מיין בליק אויף די ניקס

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
ברעט מענינג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 345
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 8:14 pm
האט שוין געלייקט: 189 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך ברעט מענינג »

לויטען אוועטער פין טאמבל סאס, איז ער א מענטש וואס טראכט א גאנצען צייט, אדער לייגט זיך גארנישט אויפן שכל, אדער מיין קאפ טיט מיך וויי, אדער קיקט ער אן איינעם אין שול און טראכט ווי אזוי יענער קיקט אויס,
אלעס מיט א שמייכל
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

ניקס וואס שטעכן מיר אויס די אויגן

שליחה דורך אפטעמיסט »

ווי געשריבן גייט מיר טאקע דאס לעבן גאנץ גוט, אבער פארט בין איך נאר א מענטש און כ'בין נישט צופרידן. פאלגענד איז א ליסטע פון געוויסע ניקס און פארוואס כ'בין זיי מקנה. דער עולם זאל נישט לאכן.

[tag]שמעקעדיג[/tag], זיין אסטראנאמישע צאל לייקס

[tag]טאמבל סאס[/tag], זיין שיינע אויסזעהן און כריזמע

[tag]יאיר[/tag], זיין געלט

[tag]יואב[/tag], זיינע חתימות

[tag]לעיקוואד[/tag], זיין עמקות און שכל הישר

[tag]הוגה[/tag], זיין ווייב

[tag]איחוד פעלד[/tag], זיין סעלף עסטיעם

[tag]פידלער[/tag], זיין ענגליש

דער (פינטעל) איד, המממ... גארנישט

[tag]מאראנצןזאפט[/tag], זיינע פאעזיעס

[tag]מנשה לוסטיג[/tag], זיין רבי




המשך יבוא אי"ה
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

ברעט מענינג האט געשריבן:טראכט ווי אזוי יענער קיקט אויס,

??
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

אפטעמיסט האט געשריבן:[tag]טאמבל סאס[/tag], זיין שיינע אויסזעהן און כריזמע

כ'האב ענק נאכנישט געזאגט? "איך רייב מיך אויס פארנט פון א שפיגל!"
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אפטעמיסט: שקויעך פאר מאכן מיך קוילערן פאר געלעכטער. אויף די ערשטע נקודה ביסטו האלב גערעכט: די ענטפער צו אלע אנדערע כאראקטער שטריכן איז ונהפוך הוא....ס'קען גאר נישט זיין ווייטער פון אמת. 8-) :roll: :lol: :x :P :oops: :o
ווען דו זאלסט זיין מיין סטאק בראוקער אדער ריעל עסטעיט עייצע געיבער וואלסטו דיך נישט געטרויעט צו באווייזן אין ביהמ"ד... :lol: :roll:
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

ברעט מענינג האט געשריבן:לויטען אוועטער פין טאמבל סאס, איז ער א מענטש וואס טראכט א גאנצען צייט, אדער לייגט זיך גארנישט אויפן שכל, אדער מיין קאפ טיט מיך וויי, אדער קיקט ער אן איינעם אין שול און טראכט ווי אזוי יענער קיקט אויס,

אדער וואלט איך געוואלט אזוי אויסקוקן.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

אפטעמיסט האט געשריבן:[tag]טאמבל סאס[/tag], זיין שיינע אויסזעהן און כריזמע

זיין פנים באלאנגט צו זכריה עפרון.
(- - -)
באניצער אוואטאר
דער (פינטעל) איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1192
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
האט שוין געלייקט: 784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל

שליחה דורך דער (פינטעל) איד »

אפטעמיסט האט געשריבן:דער (פינטעל) איד, המממ... גארנישט

גוט דאס צו הערן
איך בין שטענדיג הארציג מתפלל "אל יתקנאו בי חברי"
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
ברעט מענינג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 345
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 8:14 pm
האט שוין געלייקט: 189 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך ברעט מענינג »

@ טיטאניק זיין קליגשאפט צו יודישקייט :shock:
אלעס מיט א שמייכל
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

שליחה דורך טיטאניק »

ברעט מענינג האט געשריבן:@ טיטאניק זיין קליגשאפט צו יודישקייט :shock:

טעות!
זיין קליגשאפט אין "היימיש רעליגיע" 8-)
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

[tag]פישל'ע העררינג[/tag] וואוינט אין מאנסי, ארבעט אין א אפיס פון א מוסד [איך זאג נישט וואו מחשש גילוי] ער איז אין די אנהייב צוואנציגער יאהרן, א הויכע דארער מיט א כמעשה'דיגע בערדל, ער זעהט אויס א שעמעוודיגער אויף די ערשטע בליק אבער ער איז גאנץ סאשעל און לעבעדיג,

אבער איך וויל פארציילן זיין ביאגראפיע פון אנהייב למען יעמדו ימים רבים

געווען אמאל א יונגל וואס האט געהייסן פישל, אין חדר האט אים יעדער געקענט פאר א שעמעוודיגע יונגל אבער גלייצייטיג אביסל ווילד, און אויך א גוט הארץ מען האט אים פיין אויסגענוצט וויפיל סאיז געגאנגען, פישעלע האט די הויכע גראבע בערי געזאגט גיי אין טוילעט מיך ברענגען טישוס. און צו איר גלייבט מיר יא צו נישט פישעלע איז געלאפען אויף אלע פיר.
מיט די יאהרן אין ישיבה האט זיך פישעלע אביסל אויסגעריבן און האט געפאסט א החלטה, געענדיגט מיט די אלטע פישעלע! ער האט זיך אויסגעגראד די פלייצע אין זיך דערקלערט פישל, נישטא מער די גוטיטשקע פישעלע וואס מען קען רייטן אויף אים! פון היינט און ווייטער בין איך איש בין אנשים, ער האט גראדע נישט צופיל געטויגט צום לערנען אבער האט זיך אביסל געבויט א אימעדש פון א געסעטלטע מענטש מיט א חוט שדרה וואס מקען אים נישט שפייען אין די קאשע.
פישל איז געווארן אביסל א עלטערע בחור, האט געטוהן גאנץ א גוטע שידוך מיט א מיידל פון מאנסי,
ביי א געוויסע פוינט, ס'איז נישט קלאהר ווען פונקטליך אבער ערגעץ ווי אלץ עלטערע בחור אדער אלץ פרישע אינגערמאן האט עפעס א אינערליכע בענקשאפט זיך ערוועקט ביי אונזער פישל צו די אלטע פישעלע די נאיווע אינגל בחור'ל וואס לויפט אייביג טוהן א טובה פאר א צווייטן, און ער האט זיך טאקע אביסל צוריקגעכאפט און האט ליב צו טוהן א טובה, אבער איז נאך געבליבן אביסל ציניש צו אנדערע מענטשן.
נאך היינט ווען א משולח קומט אריין צו א מנין וועט ער ווי א מאגנעט גלייך צוגיין צו פישעלע דינן און בעטן ער זאל ארומגיין מיט אים און פישעלע קען זיך עפעס נישט ארויסדרייען. אמת פישעלע?

נאך א וויכטיגע נקודה פישעלע האט בכלל נישט ליב קיין הערינג, ער גלייכט זיסווארג, סאוער סטיק'ס דשעליס וכדומה
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

ס'איז שיין צו זעהן וואסערע געוואלדיגע טאלאנטען אזא פשוטע אשכול ברענגט ארויס, מעל כולם דער אפטעמיסטישער איד..
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

קודם האט מען נישט די ברירה פאנטאזירן אויף מיר עפעס נישט רעאליסטיש..
אי משום קנאה, זע איך אויך נישט קנאה מחמת שנאה אדער קנאת סופרים..
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
באניצער אוואטאר
פיטומי מילי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 178
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 12:03 am
האט שוין געלייקט: 68 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל

שליחה דורך פיטומי מילי »

איש עברי האט געשריבן:[tag]פישל'ע העררינג[/tag] וואוינט אין מאנסי, ארבעט אין א אפיס פון א מוסד [איך זאג נישט וואו מחשש גילוי] ער איז אין די אנהייב צוואנציגער יאהרן, א הויכע דארער מיט א כמעשה'דיגע בערדל, ער זעהט אויס א שעמעוודיגער אויף די ערשטע בליק אבער ער איז גאנץ סאשעל און לעבעדיג,

אבער איך וויל פארציילן זיין ביאגראפיע פון אנהייב למען יעמדו ימים רבים

געווען אמאל א יונגל וואס האט געהייסן פישל, אין חדר האט אים יעדער געקענט פאר א שעמעוודיגע יונגל אבער גלייצייטיג אביסל ווילד, און אויך א גוט הארץ מען האט אים פיין אויסגענוצט וויפיל סאיז געגאנגען, פישעלע האט די הויכע גראבע בערי געזאגט גיי אין טוילעט מיך ברענגען טישוס. און צו איר גלייבט מיר יא צו נישט פישעלע איז געלאפען אויף אלע פיר.
מיט די יאהרן אין ישיבה האט זיך פישעלע אביסל אויסגעריבן און האט געפאסט א החלטה, געענדיגט מיט די אלטע פישעלע! ער האט זיך אויסגעגראד די פלייצע אין זיך דערקלערט פישל, נישטא מער די גוטיטשקע פישעלע וואס מען קען רייטן אויף אים! פון היינט און ווייטער בין איך איש בין אנשים, ער האט גראדע נישט צופיל געטויגט צום לערנען אבער האט זיך אביסל געבויט א אימעדש פון א געסעטלטע מענטש מיט א חוט שדרה וואס מקען אים נישט שפייען אין די קאשע.
פישל איז געווארן אביסל א עלטערע בחור, האט געטוהן גאנץ א גוטע שידוך מיט א מיידל פון מאנסי,
ביי א געוויסע פוינט, ס'איז נישט קלאהר ווען פונקטליך אבער ערגעץ ווי אלץ עלטערע בחור אדער אלץ פרישע אינגערמאן האט עפעס א אינערליכע בענקשאפט זיך ערוועקט ביי אונזער פישל צו די אלטע פישעלע די נאיווע אינגל בחור'ל וואס לויפט אייביג טוהן א טובה פאר א צווייטן, און ער האט זיך טאקע אביסל צוריקגעכאפט און האט ליב צו טוהן א טובה, אבער איז נאך געבליבן אביסל ציניש צו אנדערע מענטשן.
נאך היינט ווען א משולח קומט אריין צו א מנין וועט ער ווי א מאגנעט גלייך צוגיין צו פישעלע דינן און בעטן ער זאל ארומגיין מיט אים און פישעלע קען זיך עפעס נישט ארויסדרייען. אמת פישעלע?

נאך א וויכטיגע נקודה פישעלע האט בכלל נישט ליב קיין הערינג, ער גלייכט זיסווארג, סאוער סטיק'ס דשעליס וכדומה

שוין צי סאך גערעדט איך ווייס שוין ווער דאס איז זיין נאמען הייבט זיך אן מיט א ח
!!I might be a psychic, But I am not a profit
באניצער אוואטאר
פיטומי מילי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 178
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 12:03 am
האט שוין געלייקט: 68 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל

שליחה דורך פיטומי מילי »

מנשה לוסטיג האט געשריבן:קודם האט מען נישט די ברירה פאנטאזירן אויף מיר עפעס נישט רעאליסטיש..
אי משום קנאה, זע איך אויך נישט קנאה מחמת שנאה אדער קנאת סופרים..

מנשה,
פליז רעד ווייניג ווייל סיוועט קומען לידי גילוי
!!I might be a psychic, But I am not a profit
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

איש עברי האט געשריבן:אמת פישעלע?

ותחסרהו מעט מאלקים...
(- - -)
סאו וואט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 397
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 07, 2013 10:08 pm
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 354 מאל

שליחה דורך סאו וואט »

סאו וואט?
I AM SICK AND TIRED ALREADY
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

6 בין איך נישט.
(און, אויב איך בלייב אין שטיבל, איז דאס אפטעמיסט'ס קרעדיט/שולד. דער איינציגסטער וואס איז מיר מקרב דא)
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

[tag]הוגה[/tag] שיינט מיר ווי א בעסערער מענטש, אביסל צוגעפוצט, א הויכער געשטעל, דרייווט נישט ממש א יוקאן אבער נישט קיין ביליגע סיענע. אפשר א טאפ-מאדעל האנדא עקארד אדער א וואלקסוואגאן, מיט שווארצע לעדערנע זיצן, מיט אזא דרייעדיגע דאגי/פאפי אויפן דעשבאורד/ווינדשיעלד (כזה).

DD.jpg


ער גייט א שטאפענעם הוט, (אדער א קראך/בענד-דאון היטל), א קורצע רעקל מיט פיצי פיאות אונטער די אויער, א קליין בערדעלע פון וועלכע מען שלעפט כסדר ארויס האר, מיט גראבע שווארצע הענטלעך אויף די ברילן, א שיינע גרויסע גאלדענע האנט זייגער, באקל שיך מיט א גאלדענע קנעפל דערויף. שבת האט ער גאר א הויכן שטריימל וואס גלאנצט אוועק מיט מעכטיגע שפיצן. ער גייט אלע תפלות א טיש-בעקישע, די מאשני/BOW איז קיינמאל נישט פונקטליך, אלץ איז די רעכטע זייט לענגער ווי די לינקע.

ער גלייכט צו דאווענען אין א קליינע ביהמ"ד, מיט ווינציגער ווי 4 מנינים אידן. אין ביהמ"ד זעצט ער זיך מער צו צפון-מערב זייט, צווישן זיינע פרענדס, מיט וועמען ער געפינט זיך זייער גוט. ער דאווענט די תפלות קורץ און שארף, נישט קיין לאנגע שמו"ע, און ב"ה וב"ש/אמן קען מען נאר הערן פון אים אויב שטייסטו אין זיינע ד' אמות. שבת ביי לכה דודי דרימעלט ער, און ער איז גאנץ א גוטער בעל תפלה, און לאזט זיך נישט לאנג בעטן צוצוגיין צום עמוד. אויב באקומט ער אן עליה, שנדר'ט ער לכה"פ 72 דאלער כמנין ע"ב, כמנהג הנגידים. קמחא דפסחא גיט ער אויכעט צושטייער אפאר מאות.

ער שטייט א חלק טאג אין א געשעפט און די איבריגע חלק טאג דעליווערט ער די פראדוקטן צו קאסטומערס, און אויפן וועג דרייווענדיג הערט ער טעיפס פון הרב פינקוס זצ"ל. ער פייפט אן אויפהער אויף אנדערע קארס אויב מען שטייט אים אין וועג.

איך האב נאך פרטים אין פאנטאזיע, אבער צוליב גילוי ווען איך זיך דא אפשטעלן.
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

:lol:
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
פיטומי מילי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 178
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 12:03 am
האט שוין געלייקט: 68 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל

שליחה דורך פיטומי מילי »

אפטימיסט,

מיר אלע ווארטן פארן המשך
!!I might be a psychic, But I am not a profit
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

שמעקעדיג ווען דו ווילסט קאנסטו!! (אזוי פלעגט דיין רבי שרייען?)
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

מאטי איז א מיטלמעסיג-הויכער אינגערמאן, קרוב צו דרייסיג. טראק דרייווער בויך, ווייט ענד ווייט העמעד, גראדע שווארצע פיאות, פלאכע הוט, גרויע הויזן, דריי א פערטל רעקל, און א קליין בערדל וואס האלט זיך -- ממש בדרך נס -- ערנסט אין די ראמען.

מאטי דאווענט געווענטליך מיטן אכט-א-זייגער מנין, און טראגט זיך נישט ארום מיט א באזונדערער שנאה צום ברעטל. אז ער זאל דאווענען פארן עמוד איז העכסט נארמאל; הגם קיינמאל דאס גאנצע. אדער ביז, אדער פון הויכער שמונה עשרה. א מכה בעברתו איז ער לחלוטין נישט, און מיט זיין חיתוך הדיבור טראגט ער דעם מנין אויף א שנעלן רייד.

ערב שבת גייט מאטי אין מקווה ביים זמן, און זיך צו זייפן א מינוט צוויי אריין צו דער שקיעה איז שוין ביי עמען כמעט רוטין. אזוי, אז יעדע וואך שפילט זיך נאכאמאל איבער דער זעלבער מעשה. די כאפטע גאט'ס פאליציאנטן -- פון די מאכטפולע "גוערין דעוויזיע" וועלכע קומען כאפן א טבילה אויך בערך די זעלבע צייט, כדי די פיאות זאלן נאך טראפן ביי שיר השירים כשיעור טפח להטפיח -- ברעכן אויס ווי אין א כאאר: "שקיעה, שקיעה, נאאאאא! דו דארט? הער אויף, ס'שבת. נאאא! האלא!!! שקיעה, נוווווו? שגץ איינער! נאאאה!" אבער מאטי, אן אראפגענאגלטער אונטערן קראן, איז ווי צוגעקלעבט מיט אהבה צום זייפל, און לאזט רינען דאס הייס וואסער אויף זיין אנטבלויזן לייב, מיט א זעלטנעם פארגעניגן. איבריג צו זאגן אז מיט די חברה טענה'ט ער זיך שוין (כהיום) נישט. (לשיטתם זעקס מינוט אריין צו דער שקיעה, ווארום זיי דערקלערן שוין "שקיעה" פינף מינוט בעפאר.)

מאטי איז איבערצייגט -- אדער וויל הפנים איבערצייגן אנדערע -- אז זיין אינגל קען שיין זינגן. דעריבער שטעלט ער דאס קינד ביים מייק ביי אלע חתונות אין דער משפחה. אן אריינגיין אין דעטאלן איבער וויאזוי דאס קינד זינגט, איז זיכער אז ווען איך בין דארט גיב איך אויך דערנאך א קאמפלימענט פאר ביידן; פאר דעם טאטן, און פאר דעם קינד.

מאטי וויל בכלל נישט זיין א מיליאנער -- הפנים דאס איז וואס ער פראפאגאנטירט -- אבער שטרעבט צו זיין פארהעלטנמעסיג באלבאטיש. "מ'ברויך דאך צאלן די ביללס" אייסערט ער זיך כסדר, קלאפענדיג איין האנט אויף דער אנדערער האנט פלאך. אנגעהויבן האט ער אלס סקול באס דרייווער, דערנאך האט ער אנגעהויבן ערשיינען צו קורסן איבער אקאונטינג. למעשה אבער, האט ער זיך אריינגעלאזט אין די סעילסן אינדוסטריע, און אין צוגאב צו זיין נייעם אמאזאן ביזנעס, איז ער שיין מצליח ב"ה.

א באזונדערע מסכת איז די מעסעדש גריטינג אויף זיין סעלפאון. ממש צו דעם איינעם אספעקט האט ער א שטיקל שוואכקייט. מאטי פלעגט טוישן זיינע רעקארדירונג ווי אונטערוועש, און שטענדיג זיך ארומגעטראגן מיט א קאמפלעקס אז עפעס טויג נישט. אמת געזאגט, ס'איז בכלל נישט שלעכט געווען. נאר וואס דען? די עקספעקטעישענס זענען פשוט געוועזן זייער הויעך. געמיינט האט ער ס'מוז זיין אזאנס פראפעסינאל, אזש ס'זאל זיך דאכטן ער איז דער יעניגער, וועלכער איבערצייגט ראדיא צוהערער אריבערצוגיין צו גייקאו. אז די אקצענט איז געלונגן, האט מען געהערט אינמיטן ווי ער אטעמט אריין, און אז ביידע זענען שוין גוט געוועזן האט ער זיך געטראפן שטאלפערן ביי די ווערטער: "עס סאאן עס פאסעבעל". ווערטער וואס סתם אזוי וואלט דאס מויל זיי ארויסגעלאזט זאגאר גרינגער ווי אן אשרי-אן-ווילס, שפירן זיך דאן ווי א כלל-ופרט-וכלל אין סידור פון יענעם עם הארץ. ס'איז נישט אז ער גיבט א פליענדע שם של ארבע, וויאזוי די רעקארדירונג געלונגט. פשוט וויבאלד ער איז אין ביזנעס האט ער גרויסע קאמפאניס וואס רופן שטענדיג צו אים, און ממילא... שוין! אז דו פארשטייסט נישט אליינס, בעט דיין באבע זאל דיך מסביר'ן.

דער גרעסטער ווייטאג איז געוועזן ווען ער האט שוין פיינעלי געספאטטעד א גוטן רעקארדירונג, און אפילו באקומען קאמפלימענטן דערויף. ס'האט זיך געקענט דאכטן מאטי איז א נאטיווער ענגליש רעדנדער, וואס זיצט ביים סטודיאו מיט א דיקן קול, און שטארקן בעיס. פונקט א וואך דערויף, איז געקומען א שליח אין שטאט מבשר זיין די בשורה אז: "לא מאטי-וואן-אוי-סעווען יאמר עוד שמך, כי אם "מאטי זיבענבערג". פארשטייט זיך אז קיין צוויי ברירות האט ער נישט געהאט, נאר אראפגענדירעט במצולות הסעטינגס (אך! דערמאן נישט די פארגעסנדע פעסווארט) און געטוישט די רעקארדירונג. שטייצעך דער שטן שלאפט נישט, און ווי אויף צו להכעיס איז דאס נישט געלונגען. ער האט געהאלטן זיין נאז הערט זיך אביסל פארשטאפט, און בקיצור, ס'סאקט אריין/אוועק. זיינע חברים האבן געזאגט ער דמיון'ט, און: "מאטי יו ראק, טהאמבס אפ"! אבער ער האט זיך געהאלטן ביי זיינס, און זיך געדרייט בחפוי ראש. מה עשה הקב"ה, עטליכע שעה דערויף איז זיין נאמען פריש אריבער א ניתוח קשה, און דאסמאל פערמאנאנט געטוישט געווארן צו "מאטי סתם". אזוי האט ער נאכאמאל געמוזט טוישן, (געמוזט? געוואלט! ווען ער וואלט דיך געהייסן אראפטאנצן פונעם דאך וואלסטו אויך?) און ס'איז געלונגען זאגאר בעסער ווי אלע גריטינגס פון בעפאר.

מאטי איז א שיינער תלמיד חכם אויך, מייסטנס צוליב גירסא דינקותא. (כמרגלא בפומיה דמאטי: "קוקסט מיך יעצט אן אזוי ווי איך בין, מיינסט איך פלעג נישט לערנען? אוי האב איך געהאט שטיקער אלץ בחור".) שבת ביים קידוש, בשעת ס'אייער קיכל כאפט א טבילה אינעם מאטיאש, און ס'טלית גליטש זיך אראפ פונעם אקסל, אריין אינעם שאטן פונעם דריי א פערטל ליידיגן ברוינפן גלעזל, קען ער ווארפן אזאנע שגור בפיו'דיגע פראזן ווי: "פסיק רישיה דלא ניחא ליה, יד סולדת, בסיס לאיסור ולהיתר, מלאכה שאינה צריכה לגופה, אא"וו". אזוי, אז צווישן די חברים זיינע -- וועלכע זענען מער ווייניגער אויסקוועטשן די הימלן-אמעראציש געשטימט -- איז ער סיי דער פארגאבטער תלמיד חכם, וועלכער איז באהאוונט איבער ווער ס'איז מתיר און וויאזוי; און אויך דער עקספערט איבערן סטאק מארקעט, האויזינג קרייסעס, און איבער טשיינעס אויסברייטערונג אין קויפן אמעריקאנער באנדס.

געוויסע אין סמעדריש האלטן אים פאר א שטיקל משכיל, הפנים לכו"ע איז ער "אן אויפגעקלערטער". און דאס איז דאך פשוט. איינס ווייל ער זייפט זיך אריין אין דער שקיעה, צווייטנס ווייל ער קען רעאגירן צומאל מיט ביטול איבער געוויסע מעשיות, און דריטנס ווייל: "ווייסט וואספארא חשובער איד דער פאטער זיינער איז"?
און טאקע דערפאר -- צוליב דער סטיגמע הנ"ל ער טראגט -- איז א פלא, און אפשר גאר א מיסטעריע, פארוואס דוקא מאטי איז דער, וואס שפירט א דראנג צו שטיין על המשמר, דאס אז די ווייסע פלאסטישע טישטוכער זאלן זיך חלילה א הייב טאן א משהו פון איבער די טישן.

קיין קארגער איז ער נישט, און צו זיין גוט מיט אים קען זיך לוינען. איבערהויפט ווען ס'כאפט אים א ליל ששי גוסטע, (מאאדי אויף מאטי איז אן ארים ווארט אויסצודריקן זיינע עקסטרעמע גוסטע סווינגערייען) און ערלויבט פאר מערערע חברה זיך מיטצוכאפן מיטן קרעדיט קארטל, וועלכן סווייפט זיך מיט סבלנות ביי די רעסטאראנטן, אויף גרעסערע סכומים.

מאטי טרייבט אן עס יו ווי; גענוי וועלכע ווייסט ער אויך נישט. מתחילה האט ער ארויסגענומען א ליעס אויף א בעיואיק אינקלעיוו, נאר א חבר האט אים געמיטשעט ער וויל דאס איבערנעמען, און מאטי אליינס האט אויך געקענט באשטיין פטור צו ווערן דערפון.
יעצט דרייווט ער אן אינפינעטי קיו עקס זיקסטי, און הגם ער גלייכט דאס פיקאפ, איז ער נישט צופרידן פונעם הארטן דרייוו. בקיצור. ער זיכט ווער ס'וויל איבערנעמען דעם ליעס, אבער ער וואלט נישט געמיינד צו האבן די קאר פאר נאך א יאר צוויי.

מאטי ווייסט אליינס נישט צו ער איז א טשילער, א קעירלעס אינטלעקטואלער מענטש, א באלבאטישער צו א לערנער. "ער איז אלעס און גארנישט".

האויעווער, בעפאר מאטי טוהט זיך אויס זיין פאסיק צו יואב'ן, לאמיר שרייבן עפעס וואס ער האט ליב. חתונה געהאט האט ער אויסנאם גוט, און זיינע קינדער זענען "סאו קיוט". (ווי געשמועסט קען איינער אפילו זינגן). מאטי איז שטארק כאריזמאטיש, א געשליפען צינגל געווייקט אין שמאלציגע הומאר, און נעמט גוט אויס צווישן חברים; איז אלץ גרייט א טובה צו טון א צווייטן, טיילט שיין צדקה, און האט א ווארימען גאלדנעם הארץ. שבת האט ער אסאך געסט, ספעציעל עלטערע בחורים און גרושים וועלכע קומען זיך זעטיגן ביי זיין ברבורים, שליו ודגים געדעקטן טיש -- און דאס איז נאר מקצת שבחו, קצת בפניו.

נב. מאטי, נקמה איז א נעוויירע!
פארשפארט