די רבנישע scam פון מניעת הריון

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 914 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל

די רבנישע scam פון מניעת הריון

שליחה דורך ראש הישיבה »

עס איז לעצטנס געוועהן א גאנצע שקלא וטריא, איבער די פראקטיש חלק פון מניעת הריון. דאס איז געשמועסט געווארן אין מאחורי. איך האב דארט געשריבן אז איך וועל שרייבן בענין הלכה. איך האלט אז היות דאס איז א תורה'דיגע שמועס, קען דאס זיין אינדרויסן פון מאחורי. אויב די גבאים האלטן אז עס באלאנגט אין מאחורי, ביטע דאס צוזאם שטעלן מיט די אשכול Birth control methods.
איך וויל בעטן אלע מגיבים צו האלטן דעם אשכול ריין הלכה'דיג, כדי עס זאל קענען בלייבן אינדערויסן, לשמחת לב כל הקוראים ומגיבים.


די איסורים וואס מיר מוזן וויסן פאר מיר גייען ניצן מניעת הריון:

א. זרע לבטלה.
ב. פרו ורבו.
ג. לערב אל תנח ידך (לשבת יצרה).
ד. סירוס (זמני) באשה.
ה. מסורה.

זרע לבטלה

1. מען דארף פארשטיין, אז עס איז דא צוויי סארטן ז"ל: איינס, איז נואף ביד חז"ל לערנען עס ארויס פון די פסוק לא תנאף- ביד), צוויי, איז זרע לבטלה.
עס קען זיין נואף ביד אהן ז"ל, אזוי אויך קען זיין ז"ל אהן נואף ביד. [...]

2. די איסור פון ז"ל מיינט נישט אז יעדער מאהל וואס זרע קען נישט אהנקומען צו 'פוריה', הייסט עס ז"ל. דא"כ היה אסור לבא על מעוברת מינקת זקינה וקטנה. אלא על כרחך כל זמן אז עס האט די צורה פון חיי אישות רגילים, איז נישטא קיין איסור פון ז"ל.

3. באופן וואס מיר וועלן באגעגענען די איסור פון ז"ל (כגון משמשת במוך, כמבואר לקמן), איז עס ווייל עס האט א גדר פון זורע אל עצים ואבנים. אפילו די פוסקים וואס וועלן נישט מתיר זיין זירע אל עצים ואבנים במקום סכנה, וועלן מתיר זיין משמשת במוך, במקום סכנה. ווייל עס איז נישט ממש די ריכטיגע ז"ל, היות זיי פירן זיך כדרך כל הארץ.

4. ובכל זה, הרבה פוסקים זענען מתיר מוך, במקום צורך, און הרבה זענען נאר מתיר במקום סכנה.

פרו ורבו

1. מען איז מחויב צו (מאכן) געבוירן א בן ובת. אויב מען האט שוין א אינגעל און א מיידעל האט מען שוין מקיים געוועהן די מצוה.

2. עס איז שווער צו האבן ריכטיגע היתרים אויף זיך צו פטר'ן פון דער מצוה. נאר אזעלעכע אופנים וואס מיר וואלטן מוותר געוועהן אויף אנדערע מצוות עשה, קען מען מתיר זיין אין מדחה זיין די מצוה פאר א שפעטערע צייט.

3. אין די פוסקים ווערט געברענגט אז במקום צער אדער קטטה, קען מען דוחה זיין די מצוה (עיין אבה"ע סימן א' סעיף ח').

4. ולכן, יעדער קושי וואס מיר וועלן קענען צוגלייכן צו די קושי פון 'קטטה' (למשל אז די שטוב פירט זיך נישט און ארדענונג), קענען מיר מתיר זיין צו דוחה זיין די מצוה.

5. עוד היתר, די תורה האט תולה געוועהן די מצוה מיט 'לשבת יצרה', ולכן יעדער מאהל זעהן אז די צוויי זענען נישט אין איינקלאנג, דאס הייסט אז די פו"ר מאכט היפך יישוב העולם, וואלטן מיר געקענט מתיר זיין און דוחה זיין די מצוה.

6. עוד היתר, עס שטייט אין שו"ע אז א מענטש מוז נישט חתונה האבן כל זמן ער וויל לערנען תורה. [דאס איז די היתר ביי אונז צו ווארטן ביז די אכצן, און ביי די ליטאים צו ווארטן ביז די 22 ויותר.] לכאורה לפי זה וואלט מיר געקענט מתיר זיין פאר א אינגערמאן וואס וויל עלרנען לענגער אין כולל, צו אפשטיפן די מצוה פון פו"ר.

לערב אל תנח ידך (לשבת יצרה)

1. לערב אל תנח ידיך, הוא מצוה על פי קבלה, שאסור להניח מלהוליד בנים, אף אחר שקיים מצות פו"ר.
2. הבית שמואל סימן א' ס"ק א' הביא הרמב"ם (וכן משמע דס"ל המגיד משנה), דתלוי בחיוב עונה, ולכן אם האשה מוחלת לו עונתה, פטור ממצוה זו לעת עתה. והקשה הב"ש דהא מחוייב מטעם לערב אל תנח, כמו שמחוייב בפו"ר. ולכן חולק, שאה"נ לגבי חיוב עונה אינו חייב, מ"מ לגבי חיוב דלערב חייב.

3. איז פון דעם משמע אז לכו"ע כל זמן עס איז דא א חיוב עונה, בלייבט א חיוב פון לערב, ווייל די רמב"ם איז עס תולה אין די חיוב עונה. לפי"ז היה לנו קשה להתיר מניעת הריון, יותר ווען מען איז מתיר פאר איינער שלא קיים פו"ר.

4. אולם, די פתחי תשובה (שם סק"א) ברענגט די ברכי יוסף (חיד"א) וואס זאגט קלאהר אז די חיוב איז נאר אז 'אל תנח ידיך', מען טאהר נישט אינגאנצן פארלאזן דער מצוה, אבער אויב מען וויל עס מקיין זיין 'לעיתים רחוקות', אדער 'לעת מן העיתים', מעג מען מדחה זיין די מצוה. נאר אויב איינער האט נישט מקיים געוועהן פו"ר איז ער מחוייב יעדער עונה, אבער אויב ער האט שוין מקיין געוועהן פו"ר איז נישט מחייב יעדער עונה אויב זי איז אים מוחל.

5. וכן כתב האגרות משה בחלק ז' אז די מצוה איז נישט קיין חיוב גמור, און מען קען נישט כופה זיין אויף דער מצוה, אזויווי מען איז כופה אויף אנדערע מצוות.

6. לכאורה לפי זה, ווילאנג א מענטש זאגט נישט אז 'ער וויל מעהר נישט האבן קיין קינדער', מעג ער נעמען מניעת הריון, לגבי דעם מצוה פון לערב. ווייל אויב ער איז מניח לגמרי אולי איז ער עובר אויף דעם מצוה, חוץ אויב מיר וואלטן אים מתיר געוועהן אפילו במקום שלא קיים פו"ר.

7. ועוד, אז א מענטש וויל מעהר נישט האבן קיין קינדער, אבער ער גייט בועל זיין מזמן לזמן (יעדער כפי רצונו, ביי איינעם פעם בשנה, ביי איינעם פעם בשלש שנים, ביי איינעם פעם בשמיטה, או אפילו יותר) בלי מניעת הריון, איז ער מיט דעם יוצא דעם מצוה פון לערב.

8. דאס איז סיי אויב ער האט פיר קינדער, סיי אויב ער האט אפילו נאר צוויי, ווילאנג ער האט א אינגעל מיט א מיידעל.

סירוס (זמני) באשה

1. לויט רוב פוסקים איז נישט אסור צו מסרס זיין א פרוי. וכ"ש אויב מען טוהט עס נאר לזמן.

2. פון כמה תשובות אין אגרות משה קומט אויס אז לכתחילה זאל מען מחמיר זיין לגבי סירוס זמני (פון דארט קומט אויס אז ענדערש צו ניצן די SPERMICIDE דלא כרוב הפוסקים).

מסורה

1. עס איז שווער צו שטעלן די מסורה.

2. כנראה אז עס איז אהנגענומען אז לויט אונזער מסורה, דארפן מיר געבוירן ווי מעהר קינדער.

3. איך האב א מאהל גערעדט מיט הרב משה דוד טענדלער (חתן רבי משה ז"ל- ער ווערט דערמאנט כמה פעמים אין די תשובות פון מניעת הריון) איבער דעת רבי משה, וואס שרייבט כמה פעמים אז די פסק איז נאר פאר גדולי המורים, און נישט פאר סתם מורי הוראות. אזוי אויך שרייבט ער אז ער געבט נאר א היתר נאכדעם וואס ער איז זיכער אז די פרוי וועט נישט איבער געבן פאר אירע חבר'טעס. פרעג איך אים מאי האי. וענה לי, אז ער האט זיך געזארגט פאר די עקזיסטענס פון כלל ישראל, כמו שכתבתי בארוכה באשכול אחר.

4. אונז ווייסן נישט צו די מסורה איז א תוצאה פון דעם אז אמאהל זענען אלע מניעת הריון געוועהן תלוי בשאלות פון ז"ל, אדער פשוט ווי מעהר אידען אלס בעסער, אדער 'עד שיוכלו כל הנשמות שבגוף' וכדומה. אבער עס איז ברור אז ביי די פוסקים איז אהנגענומען, אז אפילו אויב עס איז נישטא די אויבנדערמאנטע חששות, זאל מען טוהן וואס מעהר אז ווייניגער מענטשן זאלן ניצן מניעת הריון.

5. איך ווייס נישט צו דאס איז מחייב איינער. דהיינו אויב איינער טענה'ט אז ער האלט אז עס נישטא א מסורה, אדער ער וויל נישט האלטן דיע מסורה, לכאורה מעג ער נעמן מניעת הריון, באופן וואס עס איז נישטא קיין אנדערע חששות.

6. כתבתי זה לתרץ קצת די רבנים וואס ווילן מונע זיין פון ווייבער מניעת הריון, והבן כי קצרתי במקום שאין לי מה להאריך.

אופני מניעת הריון:

א. CONDOM.
ב1 מוך באותו מקום בשעת תשמיש.
ב2 SPONGE.
ג1 RUBBER/DIAPHRAM .
ג2 SERMICIDE.
ד. הארמאנען.
ה. IUD פון קופפער.

CONDOM

1. די אחיעזר איז עס מתיר במקום סכנה.

2. רובא דרובא פון אלע פוסקים וועלן דאס נישט מתיר זיין אפילו לצורך סכנה.

3. די אגרות משה איז עס מתיר במקום סכנה, ובשעת הדחק שאין לו ברירה אחרת.

מוך באותו מקום בשעת תשמיש

1. דאס איז די מיטל וואס מען האט זיך באניצט בימי חז"ל.

2. לויט רוב פוסקים טאהר מען נישט זיך באניצן מט דעם נאר במקום סכנה.

3. די חזון איש מיט די מהרש"ם זענען לעולם מתיר דאס צו ניצן. (ווייל זיי האלטן אז שלש נשים איז די מחלוקת צו זיי דארפן עס ניצן, אבער לעולם שאר נשים מעגן משמש זיין במוך. והטעם ווייל עס איז כדרך כל הארץ, און עס האט די צורה פון חיי אישית רגילים.

4. למעשה האבן די פוסקים נישט אהנגענומען די שיטות, והחמירו בזה חוץ במקום סכנה.

SPONGE

1. פשטות דינו כמו משמשת במוך.

2. איך ווייס אז עס איז דא דיינים וואס זענען מקיל ביי דעם. אבער איך ווייס נישט פארוואס.

RUBBER/DIAPHRAM

1. ביי דעם איז דא מעהר קולות ווי משמשת במוך.

2. והטעם [...]

3. רוב הפוסקים ווען נישט מתיר זיין דאס. 1 ווייל זיי זענען מחמיר אויף דעם כדין משמשת במוך, 2 עס איז נישט פראקטיש, און עס האט אסאך דורך פעללער.

SPERMICIDE

1. יש אומרים [...]

2. לרוב להרבה פוסקים אינו כן (עיין האגרות משה בהרבה תשובות).

3. די אגרות משה זאגט כמה פעמים, אז פאר א פרוי וואס טאהר נישט ווערן מעוברת, זאל דאס נישט ניצן, ווייל עס העלפט נישט גענוג.

4. עס איז דא א סברא להיתר, כיון שאינו מועיל כ"כ איז עס נישט קיין ז"ל (וכ"ש לגבי שאלה של 'לערב אל תנח' אז ער איז נישט מניח לגמרי, ווייל עס האט טזאנסעס צו ווערן מעוברת).

5. עס איז דא א מחלוקת וואס איז ערגער, צו א מפסיק RUBBER הזרע אדער א משחית SPERMICIDE, די אמרי יושר מהרי"ץ דושינסקי מהר"ם בריסק יגל יעקב לבושי מרדכי ועוד האלטן אז א מפסיק איז ערגער. די שם משמעון מיט די שלחן שלמה האלטן אז א מפסיק איז דומה למוך (וכן ס"ל לחזו"א. אולם הוא מתיר מוך בכל ענין). ולכן האלטן זיי אז די משחית איז בעסער.

הארמאנען

1. דא רעדט מען פון אלע מיני הארמאנען.

2. עס איז נישטא קיין שום שאלה פון ז"ל.

3. ולכן באופן אז ער האט נישט קיין שאלה פון פו"ר אדער לערב מעג ער עס ניצן.

4. יש אומרים אז עס איז דא שאלה פון סירוס זמני. אבער די שיטה איז נישט אהנגענומען.

5. ווען א רב זאגט אז עס איז שאלה פון ז"ל, איז ער אן עם הארץ.

6. עס איז דא וואס ווילן זאגן אז די NUVARING איז דומה צו דיSPERMICIDE ווייל עס מאכט אויך אז די זרע זאל ווערן שוואכער. אבער די פוסקים האבן עס נישט אהנגענומען.

IUD פון קופפער

1. עס ארבעט אז מען לייגט עס אריין אין די רחם, אין די קופער טוהט צוויי זאכן, [...]

2. ולכן לכאורה איז דאס די ווייניגסטע שאלות, [...]. קיין סירוס זמני איז אויך נישטא.

3. לעומת זה עיין מה שכתבתי באשכול אחר אז עס מאכט כמה פראכלעמען.

נ.ב. איך האב זיך נישט באצויגן צו אנדערע מיטלן וואס זענען נישט נפוצ בינינו. אזוי אויך רעד איך נישט וועגן די morning after pill דלא ביררתי יפה לעת עתה.

סוף דבר:

איך בין נישט קיין דיין און אויך נישט קיין מדריך פאר חתנים/אינגעלייט. אבער איך האב דורך געטוהן די נושא.
רוב מורה הוראות זענען עמי הארצים אין דער נושא סיי מצד הלכה, און סיי מצד פראקטיק.
אויב דו דארפסט/ווילסט מניעת הריון, דארפסטו נישט ווערן יומיליעטעט ביי די דיין וואס זיין איינציגסטע קוואליפיקאציע צו זיין א דיין איז אז ער איז א בנש"ק. זיי נישט קיין נער און זיי מברר ווער איז גוט באהאווענט אין דעם נושא, און ווער איז א מענטש מיט מידות, וואס דו וועסט פילן באקוועם, און נאר צו אים זאלסטו גיין פרעגן דיינע שאלות.
לדעתי זאלסטו נישט אליינס פסק'נן, ווייל די מניעת הריון זענען גורם שאלות, און דו וועסט מוזן מחמיר זיין מחמת בושה צו פרעגן.
די רבנים וואס געבן היתרים פאר 3-6 חדשים מאכן חוזק פון די אינגעלייט. זיי ווילן האלטן קאנטראל אויף די אינטימע לעבן פון 'זייערע' אינגעלייט. א רב וואס איז מתיר א יאהר, קען זיין אז ער וויל דער העלפן אן אנדערע ענינים.
אזוי אויך קומט אויס א טובה, אז אפילו אויב יעצט ווילסטו נישט האבן, קען זיין אז אין א יאהר וועסטו יא וועלן. ממילא איז נישט כדאי יעצט מאכן החלטות פאר א לענגערע טערמין מעהר ווי א יאהר.
פארשפארט