שעפטל האט געשריבן:יעצט לענינינו, ווי איך -קליינער- קוק היינט אן די חברי בד"ץ ובראשם דער גאב"ד אונעם ראב"ד, לייג איך זיי נישט אינעם זעלבן קאטאגאריע ווי די פריערדיגע, ח"ו איך וויל נישט פוגע כבוד זיין אין קיין איינע פון זיי, אלע קענען לערנען מער ווי מיר, אלע זענען מורי הוראה מופלגים, אבער... איך בין נישט אזוי זיכער אז געוויסע חברי בד"ץ וואלטן געווען אזוי רעספעקטירט ווען זיי דינען נישט אויף דעם גרויסן בענקל. און כ'וועל מיך אפשטעלן דא! איך וועל נישט אויסשמועסן איינס ביי איינס צוליב'ן הוה זהיר בגחלתן..
יעצט למעשה, ווי גרויס דער ראב"ד איז, וואספארא תלמוד חכם ער איז, קיין חילוק וויפיל בענדער שאלות ותשובות ספרים ער האט שוין ארויסגעגעבן און אויך אויף אסאך מיני טאפיקס.. דאך צו קענען עפענען א בי"ד און נאך אוועקשלעפן אנדערע חברי הבד"ץ איז גאר גאר א שווערע זאך, און פארגאנגענע פארמעסטערס יוכיח! מ'דארף פארשטיין אויך, אז ס'דא חברי בד"ץ וואס וואלטן ווען אפשר ווען זיי האבן א הונדערט פראצענטיגער גאראנטי אז ס'גייט זיי געלונגן צו ווערן די זאך און איבערנעמען דעס וואס די עדה איז וואלטן זיי אפשר מיטגעגאנגן, אבער ווער קען דען דאס צוזאגן??
איך מיין אז דו ביסט גרעכט 50%, אוודאי איז זייער פארבליבנע כוח און פאווער שיריים פון ווען זיי זענן גווען די איינציגסטע חרדישע בי"ד אין שטאט, און די חוקי אינירשיע איז דער "זאך" גבליבן ביי זיי.
אבער עס איז דא נאך עפעס, די קהילות. ווילאנג זיי האבן דעם סופפארט פון די גרעסרע און אסאך מיטלע קהילות האבן זיי א כוח, די רגע וואס אזא דושינסקיא און די ליטווישע פון רב שטערנבוך'ס און רב אוירבאך'ס לאגער, זענן זיי אויסגשפילט (ע"ע התאחדות הרבנים).
און לויט ווי איך שרייב אין אנדרע אשכול, איז דא א גרויסער מעגליכקייט אז דאס זאל פאסירן אין די ווירקליכקייט.
איך מיין אז א גרויסער חלק פון ירושלימער יידן איז פארמיאוס'ט גווארן דעם עקסטרימער דרך, און זיכן א לייטער אראפצוקריכן. רב שטערנבוך - דער ראב"ד פון די קנאי'שע עדה החרדית, און רב אוירבאך - דער פשרה'לאזער קנאי'שער אנטי-שטינמאנער ראש ישיבה, קענן דאס צושטעלן פאר זיי. זיי וועלן פרוטעסטן יעדע איצט און דאמאלט, אבער נישט זיין אזוי צולאזט און עקסטרים ווי די סיקריקים-קונטרולירטע עדה החרדית איז אין די לעצטרע יארן.
ימים ידברו.