זאכן וואס איך 'מוז' וויסן- העמק דבר

מחשבה, השקפה ועיון
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

זאכן וואס איך 'מוז' וויסן- העמק דבר

שליחה דורך אפטעמיסט »

איך באשאף דעם לעבענס וויכטיגע אשכול פאר מיין תועלת און די תועלת פון אסאך חברים וואס וועלן מיר דאנקן בזה ובבא.

די יסודות הדת זענען זייער קליפ און קלאר. אני מאמין באמונה שלימה אז יש מנהיג לבירה און יעדעס ווארט וואס שטייט אין די תורה איז אמת ויציב. זאכן ווי- גאט, בריאת העולם, חיים אחר המוות וכדו' זענען זאכן וואס זענען זייער פשוט און פארשטענדליך, און אויב איינער האט די מח און שכל, און האט אביסל געלערנט און מעיין געוועהן, איז עס מעגליך צו פארשטיין.

פיל ספרים זענען נתחבר געווארן במשך הדורות וואו מ'קען דורך לערנען יסודות ופרטי דתנו, וכל הרוצה ללמוד יבוא וילמוד. דער בראך איז נאר אז נישט יעדער האט די צייט און קאפ, און טייל ווייסן נישט וואו אנצוהייבן.

יעדע נארמאלע מענטש -- און פארשטייט זיך ערליכע אידן -- האט געוויסע זאכן וואס מען איז נישט קלאר אין, און מען וואלט געקענט באשטיין עס אויסצוקלארן. טיילמאל א קשיא וואס ער האט געהערט אדער געזעהן, אמאל א שאלה וואס אים אליין באדערט, און צומאל סתם יסודות היהדות וואס זענען זייער קלאר פאר די יודעי ספר, אבער פארנעפעלט פאר פשוט'ע אידן.

דערפאר עפען איך דעם אשכול "זאכן וואס איך מוז וויסן", וואו מ'וועט קענען אנפרעגן אלע קשיות וואס מ'האט, און מ'האט אמאל געהאט, און איש את רעהו יעזרו ולאחיו יאמר חזק.

איך וועל דא פרעגן צוויי זאכן וואס כ'מוז וויסן:

א) ס'זענען דא איבער פיפציג מיליאן רעליגיעס און קולטורן אויפן ערד קוגעל. ס'איז אומעגליך דורכצולערנען און שטאדירן אפילו בלויז א קליין חלק פון זיי במשך דאס לעבן. וויאזוי ווייס איך אויף זיכער אז איך בין גערעכט מיט מיין גלויבונג אן הערן וואס יענער האט צו זאגן?

ב) דער ענין פון 'צדיק ורע לו רשע וטוב לו' איז ביי מיר נישט קלאר. איז מעגליך דאס צו פארשטיין על רגל אחת?
העלא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 358
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 5:07 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

שליחה דורך העלא »

קודם ווער זאגט אז עס דארף זיין צדיק וטוב לו רשע ורע לו,
צווייטנס עס איז בעתו ובזמנו, די וואכעדיגע סדרה שטייט "הודיעני את דרכיך"
ווי די גמרא זאגט האט ער דאס געפרעגט,

אויב ווילסטו טאקע וויסן קען איך דיר שריייבן א לענגערע ביאור אויף דיין צווייטע שאלה,
איך דארף אבער וויסן אז עס גייט אויפטוהן, דהיינו אז דו זוכסט א תירוץ און נישט אז דו זוכסט צו בלייבן ביי די קשיא,
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 813
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 532 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

שליחה דורך zurich »

מיין שאלה איז, איז בכלל מעיגליך אלעס צו פארשטיין אדער לא יראנו אדם וחי און פערטיג?

מיין עכטע שאלה, דאס הייסט וואס איך מיין טאקע ערלויב איך מיר נישט צו שרייבן דא ווייל מ'גייט עס מעקן
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

[tag]אפטעמיסט[/tag] אין הכי נמי, אויב דיינע דת-ספיקות זענען נאר צוליב ווייל ס'דא אנדערע רעליגיעס וואס דו האסט נישט חוקר ודורש געווען, דאן קענסטו זיין רוהיג מיט דיין רעליגיע. פארוואס? ווייל די אלע אנדערע גלויביגע זענען דאך אויך נישט צוגעקומען צו זייערע רעליגיע מתוך חקירה והעמק דבר, אלזא, פארוואס זאל זייער נישט-זיכערקייט שטערן דיין זיכערקייט?
Under influence
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

פון וואו ווייסטו אז זיי האבן דאס נישט חוקר ודורש געוועהן? כ'בין זיכער אז ס'דא זענען מיליאן פראצענט זיכער מיט זיך.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אפטעמיסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

אפטעמיסט האט געשריבן:א) ס'זענען דא איבער פיפציג מיליאן רעליגיעס און קולטורן אויפן ערד קוגעל. ס'איז אומעגליך דורכצולערנען און שטאדירן אפילו בלויז א קליין חלק פון זיי במשך דאס לעבן. וויאזוי ווייס איך אויף זיכער אז איך בין גערעכט מיט מיין גלויבונג אן הערן וואס יענער האט צו זאגן?


"איך בין א איד ווייל מיין טאטע איז געווען א איד" איז א סטעיטמענט וואס ווערט אסאך געניצט, צו ווייזן א שטאלץ אינעם רעליגיע. ס'קען אבער אויך געניצט ווערן אין א פראקטישע וועג. "איך בין א איד ווייל מיין טאטע איז געווען איד" און איך פיל מיך אזוי באקוועם.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 813
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 532 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

שליחה דורך zurich »

איך בין נייגעריג צו ביי זיי ביי די קריסטען און ביי די מוסעלמענער איז אויך דא אוי טי דו? ;)
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

די OTD מובמענט ביי אנדערע גרויסע רעליגיעס האט זיך שוין אנגעהויבן טויזנט יאר צוריק. היינט איז רוב מערב וועלט פריי, און האלב מוסלמענער זענען פריי לחצאין, לשליש, ולרביע.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

אפטעמיסט האט געשריבן:א) ס'זענען דא איבער פיפציג מיליאן רעליגיעס און קולטורן אויפן ערד קוגעל. ס'איז אומעגליך דורכצולערנען און שטאדירן אפילו בלויז א קליין חלק פון זיי במשך דאס לעבן. וויאזוי ווייס איך אויף זיכער אז איך בין גערעכט מיט מיין גלויבונג אן הערן וואס יענער האט צו זאגן?

לערן דורך אלע פופציג מיליאן רעליגיעס אבער הייב אן מיט אידשקייט אווב מאכט דאס סענס פאר דיר און סשטימט איז דאך גוט.
אויב נישט עמער רעדן דעמאלטס. האסט שוין דרוך געלערנט אידשקייט? און?
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 813
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 532 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

שליחה דורך zurich »

נולד מאוחר האט געשריבן:
אפטעמיסט האט געשריבן:א) ס'זענען דא איבער פיפציג מיליאן רעליגיעס און קולטורן אויפן ערד קוגעל. ס'איז אומעגליך דורכצולערנען און שטאדירן אפילו בלויז א קליין חלק פון זיי במשך דאס לעבן. וויאזוי ווייס איך אויף זיכער אז איך בין גערעכט מיט מיין גלויבונג אן הערן וואס יענער האט צו זאגן?

לערן דורך אלע פופציג מיליאן רעליגיעס אבער הייב אן מיט אידשקייט אווב מאכט דאס סענס פאר דיר און סשטימט איז דאך גוט.
אויב נישט עמער רעדן דעמאלטס. האסט שוין דרוך געלערנט אידשקייט? און?

איין זאך איז זיכער ס'מאכט די מערסטע סענס פון די איבעריגע.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

אפטעמיסט האט געשריבן:פון וואו ווייסטו אז זיי האבן דאס נישט חוקר ודורש געוועהן? כ'בין זיכער אז ס'דא זענען מיליאן פראצענט זיכער מיט זיך.

ס'קען נישט זיין!!
ווייל אויב יא, וואלטן זיי אלע צוגעקומען צום "איין" איינציגער מסקנה?
אלא מאי: ממ"נ, אדער האבן זיי נישט מברר געווען - אדער איז נישט מעגליך צו מברר זיין.
Under influence
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

אין אנדערע ווערטער, ס'איז נישט מעגליך צו וויסן אויף זיכער אז אידישקייט איז דער ריכטיגע גלויבונג?
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

אפטעמיסט האט געשריבן:אין אנדערע ווערטער, ס'איז נישט מעגליך צו וויסן אויף זיכער אז אידישקייט איז דער ריכטיגע גלויבונג?

נישט דאס האב איך געזאגט, כ'האב עס ניטאמאל געקענט קענען זאגן. פון וואו זאל איך וויסן אז ס'נישט מעגליך צו וויסן אויף זיכער?
סך הכל, איך פראביר צו פארענטפערען און אויסגעראדן דיין ספק, ווי דערמאנט, די מיליאנע גוים וואס האבן אן אנדערע רעליגע, מאכט דיך טראכטען אז אפשר ווייסען זיי בעסער. אויף דעם האב איך געפרעגט, אויב האלטן זיי אזוי ווייל זיי האבן אזוי מברר געווען שווארץ אויף ווייס, טא, וואו נעמט זיך אזויפיל רעליגיעס?
ממילא, אויב דאס איז דיין קלעם, זאל דאס אויך נישט אייך שטערן.
Under influence
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 813
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 532 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

שליחה דורך zurich »

קאווע טרינקער איך מעיג אריינרעדן?
דו האלסט אויך אז די יודישע רעליגיע מאכט די מערסטע סענס?
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

טאקע דאס פרעג איך. טאקע וויבאלד אז ס'זענען דא אזוי פיל רעליגיעס בין איך צעמישט, אפשר איז איינע פון זיי (ח"ו) גערעכט? דאס אז ס'זענען דא אזוי פיל רעליגיעס און רוב וועלט לעבט אין א טעות, מאכט נאר שטערקער מיין קשיא. וויאזוי ווייס איך אויף זיכער, אנע שטאדירן די אלע גלויבונגען, אז איך בין נישט אויך פון די וואס לעבן (ח"ו) אין א טעות (אזוי ווי רוב וועלט)?
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 813
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 532 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

שליחה דורך zurich »

אפטעמיס, פון די אלע גלויבינגען וועסטו נישט זעהן אין זייער תורה אזוי ווי ביי אונדז וואס שטייט "לעיני כל ישראל" פארשטייסט ס'נישט געוועין באהאלטן ס'געוועין אין פאבליק משא"כ די איבעריגע רעלידזענס איז איינער געקימען מיט א האקאס פויקאס אז גאט האט מיך געזאגט!
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

האסט דורך געטוען "אלע" רעליגיעס אויפן כדור הארץ?
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

[tag]אפטעמיסט[/tag], ערשט דארפסטו מברר זיין, אויב ס'איז בכלל שייך צו מברר זיין וואס דער אמת'ע אמת איז. טריט איינס.
על צד אז ס'איז מעגליך, איז דאס אוודאי אן עבודה קשה, יארן פון שטודירן און ליינען, ארומפארן די וועלט, אויספרעגן אלע רבנים, גלחים, וכו', - ביסט גרייט אויף דעם? אפשר איז גרינגער צו פרעגן איינער וואס האט שוין מברר געווען, איינעם וועם דו טראסט, און צו וואסערע מסקנה ער איז צוגעקומען, וועט זיין גוט פאר דיר. ס'איז א פלאן?
איך גראדע האב איינעם וועם איך טראסט.
Under influence
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

אפטימיסט, קענסט ליינען דעם ספר 'לאן' פון רבי אביגדור מיללער וואו ער ערקלערט וואס אידישקייט איז אנדערש פון אנדערע רעליגיעס. בקוצר אמרים טענה'ט ער: די ווייטע מזרח רעליגיעס זענען בכלל נישט געבויט אויף א התגלות אלקים, די מערב וועלט רעליגיעס ווי קריסטנטום און איסלאם זענען געבויט אויף אידישקייט און פארדרייט דערפון, און זיי פארמאגן נישט אזא התגלות ווי מעמד הר סיני ווען דאס גאנצע פאלק האט געזען עין בעין ווי גאט האט זיך אנטפלעקט, ממילא קומט אויס אז אידישקייט איז די איינציגע אמת'ע רעליגיע.
אדרבה, פון דעם וואס נישט ווייניגער ווי דריי ביליאן מענטשן באזירן זייער רעליגיע אויף אידישקייט, כל חד וחד לפום שיטתיה, איז דאך אין לך ראיה גדולה מזו אז אידישקייט איז די אריגינעלסטע רעליגיע.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

קאווע טרינקער האט געשריבן:[tag]אפטעמיסט[/tag], ערשט דארפסטו מברר זיין, אויב ס'איז בכלל שייך צו מברר זיין וואס דער אמת'ע אמת איז. טריט איינס.
על צד אז ס'איז מעגליך, איז דאס אוודאי אן עבודה קשה, יארן פון שטודירן און ליינען, ארומפארן די וועלט, אויספרעגן אלע רבנים, גלחים, וכו', - ביסט גרייט אויף דעם? אפשר איז גרינגער צו פרעגן איינער וואס האט שוין מברר געווען, איינעם וועם דו טראסט, און צו וואסערע מסקנה ער איז צוגעקומען, וועט זיין גוט פאר דיר. ס'איז א פלאן?
איך גראדע האב איינעם וועם איך טראסט.

אוודאי וויל איך הערן, אויב יענער ווייסט וואס ער רעדט. ווער איז דער יענער?
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

מיין זיידע!
א מלחמה איבערלעבער וואס האט נישט פארלאזט גאט אין די שווערסטע אומשטענדען, און ער האט ווייטער געטראסט זיין טאטע וואס פלעגט פארציילען וויאזוי זיין עלטער עלטער זיידע איז ארויס פון מצרים, און מקבל געווען די תורה אין מדבר סיני.
Under influence
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

יאיר האט געשריבן: די ווייטע מזרח רעליגיעס זענען בכלל נישט געבויט אויף א התגלות אלקים

איך פארשטיי נישט פונקטליך די ווערטער, אבער מיט וואס מאכט זיי דאס 'נישט אטענטיש'?
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

אויב רעליגע מיינט "גאט", איז נישט שייך קיין רעליגע אן קיין התגלות אלוקים.
Under influence
פארשפארט