איך עפן דא אן אשכול איבער א נייער שטערן בעולם הנגינה. יעדער האט שוין זיכער געהערט פון אים, זיין נאמען איז 'מאטי שטיינמעץ', וואס מיט זיין הארציגע שטימע קען ער מאכן א מענטש צוגיין. מאטי שטיינמעץ איז א וויזשניצע יונגערמאן וואס האט זיך לעצטנס באקאנט געמאכט, בעיקר מיט די נייע סינגל פון אלי ביער, פון ויהיו רחמיך.
איך וואלט שטארק געווען נייגעריג צו הערן מער פרטים איבער דער זינגער. איך הער אז עס איז פאראן אונטער אים א היסטאריע, ער איז נישט קיין טיפיקל יונגערמאן וואס איז געשטיגן אין נגינה.
ווער קען דערציילן מער פרטים איבער אים?
מאטי שטיינמעץ
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 278
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 17, 2013 12:08 am
- האט שוין געלייקט: 17 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 270 מאל