הרב יוסף וויינער - מאנסי

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

הרב יוסף וויינער - מאנסי

שליחה דורך קאווע טרינקער »

[justify]אין די "וועסלי-היללס" ניו יארק, מער באקאנט אלץ "מאנסי", געפונט זיך א קהילה מיטן נאמען "שער השמים". דער רב פונעם קהילה איז הרב הגאון יוסף וויינער.
וויינער איז נישט "נאך א רב אויף די ליסטע", ס'כדאי זיך צו באקענען מיט דעם חשובען תורה פיגור. - איך ווייס נישט גענוי זיין ביאגראפיע, דעפאר וועל איך אים באשרייבן פון מיין קוק ווינקל.
אנגעהויבן מיט די וועלט בארימטע נישט-פאר-רווח גרעסטע תורה שיעורים וועבזייטל און טעלע קול הלשון ווי וויינער פארמאגט דארט איבער טויזענט שיעורים, אין פארשידענע הלכה מקצועות, דף היומי, השקפה, חומש בעיון, נביאים וכתובים, תפילה, ועוד ועוד. אזוי אויך פארמאגט דער רב אן אייגן וועבזייטעל מיטן נאמען תורה שטרום ווי מ'קען הערן און זעהן זיינע שיעורים. אויסער די שיעורים וואס ווערן געזאגט אין מאנסי, זאגט אויך דער רב כסדר שיעורים אין פאסעיק נוי דז'ערזי.
אויף וויפיל איך האב אים געהערט, קען איך זאגן, אז דער איז א גאר גרויסע תלמיד חכם, אן אפענע מענטש, זייער תורה-געטריי, שטארק הלכה'דיג.
דער רב איז אויך דער "רבנישע עצה געבער" פון די חודש'ליכע "זמן" מאגאזין, ארויסגעגעבן דורך יעקב אסתר.
און אזויווי די שטייגער פון רבנים, ווערן זיי אויך עצה געבער און שלום מאכער'ס צווישען שותפים, שכנים, מאן און ווייב, טאטע זוהן, מאמע טאכטער, און ווי מ'פארציילט, זעהט מען רב וויינער'ס חכמה'דיגע צוגאנג טריט און שריט.
---
אויב איינער קען עפעס מער פארציילען וועגען דעם רב, וואלט איך הנאה געהאט צו הערן.[/justify]
Under influence
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

גאר א גרויסער ת"ח. אן אפענער קאפ און ווארימער הארץ.
כאפט זאכן שנעל, און האט א שטארקער חוש צו פארשטיין וואס מדארף טוהן למעשה.
עס איז כדאי זיך צו באקענען מיט אים, אע"פ וואס אין מיטן די וואך איז שווער אים צו כאפן.
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
פארשפארט