קרית יטב לב - בלומינגבורג נ.י.

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

דער צעטל וועלכער שעפטל האט דא געברענגט פריער איבער די וואלן זאגט אזוי: היות מיר האבן אלע פיינט אידן, און ווי עס שיינט האט דער יעצטיגער מעיאר (וועלכער איז געווארן ערוועלט דורך 24 מענטשן, ווייל קיינער האט נישט געפילט פאר וויכטיגע ארויסצוגיין שטימען, און קיין סך מער פון דעם איז סייווי נישט דא) אוועק געגעבן אונזער שטעטל פאר די פארהאסטע חסידים, אלזא, לאמיר אלע ארויסגיין שטימען פאר די מענטשן וועלכע וועלן זיכער מאכן אויסצוטיילן ציפקע צרות פאר די חברה.

נו, מיר הערן, און מיר האפן אז יושב בשמים ישחק, און מיר האפן שטארק אז פונקט ווי זיי טרייען צו נוצן דאס געזעץ אויף זיי צו העלפן צו זייער אנטיסעמיטיזם, האפן מיר אז די אידן וועלן זיך עפעס אן עצה געבן און מען וועט האבן דארט ביום הוואלן גענוג שטימען צו ערוועלן די וועלכע ווילן עס זאל יא ווייטער גיין. (בס"ה איז דאס א ווילידש פון פיר הונדערט, און לכאורה איז נישט דא דארט קיין גאנצע 200 שטים בארעכטיגטע. און דער יעצטיגער חברה מאן האט דאך אויך אפאר שטימען).

איך האף עס וועט זיי נישט געלונגען צו צושטערן דעם נייעם ישוב, עס פעלט דאך אזוי שטארק אויס פאר כלל ישראל, עס איז שוין ממש באו מים עד נפש.
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1415
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 1207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

שליחה דורך signout »

איינער זאגט מיר יעצט אז מען האט ארויסגעווארפן אין צירוקגעגבן די דיפאזיט פאר די הויפט אנדרייער ביי די אסיפה אין ווייטצען אראפצולאזען די דירות פרייזען,
באניצער אוואטאר
דער שכן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 477
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 21, 2014 10:17 am
געפינט זיך: בין תנור וכיריים - בין קיעבארד לטאטשבארד לסמארטפאון.
האט שוין געלייקט: 635 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 162 מאל

שליחה דורך דער שכן »

מ׳קען טוען זייער פשוט. 500 אידען זאלן ארויס נעמען ערגעץ ווי אימער אינעם ראיאן דארט א דירה׳לע שוין בקרוב ממש אזוי אז עס זאל זיין ליגעל רעזידענס, און מ׳קען וואוטען/וועילן. צאהל רענט פאר 3 חדשים דארט פאר 500 אידעלעך.

געגאנגען! נא, וואס ווארט מען?!

Those votes would count ..
דער שכן - שכן טוב - נעיבער - Neighbor
בדרך שאדם רוצה לילך ([בה]) מוליכין אותו. אזוי איז עס, און אזוי גייט עס.. אבער נישט: אזוי ווילעך און אזוי וועט עס זיין.. ראָהּהנג!
קלוג און יונג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 121
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 11:08 am
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 92 מאל

שליחה דורך קלוג און יונג »

הדד בן בדד האט געשריבן:דער צעטל וועלכער שעפטל האט דא געברענגט פריער איבער די וואלן זאגט אזוי: היות מיר האבן אלע פיינט אידן, און ווי עס שיינט האט דער יעצטיגער מעיאר (וועלכער איז געווארן ערוועלט דורך 24 מענטשן, ווייל קיינער האט נישט געפילט פאר וויכטיגע ארויסצוגיין שטימען, און קיין סך מער פון דעם איז סייווי נישט דא) אוועק געגעבן אונזער שטעטל פאר די פארהאסטע חסידים, אלזא, לאמיר אלע ארויסגיין שטימען פאר די מענטשן וועלכע וועלן זיכער מאכן אויסצוטיילן ציפקע צרות פאר די חברה.

נו, מיר הערן, און מיר האפן אז יושב בשמים ישחק, און מיר האפן שטארק אז פונקט ווי זיי טרייען צו נוצן דאס געזעץ אויף זיי צו העלפן צו זייער אנטיסעמיטיזם, האפן מיר אז די אידן וועלן זיך עפעס אן עצה געבן און מען וועט האבן דארט ביום הוואלן גענוג שטימען צו ערוועלן די וועלכע ווילן עס זאל יא ווייטער גיין. (בס"ה איז דאס א ווילידש פון פיר הונדערט, און לכאורה איז נישט דא דארט קיין גאנצע 200 שטים בארעכטיגטע. און דער יעצטיגער חברה מאן האט דאך אויך אפאר שטימען).

איך האף עס וועט זיי נישט געלונגען צו צושטערן דעם נייעם ישוב, עס פעלט דאך אזוי שטארק אויס פאר כלל ישראל, עס איז שוין ממש באו מים עד נפש.


במחילת כבודך רעדסטו ווי אזא קליינקעפיג היפיקריט אז די בלוט קומט ארויף אין קאפ!
''אנטיסעמיטיזעם''??? אז אן איינוואונער פון א שטעטל אין אפסטעיט נוי יארק וואס האט זיך געקויפט א הויז 30 יאר צוריק און לעבט בשלוה מיט זיינע נעיבארס, קויפט איין אין זיין סופערמארקעט, אין זיין פארמאסי, שפאצירט אין זיין פארק פאר ד ווי לאנג ער קען געדענקן, הערט אז חסידים ווילען איבערנעמען די שטאט און עס פארוואנדלען און א קרית יואל ווי א גוי קען בשום אופן נישט לעבן, הייסט ער א אנטיסעמיט אויב ער פראבירט יעדע מיטעל און זיין מעגליכקייט עס צו שטערן און זיכער מאכען אז ס'גלוגנט נישט?? וואס האט ער פיינט? אז אינז זאג מיר נישט ארויס די שם יהו''ה נאר מיר זאגען אדנ''י? אז אינז זענען אייניקליך פון שם און נישט פון יפת?
ווען זיי ווילען קומען מיט הונדערט חברה וואונען ביי לי ראדני וואלסטו ווען זיי אוודאי אויפגענומען מיט ביידע הענט, ווייל די ביסט דאך נישט קיין רעסיסט!
וואס טוט מען ביי אינז ווען איינער פרובירט צו פארקויפען א שטח וואס גרעניצט זיך נאר מיטען גרעניץ פון אונזער טעריטארי? און וואס טוט מען ביי אינז מיט א פאליטישאן וואס שטיצט עס?
פליז, זיי נישט א היפעקריט!
באניצער אוואטאר
לשוא הכיתי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 65
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 9:00 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

שליחה דורך לשוא הכיתי »

שמועה שמעתי ותרגז בטני, אז דער גאנצער פראיעקט גייט כאדאראם. בפרט דער שידוך בין קהילת מהרז"ל און הרב לאם.

קאן איינער ברענגן מער פרטים?
לשוא הכיתי את־בניכם מוסר לא לקחו
נאטרוליסט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 547
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 5:51 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל

שליחה דורך נאטרוליסט »

לשוא הכיתי האט געשריבן:שמועה שמעתי ותרגז בטני, אז דער גאנצער פראיעקט גייט כאדאראם. בפרט דער שידוך בין קהילת מהרז"ל און הרב לאם.

קאן איינער ברענגן מער פרטים?


אוואו האט איר געהערט? אין עפעס א מקוה? אדער איז איז פאראן א דאקומענט?
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1415
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 1207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

שליחה דורך signout »

לשוא הכיתי האט געשריבן:שמועה שמעתי ותרגז בטני, אז דער גאנצער פראיעקט גייט כאדאראם. בפרט דער שידוך בין קהילת מהרז"ל און הרב לאם.

קאן איינער ברענגן מער פרטים?

דער שידוך איז שוין לאנג אויף מעסער שטעך, סיי דער שידוך מיט לאם אין סיי דער שידוך מיט די תושבים, דער איד דעקט שוין נישט בלומינבורג געהעריג, אבער איך גלייב אז צום סוף וועט זיך יעדער מוזן ברעכן
באניצער אוואטאר
לשוא הכיתי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 65
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 9:00 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

שליחה דורך לשוא הכיתי »

נאטרוליסט האט געשריבן:
לשוא הכיתי האט געשריבן:שמועה שמעתי ותרגז בטני, אז דער גאנצער פראיעקט גייט כאדאראם. בפרט דער שידוך בין קהילת מהרז"ל און הרב לאם.

קאן איינער ברענגן מער פרטים?


אוואו האט איר געהערט? אין עפעס א מקוה? אדער איז איז פאראן א דאקומענט?


יאך וואלט געזאגט מקור מקומו טהור, ולא ממעיין ובור מקווה מים יהיה טהור.

אבער לקיים מה שאמר הכתוב וראית את אחורי [באוואטע"ר] ופני לא יראו, קאן מיר נישט זאגן מער ווי אז מיר ווייסן דאס גאר קראנט.
לשוא הכיתי את־בניכם מוסר לא לקחו
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

קלוג און יונג האט געשריבן:
הדד בן בדד האט געשריבן:דער צעטל וועלכער שעפטל האט דא געברענגט פריער איבער די וואלן זאגט אזוי: היות מיר האבן אלע פיינט אידן, און ווי עס שיינט האט דער יעצטיגער מעיאר (וועלכער איז געווארן ערוועלט דורך 24 מענטשן, ווייל קיינער האט נישט געפילט פאר וויכטיגע ארויסצוגיין שטימען, און קיין סך מער פון דעם איז סייווי נישט דא) אוועק געגעבן אונזער שטעטל פאר די פארהאסטע חסידים, אלזא, לאמיר אלע ארויסגיין שטימען פאר די מענטשן וועלכע וועלן זיכער מאכן אויסצוטיילן ציפקע צרות פאר די חברה.

נו, מיר הערן, און מיר האפן אז יושב בשמים ישחק, און מיר האפן שטארק אז פונקט ווי זיי טרייען צו נוצן דאס געזעץ אויף זיי צו העלפן צו זייער אנטיסעמיטיזם, האפן מיר אז די אידן וועלן זיך עפעס אן עצה געבן און מען וועט האבן דארט ביום הוואלן גענוג שטימען צו ערוועלן די וועלכע ווילן עס זאל יא ווייטער גיין. (בס"ה איז דאס א ווילידש פון פיר הונדערט, און לכאורה איז נישט דא דארט קיין גאנצע 200 שטים בארעכטיגטע. און דער יעצטיגער חברה מאן האט דאך אויך אפאר שטימען).

איך האף עס וועט זיי נישט געלונגען צו צושטערן דעם נייעם ישוב, עס פעלט דאך אזוי שטארק אויס פאר כלל ישראל, עס איז שוין ממש באו מים עד נפש.


במחילת כבודך רעדסטו ווי אזא קליינקעפיג היפיקריט אז די בלוט קומט ארויף אין קאפ!
''אנטיסעמיטיזעם''??? אז אן איינוואונער פון א שטעטל אין אפסטעיט נוי יארק וואס האט זיך געקויפט א הויז 30 יאר צוריק און לעבט בשלוה מיט זיינע נעיבארס, קויפט איין אין זיין סופערמארקעט, אין זיין פארמאסי, שפאצירט אין זיין פארק פאר ד ווי לאנג ער קען געדענקן, הערט אז חסידים ווילען איבערנעמען די שטאט און עס פארוואנדלען און א קרית יואל ווי א גוי קען בשום אופן נישט לעבן, הייסט ער א אנטיסעמיט אויב ער פראבירט יעדע מיטעל און זיין מעגליכקייט עס צו שטערן און זיכער מאכען אז ס'גלוגנט נישט?? וואס האט ער פיינט? אז אינז זאג מיר נישט ארויס די שם יהו''ה נאר מיר זאגען אדנ''י? אז אינז זענען אייניקליך פון שם און נישט פון יפת?
ווען זיי ווילען קומען מיט הונדערט חברה וואונען ביי לי ראדני וואלסטו ווען זיי אוודאי אויפגענומען מיט ביידע הענט, ווייל די ביסט דאך נישט קיין רעסיסט!
וואס טוט מען ביי אינז ווען איינער פרובירט צו פארקויפען א שטח וואס גרעניצט זיך נאר מיטען גרעניץ פון אונזער טעריטארי? און וואס טוט מען ביי אינז מיט א פאליטישאן וואס שטיצט עס?
פליז, זיי נישט א היפעקריט!


ר' איד איך בין אפשר נישט אזוי קלוג און יונג ווי דיר, אז די בלוט גייט דיר אין קאפ זאלסטו נעמען א וואליום און דו וועסט זיך בארואיגן.

און יעצט צום ענין. אז מדינת ישראל גייט מיטן קאפ אין וואנט אריין, רייצט זיך מיט די דרייפערטל וועלט און טוט וואס זי וויל אן זיך רעכענען מיט קיינעם, ניטאמאל דאס יהדות הגולה, איז אלעס פיין און וואויל, און אויב איינער גייט ארויס קעגן זיי איז יענער זיכער אן אנטיסעמיט. אבער אז אידן ווילן זיך אריינציען אין א שטעטל און די גוים דארט שרייען קלאר, "פיר וועגן וויאזוי צוריק צו נעמען אונזער שטאט", וואוט פאר דעם מעיאר, דשאדש בלא בלא בלא... און... וואס גייט דעמאלס זיין. יעדער ווייסט וואס גייט דעמאלס זיין. די פיר גייען זיכער מאכן אז די אידן קומען נישט אן אהער.

אבער דאס איז נישט קיין אנטיסעמיטיזם. נעעהה, סתם אזוי האבן זיי זיך אויפגעוועקט אויף די לינקע זיין און מחליט געווען צו בונטעווען אביסל, גארנישט מיט אידן.

ר' איד, עס איז שוין פופצן יאר וואס פארשידענע גרופעס עסקנים פראבירן באקומען פערמיטס צו בויען אין פארשידענע אנדערע מוניציפאליטעטן, אין מערערע קאונטיס און אין מער ווי איין סטעיט, און איבעראל איז די זעלבע מעשה, פיין פיין, וואויל וואויל, גוט, קום בוי מאך וואס דו ווילסט. ביז... ביז זיי ווערן געוואר אז עס רעדט זיך פון אידן, דאן שטעלט זיך אלעס אפ.

איך בין אפשר נישט אזוי קלוג ווי דיר, אבער איך בין אויך נישט אזוי אינג ווי דיר, און איך זאג דיר, מאך זיך אויף די אויגן און זעה וואס עס קומט פאר פאר זיי, די גוים האבן דיך פיינט. יא, זאג ארויס דעם ווארט, "אנטיסעמיטיזם". עס האט גארנישט מיט שם, חם אדער יפת, עס האט אבער יא מיטן באערג סיני, ווייל אזוי זאגן חז"ל, למה נקרא שמה סיני, שמשם ירדה שנאה לעולם. און יא, זינט דאן האבן די גוים אונז פיינט.

הגע בעצמך. בלומינגבורג איז א אויסגעשפילטע פלאץ, רוב פון די בניינים - אויב נישט אלע - וועלכע מען האט אפגעקויפט (איך רעד נישט פון דירות אדער הייזער, איך רעד פון די קאממערשל בניינים) זענען געשטאנען ליידיג. נו וואס גייט געשעהן אויב מען גייט עס אפקויפן און מאכן דארט אידישע געשעפטן. וואס גייט דער גוי פארלירן פון דעם (מען גייט נישט דארט זאגן דעם שם הוי' בהיגוי אדנ"י, און אין שוהל גייט מען אים דאך נישט צווינגען צו קומען). אויב עפעס גייט דאך דער גוי נאר פארדינען דערפון. די אלע מענטשן גייען צאלן ריעל עסטעיט טעקס פאר א סקול סיסטעם וואס זיי גייען נישט נוצן, דעם גוי'ס פראפערטי וועליו גייט ארויפגיין, און אויב עס גייט אים שווער ווערן דארט, גייט ער זיך קענען אויפהייבן און גיין ערגעץ אנדערש און נאך אוועקלייגן אפאר טאללער אין טאש.

הער, קיינער אין אמעריקא האט נישט קיין גאראנטי ווען ער קויפט א הויז אז די סביבה ארום גייט אזוי בלייבן אזוי לאנג ווי ער לעבט. אויב וויל ער דאס פארזיכערן קען ער מופן קיין מאנטענע אדער ווייאומינג, קויפן אפאר טויזענט אקער לאנד און האלטן פונקט אזוי ווי ער וויל. ווילאנג ער טוט דאס נישט, נאר ער קויפט א הויז אין א שטעטל, האט ער נישט קיין שום גאראנטי אויף דעם צוקונפטיגן אויסקוק פון דעם שטעטל.

איך פארשטיי זייער גוט אז עס באדערט איינעם וואס האט געוואוינט ביז היינט אין א קליין שטיל שטעטעלע, אז זיין שטעטעלע גייט ווערן גרעסער, מער נויזי און מער באוואוינט, אבער דאס איז נאר ווען עס באדערט אים א גוי פונקט ווי א איד, און דער מציאות איז אז עס האט זיי נישט געשטערט ווילאנג זיי האבן נישט געוויסט אז עס איז אידן, און ווען זיי זענען געוואר געווארן איז געווארן א ויצעקו. בארואיג זיך, די בלוט קען דיר צוריק גיין צו די פוס (אדער צו סיי ווי פון ווי זי איז געקומען), און פארשטיי אז דאס איז דער מציאות, גוים האבן פיינט אידן און פרייע אידן האבן פיינט פרומע אידן נאך מער ווי דער גוי, און זיי טרייען צו טוען אלס וואס זיי קענען עס צו שטערן, און מיר פארשטייען זיי און זענען עס מקבל באהבה ווייל עס איז א טייל פון דער גזירת הגלות.

אבער היות אז היינטיגע צייטן האט דער אויבערשטער אונז געשיקט אין גלות אמעריקא, און דא האבן מיר ב"ה אייניגע רעכטן לויטן געזעץ, על כן האבן די ארגאניזירער פון דעם פראיעקט רעכט צו טוהן וואס אימער זיי קענען, אין ראם פון געזעץ, אז די ענד רעזולטאט זאל זיין ווי זיי ווילן.

נ.ב. מיין כבוד אין נמחל. ננ.ב (אדער נ.בב) איך האב נישט קיין שום פראבלעם מיט גוי'אישע שכנים, נישט אויף לי ביי ראדני און נישט אין בלומינגבורג און נישט סיי ווי אין אמעריקא, איך קום זיך ב"ה זייער גוט אויס מיט מיינע גוי'אישע שכנים און באקאנטע
קלוג און יונג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 121
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 11:08 am
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 92 מאל

שליחה דורך קלוג און יונג »

מיין בלוט איז שוין ארויס פון קאפ, דיין כבוד איז מחול, איך בין שוין נישט אזוי יונג און די ביסט שוין קלוגער...
אבער מיין פוינט האסטו געמיסט קאמפליטלי! איך זאג נישט אז זייער פראבלעם איז נישט טאקע דאס אז זיי זענען געוואר געווארען אז מ'רעדט פון יודען. אוודאי איז דעיס זייער פראבלעם! זיי שפרונגען ווייל זיי הערן אז יודען קומען זיך דא אויפבויען א שטעטל. אבער וואס דעיס האט מיט אנטיסעמיטיזם זעה איך נישט.
דל אנטיסעמיטיזם מהכא, ווילסטו מיר זאגען אז ס'איז איין חילוק צו צוויי הונדערט גוים קומען אהין דיוועלעפן די שטאט אדער צוויי הונדערט חסידים? די פארשטייסט נישט אז ס'דא עפעס א געוויסע זאך וואס מאכט אונזער געמיינדע קרינגען ווען מ'הערט אז ביי סואט 3 און קענט גייט א בילדינג דעוועלעפט ווערן פאר גוים, וואס אט די זעלבע זאך -רוף עס וועלכע נאמען די ווילסט- מאכט זיי טאנצען ווען זיי הערן אז ביי זייער סואט 3 און קענט דיוועלעפט מען א בילדינג פאר אידען.
אין די סקאל און חדר ווי מיינע קינדער גייען (כ'בין נישט אזוי יונג) לערנט מען אויס א שיינע ניגון פאר דריי פיר יעריגע קינדערלעך. דע ליריקס זענען: אוי ווי גיט צו זיין א איד, אוי ווי שלעכט צו זיין א גוי! און אז גוים זענען שלעכט און טמא וכו'. סא די ווילסט מיר זאגען אז joe shmo זאל זיך פרייען אז זיין סקול דיסטריקט גייט באקומען מער געלט, אפילו זיין נעקסט דאר נעיבארס אינגעלע ווערט געפרעדיגט אז זיין קליינער jack איז שלעכט טמא און גארנישט ווערד נאך פאר ער האט א טשענס צו בוחר זיין בין טוב לרע???
ווען אינזער קבלת התורה געשעט אויפען הר הזיתים אדער הר הכרמל גייט אים גאר ווייניג אן! זיי האבען א פראבלעם מיט אונז ווייל אונז האבען א פראבלעם מיט זיי. אונז האב מיר זיי פיינט פאר אונזערע סיבות, סא כמים הפנים לפנים...
אויב רופסטו זיי אנטיסעמיטען, זאג מיר ביטע ווי אזוי די רופסט אונז
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

סאיז אמת אז חסידישע אידען זענען ראסיסטען, און סאיז אמת עשיו שונא ליעקב.
סאיז אבער א דא א נפק''מ.
אונדזער בליק אויפן די גוי איז מער מיר זארגן זיך נישט פארן גוי עם הדומה לחמור, א כפרה געשטראבען נאך א כלב. מיר האבן אבער נישט קיין שנאה צים גוי.וועסט קיינמאל נישט זען א איד אראפראלען די פענסטער פון זיין קאר און שרייען דירטי גוי. אדער סתם ווייזן די אצבע האמצעי.
משא''כ די גוי האט פיינט א איד, ער קען עם נישט פארנעמען.
נאטרוליסט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 547
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 5:51 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל

שליחה דורך נאטרוליסט »

אומבאשטעטיגט קוועלער געבן איבער אז דער בלומינגבורג "כולל פלאן" איז געקענסלט.

קען עמיצער באשטעטיגן.
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

לכאורה אמת. מען האט זיי געדארפט פאר פלייש פאר די וואלן מערץ 18, דער לעצטער טאג ארויסצומופן צו קענען שטימען איז היינט, עס האט זיך נישט אויסגעארבעט זעט אויס. מיינט נישט אז דער גרעסערער פראיעקט ווערט אפעקטירט.

איצט איז די פראגע צו לאם וועט קענען בדרך נס צושטעלן א זיג פארן יעצטיגן מעיאר. אויב די לאקאלע קענגנער ברענגען אריין זייער קאנדידאט וועט דער פראיעקט נישט גיין ווייטער.
נאטרוליסט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 547
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 5:51 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל

שליחה דורך נאטרוליסט »

בן תמליון האט געשריבן:לכאורה אמת. מען האט זיי געדארפט פאר פלייש פאר די וואלן מערץ 18, דער לעצטער טאג ארויסצומופן צו קענען שטימען איז היינט, עס האט זיך נישט אויסגעארבעט זעט אויס. מיינט נישט אז דער גרעסערער פראיעקט ווערט אפעקטירט.

איצט איז די פראגע צו לאם וועט קענען בדרך נס צושטעלן א זיג פארן יעצטיגן מעיאר. אויב די לאקאלע קענגנער ברענגען אריין זייער קאנדידאט וועט דער פראיעקט נישט גיין ווייטער.


לאם האט 400 אקער לאנד, און שוין געבויעטע דירות כמעט רעדי צו מופן בערך 120.
עס איז אן צווייפל אז דער ישוב וועט אנגיין, עס וועט נאר נעמען אביסל לענגער, און מער עגמת נפש. אבער גיין ווייטער וועט עס גאנץ זיכער.
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

דער אמת איז אז דאס קעפל דא וואלט שוין געמעגט געטוישט ווערן, טאקע נאר צוליב דעם פאקט, אז מען דיסקוסירט בעיקר יעצט די אפדעיטס פונעם נייעס שטעטל, (כ'האב אפילו געקלערט צו עפענען א נייע אשכול, מיטן נאמען "קרית יטב לב - בלומענבורג", נאר וועלן מיר לאזן דעם פותח האשכול און די מנהלים ואחראים צו טוהן דעם דזשאב...)

יעצט צוריק צום ענין, דאס האב איך פריערט באקומען:

אויף ווי ווייט איך פארשטיי איז די מעשה דא אזוי (איך בין נישט אינוואלווד און מען מעג מיך אפפרעגן, אדרבה איך וויל וויסן דעם אמת, אבער דאס איז ווי איך פארשטיי פון מיינע מקורות)

מר' לאם האט צוגעזאגט צו בויען 396 דירות, יעדע דירה גייט קאסטן כך וכך, די פרייז איז געווען אביסל טייער, אבער דער תירוץ איז געווען אז מר' לאם גייט צושטעלן קהלה און מוסדות בנינים פאר די אידן וואס גייען זיך באזעצן דארט, אין דעם פאל איז עס געווען חסידי סאטמאר בנשיאות הז"ל.

למעשה וויל מר' לאם האלטן די בניני המוסדות אויף זיין נאמען מיטן תירוץ אז ער באצאלט דאס, אבער די וועד (נישט פארמישן מיט ר' משה שמילאוויטש) האט נישט מסכים געווען דערצו, מיטן טענה אז דאס געלט קומט פון די אידן וואס קויפן הייזער, ממילא דארף דאס באלאנגען צו זיי, ד"ה א קהלה ווי זיי זענען חברים/מעמבערס

האט דער וועד פארגעשלאגן פאר מר' לאם אז ער זאל אראפלאזן די פרייזן פון די דירות, און דער וועד וועט צושטעלן די בניני המוסדות, און צו דעם האט מר' לאם נישט מסכים געווען

ווי אויך האט מען פארלאנגט פון מר' לאם א קאנטראקט אז ער וועט נישט ארויפציען די פרייזן פון די נייע דירות ביז א געוויסע סכום דירות וועלן זיין באזעצט, איך האב געהערט גירסאות פון צוויי טויזנט, פיר טויזנט דירות ביז צען טויזנט, איך ווייס נישט וועלכע איז די ריכטיגע, צו דעם האט מר' לאם אויך נישט מסכים געווען (געוויסע זאגן אז ער האט יא מסכים געווען צו דעם, און געוויסע זאגן אז נישט)

ממילא האט דער וועד מיט די צושטימונג פונעם אדמו"ר הז"ל, "ביזדערווייל" געלייגט די זאך אויף האלד, מען גייט נישט איבערצאלן אויף דירות ווען מען איז נישט זיכער פארוועם די בניני המוסדות גייען באלאנגען, און אויב מען איז נישט זיכער אז דירה נומער 397 וועט קאסטן מיט פופציג אלפים מער ווי דירה נומער 396, דער פלאן איז נישט אינגאנצן אויס, און טהור דארף נאכנישט באוויינען אזויווי די מתים אינעם בד"ה אשכול

די לאק שעלדריקער איינוואוינער און די צוויי קליינע ישיבות וואס מופן אריין ברענגט מר' לאם און/אדער ר' משה שמילאוויטש, ווייל מען ברויך דארט האבן א געוויסע צאל מענטשן צוליב לעגאלע ענינים, עס האט גארנישט מיט די פלענער פון א סאטמארע שטעטל
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1181
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 pm
האט שוין געלייקט: 2151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1341 מאל

שליחה דורך גנדי »

וואס איז די אינטערעסע פון לאאם צו האלטן די מוסדות בנינים געשריבען אויף זיין אייגענע נאמען?
You must be the change you want to see in the world
משגיח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 99
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 15, 2012 3:01 pm
האט שוין געלייקט: 137 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל

שליחה דורך משגיח »

ער וויל האבן א שטעקן אויף סיי וועלכע זאך מען שטעלט זיך נישט פולקאם צו
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1181
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 pm
האט שוין געלייקט: 2151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1341 מאל

שליחה דורך גנדי »

סתם נייגעריג.

ווער איז געגאנגען צו וועם?

איז סאטמאר געגאנגען צו לאם. ביטע בוי אונז א נייע שטעטל?

אדער איז לאם געגאנגען צו סאטמאר. איך בין שטעקן געבליבען מיט א דיוועלאפמענט. לאמיך בויען פאר ענק א שטעטל?
You must be the change you want to see in the world
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

איך שטים צו מיט [tag]שעפטל[/tag] זאל זיין אן אשכול איבער בלומינבורג דעוועלאפמענטס גופא אדער טוישן דעם נאמען.

מיינע צוויי צענט איבער דעם סכסוך וואס איז אין די גאסן, אז ס'איז נישט וואס מען רעדט נאר מסתמא פארהאנדלונג טאקטיקן. עס לייגט זיך נישט אויפן שכל אז די דעטאלן איבער בעלות אויף די מוסדות און בנינים איז נישט געווען פון די ערשטע זאכן ווען מען איז צוגעטרעטן צום פראיעקט. פארשטענדליך קען מהרז"ל נישט ארויסטראגן מענטשן אויף זיין אקאונט ווען מארגן קען מען איהם ארויסשטויסן. די לעקציעס פונעם וויליאמסבורגער סכסוך איז פאר זיינע אויגן. מר. לאם דארף דאס פארשטיין. עס איז גרינג צו מאכן א קארפאראציע ווי ביידע האבן א יד און קיינער קען נישט צווייטן סקרוען. אלזא מיין איך דאס איז מער א פארהאנדלונגס טאקטיק ווי ביידע זייטן פרובירן דעם קענסט דיר גיין האפנדיק דער צווייטער וועט זיך ברעכן איבער די פרייזן און אנדערע זאכן. דער פראיעקט איז סייוויי אויף האלד חאטש ביז מארטש ווען דער ריכטער גיין באשלוסן צו מען קען גיין ווייטער ממילא איז יעצט דא צייט צו שפילן מיט די נערוון.

דער אנדערער אפציע וואס לאם שטופט, מאכן א נייע מאנסי ווי יעדער קען קומען, וואלט געווען געוואונטשן פארן אידישן פאלק. אפשר איז צייט זיך צוזאמלעבן אלע מיני אידן אין איין שטאט. הלואי קענען אידן דאווענען יעדן טאג פון יאר ווי דא באריכטעט. למעשה מאכן א נייע מאנסי איז נישט אזוי פשוט דער קהלות אפציע איז פיל זיכערער און קראנטער. עס גלייבט זיך שווער מר. לאם וואס איז א כיטרער קלוגער מענטש און האט שוין אינוועסטירט שווערע מיליאנען אין בלומינבורג וועט לאזן די סאטמאר אפציע אזוי פאלן.
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

גנדי האט געשריבן:סתם נייגעריג.

ווער איז געגאנגען צו וועם?

איז סאטמאר געגאנגען צו לאם. ביטע בוי אונז א נייע שטעטל?

אדער איז לאם געגאנגען צו סאטמאר. איך בין שטעקן געבליבען מיט א דיוועלאפמענט. לאמיך בויען פאר ענק א שטעטל?


לאם צו שמילאוויטש און שמילאוויטש צו די זאלי'ס
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

דאטומס ארויסצוקוקן איבער בלומינבורג

שליחה דורך בן תמליון »

מארטש 2: דארף די RCC, א גרופע בלומינבורג איינוואינער וואס ארבעטן צו אפשטעלן אדער אפשטופן לאם'ס גראנדיעזע פלענער, אראפלייגן 100 אלפים פארן געריכט וואס איז א תנאי אינעם סטאפ ארדער אז אויב די קלאגע ענדיגט זיך לטובת לאם וועט דאס געלט גיין פאר זיינע שאדנס. די גרופע איז אן ארעמע און פרובירן צו שנארן דאס געלט, בלייבט צו זעהן צו זיי וועלן קומען דערמיט אז נישט איז די קלאגע אראפ פון טיש.

מארטש 6: וועט ריכטער שיק פון מאנטיסעלא אויסהערן ביידע זייטן און באשלוסן צו די אנעקסעשאן פון 2006 איז געווען לעגאל און צו דער פראיעקט גייט ווייטער צו נישט.

מארטש 18: איז לאקאלע וואלן פאר מעיאר און טראסטי. לויפט דער עקזיסטירנדער מעיאר מארק בערענטצן וואס איז אין שטיצע פון לאם. די RCC האט ארויסגעשטעלט אייגענע קאנדידאטן וואס זייער פלאטפארמע איז צו אפשטעלן לאם מיט זיינע פלענער. בלייבט צו זען צו מר. לאם וועט קענען ארויסקווטעשן א זיג מיט די נייע איינוואינער אינאיינעם מיט דעם אלטן מעיארס קליקע. בלומינבורג האט א קליינעם באפעלקערונג פון עטליכע הינדערט.
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1415
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 1207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

שליחה דורך signout »

@שעפטל, ווי איז געווען זייער שכל, די ערשטע זאך פאר מען הייבט אן צו פלאנען אזע מעכטיגע אינטערנעמונג נעמט מען זיך אויס די אלע תנאים? עפעס איז מאדנע
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

signout האט געשריבן:@שעפטל, ווי איז געווען זייער שכל, די ערשטע זאך פאר מען הייבט אן צו פלאנען אזע מעכטיגע אינטערנעמונג נעמט מען זיך אויס די אלע תנאים? עפעס איז מאדנע

ווען זיי האבן אנגעהויבן צו פלאנען האבן זיי נאך געמיינט אז זיי האבן דעם גאווערנער אין טאש וד"ל
פארשפארט