אן אפענער בריוו צו דער וועלט - פון הרב מאיר כהנא
- פשוט-קאמפליצירט
- ידיד ותיק
- הודעות: 873
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
- האט שוין געלייקט: 866 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

געערטע וועלט,
ווי עס שיינט, ביזטו צע'ברוגז'ט אויף אונז, דא אין ארץ ישראל. און נישט סתם אזוי ברוגז, נאר ממש ווילד-כעס'יג. עס קומט עפעס פאר, אז יעדע עטליכע יאר צעבייזערסטו זיך פריש אויף אונז. יעצט איז עס צוליב לבנון; נעכטן איז די רוגזה געקומען אדאנק דער "ברוטאלער אונטערדריקונג" פון די פאלעסטינער; פריער איז עס געקומען צוליב'ן באמבארדירן דעם נוקלעארן רעאקטאר אין איראק; נאך פריער איז עס געווען די יום-כיפור מלחמה און די מיליטערישע אקציע אין סיני. עס זעט זיך אויס, אז צום מערסטנס נעמט דיר פון די כלים ארויס זיגרייכע אידן, וואס באווייזן איבערצוקומען און איבערצולעבן.
אבער, טייערע וועלט, דו פלעגסט זיך אויף אונז בייזערן נאך לאנג פאר דער עקזיסטענץ פון מדינת ישראל. מיר האבן באוויזן צו באאומרואיגן די דייטשע באפעלקערונג, וועלכע האט אויסגעוועלט היטלער'ן אלס איר פירער. מיר האבן אויך אויפגערעגט די עסטרייכישע באפעלקערונג, וואס האט מקבל-פנים געווען היטלער'ן מיט טענץ און געזאנג. מיר האבן אויך אונטערגערייצט א כאפטע מיט סלאווישע לענדער -- פאליאקן, סלאוואקן, ליטן, אוקראינער, רוסן, אונגארן, און רומענער.
די היסטאריע פון אידישער רייץ קעגן דער וועלט גייט צוריק א לאנגע צייט. מיר האבן אויפגערייצט כאמילנעצקי מיט זיינע קאזאקן, וועלכע האבן אין 17טן יארהונדערט אויסגעהרגעט צענדליגער טויזנטער פון אונז. מיר האבן אויך אויפגערעגט די קרייצצוגלער, וועלכע האבן אויף זייער וועג צו באפרייען דאס הייליג לאנד אויסגעמארדעט אומצאליגע אידישע נפשות. מיר האבן אויך אויפגערעגט די קאטוילישע קירכע, וועמענס שייכות מיט אונז איז במשך הונדערטער יארן דעפינירט געווארן דורך אינקוויזיציע און פארפאלגונגען. מיר האבן אויך אויפגערעגט דער קירכע'ס ארכי-שונא, מארטין לוטער, וועלכער האט דורך זיינע רופן צו פארברענען די שולן מיט די אידן אינעווייניג דעמאנסטרירט די אויטענטישע נשמה פון קריסטנטום.
מיר זענען מיט דער צייט געווארן אזוי דערנערווירט פון אייך אזויפיל דערנערווירן, אז מיר האבן באשלאסן אייך אינגאנצן איבערצולאזן, און עטאבלירן אנשטאט א אידיש לאנד. די לאגיק שבו איז געווען, אז היות דורכ'ן אזוי לאנג וואוינען צווישן אייך ווי פרעמדע האבן מיר אייך אויפגערעגט און דערנערווירט, וועלן מיר זיך פון אייך אפטיילן און וואוינען באזונדער, און אזוי ארום אייך ליב האבן און באקומען פון אייך ליבשאפט אויף צוריק. אזוי ארום האבן מיר זיך אומגעקערט אהיים, צו אונזער לאנד, פון וועלכן מיר זענען פארטריבן געווארן מיט ניינצן-הונדערט יאר פריער דורך א רוימישער מאכט, וועמען מיר האבן הפנים אויך אויפגערעגט.
ווי עס שיינט אבער, טייערע וועלט, איז כמעט אוממעגליך דיר צופרידנצושטעלן. נאכ'ן איבערלאזן דיר און דיינע פאגראמען, אינקוויזיציעס, קרייצצוגלער, און האלאקאוסט, זיך אפשיידנדיג פון דיר און אנהייבן א לעבן פאר זיך אין אונזער אייגן לאנד, ווערסטו ווייטער דערנערווירט פון אונז. דו ביזט ברוגז דערויף וואס מיר "אונטערדריקן די ארעמע פאלעסטינער"; דו ביזט אומצופרידן דערמיט וואס מיר אנטזאגן זיך פון אויפגעבן די שטחים וואס מיר האבן באפרייט אין 1967 -- וואס איז דאך "קלאר" די "גרעסטע שטער" צום שלום אינעם ראיאן. מאסקווע איז ברוגז, וואשינגטאן איז ברוגז, ראדיקאלע מוסולמענער זענען ברוגז; אפילו "מעסיגע עגיפטער" זענען ברוגז.
איז, ליבע וועלט, נאדיר עטליכע שייכות'דיגע מחשבות פון א נארמאלן איד אין ארץ ישראל. אין די צוואנציגער יארן איז נאכנישט געווען קיין 1967-שטחים אישו, וואס זאל אנשטרענגען די באציאונגען צווישן אידן אראבער. אין די צוואנציגער יארן איז נאך קיין אידיש לאנד בכלל נישט געווען. ובכל זאת, האבן די "ארעמע און אונטערדריקטע" פאלעסטינער דערמארדעט צענדליגער אידן אין ירושלים, חברון, צפת, און יפו. אין חברון אליין זענען אין 1929 67 אידן דערמארדעט געווארן אין איין טאג.
זאג מיר, טייערע וועלט: פארוואזשע טאקע האבן די אראבער דעמאלט אומגעברענגט יענע 67 אידן? האט עס נישט צופעליג עפעס א שייכות מיט דער ישראל-אגרעסיע קעגן זיי פון יאר 1967? און פארוואס זענען 510 אידן דערמארדעט געווארן אין אראבישע ראיאטן אין די יארן פון 1937 און 1939: איז עס אויך געקומען צוליב דער אראבישער אויפרעגונג פון 1967? און ווען די יו-ען האט אין 1948 צעטיילט דעם ראיאן מיט א ריזיגן שטח פאר א פאלעסטינער מדינה נעבן א פיצל אידיש לאנד, אן אנבאט וועלכן די אראבער האבן אפגעווארפן און אנשטאט דערקלערט קריג קעגן דעם אידיש לאנד און אומגעברענגט 6,000 אידן, איז יענע אראבישע רוגזה אויך געקומען צוליב דער אגרעסיע פון 1967?
און אגב, טייערע וועלט, וואו זענען געווען דיינע געשרייען דעמאלט, ווען די זעלבע פאלעסטינער, וואס הרג'ענען אידן דורך אויפרייסן, באמבעס און שטיינער האבן געהאט אלעס וואס זיי פארלאנגען יעצט אבער האבן פארט באפאלן די אידן אין א פרואוו אונז אלע אריינצושטופן אין ים? די זעלבע פנימ'ער פארקרימט פון שנאה, די זעלבע לאזונגען פון "איטבאך אל-יאהוד" -- מארדעווע דעם איד -- וואס מיר זעען און הערן היינט האבן מיר געזען און געהערט דעמאלט. ס'איז די זעלבע מענטשן, מיט'ן זעלבן חלום פון חרוב מאכן ארץ ישראל. דאס וואס איז זיי נעכטן נישט געלונגען דורכצופירן, פרובירן זיי אויספירן היינט. מיר, זאגסטו, זאלן זיי אבער נישט "אונטערדריקן".
טייערע וועלט: דורכאויס דעם האלאקאוסט ביזטו געזעצן שטיל. דו ביזט אויך געזעצן שטיל אין 1948, ווען זיבן אראבישע לענדער האבן אנגעהויבן א קריג, וואס די אראבישע ליגע האט מיט שטאלץ פארגליכן צו די מאנגאלישע שחיטות. ביזט, ליבע וועלט, אויך שטיל געווען ווען נאסער איז אין 1967 יובילירט געווארן דורך שווערע מאסן אין יעדער אראבישער הויפטשטאט פאר זיין דערקלאראציע אריינצופירן די אידן אין ים. און ס'איז קלאר אז דו וועסט מארגן אויך בלייבן זיצן שטיל אין פאל מדינת ישראל וועט אויסגעשטעלט ווערן צו א סכנה פון אונטערגאנג. היות מיר ווייסן דאך, אז די אראבער חלומ'ען דערוועגן יעדן טאג, וועלן מיר טאן אלעס אין אונזערע מעגליכקייטן דאס איבערצוקומען און פארזעצן צו בלייבן לעבן אין אונזער אייגן לאנד. און אויב, ליבע וועלט, דאס שטערט דיר, כאפ נאר א בליק אויף צוריק וויפיל מאל אין דער פארגאנגענהייט דו האסט אונז געשטערט.
בכל אופן, טייערע וועלט, אויב דו ווערסט באמת געשטערט פון אונז וויל דיר מודיע זיין אז מיך, א איד דא אין ארץ ישראל, אינטערעסירן דיינע רוגזה'ס ווי דער פאראיעריגער שניי.
(פרייע איבערזעצונג פון דעם בייגעלייגטן קליפ.)
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=UY3QpWvYzLw[/youtube]

און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 545
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 26, 2013 2:56 pm
- האט שוין געלייקט: 447 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 521 מאל
ווערט נישט פארבלענדעט, אזויווי אלע גוטע דעמאגאגן רייט כהנא אויף אביסל באקוועמע אמת'ע פאקטן (פארשטייט זיך אז ער לאזט ארויס די אומבאקוועמע, וואו די ציונים האבן געשחטן אנדערע) אבער זיינע מסקנות זענען נאך אלץ פאלש.
ער איז געווען א פאנאטישער פערזאן וואס האט אדוואקאטירט פאר ווייעלענס, טעראר און עטנישע רעיינונגען, א חרפה לבית ישראל.
היסארישע דעבאטע צווישן עלען דערשעוויץ און מאיר כהנא 1985
הערט אויס דערשאוויץ, אויך נישט קיין מעינסטרים פערסאנאליטי, אבער א אמתע ריז, א שטאלץ פאר אונזער פאלק.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=_S_QeauyLgA[/youtube]
להערה בעלמא,
מאיר כהנא איז געווען א בריליאנטענע מח און בעיקר א איידיאליסט א שואף לנקודת האמת, פון אזא סארט טייג ווי סאטמאר רב און סאקראטוס, א גאר זעלטענע סארט, א סארט וואס איז נישט פארגיפטעד פון פאליטיקעל קארעקטנעס אדער אנדערע אנגענומענע נארמעס, עס איז א סארט וואס איך קוק שטארק ארויף.
(וויכטיג נישט צו פארמישן מיט די סארט וואס איך רוף פסודא איידיאליסטן ווי נחום ראזענבערג און יצחק לעבאוויטש)
זיין סטעיטמענט אז אידישקייט איז נישט עטישקייט וכו. און אז "אידישקייט וואס ענפערט נישט די פראגע "פארוואס זאל איך זיין א איד?" איז הוילע ראזיסם" איז ווערט א פוליצער.
ווען ער וואלט געלעבט וואלט איך אים געגעבן א קוויטל, זיין פערסאנאליטי, חכמה, ערליכקייט און גראדקייט איז עד להפליא.
און ווי סאטמאר רב בשעתו פראקלאמירט ער (55:40 )"קען איי בי האנעסט? לעטס בי האנעסט, זשודואיזם איז נאט דעמאקרעסי" ער איז שוין מער סאטמארער ווי דער סאטמארער יואלי בייבל קריטיקירער.

"ווי דער גוטער בוך זאגט, אז מען שפייט אין די לופט, לאנדעט עס אין פנים"
- פשוט-קאמפליצירט
- ידיד ותיק
- הודעות: 873
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
- האט שוין געלייקט: 866 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל
"ער איז געווען א פאנאטישער פערזאן וואס האט אדוואקאטירט פאר ווייעלענס, טעראר און עטנישע רעיינונגען, א חרפה לבית ישראל."
א סך מענטשן זאגן די זאכן אויף אים, אבער איך פארשטיי נישט פארוואס. כ'בין נישט מיט דיר מחולק, ווייל עס קען זיין אז דו האסט אים און וועגן אים געהערט און געלייענט מער ווי איך. אדרבא: איך פרוביר פארשטיין צי איך טראכט טאקע אזוי קרום. אויף וויפיל איך האב זיך באקענט מיט אים און זיינע שיטות, זע איך אים ווי אן אויסגעהאלטענער מענטש, וואס האט גערעדט זייער צו דער זאך. ער האט געפרעדיגט זיך צו פארטיידיגן קעגן שונאים מיט אלע מיטלען. ער האט אויך געהאלטן אז די אראבער, יעדנפאלס די וואס ווילן זיך נישט אונטערווארפן דער אידישער הערשאפט אין ארץ ישראל, זאלן פארטריבן ווערן פון לאנד. ער האט געפאדערט טויט-שטראף פאר טעראריסטן.
איך האב אויסגעהערט די דעבאטע, און אכן, דערשאוויץ איז א גאון און בריליאנטענער מוח. אבער מיין שכל פארשטייט פארט בעסער כהנא'ס ארגומענטן ווי דערשאוויצ'ס. די טעזע אז יהדות און דעמאקראטיע גייען נישט אינאיינעם האט ער א סך געפרעדיגט, און, אויף וויפיל איך פארשטיי יהדות און דעמאקראטיע, איז ער כשר גערעכט. ער רעדט, פארשטייט זיך, פון דער מערב-וועלט דעמאקראטיע, נישט דער פרינציפ, וועלכן מיר געפינען אין דער תורה אויך: "אחרי רבים להטות."
איך בין אינגאנצן מסכים מיט דעם צווייטן, "להערה בעלמא" האלב פון דיין תגובה.
א סך מענטשן זאגן די זאכן אויף אים, אבער איך פארשטיי נישט פארוואס. כ'בין נישט מיט דיר מחולק, ווייל עס קען זיין אז דו האסט אים און וועגן אים געהערט און געלייענט מער ווי איך. אדרבא: איך פרוביר פארשטיין צי איך טראכט טאקע אזוי קרום. אויף וויפיל איך האב זיך באקענט מיט אים און זיינע שיטות, זע איך אים ווי אן אויסגעהאלטענער מענטש, וואס האט גערעדט זייער צו דער זאך. ער האט געפרעדיגט זיך צו פארטיידיגן קעגן שונאים מיט אלע מיטלען. ער האט אויך געהאלטן אז די אראבער, יעדנפאלס די וואס ווילן זיך נישט אונטערווארפן דער אידישער הערשאפט אין ארץ ישראל, זאלן פארטריבן ווערן פון לאנד. ער האט געפאדערט טויט-שטראף פאר טעראריסטן.
איך האב אויסגעהערט די דעבאטע, און אכן, דערשאוויץ איז א גאון און בריליאנטענער מוח. אבער מיין שכל פארשטייט פארט בעסער כהנא'ס ארגומענטן ווי דערשאוויצ'ס. די טעזע אז יהדות און דעמאקראטיע גייען נישט אינאיינעם האט ער א סך געפרעדיגט, און, אויף וויפיל איך פארשטיי יהדות און דעמאקראטיע, איז ער כשר גערעכט. ער רעדט, פארשטייט זיך, פון דער מערב-וועלט דעמאקראטיע, נישט דער פרינציפ, וועלכן מיר געפינען אין דער תורה אויך: "אחרי רבים להטות."
איך בין אינגאנצן מסכים מיט דעם צווייטן, "להערה בעלמא" האלב פון דיין תגובה.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 545
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 26, 2013 2:56 pm
- האט שוין געלייקט: 447 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 521 מאל
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:"ער איז געווען א פאנאטישער פערזאן וואס האט אדוואקאטירט פאר ווייעלענס, טעראר און עטנישע רעיינונגען, א חרפה לבית ישראל."
א סך מענטשן זאגן די זאכן אויף אים, אבער איך פארשטיי נישט פארוואס.
ער האט גערימט א רעכטער טעראריסט וואס האט געהרגעט ציווילע אראבערס. ועוד. ברוך גאלשטיין דער מערת המכפלה טערראריסט איז געווען זיינער א אנהעגער, כך איז פאררעכענט אלץ טעראר גרופע ביי די סטעיט דעפט.
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:איך האב אויסגעהערט די דעבאטע, און אכן, דערשאוויץ איז א גאון און בריליאנטענער מוח. אבער מיין שכל פארשטייט פארט בעסער כהנא'ס ארגומענטן ווי דערשאוויצ'ס.
ווייל ער איז אויף זיין טעריטאריע, רעדט ער גלייכער און מער צו די זאך, אין אנדערע ווערטער, ער איז באמת גערעכט לויט זיינע הנחות, דערשאוויץ וויל דאך נישט זאגן אז אידישקייט קריגט פאקטיש מיט עטיקעט און אידישקייט ברויך אפטרעטן, טאנצט ער רינגס ארום, ווען זיי וואלטן זיך געטענהט איבער אוואולוציע וואלט זיך דערשאוויץ געהערט מער צו די זאך. אין אנדערע ווערטער, עס איז נישט אזוי ווייט די מענטש, ווי ווייט זיין דעה איז פשוט אין א בעסערע פאזיציע לויט די אומשטענדן, ודו"ק.
"ווי דער גוטער בוך זאגט, אז מען שפייט אין די לופט, לאנדעט עס אין פנים"
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
פשוט קאמפליצירט: יישר כח פאר ברענגען דעם "אפענעם בריוו" פון הרב מאיר כהנא הי"ד. ער ברענגט ארויס די געפיהלן וואס א יעדער נארמאלער איד האט, וועלכער האט נאכנישט געטרונקען די פארדארבענע און שמוציגע וואסערן וועלכע ווערן געפרעדיגט און איינגעפרעגלט אין צענדליגער טויזנטער אידישע נשמות דורך אזאלכע פארדארבענע דעמאגאגן ווי "הרב" סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו. און דורך זיין געטרייען תלמיד און נאכפאלגער "הרב" ישראל מ. סופר/מנשה'לע פיליפ. און וויפיל זיי זאללן נאר נישט פראטעסטירן אז זיי זענען אנדערש ווי די האלאקאוסט לייקענער און נאצי סימפאטיזירער מיט די ביבער הוטן וועלכע רופן זיך "נטורי קרתא" וועט עס זיי גארנישט העלפן. ווייל א יעדער איד וועלכער האט א אידישע נשמה און א אידיש געפיהל ווייסט אז זיי (סענדער און מנשה) זענען דער שורש פורה ראש ולענה. אז סענדער דער דייטש האט געקענט שרייבן אין זיין שמוץ-בלעטל אז די מדינת ישראל סאלדאטן, וועלכע זענען מיט מסירת נפש געקומען באפרייען די געפאנגענע אידן אין ענטעבע, אוגאנדא, ווען די גאנצע גוי'אישע וועלט האט געשוויגן. אז זיי זענען רוצחים און מערדערס ווייל זיי האבן דערשאסן דעם דייטשן טעראריסט און זיין שיקסע, ימ"ש. טענה'נדיג אז ער האט נישט געמיינט צו טון שלעכטס צו די אידן. ממילא האבן זיינע קאלעגעס זיך געשפירט גאנץ זיכער, פארנדיג קיין דייטשלאנד, צו די נאציס זיך אפרעדנדיג אויף די "ציונים" און בעיטן הילף אקעיגן זיי.
נ.ב.: אפשר דארף מען צו שיקן דעים בריעף פון הרב מאיר כהנא, הי"ד צו נטרונא. זיי זאללן עס אריינלייגן אין נ.י. טיימס אדער וואשינגטאן פאוסט.

נ.ב.: אפשר דארף מען צו שיקן דעים בריעף פון הרב מאיר כהנא, הי"ד צו נטרונא. זיי זאללן עס אריינלייגן אין נ.י. טיימס אדער וואשינגטאן פאוסט.

-
- היימישער באניצער
- הודעות: 539
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
- האט שוין געלייקט: 875 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל
דער בריוו פון כהנא איז שלעכט. זייער שלעכט. ווען ער וואלט געצילט זיין בריוו צו "שונאי ישראל" באשר הם שם, און נישט צו דער גאנצער וועלט, וואלט עס כאטש אויסגעזען בעסער. בכל אופן איז עס גאר א שלעכטער געדאנק צו פארשפרייטן אזא בריוו צו דער דרויסנדיגער וועלט, אין סיי וואספארא פארעם. דער מענטש וואס האט עס געשריבן איז קלאר געווען ארומגענומען מיט דעם געפיל פון קאטאסטראפע און קריזיס, וואס איז כאראקטעריסטיש פאר יעדן פסיכאפאט וואס האט פיינט די מענטשהייט (און ווערט ווי א רעזולטאט געטריבן צו רציחה).
איך זאג נישט אז כהנא איז געווען א פסיכאפאט, ווייל כ'האב אים נישט געקענט פערזענליך, אבער דער בריוו צייגט ווייניגסטנס אזעלכע סימנים. צום באדויערן זענען דא נאך אידן וואס פילן אין הארצן אז "ער איז גערעכט געווען" און דאס איז זייער שעדליך.

עס איז מיר א חידוש אז רב פלאוויוס איז נישט ציפרידן פין דעם בריוו ווען איך האב דאס געליינט איז עס מיר געווען ווי פלאוויוס מדבר מתוך גרונו
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 539
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
- האט שוין געלייקט: 875 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל
פלאוויוס האט אויף יענעם ארטיקל געשריבן א גילוי דעת, און ווען ער וואלט געזען כהנא'ס בריוו פריער וואלט ער מסתמא נאך קלארער געמאכט. בכל אופן דא איז אן אויסצוג:
אינעם המשך פון די רעאקציעס אהין און צוריק קומט עס אויס נאך קלארער:
אין רעאקציע צו חסיד:
אין רעאקציע צו לעיקוואד:
ווייטער אין רעאקציע צו לעיקוואד:
דעם ספעציפישן בריוו האב איך געזען ערשט לעצטן פרייטאג, אבער דער טרענד פון פיינט האבן די וועלט צוליב דער ערשיינונג פון אנטיסעמיטיזם איז מיר גענוג באקאנט פון אנדערע פלעצער (נתניהו איז דאכט זיך אויך פארכאפט ערגעץ אין דער פאראנויע). איך קען מסכים זיין מיט כהנא נאר אזוי ווייט אז אנטי-ציוניזם האט געוויסע כאראקטער שטריכן וואס דערמאנען אין טראדיציאנעלן אנטיסעמיטיזם. דאס הייסט אבער נישט אז די גאנצע וועלט נעמט אנטייל אין אנטיסעמיטיזם, און דאס הייסט אויך נישט אז יעדער וואס איז אן אנטי-ציוניסט איז פאקטיש אנטיסעמיטיש. און דאס וויכטיגסטע פון אלעמען איז: אז ס'איז קיינמאל נישט קלוג צו ניצן דעם "אנטיסעמיטיזם" שפיל ביים קומען אין בארירונג מיט דער ברייטער וועלט. אויב עפעס, איז עס נאר אן ענין פאר אידן אליין צו דעבאטירן.
אפילו ווען ס'קומט צו אמת'ע שונאים, ווי למשל די נאציס, מעגן מיר זיי העכסטנס שעלטן אום תשעה-באב צווישן די פיר ווענט פונעם בית-מדרש, אבער אינדרויסן פון בית-מדרש איז בעסער אז מ'דערמאנט מער נישט דעם האלאקאסט. ס'איז גוט פאר אונז אליין צו געדענקען און איבערפירן די שרעקליכע זכרונות פון דור צו דור, אבער נישט אויף צו האלטן די אלגעמיינע וועלט ביים גארגל לעולם ועד. ס'איז א ווייטאגליכע פארגאנגענהייט, און מ'מוז לאזן אנדערע פעלקער שפאנען ווייטער.
פלאוויוס האט געשריבן:דער ארטיקל איז חלילה נישט געשריבן אונטערן איינדרוק אז דאס אידישע פאלק איז פארהאסט איבער דער וועלט אין אלגעמיין, ווייל איך בין שטארק דערגעגן אזא וועלטקוק. איך האב בלויז אפגעמאלן א טראגישן מציאות, אין וועלכן דאס אידישע פאלק דארף זיך תמיד ספראווען מיט דעם זעלבן סארט באשולדיגונג: אז זיי פאלגן נישט די אלגעמיינע סטאנדארטן פון דער מענטשהייט.
אינעם המשך פון די רעאקציעס אהין און צוריק קומט עס אויס נאך קלארער:
אין רעאקציע צו חסיד:
פאר איך ענטפער פארוואס מ'האט אונז פיינט, דארף איך נאכאמאל קלארמאכן אז איך בין בכלל נישט איבערצייגט אז ס'איז דא א "מע" וואס האט אונז פיינט (ווי גלייך די גאנצע וועלט איז קעגן אונז...) איך האלט בפירוש נישט אזוי. מיר האבן אסאך געשוואוירענע ליבהאבער אין דער וועלט, און נאך ביליאנען וואס האבן פון קיין אידן נישט געהערט. דאך, אויף אזויפיל איז יא קלאר, אז פראצענטועל געניסן אידן פון א העכערער ראטע פון שנאה איבער דער וועלט ווי אין אלגעמיין, ווי אויך איז די שנאה פון אן אייגנארטיגן סארט, און מיר דאכט זיך אז פון דער אנדערער זייט געניסן אידן אויך פון א העכערער ראטע פון ליבשאפט ווי אין אלגעמיין. אין אנדערע ווערטער הייסט דאס, אז אידן פארנעמען אביסל אן אומגעווענליך ארט אין דער פעלקערליכער ארענע (לפי ערך צו דעם פּיצעלן צאל פונעם אידישן פאלק), צום גוטן אדער צום שלעכטן.
אין רעאקציע צו לעיקוואד:
אבער אנרופן א צווייטן מיט'ן נאמען אנטיסעמיט בשעת א ויכוח? דאס זיכער נישט. ס'איז נאר אן ענין פאר אידן צווישן זיך, ווען מ'וויל פארשטיין פארשידענע אספעקטן פון דער אידן-פראגע. קיינמאל דארף עס נישט געווארפן ווערן דירעקט צום "אנטיסעמיט" בשעת א ויכוח. מ'דארף בכלל נעמען אין באטראכט אז ווען איינער ברענגט אויף אזויגערופענע "אנטיסעמיטישע טענות" מוז נאכנישט זיין אז ער איז אליין געטריבן פון שנאה, ווייל מענטשן זענען בסך הכל לייכטע צילן פון פראפאגאנדע און על פי רוב מיינען זיי נישט קיין שלעכט.
ווייטער אין רעאקציע צו לעיקוואד:
דאס הייסט נישט אז אנטיסעמיטיזם איז א מיסטישע זאך, ווי דערמאנט פריער, נאר וויבאלד אידן געניסן אין אלגעמיין פון א העכערער ראטע פון עמאציאנען מצד דער ארומיגער וועלט כלפי זיי, איז דאס א פרואוו צו דעפינירן אט דער אומגעווענליכער כאראקטער וואס אידן באגעגענען כסדר. דער באגריף קומט נישט אפ'פטר'ן דעם איד פון באטראכטן סיי וועלכע טענה ס'ווערט אויפגעברענגט קעגן אים, נאר דאס העלפט אים מאכן ארדענונג אין זיין היסטאריע. איך מיין אז דאס איז וויכטיג צו אנערקענען (ס'האט מיר געדויערט אפאר יאר ביז כ'האב מיך געבויגן צו דעם), אבער דו קענסט אודאי האלטן אנדערש.
איך לעב נישט חלילה מיט דעם דמיון ווי גלייך "די גאנצע וועלט איז קעגן אונז", ווייל דאס איז נישט נאר א פאנטאזיע, נאר אויך זייער א שעדליכע מחשבה. ס'איז נאר אויף אזויפיל אז איך בין גרייט צו אנערקענען אז די שנאה וואס עקזיסטירט קעגן אידן האט אין זיך עפעס אייגנארטיג וואס איז ברייטער און טיפער פון דעם וואס אידן פירן אויס אינעם יעצטיגן מאמענט, אזוי אז וויפיל זיי זאלן נישט פרובירן וועט דאך שטענדיג בלייבן מער ווייניגער די זעלבע מאס שנאה און ליבשאפט קעגן זיי.
דעם ספעציפישן בריוו האב איך געזען ערשט לעצטן פרייטאג, אבער דער טרענד פון פיינט האבן די וועלט צוליב דער ערשיינונג פון אנטיסעמיטיזם איז מיר גענוג באקאנט פון אנדערע פלעצער (נתניהו איז דאכט זיך אויך פארכאפט ערגעץ אין דער פאראנויע). איך קען מסכים זיין מיט כהנא נאר אזוי ווייט אז אנטי-ציוניזם האט געוויסע כאראקטער שטריכן וואס דערמאנען אין טראדיציאנעלן אנטיסעמיטיזם. דאס הייסט אבער נישט אז די גאנצע וועלט נעמט אנטייל אין אנטיסעמיטיזם, און דאס הייסט אויך נישט אז יעדער וואס איז אן אנטי-ציוניסט איז פאקטיש אנטיסעמיטיש. און דאס וויכטיגסטע פון אלעמען איז: אז ס'איז קיינמאל נישט קלוג צו ניצן דעם "אנטיסעמיטיזם" שפיל ביים קומען אין בארירונג מיט דער ברייטער וועלט. אויב עפעס, איז עס נאר אן ענין פאר אידן אליין צו דעבאטירן.
אפילו ווען ס'קומט צו אמת'ע שונאים, ווי למשל די נאציס, מעגן מיר זיי העכסטנס שעלטן אום תשעה-באב צווישן די פיר ווענט פונעם בית-מדרש, אבער אינדרויסן פון בית-מדרש איז בעסער אז מ'דערמאנט מער נישט דעם האלאקאסט. ס'איז גוט פאר אונז אליין צו געדענקען און איבערפירן די שרעקליכע זכרונות פון דור צו דור, אבער נישט אויף צו האלטן די אלגעמיינע וועלט ביים גארגל לעולם ועד. ס'איז א ווייטאגליכע פארגאנגענהייט, און מ'מוז לאזן אנדערע פעלקער שפאנען ווייטער.
- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
ער האט נישט באשולדיגן די גאנצע וועלט אין אנטיסעמיטיזם, ער האט בלויז געזאגט אז די וועלט דארף פארשטיין אז אידן טראסטן איר נישט נאך אזויפיל היסטאריע צוזאמען. בעיקר איצט ווען די זעלבע וועלט מישט זיך אריין אין מדינת ישראל'ס פאליסיס. די בריוו איז געשריבן אין א רעטארישע סטיל, ווי צו זאגן; לא מדובשך ולא מעוקצך, לאז מיך שוין לעבן איינמאהל פאר אלעמאל, איך ווייס בעסער ווי אייך וואס איז גוט פאר מיר און וואס נישט.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 539
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
- האט שוין געלייקט: 875 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל
מאטי האט געשריבן:ער האט נישט באשולדיגן די גאנצע וועלט אין אנטיסעמיטיזם, ער האט בלויז געזאגט אז די וועלט דארף פארשטיין אז אידן טראסטן איר נישט נאך אזויפיל היסטאריע צוזאמען. בעיקר איצט ווען די זעלבע וועלט מישט זיך אריין אין מדינת ישראל'ס פאליסיס. די בריוו איז געשריבן אין א רעטארישע סטיל, ווי צו זאגן; לא מדובשך ולא מעוקצך, לאז מיך שוין לעבן איינמאהל פאר אלעמאל, איך ווייס בעסער ווי אייך וואס איז גוט פאר מיר און וואס נישט.
איך פארשטיי וואס דו זאגסט. ס'איז אבער נאך אלץ א שעדליכע שפראך צוליב די פריערדערמאנטע סיבות. איך מיין אז ער האט יא געלעבט מיט דעם קלארן געפיל פון אלוועלטליכער שנאה, מער ווייניגער. אנדערש וואלט ער נישט אדרעסירט אזא בריוו "צו דער וועלט".
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 499
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 18, 2018 8:24 am
- האט שוין געלייקט: 25 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל
פארוואס איז כהנא נישט געווען לעגאל אין כנסת און די אראבישע יא?
ביידע העצן, זעה דא
Recently Israel held municipal elections, for mayors and city council members. In Haifa, the Labor Party candidate (it insists that it’s now called the “Zionist Union,” but as you will see, that is a misnomer), Dr. Einat Kalisch-Rotem was elected.
Kalisch-Rotem (48) is an architect with a doctorate in urban planning. She owns an architectural firm and also lectures at major universities in Israel. She is the first female mayor of one of Israel’s major cities. For what it’s worth, her Wikipedia entry claims that she has a black belt in karate.
She must not be a stupid person. And yet she appointed Raja Za’atara, an Arab citizen of Israel representing the Hadash (communist) party as one of two Deputy Mayors.
Za’atara said that Hamas is not a terrorist organization, because “An occupied nation has the right to resist the occupation.” He said in an interview that “he would rather forfeit his salary than condemn Hamas,” and that he would not take part in memorial ceremonies for IDF soldiers. He said (Hebrew video) that ISIS had learned its crimes from the Zionist movement, which engaged in “Rape, looting, murder and massacres” in 1948. He has “expressed support on his social media pages for Hezbollah, Syrian president Bashar Assad and North Korea.” In 2012, he founded(Hebrew link) an organization to promote boycott, divestment, and sanctions of Israel (BDS), and worked to prevent Arab youth signing up for military or national service.
Of course all of Za’atara’s statements fall into the category of permitted speech. It is not a criminal offense in Israel to call for the end of the Jewish state or even to express support for organizations or countries with whom the state is at war. But nevertheless, he certainly should not hold political office, elected or appointed.