פארוואס קומט פאר אזויפיל סעפעראציעס / גיטין?
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 292
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:34 am
- האט שוין געלייקט: 38 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל
דזשאסט פאר יור אינפא, רוב גרושים גייען די ווייבער אוועק פאר נאו ריזען,
אין אזא פאל איז זי א פראבלעם, און ער קען נאך אלץ זיין א נארמאלע מענטש,
און אויב די ווייב פארט אפ?
א גט איז א יוצא מן הכלל, רוב גט'ן זיך נישט, זייער אסאך נארמאלע אינגעלייט גט'ן זיך ווייל די ווייבער וואקן אוועק, אדער ווייל זיי זענען אריין געפאלן,
קומסטו נאך פון די מיעוט מאכן א גאנצע שאצונג?
אתמהה

- דער (פינטעל) איד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1192
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
- האט שוין געלייקט: 784 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל
ס'דא אזוי און ס'דא אזוי אסאך גרושים פעלט נישט גארנישט און אסאך פעלט זיי יא עפעס. אבער דאס איז אמאל זיכער אז רוב רוב פון דע וואס גט'ן זיך נישט פעלט אויך עפעס. דער 'עפעס' איז 'גאטס'
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
שמעקעדיג האט געשריבן:מיין עקרת הבית האט געלייענט און זי איז באליידיגט ביז די טיפענישן פון איר נשמה!
(נישט ממש)
איך האב אנגעזאגט אינדערהיים אז חזק איז נישט קיין מעלות, מען קען דאס נישט ליינען זיך אויסצולופטערן, און מען טאר עס נישט ליינען פארן שלאפן.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
ג אין רואין פני גיהנם אלו הן דיקדוקי עניות וחולי מעיין והרשות ויש אומרים אף מי שיש לו אשה רעה ואידך אשה רעה מצוה לגרשה ואידך זימנין דכתובתה מרובה אי נמי אית ליה בנים מינה ולא מצי מגרש לה.
עירובין מא עמוד ב
עירובין מא עמוד ב
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 287
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2012 7:31 pm
- האט שוין געלייקט: 119 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 96 מאל
אסאך גרושים טוישן אויך פונקט זשאבס יעדע האלבע יאר,
האבן אויך פערצופאל געטוישט חברותא'ס אין ישיבה יעדן שני וחמישי,
האלטן פון זיך עולם ומלואה, מיט א שטארקע איגא, קיינמאל צופרידן, סעלפיש
האלט יעדע זאך פארקערט, רעכנט זיך נישט מיט די צער פון אלע ארומיגע, אלעס מוז קלאפן 100 פערצענט
נאר א געוויסע פערצענט פארשטייט זיך
האבן אויך פערצופאל געטוישט חברותא'ס אין ישיבה יעדן שני וחמישי,
האלטן פון זיך עולם ומלואה, מיט א שטארקע איגא, קיינמאל צופרידן, סעלפיש
האלט יעדע זאך פארקערט, רעכנט זיך נישט מיט די צער פון אלע ארומיגע, אלעס מוז קלאפן 100 פערצענט
נאר א געוויסע פערצענט פארשטייט זיך
- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
פארשטייט זיך. און געוויסע גרושים זענען געווען מיט ווייבער וואס האבן געהאט די פראבלעמען וואס דו רעכנסט אויס. א געוויסע פראצענט האבן זיך די עלטערן אריינגעמישט און פון א טישו איז געווארן אן אישו. ס' דא פארשידענע מיני גרושים.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
- איש עברי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 798
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
- האט שוין געלייקט: 997 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל
אסאך פארהייראטע טוישן זשאבס יעדע האלבע יאר,
האבן אויך פערצופאל געטוישט חברותא'ס אין ישיבה יעדן שני וחמישי,
האלטן פון זיך עולם ומלואה, מיט א שטארקע איגא, קיינמאל צופרידן, סעלפיש
האלט יעדע זאך פארקערט, רעכנט זיך נישט מיט די צער פון אלע ארומיגע, אלעס מוז קלאפן 100 פערצענט
נאר א געוויסע פערצענט פארשטייט זיך
אגב עס ווייזט נישט אויף קיין שלעכטע כאראכטער אדער אויף עגא, עס ווייזט אז דער מענטש וויל נישט שלום מאכן מיט קיין מצב און טאמער ער איז נישט צופרידן נעמט ער שריט

- איש אשכולות
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 112
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 26, 2014 4:33 pm
- האט שוין געלייקט: 7 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל
רבי אביגדור מיללער זצ״ל האט געזאגט אז די פארמערטע גיטין פראצעדור איז א גויאישער מושג. עס איז קיינמאל נישט געווען ביי אידן אין היסטאריע די וואקסענדע גיטין אזוי שטארק ווי היינט, מען גט זיך היינט שנעלער ווי עס דויערט צו טוישן אפאר שטרימפ. און צום באדויער האבן מיר דאס אדאפטירט פון די גויים. רבי אביגדור האט אמאל געזאגט אז צומאל ווען א מענטש גט זיך ווארפט ער אוועק א מתנה וואס ער האט געקריגן פונעם אייבירשטען, מען שליידערט אוועק זיוגים במלוא מובן המולא. פארשטייט זיך אז דאס נעמט נישט אריין פעלער וואס זענען יוצאים מן הכלל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
איש אשכולות האט געשריבן:רבי אביגדור האט אמאל געזאגט אז צומאל ווען א מענטש גט זיך ווארפט ער אוועק א מתנה וואס ער האט געקריגן פונעם אייבירשטען, מען שליידערט אוועק זיוגים במלוא מובן המולא. פארשטייט זיך אז דאס נעמט נישט אריין פעלער וואס זענען יוצאים מן הכלל.
וואס זאלן די מענטשן טוהן אז מ'האט זיי געגעבן די ראנג מתנה?
- איש אשכולות
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 112
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 26, 2014 4:33 pm
- האט שוין געלייקט: 7 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל
געפילטע פיש האט געשריבן:איש אשכולות האט געשריבן:רבי אביגדור האט אמאל געזאגט אז צומאל ווען א מענטש גט זיך ווארפט ער אוועק א מתנה וואס ער האט געקריגן פונעם אייבירשטען, מען שליידערט אוועק זיוגים במלוא מובן המולא. פארשטייט זיך אז דאס נעמט נישט אריין פעלער וואס זענען יוצאים מן הכלל.
וואס זאלן די מענטשן טוהן אז מ'האט זיי געגעבן די ראנג מתנה?
אל תפתח פה לשטן!
געדענק! דו רעדסט ״כפלי שמיא״, געב אכט וואס דו רעדסט. עס קען זיין אפשר א געלונגענע דזשאק אויף ק״ש מיט מעגליך א לייק, אבער די נאכווייען זענען א דיסלייק. דו רעדסט נישט צו מיר! דו רעדסט כפלי שמיא! איך האב נאר ציטירט.
- איש אשכולות
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 112
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 26, 2014 4:33 pm
- האט שוין געלייקט: 7 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
איש אשכולות האט געשריבן:בין איך טאקע דער איינציגסטער פארהייראטער דא אין ק״ש? עס יאווענען זיך דא גיטין אשכולות, און גט ניקים ווי שוואמען נאך א רעגן. איך האב מורא אז איך ברויך באצייטענס אפטראגן.
די איינציגסטע פארהייראטער? לכאורה נישט, די איינציגסטע וואס האט גוט חתונה געהאט? גראדע אויך נישט, די איינציגסטע וואס זעט נאר זיך און נישט די מענטשען וואס ליידן ארום עם? דאס מסתמא יא! הער, דו שיינסט מיר צו זיין גאר יונג און נאיוו, וועל איך דיר מגלה סוד זיין, איינער פון די זאכן וואס קומען מיט אויפוואקסן איז די יכולת פון קענען זען נישט נאר זיך, נאר פארשטיין די ליידן פון זיינע ארומיגע, אזויווי ס'שטייט ביי משה, ויגדל משה --- וירא בסבלתם, איינמאל מ'וואקסט אויף, ערשט דעמאלס קען מען האבן די ריכטיגע סימפאטיע מיט די ארומיגע.
איש אשכולות האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:וואס זאלן די מענטשן טוהן אז מ'האט זיי געגעבן די ראנג מתנה?
אל תפתח פה לשטן!
געדענק! דו רעדסט ״כפלי שמיא״, געב אכט וואס דו רעדסט. עס קען זיין אפשר א געלונגענע דזשאק אויף ק״ש מיט מעגליך א לייק, אבער די נאכווייען זענען א דיסלייק. דו רעדסט נישט צו מיר! דו רעדסט כפלי שמיא! איך האב נאר ציטירט.
וואו זעסטו א ביטיו כלפי מעלה? סך הכל א ביטוי אויפן שידוך סיסטעם. דו קענסט דאך אוודאי די מעשה מיט ר' יוסי בן חלפתא וואס יענע מטרונא האט עם געפרעגט וואס די אויבערשטער טוהט היינט איינמאל די וועלט איז שוין באשאפן געווארן און אלעס פארט מיט א סדר, האט ער איר געזאגט הקב"ה יושב ומזווג זיווגים, האט זי זיך אויסגעלאכט און געזאגט אז זי קען דאס אויך טוהן, האט זי גענומען אירע קנעכט און דינסט און זיי אנגעשדחנ'ט אינער צום צווייטן, די נעקסטע טאג האט זי זיי אלע געטראפן צוקלאפט און צוביילט, האט זי געזאגט לית אלוה כאלהכון, אמת היא תורתכון, נאה ומשובחת, יפה אמרת. אפשר איז די מעשה אויך גערעדט כלפי שמיא? די פסוק זאגט ראה חיים עם האשה אשר אהבת, נישט אשר אהבו הוריך ושדכניך, ווייל דעמאלס איז מער מאל ווי נישט, נישט קיין חיים, און נישט קיין אהבת. דאס אנטראגן א שידוך פאר א צווייטן און האפן אז ס'זאל זיך אויסארבעטן איז א געמבעל, יא! אמאל געלונגט די דזשאוק, אבער זיך צו שפילן און געמבלען מיט יענעמ'ס לעבן איז די ערגסטע מין אכזריות. וואו אין די תורה זעסטו בכלל דע מין אכזריות'דיגע מדה אז דו האלטסט אז איך רעד כלפי שמיא? ווערט דען די ווארט שידוך דערמאנט אין די תורה? ביי די פרשה פון כי יקח איש אשה, והיה אם לא תמצא חן בעיניו וכו', לויט דיר האט די פסוק אויך גערעדט כלפי שמיא, ס'הייסט? וויאזוי קענסטו זיין א כפוי טובה אינעם מתנה? חוץ מזה זעט מען אז ביים כי יקח איש אשה איז די מציאת חן געווען זעלבסט פארשטענדליך, און איינמאל מ'טרעפט שוין נישט קיין חן דעמאלסט גט מען זיך, אבער וואלט די פסוק דען געזאגט מ'זאל חתונה האבן מיט א מיידל אשר לא מצתה חן בעיניו? ווייסן דען אונזערע 18-19 יעריגע בחורים וואס חן מיינט?
- איש אשכולות
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 112
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 26, 2014 4:33 pm
- האט שוין געלייקט: 7 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל
מאטי האט געשריבן:דו , אפטראגן? גראדע יא! אבער פאר אסאך אנדערע סיבות.
פארוואס, ווייל איך טראכט/האלט/זעט/שפיר אנדערש ווי דיר? דאס איז בלויז א געזונטע זאך, כשם שאין פרצופיהם אינן שוות כך דעתיהן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום איש אשכולות, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
- איש אשכולות
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 112
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 26, 2014 4:33 pm
- האט שוין געלייקט: 7 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל
@געפילטע פיש
הקב״ה יושב ומזווג זיווגים של ליטאים וזיווגים של אומות העולם מלבד זיוגים של חסידים (עפ״ל) הגה: כיון שזיוגים של ליטאים ואומות העולם נעשים בחפשי בלתי לא״וו לבדו, ומפני שמצאו זה וזה חן בעניהם הרי זה זיויג מן השמים. אבל בחסידים שנתזדוגו נגד רצונם בלי שום לא״וו הרי לא זה זיויג מן השמים.
אזוי וואלט געדארפט שטיין אין פסוק לויט דיין תגובה. למעשה האסטו נאר אנגערירט א קאנטערווערסיעל ויכוח, וועמענס סיסטעם עס ארבעט בעסער, און איך וויל נישט דערינען אריינגיין ווייל עס איז רחבה מני ים, און א ענדלאזער ויכוח. אבער עס מיינט נישט אז וויבאלד דו האסט פיינט אדער זיך אפגעבריהט פון די חסידישע סיסטעם, אז עס איז ״נישט גוט״, אדער ״געצווינגען״, ווייל א געמבעל פאסירט נישט ביי טויזענטער מענטשן. טויזענטער מענטשן האבן חתונה אויף די סיסטעם און זענען ״יא״ צופרידן. אז דו וועסט זיך קערן צו דו ליטווישער געמיינדע וועסטו זיך געוויס אויך באגעגנען מיט אסאך אפגעבריהטע, און שעלטן די סיסטעם, ווי: איך האב א אנונג אויף וואס צו קוקן? איך ווייס אויף וואס צו קוקן? איך קען זיך נישט אליין קלויבן. אלזא די אלע זאכן זענען ווערטער פון אפגעבריהטע, נישט ווערטער וואס רעפעזענטן פאקטן.
איך וויל נישט אריינגיין אין די נושא, ווייל יעדער איז בדעה לויט ווי ער איז אויפגעוואקסן, אויסער די אפגעבריהטע וואס גליסטן צו די ״אנדערע״ סיסטעם און מיינען אז יענס ארבעט בעסער.
ממילא אז ווען א שידוך פאלט דורך, און צו זאגן אז די שידוך איז נישט מן השמים איז עס נישט מער ווי קינדיש, נאריש, און קורצזיכטיג.
זעסט דאך אז מיין יארגאנג קענסטו נישט אנטשיידן, און דו ביסט אזוי זיכער אז איך בין א יונגער מענטש אזוי זיכער ווי דו מיינסט אז דו רעדסט אביעקטיוו.

- הודעות: 1254
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
- האט שוין געלייקט: 1008 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל
עס איז מיר אויסגעקימען אמאל צי כאפען א שמיעס מיט א אלטע בעלזע חסיד פון דער "היים"
א איד וואס לעבט שוין נישט אסאך יארען, אבער ער האט נאך גיט געדענקט דעם מהרי"ד מבעלז!
ער האט אזוי געשמיעסט פון די "בעלזע יושבים", איבער זייערע מעשי תיתועים ואין כאן המקום לפורטם
האט עם איינער געפרעגט "זענען נישט די יושבים געווען הייליגע אידען?"
האט ער זיך צילאכט, "די יושבים זענען געווען א קיבוץ פון כאלערליי טיפ מענטשען, א גרויס חלק זענען געווען די "פליטים", פליטים פון שטיעב וואס האבען פשוט נישט געהאט קיין שלום בית און בדלית ברירה אחרת איז מען געקימען קיין בעלז כדי צי אננטלויפען פון די פראבלעמען אין שטיב, די אנדערע זענען געווען "פליטי החוק" אדער "פליטי חובות", אנדערע זענען געווען סתם אורחי פורחי, און א קליין חלק זענען געווען דערהויבענע אידען וואס זענען געקימען זיצען און שטייגען בעבודת השם"
מורי ורבותי, גייט און עפענט אויף די שאלות ותשובות ספרים פון די עגונות און די נושא פון עיגון, וויפיל יונגעלייט זענען אמאל אנטלאפען פון שטוב?? מאסן ממש! צי סתם אנטלאפען לשם אנטלויפען, צי חברה וואס זענען געגאנגען ווערען "מלמדים" אין דערפלעך פאר רוב יאר, צי אינטער די מאנטעל פון "סוחרים", וואס זענען געפארען מעבר לים און געטראפען אנדערע...
אכן, גערעכט אז אמאל איז די מושג ]פון א "גט" געווען א פאביע, אבער ווער זאגט אז מען איז געווען העפי? נעם די ביכער נעם די ספרים וועסט משוגע ווערען פון די פאקטען פון אמאל, אנטשאט א גט האט מען פשוט מעגן געווען און פארטיג, משה גיי זיך מעך!
היינט איז מען מער מענטשליך, און במקום פון מעגן זיין פאר צענדליגע יארען, אדער גאר לעולם ועד, גייט מען מען גט זיך, און מען הייבט אן א נארמיילע נייע לעבען,
איך קען זייער אסאך "זיווג שני" אידען וואס לעבען א גיט און פיין לעבען מיט זייערע "שני" און נאך א מזל זיי האבען עס געטין! אמת זענען דא וואס זענען געפאלען מפח אל הפחת, פון איינ קלאפטע צי א ערגערע, אדער אמאל איז דא א מושג פון א קאפעל וואס האט שיין געקענט לעבען ציזאמען און ציליב רשעות פון עלטערען אדער קינאה פון געשוויסטער האט מען זיי געגעט, אבער דאס איז געווען אמאל אויך, גיי ליין ביכער און גיי ליין ספרים
סוף דבר, די וועלט איז געבליבען די זעלבע וועלט, נאר מיט אנדערע קאלירען, אמאל איז א טאמאטע געווען רויט און היינט איז עס ארעדזש, אבער ביידע האבען די זעלבע ברכה, און ביידע זענען "טאמאטע"
אלעס איז געווען די זעלבע, אלעס, אפגעפארענע, מוסרים, צדיקים, פעיקערס, גנבים, גזלנים, עובדי השם, עשירים, ארימעלייט, קאראפציע, יצר הרע, יצר טוב, אלעס די זעלבע, נאר פינקט ווי דער קאר פון יארע 1945 זעט אויס אנדערשט ווי דער קאר היינט יארע 2014, די זעלבע מיט אלעם
הערט אויף צי באוויינען די מצב
עס איז זייער גיט און זייט מתפלל אז עס זאל זיין בעסער

המשך...
אלזא ווען קומט אראפ די סוד, ידיעה, און אנטפעלקונג פון ״חן״ ביי מענטשן, ביי די 26? די תורה למעשה באפעלט אונז חתונה צו האבן ביי די אכצען, לויט דיר וואלטן חז״ל געדארפט זאגן י״ח לחופה רק לאנשים יודעי חן. און ווען די תורה שרייבט והיה אם לא ימצא וכו׳ איז דאס נישט אין קאנטראסט צו א געוויסע שידוך סיסטעם. יא! עס זענען פארהאנען מענטשן וואס פאלן אריין ביי שידוכים, עס זענען פארהאנען פארדארבענע מענער/פרויען (ערות דבר..) אדער מען פאלט אריין מיט אינו חן (די שאלה איז צו ער איז גענוג ערפארן צו וויסן וואס ״נישט חן״ מיינט, ווייל אויף זיך צו גט׳ן באקומט ער די חושי החן צו פארשטיין אז זי איז נישט גענוג בא׳חנ׳ט..) איז אזא מענטש האט אלע רעכטן לגרשה. אבער די תורה זאגט נישט אז והיה אם גרשה, קען ער גיין און בלעסטן די שידוך סיסטעם, און זיגלען אלע שידוכים אלס א געמבעל און נישט מן השמים. און עס מיינט נישט אז מען מעג זיך נישט גט׳ן. און נישט דאס איז די פאלגענדע אשכול צו מען ״מעג״ זיך גט׳ן. מען פרעגט דא ״פארוואס״ מען גט זיך אזויפיל.

מר. טיטאניק.
למעשה זאגן חז״ל אשתו ראשונה אדם אינו משכחת לעולם. און לויט די איינפאכע מעטאמאטיק לעבן מער מענשטן בשלום מיט די זיויג ראשונה ווי די זיוג שני. נישט אומזיסט האט די זיויג שני א באדינונג פון מזוגין לפי מעשיו. מען לערנט אונז אז מיין נישט אז וויבאלד דו גט׳ס זיך און דו מיינסט אז צום צווייטן מאל גייסטו זיין ״גליקלעך״, און ״צופרידן״. א נעכטיגער טאג! ״מזווגים לפי מעשיו״.
די תורה שרייבט ״עזר כנגדו״ זכה נעשה לו עזר לא זכה נעשה כנגדו. לויט איר איז דאס אין ווילדן קאנטראסט צו אייער בייאגראפיע.
למעשה זאגן חז״ל אשתו ראשונה אדם אינו משכחת לעולם. און לויט די איינפאכע מעטאמאטיק לעבן מער מענשטן בשלום מיט די זיויג ראשונה ווי די זיוג שני. נישט אומזיסט האט די זיויג שני א באדינונג פון מזוגין לפי מעשיו. מען לערנט אונז אז מיין נישט אז וויבאלד דו גט׳ס זיך און דו מיינסט אז צום צווייטן מאל גייסטו זיין ״גליקלעך״, און ״צופרידן״. א נעכטיגער טאג! ״מזווגים לפי מעשיו״.
די תורה שרייבט ״עזר כנגדו״ זכה נעשה לו עזר לא זכה נעשה כנגדו. לויט איר איז דאס אין ווילדן קאנטראסט צו אייער בייאגראפיע.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 292
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:34 am
- האט שוין געלייקט: 38 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל
אין שולחן ערוך הלכות גירושין,
איין סעיף שטייט "אסור לגרש אשתו ראשונה"
די נעקסטע סעיף שטייט "אשה רעה מצוה לגרשה"
קענסט נישט בררענגן קיין ראי' פון די אלע גמרא'ס
אין אשה כורתת ברית אלא למי שעושה עושה כלי,
אין אדם מוצא נחת רוח אלא מאשתו ראשונה,
וווייל די אלע גמרא'ס זענען נאר געזאגט געווארן, ווען איינער גט זיין באשערטע און ער גייט אריין אין כלל פון "אסור לגררש אשתו ראשונה"
אדער ווען איינער פארלירט ל"ע די ווייב נאכן האבן אלע זיינע קינדער, און האט חתונה א צווייטע מאל, דזשאסט נישט צו לעבן אליינס, דעמאלט איז עס שוין נישט ווי די ערשטע,
עס שטייט פון ר' אורי מ'סטרעליסק, אז ארבעים יום קודם יצירת הולד בשעת ווען מ'רופט אויס "בת פלוני לפלוני" קומען צו גיין אסאך נשמות פון נשים און רייסן זיך אז מ'זאל זיי צוטיילן לפלוני, און מ'דארף דאס ממתיק זיין, אמאל איז גענוג ווען זיי ווערן אנגעטראגען צו יענעם און די שידוך ווערט נישט, אמאל דארף זי נתארס ווערן צו יענעם און נאכדעם זאל די שידוך ווערן אפגעלאזט, אסאך מאל אויב זי האט זייער שטארק איינגעריסן, דארף זי חתונה האבן צו יענעם און זיך גט'ן ביז יענער קומט אהן צו זיין באשערטע,
אין אזא פאל איז די צווייטע עכט זיין ערשטע, די ערשטע איז נאר א דורך גאנג אנצוקומען צום ריכטיגע,
עס איז דא אסאך אידן וואס האבן חתונה געהאט און זיך גע'גט און חתונה געהאט נאכאמאל און געהאט קינדער און אפילו שוין חתונה געמאכט, און בענטשן יעדן טאג דעם טאג וואס זיי האבן זיך גע'גט וואס דאס איז געווען די שליסל צו זייער גליקליך לעבן ב"ה
פאר ווער עס וויל קען איך געבן נעמען אין אישי

האלטס זיך אינאיין באציען צו די ״מיעוט המצוי״. לאמיר דיר קלארשטעלן, ״נישט דאס איז אונזער דיסקוסיע״. מען רעדט ״נישט״ פון די וואס זענען נעבעך אריינגעפאלן, און ״מוזן״ זיך גט׳ן צוליב אויסנאמע סיבות, פאר די מענטשן איז טאקע געזאגט געווארן מצוה לגרשה וכו׳ די מענטשן דארפן נעבעך אנקומען אויף ״אזא שווערע״ וועג צום ריכטיגן זיווג. ״אונז רעדן נישט פון די סארט מענטשן״.
אונז רעדן ׳יא׳ פון די מענטשן וואס גט׳ן זיך ״על לא דבר״, וואס ווארפן אוועק זייער זיווג מן השמים. מענטשן וואס גט׳ן זיך פאר שטותים והבלים, און אויב פארשטייסטו נישט וואס ״שטותים והבלים״ מיינט דאן ליין איבער טיטאניקס תגובה בסוגיא דנותן לשכוי בינה.
אונז רעדן ׳יא׳ פון די מענטשן וואס גט׳ן זיך ״על לא דבר״, וואס ווארפן אוועק זייער זיווג מן השמים. מענטשן וואס גט׳ן זיך פאר שטותים והבלים, און אויב פארשטייסטו נישט וואס ״שטותים והבלים״ מיינט דאן ליין איבער טיטאניקס תגובה בסוגיא דנותן לשכוי בינה.
- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
בן שמונה עשרה לחופה איז נישט קיין באפעל אז מ'מוז חתונה האבן ביי 18. פונקט ווי בן ארבעים לבינה איז נישט קיין באפעל אז מ'מוז באקומען בינה ביי די 40. די משנה זאגט בלויז שכל'דיגע ענינים וואס דעוועלעפט זיך לפי ערך די יארגאנג פונעם מענטש.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
איש אשכולות האט געשריבן:האלטס זיך אינאיין באציען צו די ״מיעוט המצוי״. לאמיר דיר קלארשטעלן, ״נישט דאס איז אונזער דיסקוסיע״. מען רעדט ״נישט״ פון די וואס זענען נעבעך אריינגעפאלן, און ״מוזן״ זיך גט׳ן צוליב אויסנאמע סיבות, פאר די מענטשן איז טאקע געזאגט געווארן מצוה לגרשה וכו׳ די מענטשן דארפן נעבעך אנקומען אויף ״אזא שווערע״ וועג צום ריכטיגן זיווג. ״אונז רעדן נישט פון די סארט מענטשן״.
אונז רעדן ׳יא׳ פון די מענטשן וואס גט׳ן זיך ״על לא דבר״, וואס ווארפן אוועק זייער זיווג מן השמים. מענטשן וואס גט׳ן זיך פאר שטותים והבלים, און אויב פארשטייסטו נישט וואס ״שטותים והבלים״ מיינט דאן ליין איבער טיטאניקס תגובה בסוגיא דנותן לשכוי בינה.
איך מעג אפשר וויסן פון וואו דו נעמסט דיינע פאקטן אז "מענטשן גט'ן זיך על לא דבר" דו האלטסט אפשר אז מענטשן קוויטן זשאבס על לא דבר? ווער ביסטו איינצוטיילן פאר די מענטשהייט וואס צופרידענקייט באדייט. זאג ווען די שטייסט אינעם ליין אין רעסטעראונט טיילסטו אויך דיעות וואספארא סארט עסן צו קויפן?
איינער האט ליב סעלמאן א צווייטער האט ליב אימיטעישן קרעב. האסטו געזען אזאנס? א אינגערמאן האט באשלאסן דורך צו גיין א פראצעדור וואס כולי עלמא מודי אז ס'איז קיין גרינגע פראצעדור. זיצט זיך איינער מיט א סמארט פאון און דזשאדזשד .....פאר שטותים! פאר הבלים! וואס ווייסטו וואס טוט זיך ביי יענעם? ער האט נאך תורות מיט חזל'ן פערפעקטלי געגאסן צו זיין אגענדע. סארא מין ביגאטרי קעגן גרושים..