פורים קטן - מה שאלתך וינתן לך

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
העלא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 358
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 5:07 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

פורים קטן - מה שאלתך וינתן לך

שליחה דורך העלא »

בס"ד
ליל שישי לסדר "ויחל" ארבעה עשר לחודש אדר ראשון פורים קטן תשע"ד לפ"ק
אין בין אדר ראשון לשני (מגילה ו:) – די גרויסקייט פון פורים קטן
די משנה זאגט אין מסכת מגילה "אין בין אדר ראשון לשני אלא מקרא מגילה ומתנות לאביונים בלבד" פרעגט די גמרא הא לענין סדר פרשיות זה וזה שוין, ביז די גמרא קומט צו אז עס איז דא דריי שיטות אינעם ענין, ת"ק, ר"א ברבי יוסי, ר"ש בן גמליאל, און די משנה קומט אויס אדער ווי די ת"ק און מ'רעדט פון גאנץ חודש אדר, אדער ווי ר"ש בן גמליאל און מ'רעדט נאר פון די טעג י"ד און ט"ו, די משנה איז א סתם משנה, נאר אין די גמרא איז דא צוויי וועגן וויזוי מ'זעצט איין די סתם משנה, אין די גמרא ווערט געברענגט אין עטליכע פלעצער אין ש"ס אז "הלכה כסתם משנה" , די חילוק צווישן ת"ק און ר"ש בן גמליאל איז נאר צו מ'רעדט פון אלע מצוות פונעם חודש (למשל ד' פרשיות) אדער נאר פון די צוויי טעג י"ד-ט"ו, אבער לויט ביידע שיטות רעד מען זיכער פון די צוויי טעג, די שאלה איז נאר צו פון גאנץ אדר אויך, קומט אויס אז מיר האבן דא א סתם משנה אז די איינציגסטע חילוק צווישן פורים קטן און גדול איז נאר די מצוות היום משא"כ אין אלע אנדערע ענינים איז עס די זעלבע,
מה שאלתך וינתן לך,
עס איז ידוע וואס עס ווערט געברענגט אין כמה ספרי תלמידי בעש"ט, אז פורים איז א שטארקע עת רצון לקיבול תפילות,
ויאמר המלך לאסתר במשתה היין מה שאלתך וינתן לך, ידוע אז איבעראל ווי עס שטייט אין די מגילה "מלך" סתם מיינט עס מלכו של עולם, ויאמר המלך לאסתר, די באשעפער זאגט פאר כלל ישראל במשתה היין, בשעת משתה היין, מה שאלתך וינתן לחך,
כל הפושט יד נותנין לו, יעדער וואס ער בעט, ווערט ער געהאלפן,
ווי אויך איז באקאנט די משל פון בעש"ט אויפן ענין פון "עד דלא ידע" אז פורים איז אזא עת רצון, אז ווען אידן וואלט עס אויסגענוצט צו בעטן פאר די גאולה וואלט מען געהאלפן געווארן, נאר וויבאלד מ'טאר נישט מדחיק זיין דעם קץ, און עס דארף קומען דעם אני ה' "בעתה" אחישנה, האבן די חכמים געגעבן די מצוה פון "חייב אדם לבסומי בפוריא עד דלא ידע,
תמצית היוצא מדברינו, אז מיר האבן א סתם משנה וואס זאגט אז די איינציגסטע חילוק פון פורים גדולל און קטן איז נאר די מצוות היום, אבער די עת רצון איז די זעלבע, איך האב געטראכט נאך מער, אויב איז אמת אז פורים קטן איז אויך אזא עת רצון, לכאורה פארוואס האבן חז"ל נישט קובע געווען די "חייב אינש לבסומי" אויף פורים קטן, מ'קען זאגן, אז וויבאלד די מצוות היום גייען נישט אהן אין דעם טאג, און עס מותר בעשיית מלאכה, און חז"ל האבן געוויסט אז די המון עם לערנט נישט אפ אזוי טיף משנה אז לגבי "עת רצון" איז נישט קיין חילוק, האבן זיי נישט קובע געווען די הלכה פון "חייב אדם לבסומי",
איזהו שוטה המאבד מה שנותנים לו, לאזט נישט דורך דעם טאג מיט ליידיגע הענט, עס איז טאקע ערב שבת, עוד מעט ופנה יום, אבער היא הנותנת, אז עס איז א גרעסערע עת רצון, כאפטס אריין, מ'קען זיך אויסבעטן,
ואסיים בברכה אז די עולם דא זאל זיך היינט אויסבעטן "בני חיי ומזוני רויחי" (נד"נ) בבריות גופא ונהורא מעליא, עדי נזכה לביגו"צ בב"א

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר