כלל ישראל פאראייניגט: א טאג פון לערנען
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
כלל ישראל פאראייניגט: א טאג פון לערנען
[justify]אין די איצטיגע הייליגע נעילה מינוטין קומט צו אן ענדע, צום פערטן מאל, דעם גרויסען מעמד גלאבאלע טאג פון אידישקייט לערנען וואס איז אפגעראכטען געווארן דורך צענדליגע טויזענטע אידן איבער די גארע וועלט, מיט א סוקסעס ראטע וואס שטייגט פון יאר צו יאר! אשרי העם שככה לו! דאס געהויבענע גייסט פון די משתתפים וועט בלייבן איינגעקריצט און וועט לעכצען צום קומענדיגען יאר'ס גלאבאלע טאג פון אידישקייט לערנען, ביתר שאת וביתר עוז. מיט רייכע קונטרסים, און אנגעפילטע מוחות צוגייען זיך די באטייליגטע יעדער צו זיין הויז און קהילה, מיט א פרישקייט אויף אנצוגיין ווייטער, מיט תורה לערנען און מיטן אנגייענדיגען שאיפה פון ברענגען אחדות צווישען כלל ישראל.
אונטער דעם "גלאבאלע טאג פון אידישקייט לערנען" שטייט דער "אלף געזעלשאפט" ארגענעזאציע. א וועלטליכע נעץ פון פראגראמען און פרויעקטן, אויפגעשטעלט געווארן אין יאר 88' מיט די מיסיע פון דערנענטערן דעם ברייטן פאבליק צו די ווערק און וויסענשאפט פון אונזערע חכמים, דורכן/און צו פארשפרייטן די לערנונג, ביכער און לעקציעס, פון דעם וועלט בארימטער גאון און פראפעסער, נשיא הסנהדרין (פון יאר 04' ביז 08'), הרב עדין שטיינזאלץ. (און פון יאר 91', אויפן באפעל פון לויבאוויטשע רבי, געטוישט זיין משפחה נאמען צו "אבן ישראל".)
הרב שטיינזאלץ (77) איז ברייט באקאנט פאר זיין לייכטע און קראנטע פירוש אויף די תלמוד (ש"ס), וואס איז נתקבל געווארן בכל תפוצות ישראל, צודעם איז ער אויך דער מחבר פון 10 בענדער אויף ספר "התניא", און נאך ספרים אין הלכה, אגדה, פילוסופיא, קבלה און חסידות. א חלק פון די ספרים זענען איבערגעטייטשט געווארן אויף ענגליש, רוסיש, פראנצויזיש, פארטאגעזיש, און כינעזיש! א סך הכל פון 60 ספרים. צוגאב, האט ער אויפגעשטעלט עטליכע מוסדות התורה וחינוך.
און יאר 10', אין צוזאמענהאנג פון די פארענדיגונג פונעם גאר גרויסען און וויכטיגע 45 יאריגע פרויעקט פון הרב שטיינזאלץ "תלמוד איבערזעצונג אויף ענגליש" (ניו יארק טיימס ארטיקל לכבוד דעם סיום), איז פארגעקומען דעם ערשטען "גלאבאלע טאג פון אידישקייט לערנען". א ציבור מער-ווי-דערווארט, אידן פון אלע סארט שיכטען און גלויבן, האבן געפייערט דעם גרויסען טאג און אנטייל גענומען ביי די צענדליגע תורה-לעקציעס וואס זענען געגיבן געווארן ביים יענעם היסטארישען צוזאמענקום. די סוקסעס פונעם מעמד האט ווי גערופן פון זיך אליין "לשנה הבאה כן"! און אזוי איז נולד געווארן דעם "גלאבאלע טאג פון אידישקייט לערנען".
צום צווייטען יאר, 11', האבן זיך אזויפיל ווי 250 קהילות אין 40 אנדערע מדינות אנטייל גענומען. דער הויפט-טעמע יענעם יאר איז געווען - לויטן עצה פון הרב שטיינזאלץ - ארום דעם פסוק "שמע ישראל", א סלאגען וואס פאראייניגט אלע אידן, אפגעזעהן זייער פארשידענע ערציאונג. נאך א הונדערט מער קהילות זענען צוגעקומען ביים דריטען "גלאבאלע טאג פון אידישקייט לערנען", יארע 12'. די רייכע און דעטאלע באריכט קענט איר ליינען דא אויף 174 זייטן אין א פי.די.עף. פארמאט.
היי-יאר וועט אפגעראכטן ווערן דער "גלאבאלע טאג פון אידישקייט לערנען" אין 400 קהילות פארשפרייט אין 48 מדינות. די סיסטעם פונעם טאג איז אוועקגעשטעלט אז יעדע קהילה ארגענאזירט לאקאלע לעקציעס דורכאויס עטליכע שעות אין טאג, און צוגאב, קען מען דורכאויס די 24 שעה פון טאג מיטהאלטן 24 לעבעדיג שיעורים וואס ווערן געגעבן לכבוד היום. א יעדע שעה הייבט זיך אן א נייע שיעור. פאר א ליסטע פון די 24 שיעורים אויפן אינטערנעט, זעה דא
דא אין ניו יארק ווערט דער "גלאבאלע טאג פון אידישקייט לערנען" אפגעראכטן, צווישען אנדערע, דורך מכון הדר צוזאמען מיט דרישה, אין די שעה'ן 10 11 און 12 וועלען די שיעורים פארקומען אין מכון הדר, און אין די שעה'ן 2 3 און 4 וועלען די שיעורים פארקומען אין דרישה (געפינט זיך צוויי גאסן פון מכון הדר). יעדע משתתף האט אן אויסוואל אין יעדע שעה פון 4 ביז 5 שיעורים.
דא (און אויך דא) קענט איר זעהן א ליסטע פון די שיעורים, די מגידים און עטליכע מראי מקומות.
מכון הדר, איז אויפגעשטעלט געווארן אין יאר 06' דורך די זעלבע מייסדים פון קהילת הדר, אין יאר 01'. און איז סטאנצירט אינעם בנין 109 אמסטערדאם גאס, אינעם אויבערשטען מערב זייט פון מאנהטען (אמאל געווען א שטאטישע לייברערי), איין הויז נעבען דעם גרויסען נייע לינקלען פליין שוהל (square אין אידיש), דארט ווי יענקי לעממער איז די נייע חזן. (א בילד פונעם שוהל וואס גוגל מאפעס האט נאך נישט).
צווישען די מגידים געפינען זיך גאר געלערנטע מענטשן און תלמידי חכמים מחברי ספרים. א שטייגער ווי הרב דוד זילבער, ממיסדי וראשי דרישה, א מוסמך פון ישיבת רבינו יצחק אלחנן. אין יאר 00' איז ער ערוועילט געווארן צו באקומען "פרס הברית", און מחבר פון הגדה של פסח "צא ולמד" זיינע שיעורים אין תנ"ך זענען אויסגעצייכענט מיט בקיאות און ישרות. אזוי אויך פרוי Judy קליסטנער, א תלמידה פון דעם באקאנטען אשה מחכמת נחמה לעבאוויטש זצ"ל, פון וועם זי האט מקבל א מהלך אין לערנען תנ"ך. פרוי קליסטנער'ס ספר Subversive Sequels Bible האט געווינען אין יאר 09' דעם נאציאנאלע אידישע בוך קאמיטע. זי איז פון די הויפט מגידי שיעור אין פרדס.
צווישען די מגידי שיעור געפינען זיך אויך קאנסערוואטיווע ראבייס, א שטייגער ווי הויכעגעשעצטע יונגע ראביי Jill יאקאב, יושבת ראש תרועה, מוסמכת פון שעכטער'ס סעמינאר, און מחברת ספר "לא יהיה אביון בקרב עמיך" און נאך, וועט געבען א שיעור: "די אידישע צוגאנג אין אמעריקאנע פאליטיק". און איר מאן, ראביי גיי אוסטריען, דער נייער רב פון פארט טרעיאן אידישע סענטער (און גרויסע אטקיוויסט צו מקרב זיין אידישע אידישע לבג"ט) וועט געבן א שיעור ארום די מדרש "בן עזאי, היה יושב ודורש: והאש מלהטת סביבותיו. (אגב, זייער חתונה ווערט באריכטערט אין די ניו יארק טיימס).
(רציתי להאריך עוד, אבל אין הזמן מספיק)
.[/justify]

Under influence
- בענדזשאמין פרענקלין
- שריפטשטעלער
- הודעות: 765
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
- האט שוין געלייקט: 2326 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
איך פארשטיי נישט! פון אנהייב איז משמע אז ס'געווען היינט, שפעטער איז משמע אז ס'גייט זיין. ביטע ערקלערן.
איז דזשודי קליסטנער די ווייב פון הרב שמולי קליסטנער?
אגב, כ'בין אינגאנצן צומישט! וואס האט די שטיינזאלץ ש"ס מיט די יום הצלה פון די רבי זכיסעינו???

"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
איין הויז נעבען דעם גרויסען נייע לינקלען פליין שוהל (square אין אידיש), דארט ווי יענקי לעממער איז די נייע חזן. (א בילד פונעם שוהל וואס גוגל מאפעס האט נאך נישט).
דא האט איר א שיינע קליפ, דער חזן און דער שוהל במלאו יפים והדרם.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=ZrRSsq2ZR5s[/youtube]
Under influence
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1396
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
- האט שוין געלייקט: 3030 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
- קאנטאקט:
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 80
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 16, 2014 1:31 pm
- האט שוין געלייקט: 50 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל
יעצט האב איך באטראכט די בילדער אין די היימישע צייטונגען, ווערט געזען צווישן אנדערע ר' משה פרידמאן מאנרויער זיצט און לערנט... אזוי אויך נאך פארשידענע באקאנטע פיגורין ווי נפתלי אלימלך ווייס און נאך אזעלכע סארט, זייט ביי זייט מיט אידן אנע היטן און בערד. זייער אינטערסאנט און מערקווירדיג, אזא מיני כינוס כלל ישראל...
- ישמעאל הכהן
- חבר ותיק
- הודעות: 2111
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
- האט שוין געלייקט: 1551 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
עס איז מיט גרויס פרייד אויפגענומען די בשורה טובה, אז הרב שטיינזאלץ האט זיך פולקאם ערהוילען פון זיין סטרוק רח"ל.
http://www.jewishpress.com/news/israel/ ... 017/07/09/
http://www.jewishpress.com/news/israel/ ... 017/07/09/
Under influence
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
ברוך דיין אמת. הרב שטיינזאלץ איז היינט אוועק לבית עולמו.
יהא זכרו ברוך
יהא זכרו ברוך
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא