מיין בליק אויף די ניקס

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2921 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3230 מאל

מיין בליק אויף די ניקס

שליחה דורך אפטעמיסט »

ס'דא געוויסע ניקס וואס איך האב א בליק אין מח וויאזוי זיי זעהן אויס אין ריעל לייף. דער פאקט איז אז מ'קען ארויסהאבן א מענטש פון וויאזוי ער שרייבט און טראכט.
פאלגענד איז רשימה פון עטליכע ניקס, און מיין בליק אויף זיי.
פארשטייט זיך כ'האב שטארק מקצר געוועהן ס'זאל נישט צוקומען לידי גילוי חלילה, אבער אויב איינע פון זיי פילן אז כ'קריך אריין צי טיף אין זייער קישקעס זאל ער מיר ביטע אויפמערקזאם מאכן און כ'העל עס טוישן.
די איצטיגע רשימה איז נאר א טיפה מן הים, און בעצם האב'ך וואס צו שרייבן אויף נאך צענדליגע חברים, ועוד חזון למועד.


[tag]שמעקעדיג[/tag], א פעשליכע אינגערמאן אין די נידריגע דרייסיגער יארן, גייט אן אלטען אפגעריבענעם רעקל, און זאקן מיט לעכער. ארבעט אין א גראסרי, האט א הארץ ווייעך ווי פיטער און זאגט א גוט ווארט פאר יעדעם. קומט אהיים מיד און שוואך נאך א טאג שווערע ארבעט, אבער איז אייביג גרייט צו העלפן א צווייטען. שבת דאווענט ער אין ראדני.

[tag]יאנקל[/tag], א מאגערע הויכע אינגערמאן- אדער א לאקש אין קורצן. א שפיציגע לענגליכע נאז, און לעכער גרויס כמוציא רמון. דאווענט בקביעות אין דער ניין אזייגער מנין און באטראכט יעדעם פון קאפ ביז פיס. האט א מיינונג אין יעדע נושא אויף דער וועלט, און האלט נישט צוריק קיין שטעך ווערטער ווען נויטיג.

[tag]הוגה[/tag], א מאדערענע איד פון פלעטבוש, האט א פענסיל בערדל און ברילן אויפן שפיץ נאז. שטאמט פון רוזינ'ע חסידים אבער דולד נישט קיין פרומע שטיק און נארישקייטן. רעד א צובראכענע אידיש און שרייבט אויף קאווע שטיבל מיטן הילף פון אן איבערזעצער. זיין ווייב זעהט קוים אויס ווי א איד.

@דער (פינטעל) איד, א שטערבליך איבערוואגיגע קרית יואל'ע איינוואוינער. אטעמט שווער, ס'גיסט זיך פון אים דענדראווס און ער כאפט היטשעס אפילו פאר א גאס צוויי. האט שווארצע פלעסטישע גלעזער און איין הענטל האלט זיך מיט סקאטש טעיפ. ארבעט פאר ובלכתך בדרך, און אין די נאכט שטונדען וואלאונטירט ער פאר נטרונא. פרייטאג איז ער א מקוה איד.

[tag]רויטע וואנצעס[/tag], א אינגערמאן אין די הויכע צוואנציגער יארן, א באליבטער מאן און א גאלדענע פאטער. וואוינט אין א וואן בעדראם אין בארא פארק, דרייוועט אן עקורד, און איז אן לייף אינשורענס אגענט. ער איז א רויטער, פארשטייט זיך, אבער ער האט זיך אויסגעלערענט צו לעבן דערמיט.

[tag]יאיר[/tag], א בעל הבית'ישע וויליאמסבורגער איד. כמעט א בן ארבעים, און האט א טאכטער אין שידוכים. א שטיקל גביר און א היפש'ער בעל בשר. דרייוועט א לעקסוס און פליפט בנינים. האלט זיך פאר א יודע ספר און האט נישט פיינט כבוד. א שיינע בעל צדקה.

[tag]כתר מלכות[/tag], א שנה ראשונה אינגערמאן, געבוירן אין קרית טאהש און חתונה געהאט אויף וויליאמסבורג. שטיפט די צייט אין כולל און לויפט צום לייבערי קוקן זיינע אימעילס און שרייבן אויף קאווע. עסט נאכטמאל ביים טאטע און שווער, און האט שוין א דרייווינג פערמיט. הערט קול מבשר אן ערך פון דרייסיג מאל א טאג.

[tag]טאמבל סאס[/tag], א העפי גאו לאקי אינגערמאן, מאכט שיין פרנסה אבער האט נישט קיין שלום בית. וואוינט אין ווילי און טראגט אין טאש. שטייט נישט אויף פאר צענע און דאווענט חצות. פירט קיפקעס און רעדט ביים ליינען.


המשך יבוא אי"ה

דער אשכול פארמאגט 80 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר