תגובות אשכול
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
- דער (פינטעל) איד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1192
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
- האט שוין געלייקט: 784 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל
יש"כ מאטי, החייתנו!
..... איך וואלט אוודאי געהאט מער לייקס ווען א צווייטער שרייבט עס ווען, און זיכער יעצט וואלט איך געהאט א שטויס מיט מזל טוב'ס לכבוד מיין טויזנט
תגובות. קוק אהער נאר איינער ווינטשט מיר א מזל טוב! איז עס נארמאל?
זעט אויס אז אויסשרייען דעם דבר האמת-שרייבן נאטורלעך מיט זיין פאפולער איז מוטעלי עקסקלוסיוו

באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
- פיטומי מילי
- ידיד השטיבל
- הודעות: 178
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 12:03 am
- האט שוין געלייקט: 68 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:יש"כ מאטי, החייתנו!
..... איך וואלט אוודאי געהאט מער לייקס ווען א צווייטער שרייבט עס ווען, און זיכער יעצט וואלט איך געהאט א שטויס מיט מזל טוב'ס לכבוד מיין טויזנט
תגובות. קוק אהער נאר איינער ווינטשט מיר א מזל טוב! איז עס נארמאל?
זעט אויס אז אויסשרייען דעם דבר האמת-שרייבן נאטורלעך מיט זיין פאפולער איז מוטעלי עקסקלוסיוו
!!!True Motty is the best
!!I might be a psychic, But I am not a profit
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
מזל טוב [tag]דער (פינטעל) איד[/tag]. אסאך נחת פון די תגובות און פון אלע אנדערע.
איך האב אמאל געהאט א שמועס מיט איינעם איבער די סיבה פארוואס קינדער זענען זיס. יענער האט גע'טענה'ט אז די סיבה איז ווייל זיי זענען זייער נאטורלעך, וואס זיי טוען איז מיט אן אמת. זיי האבן נישט קיין שום חשבונות, זיי טוען וואס זיי מיינען באמת אן קיין פאליטיק, און דאס איז די חן וואס זיי האבן. און ווען עלטערע מענטשן זאל זיך אויך אויפפירן נאטורלעך און מיט אמת וועלן זיי אויך האבן א חן און זיין באליבט ביי מענטשן.
איך האלט אבער אז דאס איז נישט אינגאנצן אמת. שטעלט זיך פאר ווען דער עולם וואלט געהאט די "נאטורליכקייט" פון די קינדער, ווען איינער ווערט גערעגט וועט ער נעמען ווארפן טעלערס, ווייל ער פיהלט נאטירלעך אזוי. ווען מען האט געענדיגט באקן א שיינע קעיק וועט ער אראפ גראבלען א גרויסע שטיק, ווייל זיין נאטורליכע אינסטינקט זאגט אזוי. אדער ווען איינער דארף ארויסגיין וועט נישט ציווארטן ביזן בית הכבוד נאר עס ערלעדיגן אויפן ארט, ווייל אזוי פארלאנגט זיין נאטור. דאס וואלט דאך געווען א קאטאסטראפע. עס וואלט בכלל נישט געווען זיסלעך.
אלא מאי מוז מען זאגן אז די זיסקייט פון קינדער איז א מתנה וואס דער אייבערשטער האט זיי געגעבן, ווייל אן דעם וואלט מען זיי ארויס געווארפן פון פענסטער רח"ל. האט דער אייבערשטער זיי געגעבן אזא חן און זיסקייט וואס זאל באלאנצירן די שוועריקייטן וואס זיי מאכן אן.
כלל היוצא איז אז נישט אייביג איז נאטורלעך זיס. אן ערוואקסענער מענטש דארף האבן די כוחות דווקא נישט צו זיין אייביג צו נאטורלעך. ער דארף קענען שפילן אביסל פאליטיק, און דוקא דאן האט ער א חן און איז געשמאק צו הערן וואס ער האט צו זאגן.
איי וועסטו פרעגן וואו קומט עס דא אריין? איך ווייס אויך נישט. איך האב זיך פונקט יעצט דערמאנט דערפון.

די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
פינטעל פינטעל
אז מזל טוב פאר כבוד ידידי אהובי המאור הגדול מוה"ר [tag]דער (פינטעל) איד[/tag] שיחי' פאר זיין דערגייכען צום ואת האלף תקח לך.
איך געדענק נאך זיין ערשטע תגובה דא פונקט ווי איך געדענק זיין טויזענסטע, א נחת צו האבען אזא פערשוין, מיום הולדו האב איך איהם נאך געקוקט, יא יא איך האב געהאט א גוטע אויג, געקוקט האב איך אויף א קליינע פינטעלע געזעהן האב איך זה הקטן גדול יהיה.
צלח ורכב ויתרומם קרנו על כל סביבותו וימצא חן בעיני קוראיך ויראיך.

"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)

- מצטמק ויפה
- היימישער באניצער
- הודעות: 479
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
- האט שוין געלייקט: 761 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 844 מאל
אודה ד' מאוד בפי ובתוך רבים אהללנו!
ברוך שהחיינו והגיענו לעת הזאת.
האַלאָ, מצטמק'ל טייערע, וואס ביסטו אזוי פרייליך ווי א ראזשינקע? מען וואלט געקענט מיינען אז מען האט דיך מכבד געווען מיט סנדקאות ביי דיין עלטסטע איר אייניקל, בארואיג זיך, לשמחה מה זו עושה? האסט סך הכל געשריבען דיין הונדערט'סטע תגובה, נו מה כל הרעש?
איז לאמיך מיט-טיילן מיט אייך, מיינע טייערע פריינד, חבירים וידידים אמיתים, וואס קומען אריין דא אין שטיבעל צו טועם זיין פונ'ם געשמאקע'ן רייכע'ן קאווע וואס ווערט דא פארטיילט, דורך אויס אלע שעות וואס מיר אידען זענען ערלויבט צו טוען מלאכות, צו וואס איך בין אזוי פרייליך.
איך האלט טאקע נאר ביי מיין מאה'לע, אבער עס איז אסאך מער פון דעם, גייטס נאר צירוק צו מיינע ערשטע פאר תגובות, וועט איר פארשטיין מיין שמחה, מיין ספעלינג, גרעמאטיג, איז געווען עפעס אום-אויס-האלט-באר, שרייבן האב איך קיינמאל נישט געקענט, פארקערט עס איז מיר געווען שווער ווייל א רעדנער בין איך יא (ווייס איך אויך נישט וויפיל איך טויג, אבער למעשה איז עס אזוי) און א בעל דרשן, מיין איך איז א שטיקעל סתירה צו א שרייבער, עס איז גאר א צווייטע טאלאנט, און מען קען נישט שרייבן די וועג ווי אזוי מען רעדט. ווי למשל, ארויס ברענגען דראמאטישקייט, געפיל, שמחה, הרגש, טרערען, וכו' וכו' איז גאר א צווייטע פרשה ביים רעדן ווי ביים שרייבן, ממילא איז מיר דאס געווען שווער.
אבער בחסדי השם איז דא אזא זאך ווי אונזער געשמאקע שטיבעל, וואס צו איר באטעמטקייט איז דאך נישט דא קיין גרעניץ, שטענדיג איז דא אזוי פיין "שמעקעדיג", אזוי אז יעדע "קאווע טרינער" און "איש עברי" אדער "היימישע ליטוואק", וואס קומט מיט "berlbalagule" גלייך פון "לעקוואד", אריין צום שטיבל , זאל'ן זיך שפירן באקוועם, און איינגענעם, און אויב שמעקט דיך נישט אויפ'ן מינוט א "פיינע קאווע", וועט קיינער נישט פרעגן "פארוואס?" נאר "סא וואט", וועם גייט עס אן? טרינק וואס דיר איז צום טעם, עס מוז דאך נישט זיין דווקא א גלעזעל קאווע, עס קען דאך זיין א קאלט "טעפל" "מאראנצען זאפט" אדער גאר "יין שרף" פריש געקוועטשט פון "מ גפני" , אַהה מחי' , און ווי געשמאק איז צוצובייסען א פיינע "קרעקער" צום קאווע, אדער צולעקן א "לאליפאפ", אוי עס האט דאך אלע טעמים.
און ווי אויך איז שטענדיג פאר אונז אנגעגרייט פיינע " געפילטע פיש" מיט געשמאקע,"סאשי פיש" און "פישעלע הערינג", פריש געברענגט שטענדיג דורכ'ן "פיש כאפער", און אלעס איז עפּראָפט דורכ'ן נוטראליסט, און פארשטייט זיך צום לעצט די הויך געשעצטע "ראשעקאל", און ווי געשמאק איז, אז בשעת'ן טרינקען קען מען אריינבליקען און א "שיטה מקובצת", און ווערן א שטיקעל "ידען", אדער זיך צוהערן צי די "פטומי מילי" פון "יואב", "יאיר", "הוגה", און אזוי ווייטער כל אחד בשמו יבורך, אלע אזעלכע " איש האשכולות", און מ'קען געשמאק פארברענגען מיט "יואליש", "מאטי", "משה געציל", "ראבון", און לאמיר נישט פארגעסן אז צו יעדע אראפגעלאזטע גאסט וואס קען קוים "פלעין אידיש" האב'ן מיר גרייט דער "ברסלבר" וועלכע איז ווי פארשטענדליך א שטארקע "אפטעמיסט" און מאכט שטענדיג "נאר פרייליך" אזש אז עס לעבט אויף א יעדעם פון די "קלוגער יונגערמאן" ביז די "שטילע יונגערמאן", אזוי אז עס גייט אריין ביז טיף טיף ביז "די פינטעלע איד", און מ'קען אנהייבען פון פריש ביי "אבגד".
און צי בארואיגען דעם מוח איז אויסגעמאלן דורכ'ן "שרייבער" א שיין בילד פונם פראכטפולן "טיטאניק" שיף, אויף א שיינע רואיגער וואסער, אזוי אז עס בארואיגט אפילו דער מיט די "רויטע וואנצעס". ( נו העלפט'ס מיך ארויס, וואו קען איך אריין שטיפען "ונבנתה העיר", "גנדי", איחוד פעלד", "שעפטעל" "סופר ומונה" , ?)
(זייט מיר מוחל אויב איך האב אייך פארגעסן, איך קען דאך נישט געדענקען אלע.)
ממילא מיט אזא געשמאקע שטיבל, האב איך מיר געזעצט צו די עבודה צו איך קען יא אדער נישט, און צוביסלעך צוביסלעך האב איך מיר געלערנט א געוואלד, סיי אין ספעלינג סיי אין גרעמאטיג, אין ווי אזוי אויסצושטעלן א ארטיקעל, ( איך בין ווייט פון א מושלם, אבער איך האב קונה געווען א געוואלד דא) און אלעס איז פארשטייט זיך צו פארדאנקען די חברי השטיבל, כל אחד בשמו יבורך, און לאמיר האפן מען וועט נאך אסאך פארברענגן צוזאמען.
פארשטייט איר שוין מיין שמחה?!

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מצטמק ויפה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- דער (פינטעל) איד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1192
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
- האט שוין געלייקט: 784 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל
א לייק פאר'ן מיר דערמאנען. און א מזל טוב פאר 100 שטיק, און פאר'ן זיין מיין חסיד
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
- מצטמק ויפה
- היימישער באניצער
- הודעות: 479
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
- האט שוין געלייקט: 761 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 844 מאל
[tag]לאליפאפ[/tag] איך בין אין שאק, נאר פיר הונדערט?
איך האב קיינמאל נישט געקוקט אויף דיין מספר תגובות, אבער פון דיין שפראך און געשמאקע פעדער, בין איך זיכער געווען אז די האלטסט שוין ביי איבער צוויי טויזענט תגובות, אזש אז איך בין געווען זיכער אז אונז גיי מיר האבן די זכי' די זאלסט אויפטרעטן ביי די קאווע שטיבעל געבורטס-טאג מסיבה, אלס איינע פון די אלטע תושבים אין אונזער שטיבעל.

- לאליפאפ
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1281
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 3:12 pm
- האט שוין געלייקט: 276 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 813 מאל
מצטמק ויפה האט געשריבן:[tag]לאליפאפ[/tag] איך בין אין שאק, נאר פיר הונדערט?
איך האב קיינמאל נישט געקוקט אויף דיין מספר תגובות, אבער פון דיין שפראך און געשמאקע פעדער, בין איך זיכער געווען אז די האלטסט שוין ביי איבער צוויי טויזענט תגובות, אזש אז איך בין געווען זיכער אז אונז גיי מיר האבן די זכי' די זאלסט אויפטרעטן ביי די קאווע שטיבעל געבורטס-טאג מסיבה, אלס איינע פון די אלטע תושבים אין אונזער שטיבעל.
און דיין קאנפידענץ רופט וואונדער אויף דיינע 111 תגובות. שכוח פארן קאמפלימענט סתם אזוי, ווייל כ'פאררעכן מיר ווי א פיצעלע שרייבער דא.
- דער (פינטעל) איד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1192
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
- האט שוין געלייקט: 784 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל
1111
איך בין אנגעקומען צו 1111 תגובות. נומעראלעגיס זאגו אז קומענדיג מאל וועט זיין 2222 נישט בעפאר זעקס חדשים. כאפטס אריין צו קוקן אויף אזא אינטערעסאנט נומבער און פרגעסט נישט צואווארפן א לייק פאר אזא דערגרייכונג. (גלייבטס מיר איך וואלט געקענט באשטיין צו טוישן.. ענדערש געוואלט האבן שוין 1111 לייקס און 851 תגובות... כ'פיר אבער נישט דער וועלט)
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
- דער (פינטעל) איד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1192
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
- האט שוין געלייקט: 784 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל
מזל