וויכטיגע אסיפה סאטמאר וומסב"ג ג' תצוה שנת תשע"ד

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

איש עברי האט געשריבן:
העלא האט געשריבן:ר' מענדל מ'רימנאוו האט געזאגט "א פרישע מאדע א פרישע מחלה,
עס שטייט אז אלע צרות ישראל קומען וועגן פארנאכלעסיגקייט אין עניני קדושה,
פון ווי נעמסטו אז זאגן דאס איז טיפשות?


קודם כל זיי וויסן אז די הייליגע רבי פון לובלין האט נישט געהאלטן פון דעם דרך וואס רבי ר' מענדעלע האט געהאט אז פרויען זאלןנישט גיין אנגעטוהן ווי די מאדע, ער האט געזאגט בנות ישראל דארפן זיין שיין ואין כאן המקום להאריך
עס שטייט אין אסאך מער פלעצער אז מחלוקת ברענגט צרות ווי אז ענייני קדושה, און דיין פראבלעם איז אז דו טייטשט אויס קדושה לויט דיין קאפ, קדושה מיינט באשיידנקייט הבדלה, אז פרויען שמירן זיך שיין אויס פאר זייערע מענער איז דאס שפיץ קדושה.
און טאמער א רב שטעלט זיך אויף אין 2014 האקן אויף סענסע איז עס טיפשות!!

מקור ביטע
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

רבי ר' מענדלע איז געווען אין א שטאט אויף שבת און געזעהן אז די פרויען גייען אנגעטוהן מאדערנע שטערן טיכלעך האט ער צוזאמגערופן די נשים און מעורר געווען אז מזאל עס אויסטוהן,
א שטיק צייט שפעטער איז די רבי פון לובלין געקומען אויף שבת און געזעהן אז די פרויען גייען אנגעטוהן אנע שטערן טיכלעך האט ער געפרעגט פארוואס האט מען אים געזאגט האט די רבי פון לובלין באפוילן אז מען זאל שוין צוריק אנטוהן און דערביי געזאגט "אידישע טעכטער דארפן אויסזעהן שיין"
עס איז א מקובל'דיגע מעשה איך האב עס געהערט פון א שטארקע בר סמכא
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

דאס איז אלץ וועגן די שמירעכץ, וועגן די סענסע טאקע קען איך נישט זאגן עס ווערט דאך שוין מבואר אין אלע ספרים באריכות די חומר העוון פון סענסע, און אז מען האט נישט קיין חלק לעולם הבא, און אז אויף יענע וועלט איז דא א גיהנום אנגעפילט מיט בריעדיגע סענסעס וואס מען ווארפט דארט אריין די אלע וואס האבן געהאט סענסעס און מען קומט קיינמאל נישט ארויס
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

דער חומר הענין פון ניצען סענסעס איז גרויס, וגדול עוונו מנשוא. פאר ביזנעס צוועקן מעג מען עס, בדיעבד, האבן- אויך נאר נאכן אראפנעמען דער ריקארדער דורך טעג אדער משומר.
די מגפה פון סענסעס איז א מחלה אשר לא כתובה בתורה, און האט שוין אראפגעפירט טויזענטע בחורים פון אידיש'ן וועג. אין דאס ווארט 'סענסע' ליגט באהאלטן די מאטיווען פון די ערפינדער פון אט דעם טריפה'ענעם כלי:
ס"ם
ע'ר
נ'יצט
ס'ענסע
ע'וורידעי
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

ברעט מענינג האט געשריבן:עס איז דא מענטשען וואס ווייסן נישט וואס א sansa איז, ברענג איך דא אראפ א בילד.
געדענק נישט קויפן ווייל די וועסט נאך אראפ פליען פון יודישען וועג. :cry:

מען רעדט פון דעם
http://www.wirelessoemshop.com/servlet/ ... OgodYnEAmg
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

[center]גייסט פון תשובה ותיקון המעשים ביים ריזיגן אסיפה "להקהל ולעמוד על נפשינו" בביהמ"ד הגדול אין וויליאמסבורג[/center]

נעכטן אויפדערנאכט איז אין ביהמ"ד הגדול אין וויליאמסבורג פארגעקומען אן "אסיפה דחופה ונחוצה", פאררופן דורך הנהלת קהלתינו הק' בפקודת הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

היבש בעפאר 10:00 אזייגער האט זיך שוין אנגעהויבן דער מאסיווער שטראם פון טויזנטער אנ"ש וועלכע זענען זיך צונויפגעקומען לשמוע דבר ה'. ספעציעלע באסעס פון אלע בתי מדרשים ד'קהלתינו הק' האבן געברענגט דעם ציבור צו די אסיפה, באלד נאך די סדרי הלימודים.

בשעה 10:15 איז כ"ק מרן רבינו שליט"א ערשינען אין פול געפאקטן ביהמ"ד אין באגלייטונג פון בנו הגה"צ אב"ד ד'קהלתינו שליט"א, וועלכע זענען באלד ארויף אויפן בימת הכבוד. דער רב שליט"א האט אנגעהויבן זיין דרשה בפקודת הקודש פון אביו מרן רבינו שליט"א, מעורר צו זיין איבער פארשידענע גאר וויכטיגע און אקטועלע ענינים הצריכים חיזוק אין די לעצטערע זמנים.

א שטילקייט האט געהערשט ווען דער רב שליט"א האט צוערשט אנגעהויבן מיט א פראבלעם וואס איז לעצטענס אריינגעכאפט געווארן ביי בחורים און אויך ביי קינדער, אז די בלויזע "ע"ם פ"י טר"י סענסא"ס" וואס טאטעס קויפן פאר די קינדער, מיט געוויסן אז דאס פארמאגט בלויז תורה טעיפס, האט שוין היינט צו טאג באקומען נאך מעגליכקייטן ר"ל - חוץ בלויזע תורה און דרשות.

עטליכע פעללער האט זיך לעצטענס געמאכט – האט דער רב שליט"א ממשיך געווען – ווען מחנכים און מרביצי תורה האבן זיך דערוויסט פון דברים שלא כהוגן ביי גאר אינגע בחורים, ומי יודע וואו די זאך קען נאך חלילה אנקומען, דעריבער – האט דער רב געזאגט – איז געקומען א צייט וואס "לא עת לחשות", מ'מוז תיכף ומיד מאכן א סוף דערצו.

דעריבער וועט די הנהלת המוסדות אראפשטעלן שטרענגע תקנות בפקודת רבינו שליט"א, און מאכן שטארקע גדרים אין דעם הינזיכט מיט'ן ציל צו ראטעווען דעם עתיד פון אונזערע קינדער, און מ'פארלאנגט פון אלע עלטערן און אור-עלטערן פון די קינדער מיטצושטיין אין דעם ענין בכל תוקף.

די צווייטע נקודה האט דער רב שליט"א ארומגערעדט איבער די שרעקליכע פירצה און נאכגעלאזטקייט וואס איז אין די לעצטע תקופה שטארק אריינגעכאפט ביי נשים און אפילו ביי אינגע מיידלעך, זיך צו שמירן אויף אופנים וואס איז קלאר נגד ההלכה ונגד די תקנות אין דעם ענין משנים קדמוניות – וואס מי יודע אויב דאס איז נישט א חלק פונעם גורם צו די ביטערע צרות ל"ע וואס מען הערט לעצטענס אזויפיל איבער פעלער ווי אינגע מאמע'ס פון קינדער, פון די שטאט וויליאמסבורג, ליגן נעבעך מיט די מחלה הידוע ר"ל.

דער רב שליט"א האט אויסגעפירט, אז מ'דארף נישט צופיל מאריך זיין אין דעם ענין וואס האט נישט מיט גדרי החסידות, נאר איז אסור ע"פ הלכה, דעריבער וועט אין די קומענדיגע טעג ווערן פאררופן א וויכטיגע אסיפה פאר אלע נשים צדקניות, וואו מוועט צוריקשטעלן שטארקע תקנות אין דעם ענין.

דאן איז דער רב שליט"א צוגעקומען צו אן ענין וואס איז נאכנישט געווען אזוי באקאנט ביים ציבור, אז ליידער איז דעם פארגאנגענעם שמיני עצרת ביי איינע פון די מנינים אראפגעפאלן א ספר תורה ל"ע, וואס פאדערט תשובה ותיקון המעשים ביים גאנצן ציבור.

דער רב האט מעתיק געווען לשון קדשו פון הייליגן דברי חיים זי"ע (דברי חיים ח"א יו"ד סי' נ"ט) אז אויף א ס"ת וואס איז אראפגעפאלן דארף מען פאסטן, און פון מרן רביה"ק זי"ע אין דברי יואל (או"ח סי' ז') לייגט צו אז מ'זאל זאגן תהלים. דער רבי זי"ע שמועסט אויס דאס ענין און אז יעדער דארף א כפרה, ווער ס'באלאנגט צו די קהלה, ווי דער דברי חיים שרייבט שוין אז אלע בני הקהלה דארפן א כפרה, און דער ייטב לב אין ספר אבני צדק (יו"ד סי' קי"ז) לייגט צו אז די תענית זאל זיין דייקא בימי השובבי"ם. ‫

דעריבער האט דער רבי שליט"א קובע געווען א יום תענית אויף דעם דאנערשטאג הבעל"ט – דער לעצטער דאנערשטאג מימי השובבי"ם ת"ת דהאי שעתא.

דערויף האט דער רב ממשיך און משלב געווען דעם ענין מיט די גזירה ארום די מצות מילה כהלכתה וואס גייט אהן דאהי אין ניו יארק, אז ברית גייט אינאיינעם מיט תורה ווייל אויך די תורה ווערט אנגערופן "ברית".

דעריבער איז ארויפגעלייגט געווארן דורכ'ן רבי'ן שליט"א אויף יעדן ראש המשפחה א "כופר נפש", זיך אויסצולייזן מיט 72$ דאלער, און פאר די וואס פאסטן נישט איז דער סכום 100$ דאללאר - וואס מען וועט איבערגעבן פארן וועד בעלי בתים פון אנשי שלומינו, וואס געבן זיך אפ מיט די לעקאלע אקטיוויטעטן אינע'ן ענין פון ברית מילה כהלכתה.

דאס געלט וועט מען דארפן געבן ביז דעם קומענדיגן יו"ט שבועות הבעל"ט. דער ערשטע חלק וועט מען געבן יעצט דאנערשטאג און פרייטאג שובבי"ם, דער סכום פון 18$ דאלער, און פאר די פאסטן נישט איז דער סכום 36$ דאללאר.

דער רב שליט"א האט פארענדיגט בברכה אז בזכות זה זאל השי"ת העלפן אז ס'זאל זיין בטל מעלינו כל גזירות קשות, ויהפוך ה' אלוקיך את הקללה לברכה, און מרן רבינו שליטא וועט אונז בקרוב פירן קעגן גואל צדק במהרה בימינו.

מארגן דאנערשטאג וועט פארקומען דער מעמד אמירת תהלים בשעה 3:45אין ביהמ"ד הגדול, אינאיינעם מיט אלע תלמידי הכולל, נאכגעפאלגט מיט תפלת מנחה וקריאת ויחל.

גלייכצייטיג איז פאררופן געווארן א "יום תפילה" אין אלע בתי מדרשים דקהלתינו הק', אויף דעם ערב שב"ק תצוה, וואו מען וועט אי"ה אינאיינעם אויסזאגן תהלים אום 5:00 אזייגער פארטאגס. אין קרית יואל אין ביהמ"ד הגדול בראשות כ"ק רבינו שליט"א, און אין וויליאמסבורג בביהמ"ד הגדול בראשות דעם רב שליט"א.

[center]-קחו עמכם דברים ושובו אל ה'-[/center]

אסיפה1.jpg

אסיפה2.jpg


קרעדיט: בחצרות סאטמאר - BechatsrosSatmar@Gmail.com
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

וועלכע וועג פון שמירן איז קלאר נגד די הלכה?
איך נעם אן אויך ענטפערס אין אישי.
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אפטעמיסט האט געשריבן:וואס וועט דער רב טוען אויב ער וועט ארויפקומען אויף יענע וועלט און זעהן גאט האט א סענסע און שמירט זיך די אויגן (כביכול)? מיינסט טאקע אז דער באשעפער זיצט מיט א ברייטע פלאטשיקס, שווארצע מלאכי חבלה גלעזער, א שמוציגע רעקל, א זויערע געזיכט און אן ארבעטסלאזע סטאטוס און זיכט וואו ער קען מוחה זיין (כביכול)?
וועסט זיין שאקירט, אבער דער רבש"ע האט א קליין געשטריקטע קאפל, קורצע העמד, רעד ענגליש האט א סענסע און עסט או יו (כביכול).

דו מיינסט אוודאי שלמה קארלבאך/חצאצקע רבי. 8-) :? :lol: :roll: :x :P :oops: :o
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

שעפטל האט געשריבן: וואס מי יודע אויב דאס איז נישט א חלק פונעם גורם צו די ביטערע צרות ל"ע וואס מען הערט לעצטענס אזויפיל איבער פעלער ווי אינגע מאמע'ס פון קינדער, פון די שטאט וויליאמסבורג, ליגן נעבעך מיט די מחלה הידוע ר"ל.

פונקט היינט גערעט מיט א דר וואס היילט קענסער. ער פארציילט מיר אז ער האט אסאך חסידישע פאציענטן. האב איך געפרעגט אויב ער קען קאנפערמען די סאטמארע רב הייפאטסיס לגבי די שייכות פון שמירען די פנים צי קענסער. ער זאגט ער האט קיינמאל נישט געמאכט אן אפציעלע סטאדי אבער אויבן אויף האט ער פונקט אזויפיל וואס שמירען יא און שמירן נישט.
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

דער דאקטער איז זיכער אן אנטיסעמיט און קען באשטיין מיר זאלן קיינמאל נישט דערגיין די גורמים פאר די מחלה הידוע, נאר אזויפיל פערפעסיאנאליזם האט ער נאך כאלו ער ווייסט נישט, קען נישט באשטעטיגן, ווען ער שעמט זיך ווען נישט וואלט ער געלייקנט מכל וכל אז ס'האט בכלל נישט קיין שייכות איין צום צווייטן, אדרבה דו פרעג אים נאר וואס ער האלט וועגן מציצה בפה צו דאס טראגט מיט זיך א ריזיקע פון איבערגעבן הוירפיס, אוי וועט דאן ארויסקומען זיינע אמת'ע קאלירן.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך נאר,,פרייליך »

משום איזה סיבה האבען די פותחי וכותבי האשכול מטעם דעם עצרת פארהוילען פילע פאקטען ארום דעם מיסטריעז גערופענע אסיפה געמישט פון פילע רייד ביסודות הדת,

אין איין ווארט וויפיל ס'נוגע למעשה, כידוע איז ליידער די רבי זז''ג ארומגענימען פון נחשים ועקרבים נעבעך וואס זענען מטפש דעם עולם גולם ביי פילע ענינים נחוצים ובפרט ביי אידישקייט ענינים, אז צוליב אהער און אהין ברויך דער ציבור הקדוש שטיין אין די זייט, און יעדער איז מכובד כרצונו אדער לאכען אדער וויינען אדער שפילען כאילו ער לאכט און עס גייט אים נישט אהן בכלל.

בקיצור די מעשה אי געווען אז אגודת ישראל ד'אמעריקא האט געשיקט צום רבי'ן זז''ג א דעלעגאציע אז כלל ישראל ב'אמעריקא שלאגט זיך שוין לאנג מיט די מרשיעי ברית און עס ווערן געספענדט מיליאנען דאלארען אידיש געלט פון אלע אידישע ניו יארק'ע קהילות
ועדיין לא זכינו להשתתפות קהילת סאטמאר, וואס די הייליגע סאטמארע קהילה וואס איז אלס פון די ראשונים לדבר מצוה, איז ווייטאגליך אז דייקא דעי זאלען דא שפעטיגען מיט די נדבות המשכן,

איז אין נאראלע אומשטענדן שיקט די רבי זז''ג בנו הגדול און קלאפט אויס אין שיל אין דריי קורצע מינוט'ן רבותי!! דער פעטער זאל זיין געזינט און שטארק האט שוין אויכעט זיך געלערנט די וועג ער מאכט שוין אויכעט זכרו ועוד
מיר ברויכען ארויפגיין איין כיתה העכער, גענדיגט מיט די משוגעת'ן יעדער נעמט ארויס א הינדערטער און שיקט עס אפ צו די לעגאלע עקספערטן צו האבען א חלק און ראטעווען מילה כהלכה,

קומט דא ווידער אריין די כת המשוגעים נארוינישע קעפ ווי דר'עולם קען זיי פן דא בשכינות ביי די ברוינע שטיבער, און שרייען ס'פאסט ניש !!! ס'ניש בדרך כבוד, האט מען שנעל אנאנסירט א מיסטריעז צעטיל מיט קלאנגען און שמועות אהער און אהין, און אפירגעקראצט א עובדא פון אריבער צוואנציג וואכען צוריק מיט א חיוב תענית און אזוי אהער געשטעלט בצירוף תקנת סענסע ועוד
אז מיר גייען אויך זיין א טייל פון כלל ישראל וואס וויל היטען אויף מילה כהלכה נגד די פורצי גדר
[tag]גאלד[/tag]
[tag]שרייבער[/tag]
כנראה זענט איר נאך די סאליד'סטע מבני הקהילה הקדושה דא ביי די קאווע טרינקער, ביטע שטעלט אפ די נאן-סענס בעוד מועד

ייש''כ א פארווייטאגטער נאר,,פרייליך מבני הקהילה הק'
באניצער אוואטאר
איש אשכולות
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 112
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 26, 2014 4:33 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל

טויש פעסווארד

שליחה דורך איש אשכולות »

אפטעמיסט האט געשריבן:וואס וועט דער רב טוען אויב ער וועט ארויפקומען אויף יענע וועלט און זעהן גאט האט א סענסע און שמירט זיך די אויגן (כביכול)? מיינסט טאקע אז דער באשעפער זיצט מיט א ברייטע פלאטשיקס, שווארצע מלאכי חבלה גלעזער, א שמוציגע רעקל, א זויערע געזיכט און אן ארבעטסלאזע סטאטוס און זיכט וואו ער קען מוחה זיין (כביכול)?
וועסט זיין שאקירט, אבער דער רבש"ע האט א קליין געשטריקטע קאפל, קורצע העמד, רעד ענגליש האט א סענסע און עסט או יו (כביכול).

זיכער האט א קריסט געהעקט דיין אקאונט און געשריבן די תגובה, לכאורה האט ער זיך באנוצט מיט גוגל טרענסעלעט, גאנץ א פיינע דזשאב.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום איש אשכולות, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

נאר פרייליך האט זיך אויפגעוועקט, מען האט נישט גערעדט פון וואטס עפפ

ס'איז געווען א דבר ידוע לכל אז מען גייט רעדן פון מציצה בפה
די סיבה פארוואס מ'האט ביז היינט נישט קאמפיינט ביי קהל יטב לב אין וומס"ב פאר מציצה בפה, איז ווייל ביי די קאסע זיצן אזעלכע אידן וואס האבן אנדערע אינטערעסן, און מען האט א גוטן זכרון צו געדענקן וואס זיי האבן געטון מיט די מערכה תשס"ו ווי אזוי זיי האבן עס אויפגעקעשט, בנוסף ווי די געלט איז געגאנגען וד"ל
דערפאר איז יעצט געווען א פארלאנג מיט עטליכע תנאים ובתוכם איין וויכטיגע תנאי אז ס'זאל זיין א געהעריגע ועד וואס זאל פארפיגן אויף די געלטער אז ס'זאל גענוצט ווערן פאר "די" מערכה און נישט פאר אנדערע מערכות
און ווי נאר דאס איז צושטאנד געקומען האט מען געלאזט אין גאנג די מערכה צו בעטן געלד
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך נאר,,פרייליך »

צו וואס האט אויסגעפעלט אזוינע מאדנע געמישעכץ פון
שמירען,
סענסע,
טעכנעלאגיע תקנות,
יענע מחלה ה'י,
ס''ת פון שמיני עצרת,
כופר נפש עטליכע אפציעס,
קביעת יום התענית,
מען קען נישט רעדן צום נקודה, רבותי!! ס'דא א נייער ועד אויפען קאסע און מען קען שוין געטרויען די געלט,
פונקט ווי דער פעטער האט נאכגעטון שיינע פעולות העלמיר גיין בדרכיו, צו וואס מטפש זיין אזא הייליגע געמיינדע, וואס זעלטן ווי מען טרעפט אזא נאבעלע און איידעלע צוזאמקום פון אידען.
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

ווען די רבי וועט זיך יעדע זאך דורכשמועסן מיט נאר פרייליך וואלט ער נישט געווען מיין רבי
באניצער אוואטאר
איש אשכולות
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 112
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 26, 2014 4:33 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל

שליחה דורך איש אשכולות »

ברעט מענינג האט געשריבן:עס איז דא מענטשען וואס ווייסן נישט וואס א sansa איז, ברענג איך דא אראפ א בילד.
געדענק נישט קויפן ווייל די וועסט נאך אראפ פליען פון יודישען וועג. :cry:

דו וואלסט געלאזט דיין קינד וואטשען ווידיאוס? מאוויס? אלעוועלטליכע קליפס? קליפס פון וואטסעפפ? פלעיס?
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך נאר,,פרייליך »

שרייבער האט געשריבן:ווען די רבי וועט זיך יעדע זאך דורכשמועסן מיט נאר פרייליך וואלט ער נישט געווען מיין רבי


חס ושלום איך האב קיינמאל ניש געהאט די חוצפה אפילו צו מהרהר זיין אז די רבי זאל מיר בכלל פרעגן וואס צו טוהן

נאר די ציבור אין ווילי ברויך שוין אויסצו וואקסען די גלות שיך גענוג געווען פופצען יאר פארוואגעלט און פארוואנדערט, און גענוי ווי די קרית יואל'ע אנ''ש ערלויבען זיך צו ווארפען אין שיסען פאשקעווילען און האבען היבש הויכע טענות אויף געוויסע אין די פירערשאפט טראץ וואס יעדער האט די פולסטע דרך ארץ און שעבוד צום מרא דאתרא

למה נגרע תושבי ווילי וואס זענען אריבער שווערע זמנים, ברויכען מיר וועגן דעם זיין גולה בתוך גולה? זיצענדיג צווישען נחשים ועקרבים וואס זענען מטפש די קהלה הקדושה??
איך וויל נאכאמאל קלארשטעלן אז מעולם לא עלתה על דעתי אז די רבי זאל מיר אריינעמען אינעם קאבינעט ווי מען באשליסט החלטות חלילה, נאר די ציבור ברויך אויסוואקסען די שנות הגלות
נאטרוליסט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 547
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 5:51 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל

שליחה דורך נאטרוליסט »

פאר די הייפעלע אידן וועלכע זענען דארט געווען...




זיי האבן פארשטאנען.
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך נאר,,פרייליך »

חשש גילוי !!
ביטע נעם אראפ דעם בילד.

ווייסט וויפיל נאך אזעלכע פרייליך'ס עס דרייען זיך אינטער די נאז.
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

נאר,,פרייליך האט געשריבן:צו וואס האט אויסגעפעלט אזוינע מאדנע געמישעכץ פון
שמירען,
סענסע,
טעכנעלאגיע תקנות,
יענע מחלה ה'י,
ס''ת פון שמיני עצרת,
כופר נפש עטליכע אפציעס,
קביעת יום התענית,


איר קענט מיר ביטע מסביר זיין ווי פונקטליך עס שטעקט די מאדנע-קייט פון די אלע זאכן?
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך נאר,,פרייליך »

[tag]גאלד[/tag]
חלילה ! איר האט ניש פארשטאנען, די אלע ענינים זענען גאר טייער
נאר אז נאך א בקשה מטעם אגודת ישראל, איז נתייסד געווארען א 'ערנסטער' וועד כדברי שרייבער, אז מען ברויך מער ניש ציטערן פאר א חשש פון גניבות אויף וואס אלע קהילות כדוגמת פאפא ועוד שאר קהילות בישראל האבען ניש חושש געווען בעת'ן איינקאסירען מבני קהילתם געלט פאר די לעגאלע קאסטען

אם כן וואס קען מען ניש קומען ברחל בתך זאגען פאר'ן ציבור רבותי!! דער חשש איז פאריבער און נאדער מיט די גרייצער'ס
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3022 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל

שליחה דורך סאשי פיש »

איינער זאגט מיך אז ער פאסט נאר א האלבע טאג, ווייל ער איז א האלבע ארוני....
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

אסיפה נחיצה ביסודת הדת
ביי וועלכע דת איז מעקאפ סאנסע און מציציה די יסוד
בילד
פארשפארט