iOS 6 ערווארטעט אויף מארגען

אלעס אין די וועלט פון טעכנעלאגיע
[NAMELESS]

iOS 6 ערווארטעט אויף מארגען

שליחה דורך [NAMELESS] »

מארגען גייט פארקומען א צאמקום פון עפל, און מ׳ערווארט אז זיי גייען ארויסשטעלען די נייע עפל אפערעיטינג סיסטעם iOS 6. ס׳דא וואס זאגן אז די נייע אפערעיטינג סיסטעם וועט נישט סאפארטען די ערשטע אייפעד און אויך נישט די דריטע דור אייפאד.
וועגן ״סירי״ איז דא שפעקולאציעס אז ס׳וועט זיין אויף די נייע סיסטעם.
משולם שטיינפעלד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 975
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 5:48 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך משולם שטיינפעלד »

פארוואס זאל סירי נישט זיין אויף די נייע סיסטעם?

פארוואס זאלן זיי עס עלימינירן?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ווייל סירי איז יעצט בכלל נישט אויף די אייפעד און אייפאד.
משולם שטיינפעלד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 975
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 5:48 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך משולם שטיינפעלד »

וואספארא OS נוצט די אייפאון?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אלעס ניצט יעצט iOS 5. און נאר די נייע אייפאון האט סירי. לויט די שפעקולאציעס וועט iOS 6 האבען אריינגעבויט סירי פאר אלע דעווייסעס
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יא! iOS 6 איז טאקע היינט ארויסגעקומען!!. עס גייט האבן סירי אבער מער סאפיסטיקעיטעד, און טאקע אויך פאר די אייפעד (איך ווייס אבער נישט צו נאר פאר די נייע אייפעד אדער אויך פאר אייפעד 2). עס איז אויך ארויסגעקומען א נייע מעק באק פראו מיט א רעטינע דיספלעי.

דא קען מען זעהן די גאנצע פרעזענטעישען
http://events.apple.com.edgesuite.net/1 ... index.html
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
האט שוין געלייקט: 1091 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

שליחה דורך דבילה »

ס'שוין הויך צייט אז עפל זאל ארויסגעבן ios6. ווי נישט אידאך ics שוין אויפ'ן מארק א שטיק צייט און דרינגט אריין אלץ מער. וואס מער מענטשן 'עלען זען ics אלץ שווערער ווערט פאר די עפלמעניאקס צו פאנטאזירן אין די אריגינעלקייט פון ios... אשפג
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

iOS6 האט האט א נייע פיעטשער וואס די עולם שטייט און קען צו זיך נישט קומען פון באגייסטערונג, מ'קען עטעטשען א פיקטשער אין א אי-מייל! איר כאפט וואס דאס מיינט? ס'דאך מורא'דיג! איר קענט שרייבען א אי'מייל, און איר קענט גלייך פון דארט באהעפטן א בילד וואס ליגט בכלל נישט נישט אין אי'מייל, ס'ליגט אין די פיקטשורס עפפ! און פאפפ! ס'איז עטעטשט!
אזויווי איין קאמענטאר שרייבט בשמחה רבה:
My favorite change, though, has to be the ability to attach media to your messages from within the Mail app. This means you no longer have to initiate emails with pictures or videos from the Photos app. Cool
באניצער אוואטאר
Starbucks
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 261
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:59 pm
האט שוין געלייקט: 190 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 227 מאל

iOS 6 ערווארטעט אויף מארגען

שליחה דורך Starbucks »

געפילטע פיש האט געשריבן:iOS6 האט האט א נייע פיעטשער וואס די עולם שטייט און קען צו זיך נישט קומען פון באגייסטערונג, מ'קען עטעטשען א פיקטשער אין א אי-מייל! איר כאפט וואס דאס מיינט? ס'דאך מורא'דיג! איר קענט שרייבען א אי'מייל, און איר קענט גלייך פון דארט באהעפטן א בילד וואס ליגט בכלל נישט נישט אין אי'מייל, ס'ליגט אין די פיקטשורס עפפ! און פאפפ! ס'איז עטעטשט!
אזויווי איין קאמענטאר שרייבט בשמחה רבה:
My favorite change, though, has to be the ability to attach media to your messages from within the Mail app. This means you no longer have to initiate emails with pictures or videos from the Photos app. Cool


ס׳איז טאקע א ריזיגע אויפטוה, ווייל איצט ווערט די איי פאון א גענצליכער דבר השלם, א 100% פערפעקטע פאון אנשטאט זיין 98% פערפעקט ווי ביז איצט. טאקע אן אויפטוה.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אמאל לוינט זיך נאך אריינצופאלען אין אייוועלט. לכתחילה אריבער ברענגט א שיינע באריכט


ישר כח גימעל פאר דיין באריכט, יעצט אביסל זאלץ און פעפער.
גימעל האט געשריבן:די 23'סטע וו.וו.די.סי. קאנפרענץ האט זיך אנגהויבן היי-יאר מיט א באגריסונג פון מרת סירי, וועלכער איז געווען גאנץ קאמיש און אינטערהאלטענד.

וואס איז סירי?

סירי איז נישט קיין נייע זאך, עס איז די טעכנעלאגיע - אן עפפ - וואס לאזא א מענטש ניצן זיין קול צו "רעדן" צו זיין איי. מאביל דיווייס.

עס איז בעצם געווארן געבויט דורך "סירי אינק" (siri inc) א פרייוואטע סאפטווער קאמפאני, און נאך יארן ארבייטן און מאכן א געלונגענע פראדוקט, האבן זיי עס געמאכט עוועיליבל אלס א עפפ פאר די "איי. אפערעטינג סיסטעם" (באוויסט אלס "איי. או. עס."). אין אפריל 10' האט עפל אבגעקויפט "סירי אינק", און געמאכט סירי פאר א וויכטיגער חלק פונעם ""איי. או. עס.").

בעצם האט "סירי אינק" געהאט געזאגט אז זי ארבייט אויך פאר א עפפ פאר ענדרויד און בלעקבערי, אבער די ארבייט איז אפגעשטעלט געווארן ווען עפל האט עס אפגעקויפט.

מען האט אסאך געקענט טיען מיט סירי ביז היינט אויך, ווי מאכן א קאל, "סעטן" א רימיינדער ועוד ועוד, אבער ביי די היינטיגע קאנפרענס האט מען געמאלדען אסאך אסאך נייע זאכן וואס "סירי" קען אייך טאן.

למשל, מען האט איר אוסגעלערענט אסאך נייע שפראכען, און עס איז עוועליבל און אסאך נייע מדינות.

אויך האט מען צינויף געשמיסט, "מרת סירי'ן" מיט "מיסטער יעלפ" (yelp).

יעלפ איז א אנליין קאמיונעטי ווי מענטשען לייגען אריין אינפארמאציע איבער ביזנעסער, און אז איר זיכט למשל אינפא איבער א רעסטאראנט, גייט איר אויף יעלפ, און איז זעהט וועלכע פרעס געשעפט דער עולם רעקעמאנדירט פאר אייער פאנטאזיע, און וואס אנדערע וואס האבן שוין געגעסען דארט זאגן וכדו', אזוי אויך פאר אלע ערליי געשעפטן.

יעצט אז סירי רעדט מיט יעלפ, ווייסט זי די אלע אינפארמאציע, און אז איר רעדט צו אייער טעלעפאן קענט איר פרעגען אזוי, "ווי קען איך אין מאנהעטען באקומען פיינע געבראטענע קאטשקעס פון די גריכישע סארט, פאר אונטער 100 דאלער, און וואס האט א רעטינג אזוי אין אזוי"? וועט אייך סירי גיבן די קלארע ענטפער, אזוי ווי ווען איר קוקט אנליין.

אויך קען מער איר פרעגען אסאך וועלטליכע פראגעס, ווי "ווער עס איז געווען העכער, "פרעזידענט וואשינגטאן" אדער "פרעזידענט טעפט"? סירי וועט עס אויפקוקען אנליין, און אייך ברענגען די ענטפער (די ענטפער וועט מן הסתם זיין, אז וואשינגטאן איז געווען העכער, אבער די קושי השעבוד פון טעפט האט משלים געווען)

זי קען אויך ברענגען כל ערליי רעזאלטאטען פון ספארט שפילערייען, און נאך אסאך אינפארמאציע וואס די גוי מוז האבן צום לעבן ("שיכור איז ער, טרינקען מיז ער, ווייל ער איז א גוי"!!).

א זייער פראקטישע אפדעט פאר סירי איז, אז זי קען "לאנטשען" עפפ'ס אויפן דיווייס, זאגסט איר "לאנטש טשעיס באנק" און די "טשעיס באנק" עפפ וועט זיך אנצינדען.

אזוי אויך וועט סירי קומען וואוינען אויך אין אייפעדס, בנוסף צו די אייפאון ווי זי געפינט זיך ביז היינט.

גימעל האט געשריבן:פון די הויפט חידושים איז די נייע איי-או-עס 6 פאר די אייפאון (3GS - 4 - 4S), אייפעד (2 און 3), און פאר די אייפאד (בלויז פאר די 4th generation).

די נייע איי-או-עס 6 וועט האבן די נייע עפעל דעזיינטע מאפעס
א פארגעשריטענע סירי, אויך אויף די אייפעד און אייפאד
פעיסבוק וועט זיין אריינגעפלאכטן (אינטעגרעיטעד) אין די גאנצע דעווייס
א איבערגעפרישטע עפפ סטאר, אייטונס און אייבוקס סטאר.
פער מער זעט אויף די עפעל וועב זייטל.

די מאפעס האט מען שוין געשמוסט, נאר אפאר קליינקייטן, קודם האט מען היינט געזען אז פאר די "דירעקשאנס" חלק פון די נייע מאפעס, גייט עפל ניצן "טאם טאם" מאפעס, און וועט האבן די טאם טאם אפציעס, בנוסף וועט זי ניצען איר "נעץ" מיט באניצער, צו גיבן פארן דעם עולם "ריל טיים" טרעפיק באריכטען, לויט ווי שנעל אדער שטייט די מענטשען וואס האבן אייפאונ'ס ריקען זיך (כ'מיין אז געוויסע "דזשי. פי. עס. ניצן שוין די טעכנעלאגיע).

די מאפעס קומען מיט 100 מיליאן ביזנעסער שוין אריינגעלייגט, דורך "יעלפ" אינפארמאציע!!

מען וועט קענען רעדן צו די מאפע מיט "סירי", בעטן דירעקציעס, אדער א געז סטעישאן למשל.

און בכלל זענען די מאפעס, און 3D הערליך שיין.

נאך א וויכטיגע זאך, די מאפעס וועלט ארבייטן און זיך ריקן, געבן נייע אינפארמאציע, אפי וועל די טעלעפון איז "לאקט" צוגעשפארט און אלע אנדערע עפפס זענען טויט.

פעיסבוק אריינגעפלאכטען, הייסט אז אנדערשט ווי ביז יעצט ווען עס איז געווען א עפפ, פונקט ווי אנדערע עפפס, איז זי היינט א "חלק" פונעם פאון ,און עס קומט פון א צוזאמארבייטן פון עפל מיט פעיסבוק, און עס האט געברענט שפעקולאציעס, אז עפל מיט פעיסבוק וועלן אינעם עתיד ארבייטן אויף נאך פראעיקטן בענעזאם.

גימעל האט געשריבן:א נייע מעק בוק פרא מיט א ראטינא דיספלעי
וועלכע איז גאר דין און לייכט-וואגיק, און גלייכצייטיג שנעלער ווי די ביז יעצטיגע מעק בוק פרא.

ראטינע דיספלעי, איז א זייער זייער "שארפע" סקרין מיט מורא'דיג אסאך "פיקסעלס", מער ווי א מענטשליכע אויג קען זעהן (רעטינע איז די נאמען פון די חלק פון די מענטשליכע אויג וואס "זעהט").

ווען זיי האבן אינטערדויסט רעטינע אויף די אייפעד 2 האבן זיי צוגעלייגט א פארגרעסערינג גלאז אין די עפל געשעפטען נעבן יעדע אייפעד, אז מען זאל קענען זעהן א חילוק!

די נניע מעק בוק וועט קאסטען 2,199.
גימעל האט געשריבן:כאטש עס איז נישט קיין נייעס האט מען ביים קאנפרענץ אויך ארומגערעדט פון די נייע אפערעיטינג סיסטעם 'מאונטען לייען', וואס וועט זיין צו באקומען אין די עפפ סטאר קומענדיגען יולי.

"מאונטען לייען" איז די נאמען פון די נייסטע "אפערעטינג סיסטעם" פון מעקענטאש (די עפל פול סייז קומפיוטער) אזוי ווי "ווינדאס 8" איז די נאמען פון די נייסטע מייקראסאפט אפערעטינג סיסטעם.

עפל געט נעמען פאר זייערע אפערעטינג סיסטעם ווערסיעס, נאך די חיות פון די "קאץ" משפחה די אנדערע נעמען ביז היינט זענען:

Cheetah" "Puma" "Jaguar" "Panther" "Tiger" "Leopard" "Snow Leopard" "Lion"·

די נייע או. עס. וועט קאסטען גאנצע ........ $19.99!! מיט 10 דאלער ביליגער ווי עס קאסט די יעצטיגע ווערסיע "לייען".

(ביז דא פון גימעל)

יעצט נאך נייע זאכן.

א נייע פאון עפפ:

(די עפפ פשוט צו מאכן קאלס), וועט יעצט האבן "ענטפער מיט א מעסעדזש" אנשטאט אויפהייבן (וואס אנדערע האבן שוין), וועסט קענען אנשטעלען א רימיינדער, אויב די ווילסט נישט אויפהייבן יעצט, זאל עס דיך דערמאנען שפעטער צוריקצוריפן, קענען אנשטעלען א רימיינדער צו ריפן איינם ווען די גייסט ארויס פון א געוויסע פלאץ (בערך אזוי ווי די נייע עפפ פון מייקראסאפט, באשריבן דא אין שכינות), "דו נאט דיסטערב" (DO NOT DISTURB) און נאך.

מען וועט קענען ניצן "פעיסטיים" אויף די סעליולער פארבינדונג:

פעיסטיים" (FaceTime) איז די ווידיא קאל עפפ פון עפל, וואס ערמעגליכט פאר מענטשען צו רעדן פנים על פנים, ביז היינט האט עס געמוזט גיין דורך א וויי פיי אינטערנעט קענעקשאן, יעצט וועט עס גיין אויף די סעליולער ליין.

א ניי עפפ "פעססבוק" (Passbook):

צו ניצן פאר אלע "פעסעס" פאר עירליין, סטעדייומס, אדער קיופאנס פאר געשעפטען וכו' וכו'.

"גיידעד עקסעס" (Guided Access):

איר קענט אפשפארן אז נאר איין געוויסע עפפ זאל ארבעטען יעצט, למשל אז איר זענט א טיטשער, און איירע סטודענטען האבן "אייפאד'ס" אבער איז ווילט אז זייי זאלן יעצט ניצן נאר א געוויסע עפפ ווי א בוק, וואס איז וויכטיג יעצט פאר די לעסאן, אבער זיי זאלן נישט קענען גיין "אנליין" אדער שפילן געמס, שפארט איר אפ אלס חוץ די געוויסע עפפ.

און נאך און נאך און נאך!
טעלעפאן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 279
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 21, 2012 1:59 am
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 93 מאל

שליחה דורך טעלעפאן »

אלץ א גרויסער עפל ליבהאבער (נישט די פרי, די פירמע....) פשוט ווייל איך גלייך צו האבן זאכן וואס ״ארבעטן״, און אויפן מארקעט איז נאכנישט דא קיין קאמפיוטער אדער טעלעפאן וואס איז אזוי לאגיש, גרינג צו באנוצן, און ״פרירט״ נישט ווי די פון די עפל פירמע, האב איך הנאה געהאט צו זעהן די פרישע ios6

וואס איך האב די מערסטע הנאה פון איז לכאורה די נייע פאון אפליקאציע (כ׳האב פונקט נעכטן באטראכט מיין שוואגער׳ס ״פאלם סענטראו״ און געזעהן אז ווען א רופער רופט אריין קומט ארויף א ״reply with text" אפציע, און כ׳האב געטראכט אז ״טאקע אזא אפציע וואלט די אייפאון געמעגט האבן.... און ברוך שכונתי...

די צווייטע זאך וואס כ׳האב גאר שטארק הנאה איז די נייע מאפעס. גוטע צייטן קומען...
וואס זאל איך טון אז עס איז מיר נאך אלץ נישט בייגעפאלן אן אינטערשריפט. האסט עפעס? טעלעפאניר מיר
אבי גערעדט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 879
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 9:32 am
האט שוין געלייקט: 96 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל

שליחה דורך אבי גערעדט »

ראשעקאל האט געשריבן:אמאל לוינט זיך נאך אריינצופאלען אין אייוועלט. לכתחילה אריבער ברענגט א שיינע באריכט


ישר כח גימעל פאר דיין באריכט, יעצט אביסל זאלץ און פעפער.
גימעל האט געשריבן:די 23'סטע וו.וו.די.סי. קאנפרענץ האט זיך אנגהויבן היי-יאר מיט א באגריסונג פון מרת סירי, וועלכער איז געווען גאנץ קאמיש און אינטערהאלטענד.

וואס איז סירי?

סירי איז נישט קיין נייע זאך, עס איז די טעכנעלאגיע - אן עפפ - וואס לאזא א מענטש ניצן זיין קול צו "רעדן" צו זיין איי. מאביל דיווייס.

עס איז בעצם געווארן געבויט דורך "סירי אינק" (siri inc) א פרייוואטע סאפטווער קאמפאני, און נאך יארן ארבייטן און מאכן א געלונגענע פראדוקט, האבן זיי עס געמאכט עוועיליבל אלס א עפפ פאר די "איי. אפערעטינג סיסטעם" (באוויסט אלס "איי. או. עס."). אין אפריל 10' האט עפל אבגעקויפט "סירי אינק", און געמאכט סירי פאר א וויכטיגער חלק פונעם ""איי. או. עס.").

בעצם האט "סירי אינק" געהאט געזאגט אז זי ארבייט אויך פאר א עפפ פאר ענדרויד און בלעקבערי, אבער די ארבייט איז אפגעשטעלט געווארן ווען עפל האט עס אפגעקויפט.

מען האט אסאך געקענט טיען מיט סירי ביז היינט אויך, ווי מאכן א קאל, "סעטן" א רימיינדער ועוד ועוד, אבער ביי די היינטיגע קאנפרענס האט מען געמאלדען אסאך אסאך נייע זאכן וואס "סירי" קען אייך טאן.

למשל, מען האט איר אוסגעלערענט אסאך נייע שפראכען, און עס איז עוועליבל און אסאך נייע מדינות.

אויך האט מען צינויף געשמיסט, "מרת סירי'ן" מיט "מיסטער יעלפ" (yelp).

יעלפ איז א אנליין קאמיונעטי ווי מענטשען לייגען אריין אינפארמאציע איבער ביזנעסער, און אז איר זיכט למשל אינפא איבער א רעסטאראנט, גייט איר אויף יעלפ, און איז זעהט וועלכע פרעס געשעפט דער עולם רעקעמאנדירט פאר אייער פאנטאזיע, און וואס אנדערע וואס האבן שוין געגעסען דארט זאגן וכדו', אזוי אויך פאר אלע ערליי געשעפטן.

יעצט אז סירי רעדט מיט יעלפ, ווייסט זי די אלע אינפארמאציע, און אז איר רעדט צו אייער טעלעפאן קענט איר פרעגען אזוי, "ווי קען איך אין מאנהעטען באקומען פיינע געבראטענע קאטשקעס פון די גריכישע סארט, פאר אונטער 100 דאלער, און וואס האט א רעטינג אזוי אין אזוי"? וועט אייך סירי גיבן די קלארע ענטפער, אזוי ווי ווען איר קוקט אנליין.

אויך קען מער איר פרעגען אסאך וועלטליכע פראגעס, ווי "ווער עס איז געווען העכער, "פרעזידענט וואשינגטאן" אדער "פרעזידענט טעפט"? סירי וועט עס אויפקוקען אנליין, און אייך ברענגען די ענטפער (די ענטפער וועט מן הסתם זיין, אז וואשינגטאן איז געווען העכער, אבער די קושי השעבוד פון טעפט האט משלים געווען)

זי קען אויך ברענגען כל ערליי רעזאלטאטען פון ספארט שפילערייען, און נאך אסאך אינפארמאציע וואס די גוי מוז האבן צום לעבן ("שיכור איז ער, טרינקען מיז ער, ווייל ער איז א גוי"!!).

א זייער פראקטישע אפדעט פאר סירי איז, אז זי קען "לאנטשען" עפפ'ס אויפן דיווייס, זאגסט איר "לאנטש טשעיס באנק" און די "טשעיס באנק" עפפ וועט זיך אנצינדען.

אזוי אויך וועט סירי קומען וואוינען אויך אין אייפעדס, בנוסף צו די אייפאון ווי זי געפינט זיך ביז היינט.

גימעל האט געשריבן:פון די הויפט חידושים איז די נייע איי-או-עס 6 פאר די אייפאון (3GS - 4 - 4S), אייפעד (2 און 3), און פאר די אייפאד (בלויז פאר די 4th generation).

די נייע איי-או-עס 6 וועט האבן די נייע עפעל דעזיינטע מאפעס
א פארגעשריטענע סירי, אויך אויף די אייפעד און אייפאד
פעיסבוק וועט זיין אריינגעפלאכטן (אינטעגרעיטעד) אין די גאנצע דעווייס
א איבערגעפרישטע עפפ סטאר, אייטונס און אייבוקס סטאר.
פער מער זעט אויף די עפעל וועב זייטל.

די מאפעס האט מען שוין געשמוסט, נאר אפאר קליינקייטן, קודם האט מען היינט געזען אז פאר די "דירעקשאנס" חלק פון די נייע מאפעס, גייט עפל ניצן "טאם טאם" מאפעס, און וועט האבן די טאם טאם אפציעס, בנוסף וועט זי ניצען איר "נעץ" מיט באניצער, צו גיבן פארן דעם עולם "ריל טיים" טרעפיק באריכטען, לויט ווי שנעל אדער שטייט די מענטשען וואס האבן אייפאונ'ס ריקען זיך (כ'מיין אז געוויסע "דזשי. פי. עס. ניצן שוין די טעכנעלאגיע).

די מאפעס קומען מיט 100 מיליאן ביזנעסער שוין אריינגעלייגט, דורך "יעלפ" אינפארמאציע!!

מען וועט קענען רעדן צו די מאפע מיט "סירי", בעטן דירעקציעס, אדער א געז סטעישאן למשל.

און בכלל זענען די מאפעס, און 3D הערליך שיין.

נאך א וויכטיגע זאך, די מאפעס וועלט ארבייטן און זיך ריקן, געבן נייע אינפארמאציע, אפי וועל די טעלעפון איז "לאקט" צוגעשפארט און אלע אנדערע עפפס זענען טויט.

פעיסבוק אריינגעפלאכטען, הייסט אז אנדערשט ווי ביז יעצט ווען עס איז געווען א עפפ, פונקט ווי אנדערע עפפס, איז זי היינט א "חלק" פונעם פאון ,און עס קומט פון א צוזאמארבייטן פון עפל מיט פעיסבוק, און עס האט געברענט שפעקולאציעס, אז עפל מיט פעיסבוק וועלן אינעם עתיד ארבייטן אויף נאך פראעיקטן בענעזאם.

גימעל האט געשריבן:א נייע מעק בוק פרא מיט א ראטינא דיספלעי
וועלכע איז גאר דין און לייכט-וואגיק, און גלייכצייטיג שנעלער ווי די ביז יעצטיגע מעק בוק פרא.

ראטינע דיספלעי, איז א זייער זייער "שארפע" סקרין מיט מורא'דיג אסאך "פיקסעלס", מער ווי א מענטשליכע אויג קען זעהן (רעטינע איז די נאמען פון די חלק פון די מענטשליכע אויג וואס "זעהט").

ווען זיי האבן אינטערדויסט רעטינע אויף די אייפעד 2 האבן זיי צוגעלייגט א פארגרעסערינג גלאז אין די עפל געשעפטען נעבן יעדע אייפעד, אז מען זאל קענען זעהן א חילוק!

די נניע מעק בוק וועט קאסטען 2,199.
גימעל האט געשריבן:כאטש עס איז נישט קיין נייעס האט מען ביים קאנפרענץ אויך ארומגערעדט פון די נייע אפערעיטינג סיסטעם 'מאונטען לייען', וואס וועט זיין צו באקומען אין די עפפ סטאר קומענדיגען יולי.

"מאונטען לייען" איז די נאמען פון די נייסטע "אפערעטינג סיסטעם" פון מעקענטאש (די עפל פול סייז קומפיוטער) אזוי ווי "ווינדאס 8" איז די נאמען פון די נייסטע מייקראסאפט אפערעטינג סיסטעם.

עפל געט נעמען פאר זייערע אפערעטינג סיסטעם ווערסיעס, נאך די חיות פון די "קאץ" משפחה די אנדערע נעמען ביז היינט זענען:

Cheetah" "Puma" "Jaguar" "Panther" "Tiger" "Leopard" "Snow Leopard" "Lion"·

די נייע או. עס. וועט קאסטען גאנצע ........ $19.99!! מיט 10 דאלער ביליגער ווי עס קאסט די יעצטיגע ווערסיע "לייען".

(ביז דא פון גימעל)

יעצט נאך נייע זאכן.

א נייע פאון עפפ:

(די עפפ פשוט צו מאכן קאלס), וועט יעצט האבן "ענטפער מיט א מעסעדזש" אנשטאט אויפהייבן (וואס אנדערע האבן שוין), וועסט קענען אנשטעלען א רימיינדער, אויב די ווילסט נישט אויפהייבן יעצט, זאל עס דיך דערמאנען שפעטער צוריקצוריפן, קענען אנשטעלען א רימיינדער צו ריפן איינם ווען די גייסט ארויס פון א געוויסע פלאץ (בערך אזוי ווי די נייע עפפ פון מייקראסאפט, באשריבן דא אין שכינות), "דו נאט דיסטערב" (DO NOT DISTURB) און נאך.

מען וועט קענען ניצן "פעיסטיים" אויף די סעליולער פארבינדונג:

פעיסטיים" (FaceTime) איז די ווידיא קאל עפפ פון עפל, וואס ערמעגליכט פאר מענטשען צו רעדן פנים על פנים, ביז היינט האט עס געמוזט גיין דורך א וויי פיי אינטערנעט קענעקשאן, יעצט וועט עס גיין אויף די סעליולער ליין.

א ניי עפפ "פעססבוק" (Passbook):

צו ניצן פאר אלע "פעסעס" פאר עירליין, סטעדייומס, אדער קיופאנס פאר געשעפטען וכו' וכו'.

"גיידעד עקסעס" (Guided Access):

איר קענט אפשפארן אז נאר איין געוויסע עפפ זאל ארבעטען יעצט, למשל אז איר זענט א טיטשער, און איירע סטודענטען האבן "אייפאד'ס" אבער איז ווילט אז זייי זאלן יעצט ניצן נאר א געוויסע עפפ ווי א בוק, וואס איז וויכטיג יעצט פאר די לעסאן, אבער זיי זאלן נישט קענען גיין "אנליין" אדער שפילן געמס, שפארט איר אפ אלס חוץ די געוויסע עפפ.

און נאך און נאך און נאך!


טאקע זייער א געשמאק ארטיקל, ארויסגעברענגט ס'בעסטע וואס שייך, אבער למעשה איז די עולם הביזנעס בכלל נישט עקסייטעד צו די "מעכטיגע" ערפונדיגען... אין עפל'ס סטאק איז גאנץ שיין געפאלן נאכן פארזאמלונג (keynote בלע"ז)
פיקציע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 464
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 10:12 pm
האט שוין געלייקט: 97 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל

שליחה דורך פיקציע »

אבי גערעדט האט געשריבן:
טאקע זייער א געשמאק ארטיקל, ארויסגעברענגט ס'בעסטע וואס שייך, אבער למעשה איז די עולם הביזנעס בכלל נישט עקסייטעד צו די "מעכטיגע" ערפונדיגען... אין עפל'ס סטאק איז גאנץ שיין געפאלן נאכן פארזאמלונג (keynote בלע"ז)

יאך וויל פארשטיין איז עס שטארק געפאלן, א שטייגער ווי פעיסבוק?
אויב יא פארוואס ווייסט נישט די עפעל פירמע זיך אויסצורעכענען אז עס זאל נישט פאסירן?

לויט ווי איך דענק איז דאס 'אין די נייעס' נאך יעדע עפעל פארזאמלונג, אפשר איז צייט זיי זאלן אויפהערן זיך צונויפקומען? אפשר?
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
האט שוין געלייקט: 1091 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

שליחה דורך דבילה »

ווי נישט איז די גאנצע מאפע ערפינדונג על כל פרטיה ודקדוקיה קוים אנגעקומען צו די גוגעל אפציעס אוועילעבעל אויף יעדן ביליגע אנדרויד סיסטעם מיום היוסדה. די גאונות פון עפל אידעך נאר צו נעמען יענעמס א זאך און עס דיר פארקויפן כאילו דו ווערסט א חלק פונעם טים וואס גייט עקספלארן אמעריקא מיט קאלאמבוס אינאיינעם
שימעלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 88
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 12, 2012 5:34 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל

שליחה דורך שימעלע »

נישט געשריבן איינע פון די הויפט סערוויסעס וואס סירי ניצט איז wolframalpha.com (קומט זיך אן אייגענע באשרייבונג).
בד״וו Steave wozniac איינער פון די גרינדער פון עפל. האט לעצטענס זיך אויסגעדריקט אז סירי איז געווען בעסער פאר עפל האט עס איבער גענימען.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

Apple finally fixed the iPhone's call
quality issue by adding "ignore
call with text" option to iOS6.
#אשפג
משה רוקח
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 434
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 7:45 pm
געפינט זיך: רואיגערהייט ביים וואסער
האט שוין געלייקט: 133 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל

שליחה דורך משה רוקח »

פון אלע ריוויוא'ס וואס איך האב געליינט אנליין זעהט מיר אויס ווי ס'לוינט ענדערש צו ווארטן פאר דעם געלעקסי SIII ווי איידער פאר דעם אייפאון פינף אפילו עפל האט נאכנישט ארויסגעגעבן זייער הארדוועיר ספעקס פאר דעם.
מיר נעמען נישט קיין אחריות אויף די כשרות פון אונזערע תגובות. מיר זיפן די מעל און באקוקן די אייער.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

שפעקולאציעס אויף ווי אזוי די אייפעד 7 גייט אויסזעהן...

בילד
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

שליחה דורך ידען »

Wow

קארל גייט ארבעטען פאר די נייע סירי :like :like :like

אבער פארגעס נישט פון אונז ;)
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
פארשפארט