[center]גייסט פון תשובה ותיקון המעשים ביים ריזיגן אסיפה "להקהל ולעמוד על נפשינו" בביהמ"ד הגדול אין וויליאמסבורג[/center]נעכטן אויפדערנאכט איז אין ביהמ"ד הגדול אין וויליאמסבורג פארגעקומען אן "אסיפה דחופה ונחוצה", פאררופן דורך הנהלת קהלתינו הק' בפקודת הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
היבש בעפאר 10:00 אזייגער האט זיך שוין אנגעהויבן דער מאסיווער שטראם פון טויזנטער אנ"ש וועלכע זענען זיך צונויפגעקומען לשמוע דבר ה'. ספעציעלע באסעס פון אלע בתי מדרשים ד'קהלתינו הק' האבן געברענגט דעם ציבור צו די אסיפה, באלד נאך די סדרי הלימודים.
בשעה 10:15 איז כ"ק מרן רבינו שליט"א ערשינען אין פול געפאקטן ביהמ"ד אין באגלייטונג פון בנו הגה"צ אב"ד ד'קהלתינו שליט"א, וועלכע זענען באלד ארויף אויפן בימת הכבוד. דער רב שליט"א האט אנגעהויבן זיין דרשה בפקודת הקודש פון אביו מרן רבינו שליט"א, מעורר צו זיין איבער פארשידענע גאר וויכטיגע און אקטועלע ענינים הצריכים חיזוק אין די לעצטערע זמנים.
א שטילקייט האט געהערשט ווען דער רב שליט"א האט צוערשט אנגעהויבן מיט א פראבלעם וואס איז לעצטענס אריינגעכאפט געווארן ביי בחורים און אויך ביי קינדער, אז די בלויזע "ע"ם פ"י טר"י סענסא"ס" וואס טאטעס קויפן פאר די קינדער, מיט געוויסן אז דאס פארמאגט בלויז תורה טעיפס, האט שוין היינט צו טאג באקומען נאך מעגליכקייטן ר"ל - חוץ בלויזע תורה און דרשות.
עטליכע פעללער האט זיך לעצטענס געמאכט – האט דער רב שליט"א ממשיך געווען – ווען מחנכים און מרביצי תורה האבן זיך דערוויסט פון דברים שלא כהוגן ביי גאר אינגע בחורים, ומי יודע וואו די זאך קען נאך חלילה אנקומען, דעריבער – האט דער רב געזאגט – איז געקומען א צייט וואס "לא עת לחשות", מ'מוז תיכף ומיד מאכן א סוף דערצו.
דעריבער וועט די הנהלת המוסדות אראפשטעלן שטרענגע תקנות בפקודת רבינו שליט"א, און מאכן שטארקע גדרים אין דעם הינזיכט מיט'ן ציל צו ראטעווען דעם עתיד פון אונזערע קינדער, און מ'פארלאנגט פון אלע עלטערן און אור-עלטערן פון די קינדער מיטצושטיין אין דעם ענין בכל תוקף.
די צווייטע נקודה האט דער רב שליט"א ארומגערעדט איבער די שרעקליכע פירצה און נאכגעלאזטקייט וואס איז אין די לעצטע תקופה שטארק אריינגעכאפט ביי נשים און אפילו ביי אינגע מיידלעך, זיך צו שמירן אויף אופנים וואס איז קלאר נגד ההלכה ונגד די תקנות אין דעם ענין משנים קדמוניות – וואס מי יודע אויב דאס איז נישט א חלק פונעם גורם צו די ביטערע צרות ל"ע וואס מען הערט לעצטענס אזויפיל איבער פעלער ווי אינגע מאמע'ס פון קינדער, פון די שטאט וויליאמסבורג, ליגן נעבעך מיט די מחלה הידוע ר"ל.
דער רב שליט"א האט אויסגעפירט, אז מ'דארף נישט צופיל מאריך זיין אין דעם ענין וואס האט נישט מיט גדרי החסידות, נאר איז אסור ע"פ הלכה, דעריבער וועט אין די קומענדיגע טעג ווערן פאררופן א וויכטיגע אסיפה פאר אלע נשים צדקניות, וואו מוועט צוריקשטעלן שטארקע תקנות אין דעם ענין.
דאן איז דער רב שליט"א צוגעקומען צו אן ענין וואס איז נאכנישט געווען אזוי באקאנט ביים ציבור, אז ליידער איז דעם פארגאנגענעם שמיני עצרת ביי איינע פון די מנינים אראפגעפאלן א ספר תורה ל"ע, וואס פאדערט תשובה ותיקון המעשים ביים גאנצן ציבור.
דער רב האט מעתיק געווען לשון קדשו פון הייליגן דברי חיים זי"ע (דברי חיים ח"א יו"ד סי' נ"ט) אז אויף א ס"ת וואס איז אראפגעפאלן דארף מען פאסטן, און פון מרן רביה"ק זי"ע אין דברי יואל (או"ח סי' ז') לייגט צו אז מ'זאל זאגן תהלים. דער רבי זי"ע שמועסט אויס דאס ענין און אז יעדער דארף א כפרה, ווער ס'באלאנגט צו די קהלה, ווי דער דברי חיים שרייבט שוין אז אלע בני הקהלה דארפן א כפרה, און דער ייטב לב אין ספר אבני צדק (יו"ד סי' קי"ז) לייגט צו אז די תענית זאל זיין דייקא בימי השובבי"ם.
דעריבער האט דער רבי שליט"א קובע געווען א יום תענית אויף דעם דאנערשטאג הבעל"ט – דער לעצטער דאנערשטאג מימי השובבי"ם ת"ת דהאי שעתא.
דערויף האט דער רב ממשיך און משלב געווען דעם ענין מיט די גזירה ארום די מצות מילה כהלכתה וואס גייט אהן דאהי אין ניו יארק, אז ברית גייט אינאיינעם מיט תורה ווייל אויך די תורה ווערט אנגערופן "ברית".
דעריבער איז ארויפגעלייגט געווארן דורכ'ן רבי'ן שליט"א אויף יעדן ראש המשפחה א "כופר נפש", זיך אויסצולייזן מיט 72$ דאלער, און פאר די וואס פאסטן נישט איז דער סכום 100$ דאללאר - וואס מען וועט איבערגעבן פארן וועד בעלי בתים פון אנשי שלומינו, וואס געבן זיך אפ מיט די לעקאלע אקטיוויטעטן אינע'ן ענין פון ברית מילה כהלכתה.
דאס געלט וועט מען דארפן געבן ביז דעם קומענדיגן יו"ט שבועות הבעל"ט. דער ערשטע חלק וועט מען געבן יעצט דאנערשטאג און פרייטאג שובבי"ם, דער סכום פון 18$ דאלער, און פאר די פאסטן נישט איז דער סכום 36$ דאללאר.
דער רב שליט"א האט פארענדיגט בברכה אז בזכות זה זאל השי"ת העלפן אז ס'זאל זיין בטל מעלינו כל גזירות קשות, ויהפוך ה' אלוקיך את הקללה לברכה, און מרן רבינו שליטא וועט אונז בקרוב פירן קעגן גואל צדק במהרה בימינו.
מארגן דאנערשטאג וועט פארקומען דער מעמד אמירת תהלים בשעה 3:45אין ביהמ"ד הגדול, אינאיינעם מיט אלע תלמידי הכולל, נאכגעפאלגט מיט תפלת מנחה וקריאת ויחל.
גלייכצייטיג איז פאררופן געווארן א "יום תפילה" אין אלע בתי מדרשים דקהלתינו הק', אויף דעם ערב שב"ק תצוה, וואו מען וועט אי"ה אינאיינעם אויסזאגן תהלים אום 5:00 אזייגער פארטאגס. אין קרית יואל אין ביהמ"ד הגדול בראשות כ"ק רבינו שליט"א, און אין וויליאמסבורג בביהמ"ד הגדול בראשות דעם רב שליט"א.
[center]-קחו עמכם דברים ושובו אל ה'-[/center]
אסיפה1.jpg
אסיפה2.jpg
קרעדיט: בחצרות סאטמאר -
BechatsrosSatmar@Gmail.com