מרן הראב"ד ירושלים שליט"א זאגט זיך אפ פון די עדה החרדית
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 547
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 5:51 pm
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל
איחוד פעלד האט געשריבן:נאך אדורך ליינען די תשובת הראב"ד, און אין די צווייטע בלאט דא איז דא א גביית עדות אז די מערות זענען יא גרעסער, און מען קען דארט ליגען מושכב כדרכו.
אין אמת איז די תשובה פין ראב"ד גוט, איך פארשטיי נאר נישט איין נקודה וואס ער זאגט דארט אז די מערות זענען קליין, און מען קען דארט נישט באגראבען איינעם מושכב כדרכו. לכאורה, ווען היינט זענען די מערות שוין פיל מיט ערד, מען טוט עס נאר צוריק אויף גראבען, וויאזוי ווייסט מען דער אריגינעלער סייז פין דער מערה?
אקיצור, דא רעדט מען א מחלוקת במציאות הדברים, די אוסרים טענה'ן מען רעדט דא פין געהעריגע מערות קבורה, די מתירים זאגען אז נישט. איינער זאגט דא קלאר ליגענט.
אם כן אני אומר, אויב כלל ישראל'ס פוסקים האבען זיך דערקייקעלט צו א נידריגע מצב, אז פוסקים אליין זאגען ליגענט, זענען זיי אליין שולדיג אין דעם וואס מען טראסט זיי נישט. און דא רעדט מען נישט פין קליינע פוסקים, מען רעדט פין די גרעסטע וואס אונז פארמאגען מיר. שעמסט ענק פוסקים, נישט קיין נפק"מ ווער איז גערעכט, אבער טאמער מיז איך קליינע פליג צוקוקען ווי מען פייט זיך ווי די גרועים שבאומות, און מען קען נישט זאגען דער אמת און דן זיין די הלכה, זענען ענק נישט ווערט קיין צוויי סענט. טיילט ענק און טיילט ענק און גייטס ווי דער פעפער וואקסט.
נאר דאס איז דער גרויסער וואונדער:
די מערכה איז אין א שטעטל אין ארץ ישראל, הנקרא בית שמש.
אפשר קען מיר עמיצער מסביר זיין: וואו קומען דא אריין אמעריקאנער אדער קאנאדער רבנים.
האט איינער גובה עדות געווען?
האט איינער געזען במו עינין, ווי עס שטייט אין לדיין אלא מה שעיניו רואות?
האבן די ארץ ישראל רבנים געבעטן הלכה'דיגע בעקאפ פון די אמעריקאנער גדולים???
איז דען דאס א פראטעסט קעגן בעגין אדער יצחק ראבין צי אהוד ברק? עס איז א הלכה'דיגע דיון? ווי קומען פרעמדע רבנים שלא קראו ולא שנו אריינצורעדן?
איז טאקע די תטרה אינגאנצן פאליטיזירט רח"ל?
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
- היימישער ליטוואק
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1658
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
- האט שוין געלייקט: 1449 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
נאטרוליסט האט געשריבן:נאר דאס איז דער גרויסער וואונדער:
די מערכה איז אין א שטעטל אין ארץ ישראל, הנקרא בית שמש.
אפשר קען מיר עמיצער מסביר זיין: וואו קומען דא אריין אמעריקאנער אדער קאנאדער רבנים.
האט איינער גובה עדות געווען?
האט איינער געזען במו עינין, ווי עס שטייט אין לדיין אלא מה שעיניו רואות?
האבן די ארץ ישראל רבנים געבעטן הלכה'דיגע בעקאפ פון די אמעריקאנער גדולים???
איז דען דאס א פראטעסט קעגן בעגין אדער יצחק ראבין צי אהוד ברק? עס איז א הלכה'דיגע דיון? ווי קומען פרעמדע רבנים שלא קראו ולא שנו אריינצורעדן?
איז טאקע די תטרה אינגאנצן פאליטיזירט רח"ל?
די אלע קשיות זענען אויך שווער געוועהן ווען הרב אלישיב זצ''ל האט מתיר געוועהן צו גראבן ארום 15 יאהר צוריק און די עדה האט געהאלטען פארקערט. דעמאלטס האבן די היינטיגע אהרונים און ר' אהרן נישט געהאט קיין פראבלעם זיך אריינצומישען אפילו זיי זענען געוועהן אין אמעריקע.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
גאלד האט געשריבן:וואס הייסט טאקע די וואכן די בנין וציור המשכן איז מלא וגדוש מיט חילוקי דעות, דאס איז קלאר מחלוקת במציאות, אדער איז עס געווען אזוי אדער אזי,
אין פיפציג יאר פין היינט קען מיט לעגימיטירען א מחלוקת צו דער מערות אין בית שמש זענען געוועהן גענוג ברייט צו ליגען מושכב כדרכו אדער נישט. היינט צו טאג ווען די מערות זענען דארט, גייט ביידע אראפ צוזאמען, דער ראב"ד מיט דער גאב"ד, מיט די גבאים, מיט די מוחים, מיט סלאנים און גולדקאפוואוויץ און זייטס מחליט אויב איז עס גרויס גענוג אדער נישט.
אלא מאי?
ביידע ווילען נישט וויסען דער אמת. ער וויל אזוי, און ער וויל אזוי.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
- גאלד
- חבר ותיק
- הודעות: 2379
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
- האט שוין געלייקט: 625 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל
דער ראב"ד'ס פונקטן בקיצור:
1. ס'א חשש רחוק מאוד אז די עצמות זענען מתי ישראל, צוליב כמה וכמה סיבות
2. די מתים זענען אור-אלטע עצמות ישבות בלי בשר וליחות, וואס בכגון דא האט עס אן אנדערע הלכה,
3. מיטאמאל גאנצע שלבים טרעפט מען אויך נישט דארט, וואס דאס מאכט עס אויך אז ס'האט א אנדערע הלכה,
4. דער מקום איז שוין 100טער צו אפשר 1000טער יארן נישט מיוחד לבית הקברות, וואס דאס מאכט עס אויך אז ס'האט א אנדערע הלכה,
5. מצד הלכה איז בנד"ד חיובא רמיא צו זוכן התירים און מ'טאר נישט זוכן חומרא'ס
6. עכ"ז ליתר שאת, זאגט ער נישט אז מ'זאל ווארפן די עצמות אין גארביטש, נאר מפנה זיין,
1. ס'א חשש רחוק מאוד אז די עצמות זענען מתי ישראל, צוליב כמה וכמה סיבות
2. די מתים זענען אור-אלטע עצמות ישבות בלי בשר וליחות, וואס בכגון דא האט עס אן אנדערע הלכה,
3. מיטאמאל גאנצע שלבים טרעפט מען אויך נישט דארט, וואס דאס מאכט עס אויך אז ס'האט א אנדערע הלכה,
4. דער מקום איז שוין 100טער צו אפשר 1000טער יארן נישט מיוחד לבית הקברות, וואס דאס מאכט עס אויך אז ס'האט א אנדערע הלכה,
5. מצד הלכה איז בנד"ד חיובא רמיא צו זוכן התירים און מ'טאר נישט זוכן חומרא'ס
6. עכ"ז ליתר שאת, זאגט ער נישט אז מ'זאל ווארפן די עצמות אין גארביטש, נאר מפנה זיין,
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
גאלד האט געשריבן:דער ראב"ד'ס פונקטן בקיצור:
1. ס'א חשש רחוק מאוד אז די עצמות זענען מתי ישראל, צוליב כמה וכמה סיבות
2. די מתים זענען אור-אלטע עצמות ישבות בלי בשר וליחות, וואס בכגון דא האט עס אן אנדערע הלכה,
3. מיטאמאל גאנצע שלבים טרעפט מען אויך נישט דארט, וואס דאס מאכט עס אויך אז ס'האט א אנדערע הלכה,
4. דער מקום איז שוין 100טער צו אפשר 1000טער יארן נישט מיוחד לבית הקברות, וואס דאס מאכט עס אויך אז ס'האט א אנדערע הלכה,
5. מצד הלכה איז בנד"ד חיובא רמיא צו זוכן התירים און מ'טאר נישט זוכן חומרא'ס
6. עכ"ז ליתר שאת, זאגט ער נישט אז מ'זאל ווארפן די עצמות אין גארביטש, נאר מפנה זיין,
גיי איבער די תשובה נאכאמאל.
1. ס'דא ראיות ברורות אז קיין אידן זענען דארט נישט באגראבן. פינטעל. און ביי דעם בלייבט ער.
- און פון דא און ווייטער איז ער ממשיך די תשובה על דרך העטעך פעטעך, אפילו אם תמצי לומר אז ס'דא א "ספק" קבר ישראל.
כלומר, אז 2 3 4 וכו' זענען נישט קיין סניפים להקל - אזוי שרייבט ער קלאר ארויס - ס'איז נאר פאר דער וואס וויל נישט גלייבן אז ס'איז קבר עכו"ם
אבער אין אמת'ן דארף מען נישט קיין סניפים, ווייל ס'איז קלאר - און עסרע שמידישע האט נישט קיין ראיה להיפך - אז ס'איז קברי עכו"ם.
Under influence
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 547
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 5:51 pm
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל
ראשעקאל האט געשריבן:נאטרוליסט האט געשריבן:נאר דאס איז דער גרויסער וואונדער:
די מערכה איז אין א שטעטל אין ארץ ישראל, הנקרא בית שמש.
אפשר קען מיר עמיצער מסביר זיין: וואו קומען דא אריין אמעריקאנער אדער קאנאדער רבנים.
האט איינער גובה עדות געווען?
האט איינער געזען במו עינין, ווי עס שטייט אין לדיין אלא מה שעיניו רואות?
האבן די ארץ ישראל רבנים געבעטן הלכה'דיגע בעקאפ פון די אמעריקאנער גדולים???
איז דען דאס א פראטעסט קעגן בעגין אדער יצחק ראבין צי אהוד ברק? עס איז א הלכה'דיגע דיון? ווי קומען פרעמדע רבנים שלא קראו ולא שנו אריינצורעדן?
איז טאקע די תטרה אינגאנצן פאליטיזירט רח"ל?
די אלע קשיות זענען אויך שווער געוועהן ווען הרב אלישיב זצ''ל האט מתיר געוועהן צו גראבן ארום 15 יאהר צוריק און די עדה האט געהאלטען פארקערט. דעמאלטס האבן די היינטיגע אהרונים און ר' אהרן נישט געהאט קיין פראבלעם זיך אריינצומישען אפילו זיי זענען געוועהן אין אמעריקע.
אפשר ברענגטו איין דרשה פון סאטמאר רבי'ן פון דעמאלט?
אפשר ברענגט איר איין פראטעסט פון סאטמאר קעגן הרב אלישיב? א שטייגער ווי טירנויער איצט?
אפשר ברענגט איר איין דאקומענט פון סאטנאר רבי'ן, איין מכתב מחאה ביטע.
אויסערדעם, פארשטייט יעדעס חדר אינגל אז הרב אלישיב פאר סאטמאר האט נישט די הלכה ווי הרב שטרנבוך.... כאטש הרב אלישיב קען מער לערמען, אבער שטערנבוך איז אונז מחייב פיל מער ווי אלישיב. און דארט האט סאטמאר רבי נישט געמאכט קיין בריוו קעגן.
ביטע טשעק די פאקטן, און אטאקיר שפעטער.
- איש עברי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 798
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
- האט שוין געלייקט: 997 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל
איש עברי האט געשריבן:געווען אמאהל אין א ישיבה אין לאנדאן ווי עס האבן געלערנט צוויי פיינע בחורים איינער האט געהייסן טוביה'לע און איינער מוישי, ביידע האבן פלייסיג געלערנט, און ביידע האבן געהייסן פיינע בחורים מוישי איז געווען א שטערקערע עילוי און טוביה'לע איז געווען א שטיקל עובד'ל, אבער זיי זענען זיך עפעס נישט אויסגעקומען צווישן זיך מוישי איז געווען א שטיקל בעל גאווה און אראפגעקוקט טוביה'לע אים געהאלטן פאר א תמים און נארישער, און טוביה'לע איז אויך עפעס נישט געווען אויסגעצייכנט און מדות ער האט געקענט כאפן כעס אויסברוכן און אנשרייען אנדערע,
יאהרן זענען אריבער מוישי איז געווארן א דיין אין אפריקע, טויביה'לע א מגיד שיעור און קיינער האט נישט געהערט איינער פון צווייטן, מיט די יאהרן האט מוישי אדאנק זיין גוט קעפל זיך אריינגעריקט אין די עדה החרדית, און ארויסגעגבן ספרים און געחלומ'ט אז די טאג וועט קומען און ער וועט זיין ירושלימ'ע רב, ער האט געדולדיג אויסגעווארט די פטירה פון די מנחת יצחק און פון רבי משה אריה און אפילו פון הרב דושינסקי און געוויסט אז אט אט הנה ימים באים און אני אמלוך.
ליידער האבן די זאכן נישט אזוי גוט געפארן, ער איז טאקע א תלמיד חכם אבער מענטשן האבן נישט געגליכן זיין ווילדקייט און קרומקייט און ווען די בענקל פון ירושלימע רבנות איז ליידיג געווארן האט מען זיך ארויסגעלאזט אויף א יאגד זוכן א פאסיגע מענטש.
לאמיר צוריקגיין צו טוביה'לע צוביסלעך איז אים געלונגען צו באקומען הוראה און צוליב זיין גוטן נאמען האט מען אים אויפגענומען אלס דיין אין די אנטווערפענע קהלה, אבער נאך א קורצע תקופה האט זיך ארויסגעשטעלט אז די אנטווערפענע קהלה האט אריינגעביסן אין א ביטערע עפל, ער קומט זיך נישט דורך מיט מענטשן גייט קאפ אין וואנט און איז עקסטרעם אויף יעדע זאך און ווייסט נישט פון קיין שביל הזהב.
און גרויס צווייפל האט די אנטווערפענע קהלה געזוכט אים פטור צו ווערן און ווען זיי האבן געהערט אז אין ירושלים זוכט מען א רב האבן זיי אונטערגעשיקט שליחים צו די עדה החרדית און געזאגט כזה ראה וקדש נעמט אונזער רבי טוביה'לע ווייל מיר האלטן אים נישט אויס פאר ענק ירושלימ'ע קנאים איז ער פונקט גוט.
אומר ועושה מען האט באשלאסן צו נעמען רבי טוביה, און מען האט איינגעמאלדן די חברי הבי"ד אז די החלטה איז געפאלן צו נעמען רבי טוביה ווייס פאר רב, ווי מוישי וואס איז היינט רבי משה האט דאס געהערט האט א קאלטע שווייס אים באדעקט. דאס איז דאך ריכטיג שפחה כי תירש גבירתה, דער אפגעריסענער טוביהלע איז גאהר דער וואס נעמט מיר אוועק דעם בענקל, און אין די רגע האט ער געשוואוירן אין זיין בענקל אז ער וועט דעם טויביהלען פארביטערן דאס לעבו ער זאל חרטה האבן אויף די טאג וואס ער האט אנגענומען די רבנות.
המשך יבוא....
אלזא קורץ נאך וואס רבי טוביה איז אנגעקומען האט רבי משה אים געגעבן אנצוהערן אז ער רעכנט זיך מיט אים גאנץ ווייניג און ער האט אים איגנארירט ווי א שטיין, און די אלטע קנאה צווישן זיי איז געשטיגן כסדר.
ווידער רבי טוביה איז נישט קיין דיפלאמאט - איידל גערעדט - און אנשטאט אביסל צוחנפ'ן רבי משה האט ער אים צוריקגעוויזן א קאלטן רוקן און אזוי ארום האבן ביידע זיך געדרייט מיט א געפיהל פון יום נקם בלבי.
די קברים איז געווען א גאלדענע געלעגנהייט פאר בידע צו ווייזן זייערע מוסקלען, רבי טוביה האט געאסרט ווייל ער האט ליב די ווארט אסור ער האט א קראש אויף יעדע עקסטרעמיסט און די ווערטער אסור טמא זענען שגור על פיו.
ווידער רבי משה האט דא געזעהען א גאלדענע געלעגנהייט צו ווייזן פאר די וועלט וואסארא דורכפאל דער רבי טוביה איז האט ער געשריבן א תשובה מיט קן טעמים להיתרא, וואס עס איז קלאר אז ער איז געווען אויסן מתיר צו זיין צו ווייזן איינמאהל פאר אלעמאן ווער עס האט די כחא דהיתרא.
אט אזוי האט דער רבוש"ע ברוב רחמיו וחסדיו צוגעשטעלט פאר יעדן וואס ער האט געוואלט און וואס ער האט ליב, רבי טוביה האט ליב מערכות האט ער עס באקומען, רבי משה האט ליב נקמה און ער האט עס באקומען, און די ירשולימע ליידיגייערס האבן ליב הפגנות האבן זיי עס באקומען, און קאווע שטיבל שרייבערס נעמען אויך ארויס זייער חלק.
כן ירבו....
- פלעין יודיש
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1116
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 3:35 pm
- האט שוין געלייקט: 752 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל
- פלעין יודיש
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1116
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 3:35 pm
- האט שוין געלייקט: 752 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל
איש עברי האט געשריבן:במחוזותינו איז איינגעפירט אז מהאט הנאה גיט מען א לייק, יא יא דו זעהסט די הענטעלע דארט אויבן...
איך שעם מיך צו זיין א תובע בפה אבער איך בין מגלה דעת אז סמאכט מיך הרחבת הדעת אין עבדות השם...
גלייב מיר אז איך האב ערנסט געטראכט צו ס'קימט דיר א לייק צו נישט
בעצם ווען עס וואלט געווען געשריבן אויף מיר אדער אויף דיר וואלט איך דיר געגעבן אפילו צען לייקס (כנגד עשר מכות אדער כנגד עשרה בניו של המן), אבער ווי געשמיעסט דאס צושרייבן אויף הני תרי רבנן קען איך נישט געבן מיין הסכמה און זיין א שותף לדבר...
איך מיין אז ס'איז געניג געווען אז איך האב דיר כאטש געגעבן דעם קאמפלעמענט
- איש עברי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 798
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
- האט שוין געלייקט: 997 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל
פלעין יודיש האט געשריבן:איש עברי האט געשריבן:במחוזותינו איז איינגעפירט אז מהאט הנאה גיט מען א לייק, יא יא דו זעהסט די הענטעלע דארט אויבן...
איך שעם מיך צו זיין א תובע בפה אבער איך בין מגלה דעת אז סמאכט מיך הרחבת הדעת אין עבדות השם...
גלייב מיר אז איך האב ערנסט געטראכט צו ס'קימט דיר א לייק צו נישט
בעצם ווען עס וואלט געווען געשריבן אויף מיר אדער אויף דיר וואלט איך דיר געגעבן אפילו צען לייקס (כנגד עשר מכות אדער כנגד עשרה בניו של המן), אבער ווי געשמיעסט דאס צושרייבן אויף הני תרי רבנן קען איך נישט געבן מיין הסכמה און זיין א שותף לדבר...
איך מיין אז ס'איז געניג געווען אז איך האב דיר כאטש געגעבן דעם קאמפלעמענט
איך האב נישט דווקא געמיינט מזלזל צו זיין עס איז נאר וויכטיג צו געדענקן אז אפילו גרויסע רבנים זענען נאך אלעם מענטשן מיט חשבונות און געפיהלן און מ'דארף אלעס נעמען און פראפארציע ואכמ"ל
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
גאלד האט געשריבן:וואס הייסט טאקע די וואכן די בנין וציור המשכן איז מלא וגדוש מיט חילוקי דעות, דאס איז קלאר מחלוקת במציאות, אדער איז עס געווען אזוי אדער אזי,
אנטשולדיגט, די מחלוקת׳ן אינערהאלב דער בנין הבית זענען נוגע למעשה. יעדער דור האט געהאט א בית דין אין לשכת הגזית און טאמער זיי האבען געהאלטען אנדעריש ווי דער פריערדיגען דור, האט מען געמאכט א נייע מנורה וכדו׳ וכמבואר ברמב׳׳ם הל׳ ממרים אז מ׳קען זיך דינגען במקום ס׳איז נישט קיין גזירה.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא