ביבער האט געשריבן:קודם קומט דער יצר הרע און שלעפט אויף לינקס דערנאך קומט דער יצר טוב און שלעפט רעכטס
גראדע איינע פון די חילוקים ציווישן דעם אמעריקאנער Bunny Hop און דער פינישער Letkajenkka (אדער דער דייטשער Letkiss) איז צו מ'הייבט אן מיט די רעכטע פוס צי די לינקע איז קודם (אמעריקע איז רעכט)
דער טאנץ (אמעריקאנע רעכטע ווערסיע) שפילט דאך ממש אפ די פסוק מימיני מיכאל, משמאלי גבריאל, מלפני אוריאל, מאחורי רפאל, און ועל ראשי שכינת אל איז די דריי מאל טאנצן קדוש קדוש קדוש.
און צו די יושבי חושך\אור דיבאטע, מיינט די ניגון עפעס אנדערש, מ'דרייעט זיך רעכטס, מ'נויגט אביסל אויף לינקס, מ'גייט פארויס, מ'פאלט צוריק אביסל, אבער ס'בלייבט אלעמאל צייט צו קומען טאנצן קדוש.
אבער הדד, מיט די ניגון ביסטו גערעכט, אזא מין אויסגעלאסענע ווילדע ניגון שוין נישט געהערט א לאנגע צייט... א שאד מיר האבן שוין היינט נישט די צדיקים פון אמאל אריינצוברענגען די ניגונים און טענץ מתחת כנפי השכינה, ווען יא וואלטן חסידים פון הונדערט יאר ארום געטאנצן די פענגווין טאנץ מיט די זעלבע התלהבות וואס מ'טאנצט היינט ר"ר אלימלך'ס טאנץ.
לכאורה איז דער פענגווין טאנץ דער רבי ר' זושא'ס טאנץ, דער רבי ר' מיילעך האט קיינמאל זיין טאנץ נישט געטאנצען, עס איז אויך גויאיש, ברוך השם היינט איז נתגלה געוווארען דער טאנץ פין רבי ר' זושא נאך אזויפיל יאר, נאר כדי אונז מחזק זיין אין דעם שווערען גלות.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
איחוד פעלד האט געשריבן:לכאורה איז דער פענגווין טאנץ דער רבי ר' זושא'ס טאנץ, דער רבי ר' מיילעך האט קיינמאל זיין טאנץ נישט געטאנצען, עס איז אויך גויאיש, ברוך השם היינט איז נתגלה געוווארען דער טאנץ פין רבי ר' זושא נאך אזויפיל יאר, נאר כדי אונז מחזק זיין אין דעם שווערען גלות.
אלעס קימט פון די גויים און עס איז נישט קיין חיסרון בכלל ווי שטייט אז עס איז א פראבלעם בכלל?
נישט נאר טענץ קימען פון די גויים! עיין ערך, א פעלץ למשל, שטאמט כולו פון גויים, יא יא די הייליגע פעלצלעך וואס די אדמורים זענען "מקפיד" צי גיין, אט דאס שטאמט פון פריצים, און גרויסע צדיקים ווי דער הייליגער צאזנער רב און דער הייליגער ראפשיצער רב האבען זיך גאר שארף אויסגעדריקט קעגען דעם, ווי באקאנט די ווארט אז דאס שטאמט פון עשו! איי פארוואס גייען די אדמורים מיט דעם? די תירוץ איז אז תאווה מקלקלת את השורה
די זעלבע מיט אלע אלע אלע אינזערע מנהגים אין קפידות שטאמט פון גויים, פריער אדער שפעטער
יש"כ פאר'ן מיר מכשיל זיין, איך בין זיכער אז דער באשעפער וועט דיר באצאלן.
.
באניצער וועלכע וואלטן געלייקטדער (פינטעל) אידפאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
אגב דאס דערמאנט מיט פאר עפעס א סיבה פונעם קליפ ווי מונקאטשע מיידלעך טאנצן אין מונקאטש אין יארע 1938.
באניצער וועלכע וואלטן געלייקטדער (פינטעל) אידפאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
לכבוד די מערכת פון די בלאט היות ווי איר טיט עניוועי קאפיען ארטיקלען פאר דא, מילא שרייב איך מיין בריוו טאקע דא אין קאווע טשיבל און איר קענט דאס גראד איבער לייגן אין אייער שושן פורים צייטינג, און אדרבה שמוסעט עס איבער דארט
א. איך וויל וויסען ווען האט משה רבינו אויסגעלערנט כלל ישראל די "הייליגע טענץ" וואס מען טאנץ ביי אלע שמחות, למשל טאנצען אין א רינג, איז דא א מקור דערויף אין א ספר אדער א גמרא מדרש? א רעטעך, דאס שטאמט פון גויים, והא ראי גויים אין רוסלאנד ראמעניע און פוילין ניצען עס עד היום. די טאנץ וואס מען טאנץ אין באבוב אסאך ווי א "טשא טשא באנדעלע" (תנו שבת חשירה אדער בבקעך ים סוף) ווען האט דאס עזרא הסופר איבערגעגעבען פאר כלל ישראל? פאר תקנות עזרא אדער נאך? די טאנץ פון מאכען א רעדל און איינער טאננץ אינמיטען מיט דער חתן "עקסטער", ווי ווערט געבערנגט אז דאס איז א "אידישע הייליגע שמייליגע טאנץ"? איין פלאץ ווי איך האב יא געזען א מקור דערויף איז אויף יעדע מעדעצין אדער ספרעי שטייט אויפגעשריבען אויפען באטל "Shake before use" אזוי אז מען שאקלט אויף דער חתן איז עס בעסער כנראה וד"ל, לדעתי איז דאס זייער א שטארקע מקור ווייל מעדעצינען בעיקר "גייסטישע" איז איינע פון די מערסט אפטע געסט ביי ביתם נאוו קודש פון אדמורים ורבנים.... ווער רעדט בכלל פון רבי רבי אלימלך'ס טאנץ אדער "הארא" (נו פוי פעך אבער למעשה טאנץ מען דאס שוין יארן אין ירושלים און אין מירון), איך וועל ענק זאגען די מקור פון די טענץ, די ריכטיגע מקור איז די "ווערצהייזער" וועלכע זענען געווען מיט א שפע אין רוסלאנד פוילין ראמעניע אונגארען, און דערפאר איז הארא געווען "א נייע פירצה" ווייל דאס איז אן אראביש טאנץ און דאס פלעגט מען טאנצען אין די מיטל מזרח ווערצהייזער, און אבותינו ורבותינו נבג"מ זענען קיינמאל נישט אנגעקומען צי די אראבישע ווערצהייזער ווייל רייכבערג טרעוועל איז נאך נישט געוען אין ביזנעס צו צושטעלען טיקעטס צו די אראבישע לענדער. נישט נאר די טענץ, נאר אפילו די ניגונים (שוין דא א לאנגע אשכול דא אין די טריפה'נעם קאווע שטיבעל איבער די ריכטגיע מקורות) אבער נעמט פאר דוגמא די ניגון "שאו שערים" וואס מען זינגט אין בעלז ביי יעדע הכנסת ספר תורה אדער שמחת תורה, פון ווי שטאמט עס? פרעגט די אלטע בעלזע חסידים, עס שטאמט פון נאפאליאן'ס ארמיי, און להוי ידיעה אז נאפאליאן האט נישט מקפיד געווען אז אין זיין קאפעליע זאלען נאר זינגען מענער אדער נשים צנועות וד"ל. אן א שיעור "אלטע פארצייטישע ניגונים" וואס צידקים טאנצען דערויף א שעה מיט א מיטוואך זייער "מצוה טענצל" מיט פארגלייזטע (האלב אפענע) אויגן איז פשוט אין פראסט גויאישע ניגונים וואס שיקסעס האבען געזינגען אין די אלטע היים.
צוריק צו די טענץ, אמת עס זענען דא טענץ וואס קענען אויסזען אביסל צי פראסט, טענץ וואס מען ברענגט אריין אמאל טיעף אינמיטען א הארא טאנץ, ווען מען בייגט עפענען און פארמאכט די פוס אביסל איבערגעטריבען, שוין פארשטיי איך אז עס באדערט ערליכע אידען, נו אקעי, אבער די פינגווין טאנץ, מה כל הרעש? וואס טוט מען דען שוין דארט? וואס? ס'איז ווילד? ס'איז פראסט? וואס? ווייל דער שרייבער פון דער בלאט האט זיך מחיה געווען מיטען קיקען ווי גויטעס טאנצען דאס און יעדעס מאל ווען ער הערט דעם קינדערישע ניגון דערמאנט ער זיך פון די שיקסעס? נו זאל ער גיין אין מקוה, אבער וואס האבען מיר געזינדיגיט? טייערע שרייבער פון דער הייליגער בלאט, איך האב פאר די נייעס, רוב ניגונים און טענץ האבען אויך שיקסעס געטאנצען דערויף! איז וואס איז די מחאה? וואס איז ראונג מיט דעם? ווייל דער הייליגער קאלובער זי"ע האט עס נישט געזען? ווייל דער אהבת ישראל זי"ע האט עס נישט געזען אינעם גראסווארדיינער ווערצהויז? נו, נאר יענע ווערצהייזער זענען געווען געכשרט?
פארשטייסטו מיר, דו האסט א קראש אויף ביבער און איך בין גאר דער פעגעט?
באניצער וועלכע וואלטן געלייקטדער (פינטעל) אידפאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
די הלכה איז א מ'טאר נישט קוקן אפילו אויפ א מיאוסע פרוי, סארי. און זיכער צו קוקן פרויען טאנצן איז נגד הלכה. און דא איז דא אלע קארלירן טייץ און אויך שייטלען, נישט אז ס'מאכט א חילוק.
באניצער וועלכע וואלטן געלייקטדער (פינטעל) אידפאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%