל"ע איז געקומען א דורכבראך און די עקספערטן האבן בעזה"ש אהערגעשטלט אנטיביאטיק. וכדומה דאס הייסט א דורכבראך. דא ביי די שעורים גייען מיר באווייזן צו מאכן א נישט קלערען דורכבראך... וואס ווילט איר דורכברעכען... איך וויל אנהייבן אויפשטיין 5 פארטאגס אנצוהייבן דעם טאג אויף די ריכטיגע שינעס בתורה ובעבודה ווי א מענטש... איך וויל קענען שמועסן מיט מיין טאטע... איך וויל קענען שמועסן מיט מיין זוהן... קומיוניקעישאן. מענטשן זאלן פארשטיין וואס איך וויל... אנהייבן צו זיין פונקטליך אין צייט... קאלעקטן געלט וואס מענטשן זענען מיר שולדיג און זיך נישט שעמען... אנרופן יעדען טאג וועם איך בין שולדיג און עפעס אויסארבעטן ביזן באצאלן... גארנישט נעמען צום הארצן... דאווענען פארן עמוד... שטיין רעדן פאר א צבור... לב יודע מרת נפשו יעדער ווייסט וואס ער דארף דורךברעכן. פלאניר דיין מעכטיגן דורכבראך.
מאך א פלאן
איך מאך א פלאן און איך בעט דעם אייבערשטן אז אין א האלב יאר פון יעצט וויל איך קענען אריינשפאצירן צו א שמחה אן קיין שום קאמפלעקס... איך וויל קענען גיין שאפינג אן זיך דארפן שעמען צום טויט אז כ'גיי טרעפן דעם אדער יענעם... כ'וויל קענען גיין צו מיין חבר'ס שלום זכר אן דעם וואס כ'זאל ציטערען אז כ'גיי נישט האבן וואס צו רעדן... טראכט גוט אריין וויאזוי די ווילסט אויסקוקען אין א האלב יאר פון יעצט אבער לאז נישט אויס קיין שום דיטעיל. פלאניר עס אויס ווי גלייך די ביסט שוין דארט.
" א גענעראל האט געזאגט. א פלאן אן א עקשאן איז א חלום. עקשאן אן א פלאן איז א נייטמער".
שרייבן די פלענער.
וקנה לך חבר. די ברויכ'סט אראפשרייבן פונקטליך דיינע פלענער. שרייב א מעשה וואס פאסירט "יעצט" אין א האלב יאר ארום. שרייב און פאנטאזיר אלעס וואס ליגט דיר אויפן מח. שרעק דיך נישט פון גארנישט. פארשטייט זיך אז אין אלע דיינע פלענער זאלסטו מיטנעמן דעם רבש"ע ווייל נאר ער ווייסט וואס ס'וועט זיין און נאר ער קען דיר באמת העלפן מיט דיינע אונטערנעמונגען. טראכט ווי די מאכסט די שווערסטע עקסערסייז יעדען איינציגע טאג און די ווערסט אויפגעבויט. טראכט אז ס'גייט זיין שווער אבער די גייסט אנגיין מיט גרויס אנטשלאסענקייט.
מאך א וויזשאן - א חזון
שרייב עס אראפ און זאג עס אויך פאר אנדערע... און אוודאי זאג עס אויך פארן גרויסען באשעפער. גוטע מענטשן קענען דיר אסאך צוהעלפן, נישט די וואס וועלן לאכן פון דיר. דער רבש"ע באשאפט א בעל חי און א האלבע שעה שפעטער איז ער שוין אויף זיך אליינס. א מענטש אבער האט דער אייבערשטער ברוב חכמתו געמאכט אז ער מוז צוקומען צו אנדערע מען זאל אים העלפן... צוביסלעך קריכט מען דא ארויס פון דעם באקוועמען קאמפארט זאון... געדענק עס איז אין דיינע הענט צו זיין ווי די ווילסט זיין... נעם דיין וויזשאן און קלעב עס אן ביי דיין בעט... גיי עס איבער מיט דיין ווייב... מיט מענטשן... מיטן גרויסן בורא כל עולמים השומע כל פה.
פלאן אויף מארגן.
א חוץ פון די פלענער אויף שפעטער, מאך דיר אויך שטארקע פלענער אויף מארגן איך גיי ב"ה אויפשטיין פארטאגס...... מיין סדר היום מארגן גייט זיין עפעס אויסטערליש. מיין דאווענען. מיין לערנען. די זמנים. מיין ערליכקייט. אהבת חברים. מיין מדות ודרך ארץ. איך גיי קאלן דעם וואס כ'פלעג נישט בשו"א קענען קאלן און איך גיי מיר מאכן צוויי נייע ידידים... איך גיי איבערשרייבן מיינע גאולס... איך גיי עס טאן ווייל איך שפיר אז כ'האב מער התלהבות... איך שפיר ווי איך שפרינג פון מיין הויט צו טאן מיין תפקיד אויף וואס דער אייבערשטער האט מיך דא אראפגעשיקט... איך קען נישט איינזיצן...
איך קען. איך קען. איך קען.
דער יסוד פאר אלעם איז דאס... פאר די הייבסט אן עני נייע זאך זאלסטו דיר אליינס זאגן, איינמאל און נאכאמאל, איך קען. יא ב"ה איך קען. און איך גיי עס אויספירן. די קענסט אויספירן וואס די ווילסט. די רייד ווערט אנגערופן פעפ-טאלק.
רעדן אין פובליק
יעצט איז די זמן וואס יעדער גייט זיך אויפשטעלן צו רעדן אפאר ווערטער מיט תוכן פאר די פארזאמלטע און קיינער קען זיך נישט ארויסדרייען. געדענקסט פון חומש ווען דער אייבערשטער האט געהייסן משה רבינו צו גיין צו פרעה האט ער נישט געוואלט מחמת כמה סיבות... אבער דער אייבערשטער האט אים געהייסן גיי. יעצט איז געקומען דיין רייע צו גיין רעדען. קודם עטליכע כללים. וואס בדרך אגב זעהט מען אויך ביי משה רבינו. קיינמאל נישט רעדן אין פובליק אן צוגרייטן, ציגיין גלייך צום ענין אן קיין סאך הקדמות, און נישט פארגעסן פון די "פעפ-טאלק" זיך א גאנצן צייט דערמאנען אז די קענסט. "אויב מען רעדט פון זיך מיט א שטארקייט קען דיך קיינער נישט צוברעכן".
זיך פירן בהתלהבות.
יעצט שריי בקול רעש גדול. אני פלוני בן פלוני גיי מיך אנהייבן צו פירן מיט גרויס התלהבות אין אלעם וואס איך טו אין מיין לעבן... יעדער מוז טרעפן עפעס א מעשה וואס ער קען דערציילן אז ער האט עפעס אדורכגעפירט ווייל ער האט האט זיך געפירט בהתלהבות... און אויך נעמט זיך יעדער פאר עפעס אן ענין וואס ער גייט אי"ה דורכפירן ווייל ער גייט עס טאן מיט א מורא'דיגע התלהבות. און ביי אלעם זאלסטו שרייען.
"אויב כ'וועל מיך פירן מיט התלהבות וועל איך ווערן התלהבות'דיג"

לאמיך אייך דערציילן איבער התלהבות.
יעדער באזונדער טרעט ארויף צום פאדיעם, אבער נישט סתם מען טרעט צו נאר מען מאכט אזא טענצעלע צו ווייזן אז מען נוצט התלהבות און מען ווערט מכובד צו דערציילן וויאזוי ער האט גענוצט התלהבות און זיך מורא'דיג מחי' געווען הן בין אדם למקום והן בין אדם לחבירו... בחורים האבן זיך גענומען רעדן איבער זייער לעבן און דערציילן גאר טיפע סודות ס'איז אלעמאל זייער עמאשענעל... וויאזוי ער האט גענוצט שטארקייט עפעס אדורכצופירן. זאג איך אייך באנוצט ענק מיט התלהבות וועט איר אלעס קענען טאן.. איך נעם מיך אונטער זיך צו פירן מיט התלהבות...
אנהאלטן די התלהבות.
שרייבן א פלאן... בעטן דעם אייבערשטן... האלטן פאר די אויגן... טאן פעולות... שמייכלען ווי מער... א קלארע ציל... האבן אזא פילינג אז די גאנצע וועלט ווארט אויף מיר... בשבילי נברא העולם... אבער די וויכטיגסטע זאך איז די פעפ-טאלק. יא די קענסט. ואם לא עכשיו אימתי... רעדן צו זיך אזוי שטילערהייט ווען קיינער הערט נישט אז יא די קענסט. יא די קענסט!
המשך יבא בקרוב (חלק ב) ...

לאמיר א מינוט צוריקגיין צו דעם שבת-סעודה פראבלעם.
כאטש דאס איז נישט א "ישיבה פראבלעם" פון בחורים, איז עס דאך פאסיג אויסצושמועסן, בפרט אז ביי אונז אין משפחה האב איך א ברודער וואס ליידט אויך ענליך ביי זיין שווער, זיי פלאצן אוועק ביי זיינע סעודות ווי ער פרובירט צו מאכן זיינע קינדער און איידימער ווי זיינע חסידים בשעת ער "פירט טיש", און איך האב שוין אסאך גערעדט צו יענעם, און נאכדעם האב איך א נאנטן חבר וואס האט דאס זעלביגע געליטן ביי זיין טאטן אזש היינט צו טאג וויל ער נישט הערן פון גיין צו א סעודה צו זיין טאטן, און אפשר קען די שמועסן צונוצקומען דא אויכעט.
צו אלעם ערשטנס איז וויכטיג צו וויסן אפאר ארומיגע פרטים, דהיינו ווי אזוי איז זייער קשר אין אנדערע צייטן, אינמיטן די וואך אדער ווען מ'טרעפט זיך ביי א שמחה. איז דאן בעסער? קען מען יא רעדן דברים של מה בכך? אדער נאר פארציילן א גוט ווארט אויף די פרשה? אויך איז וויכטיג צו וויסן וויאזוי איז געווען בעפאר די חתונה, וואספארא מין חינוך האט געהערשט אין שטוב? זענען די קינדער געווען צופרידענע? אדער האט געהערשט א דיקטאטורישע הערשאפט בכלל, און ביים שבת טיש בפרט, עד כדי כך אז די קינדער האבן באקומען א געוואלדיגע ווידערווילן צו די "הייליגע סעודות"?
אויב די זאכן זענען אמת למחצה ולשליש (און פילייכט איז דא עפעס אמת דערין) דאן קען מען נישט דן זיין די קינדער הלמאי זיי האבן נישט דעם נויטיגן/פאסיגן דרך ארץ צו זייער גאסט-געבער, זיי זענען שוין פארווייטאגט דערוועגן, און עס וועט גארנישט העלפן. איך בין חייש אז אפילו דער פאטער וועט וועלן שמועסן אנדערע ענינים וועלן זיי אויך נישט זיין אינטרעסירט מיט אים מיטצוטיילן די פרטים, דען זיי האבן קיינמאל נישט אויפגעבויעט דעם ריכטיגן קשר און קאמיוניקאציע מיט אים, און אצינד איז שוין צו שפעט צו פארריכטן. כאטש ע"פ תורה זענען זיי נאך אלץ מחוייב מיט כיבוד אב און ע"פ מענטשליכקייט פארלאנגט זיך רעספעקט פארן מכניס אורח.
דער טאטע דארף צו וויסן דעם אמת ביי זיך, און קענען מודה זיין טאמער האט ער נישט ריכטיג אויפגעבויעט דעם קשר מיט די קינדער. אז מען ווייסט די שורש פונעם פראבלעם איז עס גרינגער צו הענדלען. דערנאך איז די גרינגסטע עצה (אפשר די שווערסטע?) צו האבן א אפענעם שמועס מיט יעדן זון אין א אנדערע צייט, און זיך אויסשמועסן. דער פאטער זאל מסביר זיין אז אפשר האט ער איבערגעטריבן מיט יארן צוריק, אבער עס איז געווען לטובה כוונתו, און מה דהוה הוה, מהיום והלאה וויל ער אז בשעת ער לאדנט די קינדער אויף זיין קאסט אין זיין הויז, זאל מען אים געבן לכה"פ א האלבע שעה פון דברי תורה און זמירות, און די איבריגע צייט קען מען געשמאק פארברענגען צווישן זיך, און אדרבה, ער וועט הנאה האבן צו זעהן ווי די קינדער זיצן אינאיינעם און פארברענגען, הנה מה טוב ומה נעים שבת אחים גם יחד. לכאורה דארף דאס דער זון פארשטיין און מסכים זיין.
טאמער ארבעט זיך עס נאך אלץ נישט אויס, און די אנגעווייטאגטע זונען האלטן נישט ביים קאאפערירן, דאן מוז מען בוחר זיין הרע במיעוטו, און זיי אויפהערן איינלאדענען. מען קען זיי מסביר זיין אז אין דעם הויז איז פאראן רעגולאציעס צו וואס יעדער באטייליגטער מוז זיך צושטעלן. מען צווינגט קיינעם נישט צו קומען, און ווער עס קומט נעמט מען אויף בחפץ לב, און מען שטעלט אהער די שענסטע און די בעסטע פארן גאסט, פאר זיין ווייב און קינדער, בחנם אין כסף, אבער דאס מינימום מענטשליכקייט מוזן זיי צושטעלן.
מיין חבר, למשל, פרובירט זיך מונע זיין צו גיין צו זיין פאטער, אבער ווען ער גייט יא – צי ביי א שמחה צי אמאל לכבוד יו"ט און לכבוד די מאמע וואס בעהט זיך – וועט ער זיך איינהאלטן זיין אויפברויז און דערשטיקן די געפילן אין זיך. ער וועט רעספעקטירן, מיטזינגען און אויסהערן די תורות פונעם טאטן. די זעלבע זאך איז מיט דעם משפחה מיטגליד. ער גייט בלויז דאס אבסאלוטע מינימום, אבער ווען מען גייט יא, פרובירט מען צו געבן לכה"פ אביסל צייט פארן שווער צו קענען דרש'ענען.

בנוגע די "שמחת החיים" שעורים חלק א
כ'האב נישט געוויסט אז ס'וועט זיין אזא ערענסטער למוד. כ'האב באקומען אנפראגן ובעיקר וועגן די "קאמפארט זאון" שטיקל. איז לאמיך דא קלאר שטעלן אביסעל מער דאס ענין.
יעדע זאך וואס ס'קומט דיר אן גרינג הייסט ביסט באקוועם דערמיט. אבער דארט פלאגסטו זיך נישט ארויסצוברענגען דאס בעסטע פון דיר. אין בעט איז דיין קאמפארט זאון. אויפשטיין פארטאגס און גיין לערנען. מאכן עקסערסייז. גיין אויפן באן צו די ארבעט וכדו' ביסטו ארויסגעגאנגען פון דיין זאון. אבער, די שפירסט שפעטער גאר גוט אז די האסט עס געטאן. דיין אפיס איז שוין ווייטער דיין באקוועמער קאמפארט זאון. ארויסגיין קלאפן ווי א סעילסמאן ביסטו ווייטער אין אן אומבאקוועמער פלאץ אבער די ווייסט אז די מיזט עס טאן ווי מער די ביסט מסכים ארויסצוגיין פון דיין לעכעל אלץ מער גייסטו אקאמפלישען. סאיז פשוט אבער אויך שווער, און דאס פרובירט מען אויסצולערנען די יונגווארג כדי צו קענען שטייגען בכל ענינים מיזטו כסדר ארויסוואקן, אזוי בריסקי וואק, פון דיין באקוועמען שטח. און סאיז שייך פאר אלע עידשעס, פאר אלע מצבים און פאר יעדען רעיס.
שכח שמעקעדיק פאר דיין תגובה די ברענגסט פיין ארויס דעם צד השני בנוגע פארוואס א טאטע פלאגט זיך אנצוהאלטן זיין שבת טיש.
בד"וו. דער עולם זעהט אז איך שרייב אזוי צוביסלעך. א שטיקל דא א שטיקל דארט ואין מוקדם ומאוחר. מען קען רעדן איבער אלעם.
יעצט גרייט איך מיך בס"ד ארויפצולייגן ענינים בנוגע דיסיפלען. וויאזוי מען מאכט יענעם הערן און פאלגן וואס די פארלאנגסט כדי ס'זאל זיין א טיעם און דיין קלאס. דיין הויז. דיין ביזנעס.

בויען געזונטע קשרים
יעדער וויל וויסן וויאזוי בויט מען אויף שטארקע קשרים. א קשר של קיימא בין אדם לחבירו, בין איש לאשתו בין אב לבנו, וכן בין ישראל לאביהם שבשמים. דער ראש ישיבה רעדט דא בכלליות ווי אזוי צו פארבעסערן קשרים סיי בין אדם לחבירו און סיי בין אדם למקום. מענטשן שרייען ס'גייט מיר נישט, איך פארשטיי אים נישט, ער פארשטייט מיך נישט. איז די קשיא צו די ווילסט בכלל האבן א קשר. ליינט דא דעם שיינעם דרשה איבער בויען קשרים. קריצט עס אייך גוט אריין אין מח, נעמט עס מיט אייך אין אלע אייערע וועגן ובפרט ווען איר ארבעט מיט יודישע נשמות, און איר ווילט זיי און זיך באמת העלפן. ובה ז' חלקים.
א - ארבעטן אויפן קשר
ב - אפגעבען און פארלאנגן רעספעקט
ג - גרונטלעך אויסהערן
ד - זיך פלאגן צו קוקען אויף זיין חלק הטוב
ה - איבערגעבן דיין מעסעדש זייער קלאר
ו - בויען טראסט
ז - ארויסווייזן דיינע געפילן פאר זיין הצלחה
---------------------------
א - ארבעטן אויפן קשר
מיין ארבעט איז צו בויען א קשר. ע"כ. שטעלט אייך דא אפ א רגע. דאס איז דער יסוד פון אן אייביגער קשר צו געדענקן אז מען לעבט נישט נאר אויף די מינוט מען ארבעט מיט חשבונות איזהו חכם הרואה את הנולד, דער נולד איז דער שיינער קשר וואס די בויסט מיט דיינע טאג טעגליכע מעשים. דער מגי"ש פרעגט וויאזוי קען איך פארבעסערן מיין קשר מיט'ן תלמיד. כ'האב שוין אלעס פרובירט אבער איך טאפ א דופן, זייער אסאך מאל הערט מען די קשיא אויך פון עלטערן. יעדער פארשטייט אז די ערשטע זאך אין סאשעל לייף און אוודאי אין חינוך איז מען זאל זיך פארשטיין איינער מיטן אנדערען. אויב האסטו א גוטע קשר מיטן קינד גייט שוין נאכדעם אלעס גרינגער. א בחור פרעגט ווי אזוי קען איך פארבעסערן מיין קשר מיט מיינע עלטערן, איך קען נישט דערליידן די פאקט אז מיר זענען אלעמאל אזוי אויפגערעגט און צוקריגט איינער מיטן אנדערן. א יוד פרעגט ווי אזוי בויט מען א קשר מיטן רבש"ע זיך אנצוהאלטן אין אמונה אין תורה אין שמירת המצות און נישט מסיח דעת זיין. למעשה איז עס נישט קיין לייכטע זאך, צומאל קומט עס מיט גרויס מי און פלאג. דאס איז אבער נאר פאר די מענטשן וואס האבן זיך נישט אויסגעלערנט די פאך פון קומיויקעיטן. דא שמועסט מען איבער די "ארט" פון בויען א קשר און ווי אזוי יענער זאל וועלן מקבל זיין פון אייך און איר זאלט מקבל זיין פון אים. חכמה היא ואינה מלאכה, דאס דארף מען זיך לערנען און דערנאך גייט עס שוין גרינג בע"ה.
לאמיר פארבעסערן דעם קשר. לאמיר פרובירן זיך אריינלייגן אין יענעמס מח. יעדער פארלאנט מען זאל אים רעספעקטירן. קיינער האט נישט ליב צו ווערן באליידיגט אדער געטשעפעט, אפי' ווען איינער באגייט טאקע א עוולה מיינט נאך נישט אז ער האט מפקיר געווען זיין בלוט. ער בלייבט נאך אלץ א מענטש און ס'נישטא קיינמאל קיין רעכט אים צו דערנידערן. איי ער טוט זאכן קלאר מיך ארויסצונעמן פון די כלים. און די פארשטייסט נישט פארוואס ער טוט דאס, און די האלטס אז די ביסט יעצט בארעכטיגט צו שרייען און פארפירן, וואס מיט דיין שרייען איז שטארק מעגליך אז די זאלסט אפשניידן דעם קשר וואס די ווילסט אזוי שטארק אויפבויען, און דאס ווילסטו דאך נישט.
מען בויט דעם שטריק
גלייבט מיר טייערע בחורים אז נאך אזויפיל יארן זיך פלאגן צו פארשטיין אנדערע מענטשן, מאכט זיך נאך אלץ אז כהאב נישט די ענטפער צו אלעמען. ווען ס'קומט למעשה איז יעדע פאל אן אנדערע מעשה. צומאל פארגעסט מען אליינס פון אלע גדרים וסייגים און כללים, אבער ווען מ'געדענק אז דער ציל איז צו בויען דעם קשר ווייל אן דעם וועל איך נישט האבן מיט וועם צו רעדן, און איך פארליר מיך נישט, איז ממש א מחי' און דאס איז אזוי ביי יעדען. טאטע, מחנך און רבי. נאך מער, אויב קוקסטו אן דעם לעבן ווי א קאנסטראקשען זאון, די האלטס אינמיטן בויען דיין ברידש צום אייבערשטן, צו דיינע עלטערן, צו דיינע קינדער. וועסטו זיך דען אויפרעגן אז עפעס קלאפט נישט אויף די מינוט, די וועסט דיך נאר משתדל זיין צו פארעכטן דעם קשר. ווייל די ווילסט זעהן דעם קשר אדיר וחזק.
בויען קשרים איז דער שליסל פון אלעם. אויב איז דיין חשבון צו בויען א קשר וועסטו אלעמאל רעדן אנדערש מיט אים, מיט מער ישוב הדעת, מער קלויבן די ווערטער. אנשטאט צו קריטיקירן שנעל און פלינק וועסטו זיך גוט דורך טראכטן ווי אזוי צוצוגיין צו די נושא און דערנאך וועסטו גיין און זאגן, למשל, די ווייסט ווי סאך בעסער ס'וואלט געווען אויב די וואלסט געטאן דאס און דאס. אפי' אין א צייט וואס די פלאצט שוין און די מוזט זאגן קריטיק, וועסטו זאגן ברוך, איך האב זייער הנאה פון דיין אויפשטיין צופרי און זיין אין צייט וכו' וכו' אבער דיין שמועסן ביים דאווענען מיז זיך זאפארט אויפהערן. דערמיט האסטו זיך פארזיכערט אז דער קשר איז נישט פארשניטן געווארן. אפי' אויב ער איז זייער סענסיטיוו וועט ער נישט קענען האבן אויף דיר קיין סאך טענות, ווייל ער ווייסט דאך אז ער איז שולדיג און ער זעהט אז די מיינסט פארט זיין גוטס. אמת, בדרך כלל האלט איך נישט פון רימען עמיצען און נאכדעם צולייגן דעם "אבער" ... אין דעם פאל אבער ווען מען פילט ווי מען פלאצט שוין, איז יא כדי זיך צו באנוצן מיטן אבער.
קשר כלפי שמיא
די זעלבע בחינה איז ווען א בחור וויל בויען זיין קשר מיטן רבש"ע. דער קשר קען ווערן אנגערופן דביקות, תפלה, התבודדות, יעדער לויט זיין דרך בעבודת השי"ת. די גרעסטע טעות וואס בחורים מאכן איז דאס מיינען אז אויב האב איך שוין געטאן אן עבירה מעג איך שוין טאן אלעס. איך בין פארטיג. ער באטראכט נישט זיין דרך אלץ א קשר מיטן רבש"ע. מיט יעדע תפלה, מיט יעדעס מאל דערמאנען דעם אייבערשטענס נאמן בכוונה האסטו שטערקער געמאכט דיין קשר מיטן רבש"ע. אויב ח"ו איז דורך א גאנצע טאג און האסט פאר קיין רגע אחת נישט געטראכט פון השי"ת האסטו שוואכער געמאכט דעם קשר, אבער צו טראכטן אז די האסט אפגעשניטן דעם קשר ווייל כ'האב עובר געווען א הארבע עבירה רח"ל ממילא גיי איך שוין מער גארנישט טאן, איך לאז אפ דעם קשר, דאס איז דאך די גרעסטע טיפשות, דאס מיינט פארלירן ביידע וועלטן, פארשטיי אז דיין קשר מיטן רבש"ע איז פאר אייביג. אמאל איז עס שטערקער און אמאל שוואכער. אבער א קשר בויט זיך און חלילה עס צו אפשניידן דורך פארגעסן בעצם פונעם קשר.
רגיל ושנה נעשה לו כהיתר
וואס טוט זיך ווייטער אויב ער פייפט דיך אן. יעדן טאג מוסר'ט מען אים אויס אויף צען זאכן און ער מאכט זיך נישט וויסענדיג. פון דעם ענין וועלמיר שפעטער רעדן באריכות בערך "איבערגעבן דיין מעסעדש זייער קלאר" אבער מען טאר זיך קיינמאל נישט פארלירן, ווייל מען פארדינט במילא סיי ווי גארנישט פון גיין מיטן ווילדן עק. די געב יעדען טאג איבער דיין מעסעדש מיטן זעלבען צוגאנג, אוודאי שטרענגער און שטרענגער אבער מיט די זעלבע אינגרידיענס. קודם אויפהייבן און דערנאך דיסיפלן. שפעטער וועט מען אויך רעדן פון שמאל דוחה וימין מקרבת. אבער אדורכלאזן אפי' איינמאל אן זיך וויסענדיג מאכן טויג אויך נישט, ווייל ער קען דאס אויפנעמן געמישטערהייט און שפעטער וועט ער נאך זאגן אז ס'נישט אזוי געפערלעך והא ראי' אז נישט אלעמאל זאגסטו מיר א פסק. ס'וועט דיר גאנץ ווייניג העלפן דיין תירוץ אז די ווילסט אים נישט יעדן טאג משוגע מאכן מיט פסקים. מענטשן זענען מענטשן.
-------------------------------------------------
ב - אפגעבען און פארלאנגן רעספעקט
דאס איז געקניפט און געבינדן, בלשון המשנה איז עס איין ווארט. איזהו מכובד המכבד את הבריות. רעספעקט איז עפעס וואס מען פארדינט, מען בויט דאס אויף צוביסלעך און ווען מען פארמאגט עס שוין ברויך מען זיכער מאכן עס נישט צו פארלירן. ס'איז זייער וויכטיג אויפצובויען רעספעקט צווישן תלמידים און אויך צווישן די אייגענע קינדער. רעספעקט ווערט בעיקר געבויט דורך טאן דיינע טאג טעגליכע מעשים. דיין רעדן, דיין אויפירונג, דיין ערענסקייט, און איבער אלעם איז די יסוד פון מה דעלך סני לחברך לא תעביד. קיינמאל נישט טאן פאר יענעם עפעס וואס טוט אים דיסרעספעקטן, וואס די וואלסט נישט געוואלט מען זאל זיך מיט דיר אזוי פירן. דאס איז תורה'דיג און אויך מענטשלעך אזוי האבן מענטשן רעספעקט איינער פארן אנדערן.
א שטארקע קשר קען נאר געבויט ווערן אויב מען טוט זיך רעספעקטן, יא די ביסט צייטווייליג בעה"ב אויף אנדערע און זיי אלע ווייסן דאס, אבער אויב די שרייסט און ביסט שטארק מבזה איינעם ווייל ער האט דיך אויפגערעגט האסטו דיך פארלוירן און אין זיינע אויגן ביסטו א שלעכטער צודרייטער מענטש וואס פארשטייט נישט א צווייטן. אויב האסטו איינעם עכט מבזה געווען אדער אראפגעקלאפט וועט ער שטילערהייט פרובירן צו טאן אלעס אין די וועלט דיך צוריק וויי צוטאן. יא ער מוז ווייטער זיין אין דיין הויז, דיין כתה דיין ישיבה אבער ס'ליגט אים טיף אין זכרון וואס די האסט אים געטאן. אויף דעם זאגט די וועלט "האסט געווינען דעם בעטעל אבער האסט פארלוירן די מלחמה". ס'איז דא א בעסערע וועג.
נאר מיט רעספעקט קען זיך בויען א רילעישאנשיפ
כ'האב געקלערט. מענטשן רופן עס געווינען רעספעקט. וואס הייסט געווינען. ווייל לדרכינו ברויכסטו טאקע אנגיין מיט א סדר היום וואס שרייט ארויס רעספעקט. אבער אז דער תלמיד זאל אנהייבן צו גלייבן אז די ביסט ריכטיג מיט אים דאס געשעהט פלוצלינג פון איין מינוט אויף די אנדערע, צומאל פון בלויז איין אקט פון חסד אדער גוטסקייט. איינער פארדינט רעספעקט דערמיט וואס ער ווייזט פארן קינד אז ער איז קיינמאל נישט מסיח דעת פון זיינע פראבלעמען, אלץ פרעגסטו אים צום פינטל איבער זיין לעבן. א צווייטער פארדינט רעספעקט ווייל ער איז אזוי איבערגעגעבן פאר זיין הצלחה און די קינדער באמערקען דאס, א דריטער פארדינט עס מיט זיינע מצות און מעשים טובים און דביקות בה' א גאנצן טאג און דער תלמיד כאפט עפעס א מוראדיגע התפעלות.
איזה מכובד המכבד את הבריות
ס'איז אומעגליך צו פארדינען רעספעקט אויב די שרייסט שלעכטע זאכן אויף אים, ביסט אים מבזה. פונקט ווי די פארשטייסט אז ס'איז נישטא קיין שום תירוץ אויף די וועלט אז א קינד זאל שרייען אויף זיין רבי מואס'ע ווערטער, אזוי קלאר דארפסטו אויך וויסן, אז די טארסט צו אים נישט רעדן אזא סארט שפראך. איי וועסטו פרעגען, ווי קען איך זיין שטיל ווען ער האט מיך למשל אזוי מבזה געווען, כ'בין געוואר געווארן אז ער האט געזאגט פאר א חבר אז ער האט מיך פיינט. אדער כ'האב אים שוין הונדערט מאל געבעטן ער זאל עפעס טאן און ממש ער פייפט מיך אן. איך וועל אים יעצט איינמאל פאר אלעמאל געבן וואס קומט זיך אים. אפשר אבער איז דא עפעס א מיספארשטענדעניש, אפשר כאפסטו מיט אים נאך א שמועס פאר די בא'שגצ'ט אים אזוי מיט טויטע קללות. אפשר קלארסטו אביסל אויס די לופט. וואס שרייסטו, וואס ווערסטו פארלוירן. כאפ א שמועס מיט אים און געדענק אז די ארבעטסט דאך אויף א לאנגען קשר. מיט דיין איצטיגן שרייען איז דאך ח"ו מעגליך אז דער קשר זאל אינגאנצן אפגעשניטן ווערן. אוודאי מעג מען ניצן די שטימע ווען מען דילט מיט קינדער, אבער איידעלע דיבורים נישט קייט באליידונגען און זיכער נישט קיין פיזישע פעטש. דאס איז קיינמאל נישט דער דרך.
אל תהא דן לאדם עד שתגיע למקומו
ווען א קינד אדער תלמיד שפייט דיר ממש אין פנים אריין אדער פארקערט אז תלמיד כאפט אריין א פסק וואס לדעתו קומט זיך עס אים נישט, איז אנשטאט צו עקספלאדן, ווארט אביסעלע מיט געדולד ווייז ארויס דיין איינגעהאלטענקייט, דיין גאלדענע מדת השתיקה, און אזוי טראכט אריין איבער דיין נעקסטע שריט. אפשר גייט ער איצט דורך זייער א שווערע מינוט איבער עפעס אנדערש, אפשר איז ער שטארק אנגווייטאגט, ווער זאגט אז ער מיינט זיך צו רייצן און טעסטן דיינע לימיטס אפשר האט ער דיך אינגאנצן נישט אינזינען. אבער ראש ישיבה איר פארשטייט נישט וואס עס מיינט ער הערט נישט אויף צו רעדן ער חוצפה'ט וואס דארף איך יעצט צו טאן... הייב אביסל אויף דיין שטימע, קוק שטרענג, רוף דיך אן אז די ווילסט מיט אים רעדן נאכ'ן שעור, טראכט בכובד ראש פון דעם קשר וואס די ווילסט אזוי שטארק אנהאלטן, טראכט פונעם ביג פיקטשער, ועוד אבער לאז נישט דיינע אימאשענס געוועלטיגן. נאכן שעור אדער טיש גיי צו צי אים מיט הכנעה און כאפ א שמועס פנים אל פנים און זאג אים בניחותא וואס ס'באדערט דיך. דאס העלפט אלעמאל.
עצות צו געווינען רעספעקט.
אנשטאט צו שרייען, פרוביר צו זאגן. בחורים ס'קוקט אויס ווי איר זענט אזוי מיד, מיר ברויכן צו זיין פריש צו קענען די לימודים וואס קען מען טאן --- קיינמאל זאלסטו נישט ברעכן דיין ווארט, אבער קיינמאל, אויב זאגסטו מען גייט לערנען 04 מינוט זאל עס זיין 04 מינוט, מען גייט גיין אויף א טריפ זאל מען טאקע גיין. --- הער זיי אויס און מאך זיי נישט אוועק מיט א ביטול אפי' אויב די האלטסט אז ס'איז גלאטע שטותים. ---- שמועסן מיט די תלמידים אויף א פראפעשאנעל אופן וועט אייך געוואלדיג רעספעקטירן.
ואהבת לריעך "כמוך"
אלעס ווענדט זיך ווי אזוי די אליינס פירסט דיך אויף. כדי מען זאל דיך רעספעקטן מיזטו אנהאלטן א שטרענגע סדר היום און זיין א גוטע עקזעמפעל פאר אנדערע אז זיי זאלן זיך וועלן פירן ווי דיר. ווי קען איינער פארלאנגן יענער זאל לערנען ווען ער לערנט נישט. ווי קען איינער פארלאנגן יענער זאל דאווענען ווען ער דאווענט נישט. ווי קען איינער פארלאנגן קדושה וטהרה שמירת המצות וכדו' ווען זיין קרירות איז בולט ביי יעדע דבר שבקדושה. ווי קען מען פארלאנגן זריזות און פונקטלעכקייט פון א צווייטן ווען ער אליינס איז א פארשלעפטער קרענק. ווי ען מען פארלאנגען דרך ארץ ווען פריער האסטו יא מיט אים ארומגעלאכט. בוי אויף דיין רעספעקט. יתגבר כארי, ס'איז קינמאל נישט צו שפעט אז די אליינס זאלסט דיך אנהייבן צו פירן ווי א מענטש כדי ס'זאל זיין פון וואס זיך צו לערנען.
בקיצור מיט אביסל התבוננות איבער די וויכטיגקייט פון בויען שטארקע קשרים וועט איר גיין א לאנגער וועג פון ברעכן שווערע מדות און ארבעטן אויף די מדות. איך ווייס אז פאר א סאך טאטעס און מגי"ש וועט דאס קלינגן זייער ניי, וואס קשר ווען קשר, מען טוט וואס מ'ברויך צו טאן. אבער כדי די זאלסט נישט שפעטער וויינען פארוואס וויל ער מיך נישט קענען איך בין דאך געווען אזוי גוט צו אים, פלוצלינג וויל ער מיך נישט אויסהערן, איז כדי איר זאלט דאס אלעס גוט חזר'ן און אזוי וועט איר בע"ה אויפבויען אייער שיינע שטוב אדער כתה אד"ג.
בויען געזונטע קשרים - המשך יבא - חלק ג.ד.ה.ו.ז.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום shem-tov, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים