book smart vs common sense
- מצטמק ויפה
- היימישער באניצער
- הודעות: 479
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
- האט שוין געלייקט: 761 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 844 מאל
book smart vs common sense
אין אונזער טאג טעגליכע סדר היום, טרעפן מיר זיך כסדר אן אין א געוואלד פון סארט מענטשען, אין בית המדרש, אין די גאס, אין די ארבעט-כולל, און אזוי ווייטער.
טייל זענען אונז זייער באקוועם צו זיין אין זייער געזעלשאפט און טייל פארקערט, אבער עולם כמנהגו נוהג , און מען האט פון אלע מינים , טייל וואס קריכען אונז אויף די נאז, און טייל פארקערט .
אבער איך וויל זיך דא באציען צו איין סארט מענטש, וואס איך בין זיכער אז עס זענען פאַרהאַן אזעלכע ביי אונז דא אין שטיבל , און אויב נישט ממש, דאן טרעפט מען זיך זיכער א צוויי דריי מאל א טאג מיט אזעלכע .
דער מענטש פון וואס איך רעד איז איינער וואס זיין קלוגשאפט באשטייט פון book smart, דאס הייסט ער איז זייער שארף און קליג פון איין זייט, אבער פון די אנדערע זייט האט ער נישט קיין טראפ 'קאמען סענס' .
יעצט לאמיר עס צולייגען בערך ווי אזוי ער קוקט אויס, ער איז זייער קלוג מיט גאר אסאך ידיעות , אמאל וועלטליכע און אמאל תורה'דיג, ער האט א גוטן קאפ, א שאַרפע מוח, כאפט שנעל אויף א זאך, פארשטייט א נושא אינסייט אויט , וכו' וכו'
אבער די רגע ווען ער קומט און באניץ מיט מענטשען, אָפסס, דא האט ער א בלאַק, און ער וועט נישט וויסען די אלף בית ווי אזוי מען גייט זיך אום מיט מענטשען, דהיינו ; ער וועט זיך נעמען זאגען זאכ'ן וואס קומט נישט צו זאגן ברבים, ער טראכט נישט קיין צוויי פאר ער זאגט עפעס ארויס פון מויל, געווענטליך וועט ער רעדן פון מודה אני ביז המפיל אן אפשטעל, מען דארף נישט עפענען א אויער צו הערן וואס ער האט צו זאגן, ווייל ער רעדט ברוך השם גענוג הויך, און וכו' וכו'.
איז פאר מען גייט ווייטער לאמיר אראפלייגען אפאר פאקטען להבהיר הענין. ( געדענקט און יעדען כּלל איז דא א אויסנאם)
א) דער וואס איז גאר שטאַרק אין book smart, איז זייער שוואך אין 'קאמען סענס', אזוי ווי עס איז ידוע אז איינשטיין איז געווען א פאריקטע בריאה ציווישען מענטשען, און מען קען עס זען היינט אז די אלע וואס קענען ש"ס אויפן לשון, זענען נישט צום דבר צו אנדערע זאכן, און דאס דארף נישט נאך ריאות ווייל יעדער קען דאס אליין זען.
ב) דער וואס איז book smart האלט אז ער האט אויך 'קאמען סענס', משא"כ דער וואס האט 'קאמען סענס ' ווייסט אז ער איז נישט book smart.
יעצט, וויל איך פארשטיין, וואס גייט דא פאר? ווי האט ער זיך אפגעשטעלט? דאס איז דאַך כולי עלמא מודה אַז ער איז קלוג, נו פארוואס שטעלט זיך זיין קלוגשאפט אפ ווען ער קומט ציווישען מענטשען? פארוואס פארשטייט ער נישט אַז דאס און דאס דאַרף ער נישט זאגן? עס איז נישט אז ער האט איין געוויסע נושא ווי ער איז קלוג, וואס דאן קען איך הערן, אז ער האט פארשטאנד און די געוויסע ענין, אבער מען רעדט דאך פון איינעם וואס איז גאר קלוג אין גאר א ברייטען פעלד, נו וואס גייט דא פאר? און אפילו וועסט מיך מסביר זיין אז יא, מען קען טיילען די צווי זאכען, און עס איז נישט תלוי הא בהא, אבער פארוואס דארף די צוויי זיין א סתירה? אזוי ווי פריער דערמאנט.
א שטיקעל חילוק פון די צוויי קלוגשאפטען איז אזוי, (און אפשר וועט דאס זיין א שטיקעל תירוץ אויף אונזער קשיא) א קלוגשאפט וואס איינער האט מכח book smart, לאמיר געבן א משל, מאטעמאטיק, יעצט איינער וואס איז book smart איז געווענדליך זייער גוט אין מאטעמאטיק, אבער די אמת איז אז יעדער קען זיך דאס אויסלערנען, אויב וויל ער, אין הכא נמי עס וועט איהם נעמען זייער לאנג, אבער מ'קען, און אזוי איז בעצם יעדע חכמה וואס איינער פארמאגט מכח ווייל ער איז book smart,
משא"כ ווען עס קומט צו 'קאמען סענס' דא קענסטו נישט אויסלערנען פאר איינער וואס האט דאס נישט, און די סיבה דערצו איז זייער פשוט, ווייל 'קאמען סענס' האט נישט קיין ראָלס, דאס טו יא און דאס נישט, עס ווענד זיך אלעס לויטן מצב און די ארום, ממילא קען מען נישט זאג'ן פאר איינעם פארדעם, " אקעי יעצט וואק אזוי, און זאג דאס, און זאג נישט דאס, און ווען יענער וועט דיך פרעגען דאס, זאלסטו ענטפערען יענטס, " ניין, ווייל עס גייט נישט אזוי, מ'קען אזא זאך נישט אויסלערנען, נאר מען דארף געבוירען ווערן מיט א חוש צו פארשטיין צו דעם.
איז פון דעם זעט מען, אז עס איז דא א שטארקע נפקא מינה פון די צוויי קלוגשאפטען, און איינער וואס פארמאגט איינס, מוז נישט האבן די צווייטע.
אבער למעשה בלייבט אונז נאך אלס שווער פארוואס איז דאס געווענדליך א סתירה?

- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
דער וואס איז גאר שטאַרק אין book smart, איז זייער שוואך אין 'קאמען סענס', אזוי ווי עס איז ידוע אז איינשטיין איז געווען א פאריקטע בריאה ציווישען מענטשען,
איך בין מוחה אויף די דברי בזיון אויף דעם מלך החכמים. אפגערעדט וואס עס איז סתם שקר. איינשטיין איז געווען א העכסט בא'טעמ'טער, אויסערגעווענליך קלוגער מענטש אין סתם טאג טעגליכע ענינים. ער איז טאקע נישט געגאנגען קיין זאקן, און אויסקעמען די האר איז אים אינגאנצן נישט איינגעפאלן, אבער דאס מאכט אים נישט פאררוקט. פאררוקט זענען די מענטשן וואס עס אינטערעסירט זיי נישט ווי אזוי דער אטאם ארבעט אדער דעם געלויף פון צייט.
האדם לא נברא אלא להתענג
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
די מענטשען ווערן אנגערופן eccentric, און אסאך גאר קלוגע מענשען זענען געשלאגן דערמיט. איינשטיינס עקסענטריסיטי איז אביסל איבערגעשפילט, אבער פרעגען פארוואס א קלוגע מענשען האט נישט קיין פיפל סקילס איז אזויווי פרעגן פארוואס א קלוגע מענטש איז נישט קיין מאראטאן לויפער. ס'איז א סקיל וואס האט גארנישט מיט קלוגשאפט איינגעלייגט. אזויווי געוויסע גרויסע ארכיטעקטן, וואס ווען דו וועסט עם געבן א האמער אין די האנט וועט ער זיך פארקלאפן די פינגער, ווייל וויסן וויאזוי עפעס ווערט געטוהן, און עס פאקטיש גייען טוהן איז צוויי אנדערע זאכן.
- מצטמק ויפה
- היימישער באניצער
- הודעות: 479
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
- האט שוין געלייקט: 761 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 844 מאל
יאיר האט געשריבן:דער וואס איז גאר שטאַרק אין book smart, איז זייער שוואך אין 'קאמען סענס', אזוי ווי עס איז ידוע אז איינשטיין איז געווען א פאריקטע בריאה ציווישען מענטשען,
איך בין מוחה אויף די דברי בזיון אויף דעם מלך החכמים. אפגערעדט וואס עס איז סתם שקר. איינשטיין איז געווען א העכסט בא'טעמ'טער, אויסערגעווענליך קלוגער מענטש אין סתם טאג טעגליכע ענינים. ער איז טאקע נישט געגאנגען קיין זאקן, און אויסקעמען די האר איז אים אינגאנצן נישט איינגעפאלן, אבער דאס מאכט אים נישט פאררוקט. פאררוקט זענען די מענטשן וואס עס אינטערעסירט זיי נישט ווי אזוי דער אטאם ארבעט אדער דעם געלויף פון צייט.
הא הא! איך בין געווען זיכער אז איך גיי כאפ'ן פאר די עלבון התורה פון פארשעמען די ש"ס אידען, אבער אויף איינשטיין? דאס האב איך מיך נישט געראכטען.
הוגה טייערע, איך ווייס נישט פארוואס דו ביסט אזוי ברוגז, האט איינער אוועק געמאכט זיין גאונות וכדו'? איך האב סאך הכל ארויס געברענגט אז אפילו ער איז געווען אזוי קלוג, און אויפגעטוען מוראדיגע זאכ'ן, האט ער דאך נישט געהאט קיין 'קאמען סענס', וואס דאס איז א דבר ידוע, יא, און די זאקען איז איינע פון די ריאות, און אויך אז ער פלעגט נישט עסן ווי א נארמאלע מענטש, ער פלעגט שלאגען זיין ווייב פאר גארנישט, אלס אינגעל האט מען איהם אנגעקוקט פאר א נעבעך, וכו'.
- היימישער ליטוואק
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1658
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
- האט שוין געלייקט: 1449 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
- דער (פינטעל) איד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1192
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
- האט שוין געלייקט: 784 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל
מצטמק ויפה האט געשריבן:משא"כ ווען עס קומט צו 'קאמען סענס' דא קענסטו נישט אויסלערנען פאר איינער וואס האט דאס נישט, און די סיבה דערצו איז זייער פשוט, ווייל 'קאמען סענס' האט נישט קיין ראָלס, דאס טו יא און דאס נישט, עס ווענד זיך אלעס לויטן מצב און די ארום, ממילא קען מען נישט זאג'ן פאר איינעם פארדעם, " אקעי יעצט וואק אזוי, און זאג דאס, און זאג נישט דאס, און ווען יענער וועט דיך פרעגען דאס, זאלסטו ענטפערען יענטס, " ניין, ווייל עס גייט נישט אזוי, מ'קען אזא זאך נישט אויסלערנען, נאר מען דארף געבוירען ווערן מיט א חוש צו פארשטיין צו דעם.
דאס דערמאנט א מעשה אדער משל פון א נישט געזונט בחור וואס מ'האט פרובירט מיט אלע כוחות עם פארצושטעלן ווי א נארמאל'ן און ער האט געוואלט ווערן א חתן. מ'האט עם אהערגעשטעלט און טרענירט אז ער זאל קענען האבן א בעשוי ער איז אבער אייביג דורכגעפאלן און געוויזן זיין גרויס חכמה טשפות. ביז ווען מ'האט ממש באוויזן נאך וואכן טרענירן און פראקטיסן האט עס אויסגעזען ווי ער גייט יעצט יא פעסם א בעשוי און אלעס איז טאקע גוט געגאנגען ביז קראך.. ווען דער מחותן האט עם געגעבן מזל טוב האט ער אויסגעשטרעקט זיין הענט צום מחותן דורך דעם וויין פלאש הענטל לאך און אזוי געגעבן מז"ט. אזא דורכפאל! ער איז שוין כמעט א חתן געווארן... און אזאנס? ער האט גע'טענהט צו זיינע טרעינערס אז "דאס" האט מען עם נישט געזאגט נישט צו טון...
.
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
- איש עברי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 798
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
- האט שוין געלייקט: 997 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל
טיילמאהל קען עס זיין ווייל דער חכם פארשטייט אז די אלע אומגעשריבענע געזעצן וויאזוי מען דארף זיך אויפפירן צווישן מענשטן זענען גרונדלאז און נאריש און דעריבער איז ער פשוט מזלזל דערין. אדער ווייל זיין קאפ איז שקוע אין ענייני חכמה און ער האט נישט קיין איבריג צייט צו טראכטן וואס מענטשן וועלן זאגן אדער טראכטן איבער אים, אים איז וויכטיגער צו נוצן די צייט און די מעמארי פאר וויכטיגערע זאכן.
- דער (פינטעל) איד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1192
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
- האט שוין געלייקט: 784 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל
איש עברי האט געשריבן: אדער ווייל זיין קאפ איז שקוע אין ענייני חכמה און ער האט נישט קיין איבריג צייט צו טראכטן וואס מענטשן וועלן זאגן אדער טראכטן איבער אים
דער ניק לעיקוואד קומט אין מיינד.
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
מצטמק ויפה האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:דער וואס איז גאר שטאַרק אין book smart, איז זייער שוואך אין 'קאמען סענס', אזוי ווי עס איז ידוע אז איינשטיין איז געווען א פאריקטע בריאה ציווישען מענטשען,
איך בין מוחה אויף די דברי בזיון אויף דעם מלך החכמים. אפגערעדט וואס עס איז סתם שקר. איינשטיין איז געווען א העכסט בא'טעמ'טער, אויסערגעווענליך קלוגער מענטש אין סתם טאג טעגליכע ענינים. ער איז טאקע נישט געגאנגען קיין זאקן, און אויסקעמען די האר איז אים אינגאנצן נישט איינגעפאלן, אבער דאס מאכט אים נישט פאררוקט. פאררוקט זענען די מענטשן וואס עס אינטערעסירט זיי נישט ווי אזוי דער אטאם ארבעט אדער דעם געלויף פון צייט.
הא הא! איך בין געווען זיכער אז איך גיי כאפ'ן פאר די עלבון התורה פון פארשעמען די ש"ס אידען, אבער אויף איינשטיין? דאס האב איך מיך נישט געראכטען.
הוגה טייערע, איך ווייס נישט פארוואס דו ביסט אזוי ברוגז, האט איינער אוועק געמאכט זיין גאונות וכדו'? איך האב סאך הכל ארויס געברענגט אז אפילו ער איז געווען אזוי קלוג, און אויפגעטוען מוראדיגע זאכ'ן, האט ער דאך נישט געהאט קיין 'קאמען סענס', וואס דאס איז א דבר ידוע, יא, און די זאקען איז איינע פון די ריאות, און אויך אז ער פלעגט נישט עסן ווי א נארמאלע מענטש, ער פלעגט שלאגען זיין ווייב פאר גארנישט, אלס אינגעל האט מען איהם אנגעקוקט פאר א נעבעך, וכו'.
געשלאגן זיין ווייב? ממש אזוי? מיט א שטעקן אדער מיט א פאסיק? (גראדע איך קען "נארמאלע" מענטשן וואס שלאגן קליינע קינדער ווייל זיי האלטן נישט זייער פינגער אויף איין פלאץ במשך דריי שעה).
ער פלעגט נישט עסן נארמאל? למשל וואס האט ער געגעסן, זאמד און שטיינער ווי רבי אליעזר בן הורקנוס?
דו מישט אויס צוויי זאכן. פארהאן מענטשן וואס זענען אנדערש ווי רוב מענטשן (פאקטיש איז יעדער מענטש אנדערש ווי רוב מענטשן). ביי אונז איז איינגעפירט צו רופן אזעלכע מענטשן פאררוקט. א געהעריגער נארמאלער מענטש לערנט אין ישיבה, האט חתונה, דינגט א דירה אויף לי קארנער מארסי, זיצט איין יאר אין כולל, האט א קינד, גייט ארבעטן אין בי ענד עיטש, האט נאך ניין קינדער, מאכט זיי חתונה אין פרדס פייגא, מאכט עטליכע טי פארטיס, שטארבט, און גייט ליגן אין קרית יואל. איינער וואס לאזט אויס איינס אדער מער פון די שטאפלען פארדינט זיך דעם טיטל "מאדנער", איינער וואס לאזט אויס פינף פון די שטאפלען איז אינגאנצן "משוגע".
דערנאך זענען דא די מענטשן וואס האבן פשוט נישט קיין קאממאן סענס. דאס זענען לאו דוקא די "משוגעים", זיי קענען זיין זייער "נארמאלע" מענטשן. למשל, איינער וואס גיבט אויס די געהאלט פון א גאנצע יאר צו חתונה מאכן זיין צענטע קינד האט לכאורה גאר ווייניג קאמאן סענס.
האדם לא נברא אלא להתענג
- פיטומי מילי
- ידיד השטיבל
- הודעות: 178
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 12:03 am
- האט שוין געלייקט: 68 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- פיטומי מילי
- ידיד השטיבל
- הודעות: 178
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 12:03 am
- האט שוין געלייקט: 68 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1129
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
- האט שוין געלייקט: 982 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל
די האסט דא געמאכט א טשולענט, און עס איז מצטמק ורע לו.
די האסט פארמישט צווישן סאשעל סקילס און קאמען סענס, וואס דו צוויי זאכן האבן נישט קיין שום שייכות.
א מענטש וואס איז בוק סמארט, מיינט אז ער האט נישט קיין קאמען סענס, און ער קען נאך נוצן זיינע ידיעות צוציקומען צו פאלשע מסקנות וואס פאסט פאר א שוטה, אויף אזא איינעם איז געזאגט געווארן תלמוד חכם שאין בו דעת.
איינשטיין איז נישט נאר געווען בוק סמארט, נאר זיין עיקר מעלה איז זיין אויסטערלישע קאמען סענס, וואס אדאנק דעם איז ער צוגעקומען צו זיינע אנטדעקונגען.
סאשעל סקילס איז א אייגענשאפט פון א מענטש, וואס איז בכלל נישט תלוי אין די צוויי. מען קען זיין א אויסגעריפענער שוטה, נישט בוק סמארט, און נישט קאמען סענס, און דאך האבן סאשעל סקילס. און מען קען האבן קאמען סענס ווי איינשטיין און דאך פעלן סאשעל סקילס.
עס קען זיין אז קאמען סענס איז גאר א גורם זיך נישט טרייען צו געפעלן פאר אנדערע, אדער קען דער גורם פאר חכמה, זיין דער גורם פאר א חסרון אין סאשעל סקילס, ווי ביי אוטיזם.
אבער עס איז נישט מוכרח, מען קען זיין מושלם, האבן קאמען סענס, זיין בוק סמארט, און האבן סאשל סקילס. ונמצא "חן" ו"שכל טוב" בעיני אלקים ואדם.
די האסט פארמישט צווישן סאשעל סקילס און קאמען סענס, וואס דו צוויי זאכן האבן נישט קיין שום שייכות.
א מענטש וואס איז בוק סמארט, מיינט אז ער האט נישט קיין קאמען סענס, און ער קען נאך נוצן זיינע ידיעות צוציקומען צו פאלשע מסקנות וואס פאסט פאר א שוטה, אויף אזא איינעם איז געזאגט געווארן תלמוד חכם שאין בו דעת.
איינשטיין איז נישט נאר געווען בוק סמארט, נאר זיין עיקר מעלה איז זיין אויסטערלישע קאמען סענס, וואס אדאנק דעם איז ער צוגעקומען צו זיינע אנטדעקונגען.
סאשעל סקילס איז א אייגענשאפט פון א מענטש, וואס איז בכלל נישט תלוי אין די צוויי. מען קען זיין א אויסגעריפענער שוטה, נישט בוק סמארט, און נישט קאמען סענס, און דאך האבן סאשעל סקילס. און מען קען האבן קאמען סענס ווי איינשטיין און דאך פעלן סאשעל סקילס.
עס קען זיין אז קאמען סענס איז גאר א גורם זיך נישט טרייען צו געפעלן פאר אנדערע, אדער קען דער גורם פאר חכמה, זיין דער גורם פאר א חסרון אין סאשעל סקילס, ווי ביי אוטיזם.
אבער עס איז נישט מוכרח, מען קען זיין מושלם, האבן קאמען סענס, זיין בוק סמארט, און האבן סאשל סקילס. ונמצא "חן" ו"שכל טוב" בעיני אלקים ואדם.
- היימישער ליטוואק
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1658
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
- האט שוין געלייקט: 1449 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:היימישער ליטוואק האט געשריבן:חסידים VS ליטאים
הא הא הא
וועלכע האבן קאמאן סענס. און וועלכע קענען גוט דרייען מיט'ן גראבן פינגער. און אויפבויען חקירות אשר לא היו ולא נבראו?!
סהדי אז איך האב גמיינט צו זאגן אז ליטאים זענן בוך סמארט. אבער דו מיטן טשיפ אויף דיין שולדער...
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 954
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
- האט שוין געלייקט: 1457 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל
איך גיי נישט אריינגיין אין די איבעגעטריבנקייט וואס די שרייבער האבן ליב צו מאכן א משוגע ער פון יעדע גאון.
אבער, דאס איז קלאר אז common sense האט גארנישט צו טוהן מיט social skills.
יעדער איבער-קלוגער מענטש ווען ער דרייט זיך צווישן מענטשן פיהלט אזוי ווי צווישן קינדערגארטן אינגלעך, און ער שטעלט זיך נישט צו צו די רולס פון די מענטשהייט, ווייל ער לאכט דערפון.
ווידער, דער מענטש וואס רעדט פון מודה אני ביז המפיל, זעהט אויס צו זיין גאר א דריטע סארט ברי׳ה, וואס האט נישט מיט גאונות צו טוהן.

אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.

~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1396
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
- האט שוין געלייקט: 3030 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
- קאנטאקט:
- מצטמק ויפה
- היימישער באניצער
- הודעות: 479
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
- האט שוין געלייקט: 761 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 844 מאל
איחוד פעלד האט געשריבן:סטריט סמארט קען מען זיך אויך לערנען, אויב מען זאל נאר וועלען.
אפשר ביסטו מסביר וואס דו זאגטסט, און נישט סתם שיס א סטעיטמענט, און ווי מען זאגט "גיי הענג דיך, אזוי וויל איך און פערטיג".
סא, לאמיר פארשטיין וואס דו זאגסט, לויט ווי מיין שכל זאגט מיר איז אזא זאך נישט מעגליך, ווייל ווי שוין אויסגעשמוסט האט דאס נישט קיין רולס, יעצט טו אזוי, און באלד אזוי, ווייל און יעדע מצב דארף מען ראגירען אנדערש און צו יעדע מענטש דארף מען רעדן אנדערש, און אויב האט מען נישט די סענס מבחין צו זיין בין יום ולילה, קענסטו לערנען מיט איינעם ביז איבערמארגן און ער וועט דאס נישט אויפכאפן.
לאמיר זיך פארשטעלן צוויי חבירים טרעפ'ן זיך און בית המדרש און די שמועס גייט בערך אזוי:
נחום: אה, שעי' וואס מאכסטו?
ישעי': ( אה, וואס דארף איך יעצט ענטפערען,,,??? אויב האט ער געפרעגט און אזא טאָן, מיין איך אז איך דארף ענטפערען מיט א שמייכעל ברוך השם, אקעי ) ברוך השם אלעס פיין!
נחום: יא, אבער וואס דאך?
ישעי': ( אָה אַה ..... איך האב מיך אויף דעם נישט געראכטען ... איך מיין ער דארף מיך פרעגן עפעס אנדערש,,, אוי וויי וואס טוט מען?, ) איים סארי איך יאג מיך, ביי ביי.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
אנטשולדיגט ר' מצטמק, כ'וואלט טאקע געדארפט שרייבען מער, תן לחכם ויחכם עוד, ודו"ק.
עס האט מיט זיך לערנען וויאזוי אנדערע טראכטען, וויאזוי צו זעהן זאכען פין זייערע גלעזער, און צו קענען עלימינירען קאנפראנטעישען, פארשטיין וואס מאכט אנדערע אומבאקוועם.
אוודאי ביסטו גערעכט, מען קען נישט לערנען איינעם וואס צו זאגען אין יעדעס געלעגענהייט, אבער צו קענען פארשטיין דער פנימיות קען יעדער, אויב מען זאל נאר וועלען.
איך זאג נישט ס'איז לייכט, אבער מען קען עס טוהן.
למשל אני הקטן, בין א לובש צורה ופושט צורה, מיט די מענשטען וואס איך וויל בין איך סטריט סמארט, און מיט אנדערע וואס איך וויל נישט בין איך נישט. פארוואס? ווייל אזוי וויל איך. רוב מענטשען וואס די וועסט האלטען זענען נישט סטריט סמארט, אין אנדערע ווערטער קלוג, וועסטו טרעפען אנדערע וואס האלטען פארקערט. הוא הדבר אשר דיברנו.

א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).