אויב קאווע שטיבעל וואלט געוועהן 15 יאהר צוריק און איינער וואלט חוזק געמאכט פון די עדה, וואלט דאס געוועהן געניג צו זאגן וואסערע משכילים אונז זעמער וכו' וכו'. אבער אויב האבן די אהרונים א פאליטישע סיבה אראפצורייסען די עדה , איז אלעס מותר....
ווער געדענקט דען נישט ווען ר' יצחק טובי' ווייס איז אויפגענימען געווארן פאר ירושלים'ער רב האט די בלאט געהאט א גאנצע ביילאגע אים צו פאמפען. מ'האט געשריבן לאנגע ריזיגע ארטיקלען וואסערע גדול ער איז, וואסערע צדיק ער איז, זיין קנאות, חסידות, וכו' וכו'. דעמאלטס איז עס אויך געוועהן פאר פאליטישע סיבות ווייל די אהרונים זענען געוועהן העפפי אז מ'האט נישט אויפגענימען ר' ישראל חיים מנשה פר"מ פאר גאב"ד, און זיי האבן זיך איינגערעדט אז ר' יצחק טובי' איז אויף זייער זייט.
אויב איינער האט דעמאלטס חוזק געווען פון ר' יצחק טובי' איז געוועהן עק וועלט. שייגעץ, אפיקורס, ציוני, וכו' וכו'. אבער ניין, מ'קען נישט אפשאצן ר' יצחק טובי' לויט זיין תורה, לויט זיין קנאות, לויט זיין יושר וכו', קיינער האט בכלל נישט קיין היתר אים אפצושאצן. נאר די אהרונים מעגן באשליסן נאר לויט איין זאך: "שטיצט ער די אהרונים אדער די זאלוינים?". חוץ פון דעם איז גארנישט נוגע.
אמת, ער איז נישט דער גרעסטער גאון - אבער ווען די אהרונים האבן זיך איינגערעדט אז ער איז א אהרוני איז ער אויך נישט געוועהן אמת, ער איז נישט קיין שטארקער מענטש - אבער ווען דער בלאט האט געמאכט א גאנצע ביילאגע אים צו פאמפען איז ער אויך נישט געוועהן. אמת, ער האט קיינמאל נישט ארויסגעגעבן קיין שום ערענסטע פסקים - אבער ווען די אהרונים האבן אים באטיטעלט מיט די גרעסטע טיטעלען איז נישט געוועהן אנדערש.
נאר די גאנצע וועלט דארף זיך דרייען מיט די משוגעתן פון אפאר גאסן יונגען וואס זענען חסידים פון ר' אהרן ממאנרא, און זיי שרייבן א צייטונג מיט די נאמען דער בלאט. און זיי אינטערסירט נישט קיין שום זאך אויף די וועלט, נישט קיין תורה, נישט קיין קנאות, נישט קיין חסידות, נישט קיין ערליכקייט, גארנישט!! אויב גייט מען אפשאצן אזא מענטש ווי ר' יצחק טובי' גייט עס אייביג זיין לויט איין פראגע: איז ער א אהרוני אדער נישט?!
די זאליס זענען נישט קיין סאך אנדערש. ר' משה שטערענבוך איז אייביג געווען א חלק פון די עדה און קיינער האט זיך נישט געוואגט צו זאגן א ווארט קעגן אים. ער האט אייביג באקימען די שענסטע טיטעלן, און מ'האט אייביג געוויסט וואסערע גאון ער איז. קיין שום שאלה וואס ער האט גע'פסק'ענט האט קיינמאל נישט געקענט ברענגען אז מ'זאל אים גרינגשעצן אין סאטמאר. קיין שום פסק וואס ער האט נאר אמאל ארויסגעגעבען אין די אלע בענדער פון זיינע תשובות האט אים קיינמאל נישט געפסל'ט אין סאטמאר. נאר ווען ער האט אנגעהויבן זיין אהרוניש געשטימט האט מען געקענט אנפאנגען מזלזל זיין אין אים. היינט קען מען ברבים רעדן קעגן אים, אים אראפרייסן אין פראנט פון סאטמארע אידן, אלעס נאר ווייל ער איז א אהרוני!!
איינער האט נאך אמאל געמיינט אז ס'דא תורה? אז תורה און אידישקייט איז עפעס ווערד? בעלאני! אין תשע"ד ווענט זיך אלעס אויב די ביסט א אהרוני אדער א זאלי.
אז איך האלט אז די סיקריקים זענען עקסטרעמיסטען וואס פארדרייען אידישקייט בין איך א משכיל און אויפגעקלערטער. אבער אז די ליצים אין די בלאט האבן א פראבלעם מיט די סיקריקים אז זיי זענען זאליס, דעמאלטס איז נישט קיין שום פראבלעם זיי אראפצורייסן מיט דעם שם המפורש "סיקריקים".
אויב די האלטסט אז א רב געט ארויס פסקים קעגן אידישקייט, און די וועסט אים אראפרייסן, דעמאלטס ביסטו א משכיל און א שייגעץ. אבער אויב די האלטסט אז א רב געט ארויס פסקים קעגן אהרוניזם אדער זאלויניזם דעמאלטס מעגסטו זאגן וואס די ווילסט!! דעמאלטס מעג דיין אפישעל צייטונגען דער איד און דער בלאט באשמוצן און באשרייען. ווייל מ'טאר נישט באוואשן א רב אויב יענעמ'ס פראבלעם איז תורה אדער אידישקייט. מ'מעג נאר אויב יענעמ'ס פראבלעם שטימט נישט מיט מיין פארשטינקענע פאליטיק!!!
איך דארף א "דער איד" צו באשמיצן? ס'איז מער ווערד צו הערן די דברים וואס מ'האט געזאגט אין ראדני, נאך אדורך די אפיציעלע פארטיי דיינים, בנוכחתו פונעם אדמו"ר.
שעפטל האט געשריבן:איך דארף א "דער איד" צו באשמיצן? ס'איז מער ווערד צו הערן די דברים וואס מ'האט געזאגט אין ראדני, נאך אדורך די אפיציעלע פארטיי דיינים, בנוכחתו פונעם אדמו"ר.
זייער אמת וואס די זאגסט וועגן די זאליס. בנוסף צו דעם האט טאקע דער איד נישט אראפגעריסן ר' משה שטערענבוך ביים נאמען (עכ"פ נישט וואס איך האב געזעהן), אבער האבן אראפגעריסן מיט שמוציגע לשונות די "רבנים המתירים". און דריי נישט קיין קאפ וועגן די אהרונים. קיק ווי אזוי די אהרונים שרייבן דא אין קאווע שטיבעל, און ר' יצחק טובי' איז ללעג ולקלס אין דער בלאט. (אפאר וואכן צוריק האבן זיי געהאט א ארטיקעל אז ער גייט קימען קיין אמעריקע פול מיט ליצנות אויף זיין חשבון)
שעפטל האט געשריבן:דו גלייכסט צו ארונים אין קאווע צו אן אפיציעלע אסיפה מיטן פארטיי פירער בראש?
די איגנארסט דווקא מיינע אנדערע ווערטער אדער די האסט נישט באמערקט??
ראשעקאל האט געשריבן:און דריי נישט קיין קאפ וועגן די אהרונים. קיק ווי אזוי די אהרונים שרייבן דא אין קאווע שטיבעל, און ר' יצחק טובי' איז ללעג ולקלס אין דער בלאט. (אפאר וואכן צוריק האבן זיי געהאט א ארטיקעל אז ער גייט קימען קיין אמעריקע פול מיט ליצנות אויף זיין חשבון)
בקיצור ביי צד מהר''א פלעגט עס זיין אין בלאט אין היינט אין קאווע שטובל (דער בלאט האט שוין נישט געשריבן פין די סובזשעקט פאר יארען), אין ביי מהרז''ל איז עס ביי אסיפות אין שוהל בנוכחת די רבי
שעפטל האט געשריבן:דו גלייכסט צו ארונים אין קאווע צו אן אפיציעלע אסיפה מיטן פארטיי פירער בראש?
די איגנארסט דווקא מיינע אנדערע ווערטער אדער די האסט נישט באמערקט??
ראשעקאל האט געשריבן:און דריי נישט קיין קאפ וועגן די אהרונים. קיק ווי אזוי די אהרונים שרייבן דא אין קאווע שטיבעל, און ר' יצחק טובי' איז ללעג ולקלס אין דער בלאט. (אפאר וואכן צוריק האבן זיי געהאט א ארטיקעל אז ער גייט קימען קיין אמעריקע פול מיט ליצנות אויף זיין חשבון)
בקיצור ביי צד מהר''א פלעגט עס זיין אין בלאט אין היינט אין קאווע שטובל (דער בלאט האט שוין נישט געשריבן פין די סובזשעקט פאר יארען), אין ביי מהרז''ל איז עס ביי אסיפות אין שוהל בנוכחת די רבי
מ'קען נישט רעדען צו די מענטשען!!!! כ'מיז שרייען!
ראשעקאל האט געשריבן:און דריי נישט קיין קאפ וועגן די אהרונים. קיק ווי אזוי די אהרונים שרייבן דא אין קאווע שטיבעל, און ר' יצחק טובי' איז ללעג ולקלס אין דער בלאט. (אפאר וואכן צוריק האבן זיי געהאט א ארטיקעל אז ער גייט קימען קיין אמעריקע פול מיט ליצנות אויף זיין חשבון)
אגב, אפי' ווען די בלאט פלעגט האקען איז עס ע''פ רוב געווען אויף מו''צ וואס האבען געהאקט אויף צד מהר''א, אבער ווען א דיין האט ג'פסקנט ביי איבער א זייטיגע קאנפליקט קעגן זייער רצון זענען זיי שטוהל געווען, משא''כ צד מהר''זל לדוגמא ר' אליקום שלעזינגער אין ר' משה שטערנבורך אא''וו
ברייעקינג ניוס: עס גרינדט זיך א בית דין מיטן נאמן "ביד"ץ של עדת החרדיים בירושלים" דער גאב"ד: הגר"מ שטרנבוך שליט"א. דער ראב"ד: הגר"ש אוירבך שליט"א. עטליכע חברי הביד"ץ של העדה החרדית קלערן פון זיך אפרייסן פון עדה החרדית און גיין צו עדת החרדיים. אין צוגאב צום בי"ד גייט זיין א ועד ראשי ישיבה ורבנים (בדוגמת מועצגדה"ת און די נאמנים פון די עדה). די שמועה איז אז דער דושינסקיא רב גייט זיין נשיא פון דעם. זיי גייען צושטעלן אלע פונקציעס פון בי"ד, הכשרים, דיני תורה, וכו'. זיי גייען נישט נעמן א שטעלונג אוטומאטיק לגבי הלכות בחירות וקנאות. יעדע זאך דן זיין לכשעצמה (א תנאי פון הגר"ש אוירבך שליט"א). גייט נישט האבן א נשיא הכבוד.
מער פרטים ווען זיי וועלן ווערן אווייליבל.
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
א שאד נאר ער האט זיך ארומגענימען מיט אזעלכע מוחות גדולים ארום זיך, מאנכע צייגען אהן אז לאור וואס איינע פון די דריי תנאים וואס מען האט זיך מיט אים אויסגענימען אז די אייניקלאך זיינע זאלען נישט לערנען בחינוך עצמאי, אטע דאס האט אים נעבעך באגלייט צו אזא סיטואציע.
עס איז ברעקינג ממש אומגלויבלאך ווען ר' יצחק טובי' איז פאר איבער צען יאר צוריק אריין אין די עדה כדי ס'זאל נישט צופאלן האט מען נישט גע'חלומ'ט אויף אזוי בשורה אז ער גייט גאר זיין דער גורם דערפאר.