דער פּינגווין דאַנס

אלעס איבער דעם עולם המוזיק
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך נאר,,פרייליך »

הדד בן בדד האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:[uress.com/[/url]


זייט געווארנט, זייער אומאיידעלע קליפס

פארוואס לאזט די הנהלה אזעלכע אומאיידעלע קליפס ??
דערנאך ווען אנעים וועט אטאקירען דעם יושב אור וואס לאזט זיך וואוילגיין מיט ראיות אסורות וועט דער שיטמ''ק אינגאנצען ארויסגיין פון די דישעס


די יושבי אור עולם וואס היטען זיך פון די ראיות וואס די הנהלה מעקט נישט אפ, זענען מעיר איבער'ן טאנץ
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ביבער האט געשריבן:קודם קומט דער יצר הרע און שלעפט אויף לינקס דערנאך קומט דער יצר טוב און שלעפט רעכטס

גראדע איינע פון די חילוקים ציווישן דעם אמעריקאנער Bunny Hop און דער פינישער Letkajenkka (אדער דער דייטשער Letkiss) איז צו מ'הייבט אן מיט די רעכטע פוס צי די לינקע איז קודם (אמעריקע איז רעכט)
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

דער טאנץ (אמעריקאנע רעכטע ווערסיע) שפילט דאך ממש אפ די פסוק מימיני מיכאל, משמאלי גבריאל, מלפני אוריאל, מאחורי רפאל, און ועל ראשי שכינת אל איז די דריי מאל טאנצן קדוש קדוש קדוש.

און צו די יושבי חושך\אור דיבאטע, מיינט די ניגון עפעס אנדערש, מ'דרייעט זיך רעכטס, מ'נויגט אביסל אויף לינקס, מ'גייט פארויס, מ'פאלט צוריק אביסל, אבער ס'בלייבט אלעמאל צייט צו קומען טאנצן קדוש.

אבער הדד, מיט די ניגון ביסטו גערעכט, אזא מין אויסגעלאסענע ווילדע ניגון שוין נישט געהערט א לאנגע צייט... א שאד מיר האבן שוין היינט נישט די צדיקים פון אמאל אריינצוברענגען די ניגונים און טענץ מתחת כנפי השכינה, ווען יא וואלטן חסידים פון הונדערט יאר ארום געטאנצן די פענגווין טאנץ מיט די זעלבע התלהבות וואס מ'טאנצט היינט ר"ר אלימלך'ס טאנץ.
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

לכאורה איז דער פענגווין טאנץ דער רבי ר' זושא'ס טאנץ, דער רבי ר' מיילעך האט קיינמאל זיין טאנץ נישט געטאנצען, עס איז אויך גויאיש, ברוך השם היינט איז נתגלה געוווארען דער טאנץ פין רבי ר' זושא נאך אזויפיל יאר, נאר כדי אונז מחזק זיין אין דעם שווערען גלות.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

שליחה דורך טיטאניק »

איחוד פעלד האט געשריבן:לכאורה איז דער פענגווין טאנץ דער רבי ר' זושא'ס טאנץ, דער רבי ר' מיילעך האט קיינמאל זיין טאנץ נישט געטאנצען, עס איז אויך גויאיש, ברוך השם היינט איז נתגלה געוווארען דער טאנץ פין רבי ר' זושא נאך אזויפיל יאר, נאר כדי אונז מחזק זיין אין דעם שווערען גלות.

אלעס קימט פון די גויים און עס איז נישט קיין חיסרון בכלל
ווי שטייט אז עס איז א פראבלעם בכלל?
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 276 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 813 מאל

שליחה דורך לאליפאפ »

טעפל האט געשריבן:ס'וועט נאך זיכער אריבערגיין צו נאך חיות, ס'וועט נישט בלייבען ביים פינגווין, לכאורה איז "ריקוד החמור" נעקסט.

נישט געוואוסט אז דערוילעם ווייסט נישט אז גאנגנאם סטייל איז געבויט אויפן מהלך כאילו מ'רייט אוף א פערד, דאכצעך גאר אז גגאנגנאם מיינט פערד אויך קארעאיש.
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 276 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 813 מאל

שליחה דורך לאליפאפ »

טעפל האט געשריבן:ס'וועט נאך זיכער אריבערגיין צו נאך חיות, ס'וועט נישט בלייבען ביים פינגווין, לכאורה איז "ריקוד החמור" נעקסט.

נישט געוואוסט אז דערוילעם ווייסט נישט אז גאנגנאם סטייל איז געבויט אויפן מהלך כאילו מ'רייט אוף א פערד, דאכצעך גאר אז גגאנגנאם מיינט פערד אויך קארעאיש.
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

ס'איז בכלל ניטש קיין טאנץ וואס גייט אריין ביי אונז, ווייל נאך פאר ס'גייט אריין אינגאנצען ווערט שוין צען מאל אנדערע נייע משוגעתין אין מ'פארגעסט פון דעם.
[אפשר ביי אונז איז אנדערש אז א נארישע הארא טאנץ בלייבט פאר טויזזענט יאר?!]
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

שליחה דורך טיטאניק »

נישט נאר טענץ קימען פון די גויים!
עיין ערך, א פעלץ למשל, שטאמט כולו פון גויים, יא יא די הייליגע פעלצלעך וואס די אדמורים זענען "מקפיד" צי גיין, אט דאס שטאמט פון פריצים, און גרויסע צדיקים ווי דער הייליגער צאזנער רב און דער הייליגער ראפשיצער רב האבען זיך גאר שארף אויסגעדריקט קעגען דעם, ווי באקאנט די ווארט אז דאס שטאמט פון עשו!
איי פארוואס גייען די אדמורים מיט דעם? די תירוץ איז אז תאווה מקלקלת את השורה

די זעלבע מיט אלע אלע אלע אינזערע מנהגים אין קפידות שטאמט פון גויים, פריער אדער שפעטער
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 839 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל

שליחה דורך ביבער »

פינגווין'ס מיט שפיצלעך און שווארצע טייץ זענען משמח די כלה.

http://www.youtube.com/watch?v=EDw0qIKXa1k
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
באניצער אוואטאר
דער (פינטעל) איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1192
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
האט שוין געלייקט: 784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל

שליחה דורך דער (פינטעל) איד »

יש"כ פאר'ן מיר מכשיל זיין, איך בין זיכער אז דער באשעפער וועט דיר באצאלן.




.
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
באניצער אוואטאר
דער (פינטעל) איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1192
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
האט שוין געלייקט: 784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל

שליחה דורך דער (פינטעל) איד »

אגב דאס דערמאנט מיט פאר עפעס א סיבה פונעם קליפ ווי מונקאטשע מיידלעך טאנצן אין מונקאטש אין יארע 1938.
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 839 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל

שליחה דורך ביבער »

דער (פינטעל) איד האט געשריבן:יש"כ פאר'ן מיר מכשיל זיין, איך בין זיכער אז דער באשעפער וועט דיר באצאלן.
.

דער פעגעט האט יוטוב אפן אבער וויל אז דער אייבערשטער זאל מיר באצאלן, ווט"פ.
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
משולם שטיינפעלד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 975
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 5:48 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך משולם שטיינפעלד »

מן הסתם ביסטו די זעלבע נכשל געווארן ביי ביידע קליפס
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דער (פינטעל) איד האט געשריבן:יש"כ פאר'ן מיר מכשיל זיין, איך בין זיכער אז דער באשעפער וועט דיר באצאלן

דוד אסף שרייבט
(אזהרה למחמירים בהלכות צניעות: יש הרבה בנות עם ביקיני)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

ראשעקאל, זיי שנעל מודה, האסטו עס געשריבן ?

זיצט זיך א בחור'ל און לייענט דאס און קראצט זיך דאס קעפל מיט זיין קאפל, און וואנדערט זיך הויעך "וואס איז דאס וואטס-עפפ? און וואס איז דאס פענגווין טאנץ? און וואס אי מיר א נאפקעמינע אז סיי אנשים און סיי נשים...? כ'בין נייגעריג וויזוי ס'קוקט אויס ווען א נוש טאנצט דער פענגווין טאנץ..
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

ערנסט גערעדט, איך בין מכבד דער בלאט צו ענפערען דערויף

שליחה דורך טיטאניק »

לכבוד די מערכת פון די בלאט
היות ווי איר טיט עניוועי קאפיען ארטיקלען פאר דא, מילא שרייב איך מיין בריוו טאקע דא אין קאווע טשיבל און איר קענט דאס גראד איבער לייגן אין אייער שושן פורים צייטינג, און אדרבה שמוסעט עס איבער דארט

א. איך וויל וויסען ווען האט משה רבינו אויסגעלערנט כלל ישראל די "הייליגע טענץ" וואס מען טאנץ ביי אלע שמחות, למשל טאנצען אין א רינג, איז דא א מקור דערויף אין א ספר אדער א גמרא מדרש? א רעטעך, דאס שטאמט פון גויים, והא ראי גויים אין רוסלאנד ראמעניע און פוילין ניצען עס עד היום. די טאנץ וואס מען טאנץ אין באבוב אסאך ווי א "טשא טשא באנדעלע" (תנו שבת חשירה אדער בבקעך ים סוף) ווען האט דאס עזרא הסופר איבערגעגעבען פאר כלל ישראל? פאר תקנות עזרא אדער נאך? די טאנץ פון מאכען א רעדל און איינער טאננץ אינמיטען מיט דער חתן "עקסטער", ווי ווערט געבערנגט אז דאס איז א "אידישע הייליגע שמייליגע טאנץ"? איין פלאץ ווי איך האב יא געזען א מקור דערויף איז אויף יעדע מעדעצין אדער ספרעי שטייט אויפגעשריבען אויפען באטל "Shake before use" אזוי אז מען שאקלט אויף דער חתן איז עס בעסער כנראה וד"ל, לדעתי איז דאס זייער א שטארקע מקור ווייל מעדעצינען בעיקר "גייסטישע" איז איינע פון די מערסט אפטע געסט ביי ביתם נאוו קודש פון אדמורים ורבנים.... ווער רעדט בכלל פון רבי רבי אלימלך'ס טאנץ אדער "הארא" (נו פוי פעך אבער למעשה טאנץ מען דאס שוין יארן אין ירושלים און אין מירון), איך וועל ענק זאגען די מקור פון די טענץ, די ריכטיגע מקור איז די "ווערצהייזער" וועלכע זענען געווען מיט א שפע אין רוסלאנד פוילין ראמעניע אונגארען, און דערפאר איז הארא געווען "א נייע פירצה" ווייל דאס איז אן אראביש טאנץ און דאס פלעגט מען טאנצען אין די מיטל מזרח ווערצהייזער, און אבותינו ורבותינו נבג"מ זענען קיינמאל נישט אנגעקומען צי די אראבישע ווערצהייזער ווייל רייכבערג טרעוועל איז נאך נישט געוען אין ביזנעס צו צושטעלען טיקעטס צו די אראבישע לענדער.
נישט נאר די טענץ, נאר אפילו די ניגונים (שוין דא א לאנגע אשכול דא אין די טריפה'נעם קאווע שטיבעל איבער די ריכטגיע מקורות) אבער נעמט פאר דוגמא די ניגון "שאו שערים" וואס מען זינגט אין בעלז ביי יעדע הכנסת ספר תורה אדער שמחת תורה, פון ווי שטאמט עס? פרעגט די אלטע בעלזע חסידים, עס שטאמט פון נאפאליאן'ס ארמיי, און להוי ידיעה אז נאפאליאן האט נישט מקפיד געווען אז אין זיין קאפעליע זאלען נאר זינגען מענער אדער נשים צנועות וד"ל. אן א שיעור "אלטע פארצייטישע ניגונים" וואס צידקים טאנצען דערויף א שעה מיט א מיטוואך זייער "מצוה טענצל" מיט פארגלייזטע (האלב אפענע) אויגן איז פשוט אין פראסט גויאישע ניגונים וואס שיקסעס האבען געזינגען אין די אלטע היים.

צוריק צו די טענץ, אמת עס זענען דא טענץ וואס קענען אויסזען אביסל צי פראסט, טענץ וואס מען ברענגט אריין אמאל טיעף אינמיטען א הארא טאנץ, ווען מען בייגט עפענען און פארמאכט די פוס אביסל איבערגעטריבען, שוין פארשטיי איך אז עס באדערט ערליכע אידען, נו אקעי, אבער די פינגווין טאנץ, מה כל הרעש? וואס טוט מען דען שוין דארט? וואס? ס'איז ווילד? ס'איז פראסט? וואס?
ווייל דער שרייבער פון דער בלאט האט זיך מחיה געווען מיטען קיקען ווי גויטעס טאנצען דאס און יעדעס מאל ווען ער הערט דעם קינדערישע ניגון דערמאנט ער זיך פון די שיקסעס? נו זאל ער גיין אין מקוה, אבער וואס האבען מיר געזינדיגיט? טייערע שרייבער פון דער הייליגער בלאט, איך האב פאר די נייעס, רוב ניגונים און טענץ האבען אויך שיקסעס געטאנצען דערויף! איז וואס איז די מחאה? וואס איז ראונג מיט דעם? ווייל דער הייליגער קאלובער זי"ע האט עס נישט געזען? ווייל דער אהבת ישראל זי"ע האט עס נישט געזען אינעם גראסווארדיינער ווערצהויז? נו, נאר יענע ווערצהייזער זענען געווען געכשרט?

איין זאך וועסטי אויפטיען דערמיט, זיסער בלאט שרייבער
אז וואס מען איסורים דו וועסט מאכן אויף נערישרקייטען אלץ קלענער וועט ווערען אונזער כח האיסור אויף זאכען וואס מען דארף טאקע אסערען
מיר פארלירען די כח אזוי
ווייל ביז 20 יאר וועלען רבי'ס טאנצען מצוה פינגווין טאנץ מיט פארגלייזטע אויגען, און דער גביר וואס וועט מנדב זיין א 2 מיליאן דאלער וועט מעגען אנפכאפען דעם רבי אחוריים ווען דער רבי וועט טאנצען דעם הייליג טענצל
באניצער אוואטאר
דער (פינטעל) איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1192
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
האט שוין געלייקט: 784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל

שליחה דורך דער (פינטעל) איד »

ביבער האט געשריבן:
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:יש"כ פאר'ן מיר מכשיל זיין, איך בין זיכער אז דער באשעפער וועט דיר באצאלן.
.

דער פעגעט האט יוטוב אפן אבער וויל אז דער אייבערשטער זאל מיר באצאלן, ווט"פ.

פארשטייסטו מיר, דו האסט א קראש אויף ביבער און איך בין גאר דער פעגעט?
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 839 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל

שליחה דורך ביבער »

פעגעט איז געווען בלשון כבוד, אז איינער ווערט נכשל פון שפיצלעך מיט שווארצע טייץ איז א סיריאוס דעמעדזשד פערווערט.
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
באניצער אוואטאר
דער (פינטעל) איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1192
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
האט שוין געלייקט: 784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל

שליחה דורך דער (פינטעל) איד »

די הלכה איז א מ'טאר נישט קוקן אפילו אויפ א מיאוסע פרוי, סארי. און זיכער צו קוקן פרויען טאנצן איז נגד הלכה.
און דא איז דא אלע קארלירן טייץ און אויך שייטלען, נישט אז ס'מאכט א חילוק.
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

שליחה דורך טיטאניק »

דער (פינטעל) איד האט געשריבן:די הלכה איז א מ'טאר נישט קוקן אפילו אויפ א מיאוסע פרוי, סארי. און זיכער צו קוקן פרויען טאנצן איז נגד הלכה.
און דא איז דא אלע קארלירן טייץ און אויך שייטלען, נישט אז ס'מאכט א חילוק.

:like
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 839 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל

שליחה דורך ביבער »

דער (פינטעל) איד האט געשריבן:די הלכה איז א מ'טאר נישט קוקן אפילו אויפ א מיאוסע פרוי, סארי. און זיכער צו קוקן פרויען טאנצן איז נגד הלכה.
און דא איז דא אלע קארלירן טייץ און אויך שייטלען, נישט אז ס'מאכט א חילוק.

זייט דער ווארט היפאקריט איז אויסגעטראפן געווארן איז עס נאך קיינעם נישט אזוי גוט געשטאנען ווי דיר, עפ"י הלכה איז הסתכלות המביא לידי הרהורי עבירה אסור, קוקן א האלב מינוטיגע אומקלארע סעלפאן קליפ לשם אינטרעסאנטקייט איז נישט אסור, כנראה דו האסט א פראבלעם מיט די שפיצלעך און פאר דיר איז עס טאקע אסור בתכלית, איז וואס ביסטו אויף דער ג'אסר'טע אינטערנעט בכלל? און נאך דערצו אן א פילטער (יוטוב)? וואס טוסטו אויף קאווע שטיבל? וואס זוכסטו אינעם פינגווין טאנץ אשכול נאך וואס שוין געווען דא כמה וכמה ערגערע לינקס? וואס עפענסטו דעם קליפ ווען עס איז קלאר געשטאנען וואס עס איז? און איך בין נאך שולדיג פארן דיר מכשיל זיין? וויפיל הלכות האסטו איגנארירט ביז דו ביסט דא אנגעקומען? טול קורה מבין עיניך!
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
פארשפארט