קורצע איבערזיכט איבער די העלבראנץ כת, העלפט ארויס

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

קורצע איבערזיכט איבער די העלבראנץ כת, העלפט ארויס

שליחה דורך טיטאניק »

מורי ורבותי,
שוין וואכען לאנג ווערט דא איבערגעקייעט און איבערגעשמועסט אלע אפדעיטס ארום די כת פון דער העלבראנץ,
די ויכוחים מיט דעם "בעל הקרניים" איז זייער אינטערסאנט ווען עס איז א געשמאק צי זען אז נאך יעדע טענה'ריי בלייבט ער מיטען צינג אינדרויסן ווי א כלב שוטה וועלכער דרייט זיך אין די גאסן און זוכט קאמפאני,

די אלע ניקס וואס געבען דעם בעל הקרניים אין קאפ אריין טיען זייער א גיטע ארבעט, אבער משום מה פיל איך אז העיקר חסר מן הספר, ווייל בשעת די ויכוחים ווערט דא דערמאנט פארשידענע גאר דראמאטישע און אינטערסאנטע פאקטען אנדעם וואס די פאקטען ווערן קלאר דערציילט, די ניקס וואס רעדן דערפון דערציילן עס ווי כאילו יעדער דא איז באקאנט מיט די מעשיות און געשעהנישען און "שוין" לויפט מען אריין אין א ויכוח מיט דעם בעל הקרניים אדער מיט מנשה'לע צו עס איז יא געווען "אזוי" צי "נישט אזוי", אין די צייט וואס א גרויס חלק ליינער הייבן נישט אן צי כאפן במה דברים אמורים, פון וואס רעדען ענק דארט,

איך פארשטיי אז דער בעל הקרניים וועט וועלען באשמירען די אשכול מיט זיינע פיקרלערייען, און טרייען ווידער נעמען דעם אשכול אלץ א שופר צי מתרץ זיין אלע זיינע משוגענע דרכים, אבער איך בין מקדים אלץ תנאי קודם לפתיחת האשכול אז דאס געהענגעל איז נאר די פלאץ פון די ניקס וואס רעדען לאו דוקא לטובת דעם ראש הכת, ווייל איך זע אז עס איז שוין דא א אשכול וואס איז געבויט כולו זיך אנצונעמען אויף דעם כת viewtopic.php?f=3&t=4941 און אויב דער בעל הקרניים וויל עפעס ענפערען זאל ער עס שרייבען דארט ביטע, און נישט דא
יישר כח

מיינע פראגעס זענען כדלהלן,

א. ווען האט זיך דאס משוגעת פון די כת אנגעהויבען?
ב. וואס האט ער געטון אין מאנסי, געהערט האלבע ווערטער, אבער נישט קלאר,
ג. וואס איז געווען די מעשה מיט ר' אליעזר חיים בלום?
ד. ווען און פארוואס האט ער זיך אריבערגעצויגען קיין קאנאדע?
ה. וואס איז די מעשה מיט זיין ווייב? טאקע אפגעלאזט? ווי דרייט זי זיך היינט?
ו. וואס איז די מעשה מיט זיין זון? טאקע אפגעלאזט? ווי דרייט ער זיך היינט?
ז. ווי וואוינט ער יעצט? און וואס האט ער למעשה פארדינט פון מופען אהין?

מיר בעטן ביטע שרייבט קלארע פאקטען, און באשמירט נישט די אשכול אז עס זאל זיין א פרישע פלאץ פון פראפעגאנדע פאר דער כת, פארקערט נישט קיין חסרון אז מען שרייבט אביסעל נעגעטיוו אויף אזא נעגעטיווע כת.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום טיטאניק, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 276 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 813 מאל

שליחה דורך לאליפאפ »

קיין קאשוי האט ער זיך אריינגערוקט ווי אן אומשולדיג שעפעלע, פארפעסטעט א שיינע פאר טייערע יונגעלייט און זיי געברעינוואשט, ממילא זענען די פילינגס קעגן אים אין קאשוי אויפן העכסטן גראד.
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

שליחה דורך טיטאניק »

ווען האט דאס פאסירט? און וויזוי?
ציוני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 163
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 01, 2012 12:13 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל

שליחה דורך ציוני »

טיטאניק האט געשריבן:מיינע פראגעס זענען כדלהלן,
א. ווען האט זיך דאס משוגעת פון די כת אנגעהויבען?
ב. וואס האט ער געטין אין מאנסי, געהערט האלבע ווערטער, אבער נישט קלאר,
ג. וואס איז געווען די מעשה מיט ר' אליעזר חיים בלום?
ד. ווען און פארוואס האט ער זיך אריבערגעצויגען קיין קאנאדע?
ה. וואס איז די מעשה מיט זיין ווייב? טאקע אפגעלאזט? ווי דרייט זי זיך היינט?
ו. וואס איז די מעשה מיט זיין זין? טאקע אפגעלאזט? ווי דרייט ער זיך היינט?
ז. ווי וואוינט ער יעצט? און וואס האט ער למעשה פארדינט פון מאפען אהין?

מיר בעטען ביטע שרייבט קלארע פאקטען, און באשמירט נישט די אשכול אז עס זאל זיין א פרישע פלאץ פון פראפעגאנדע פאר דער כת, פארקערט נישט קיין חיסרון אז מען שרייבט אביסעל נעגעטיוו אויף אזא נעגעטיווע כת


טיטאניק, הקשית לשאול, ווייל ווי קען מען אין אפאר קורצע שורות אדער טעג, שרייבן וואס דער מטורף האט אנגעדרייט אין פארשידענע יאר'ן,
און למעלה משלושים שנה שוין אקטיוו
אבער פטור בלא כלום אי אפשר
וועל איך נישטערן אין מיין ארכיוון און ארויפברענגען פארבארגענע פייל'ס וואס זענען דאן אוועק געלייגט געווארן, און פארשריבן געווארן אויף זיין פארשאלטענע היסטאריע,

האפענטליך, וועט דער ליינער קענען פארשטיין פון דעם וואס איז פארגעקומען.
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
יהודי לו "ציוני"
ציוני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 163
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 01, 2012 12:13 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל

קורצע איבערזיכט איבער די כת אלברנץ

שליחה דורך ציוני »

זהו כבר המשך למה שצירפתי כעת
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
יהודי לו "ציוני"
ציוני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 163
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 01, 2012 12:13 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל

שליחה דורך ציוני »

דא קענט איר זעהן בייגעלייגט א בריוו
וואס דער מטורף שרייבט
(איך האב געזען די כת"י אויך)
און ליידער ס'כאפט א פחד, אז דער מטורף האט מצליח געווען במעשי טירופו
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
יהודי לו "ציוני"
ציוני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 163
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 01, 2012 12:13 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל

שליחה דורך ציוני »

וזה עוד קצת
תקציר על חיו ומפעליו, של המטורף
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
יהודי לו "ציוני"
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

שליחה דורך טיטאניק »

א הערצלעכע דאנק
ציוני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 163
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 01, 2012 12:13 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל

שליחה דורך ציוני »

הרב טיטאניק, איך האף ס'וועט דיר צופרידן שטעלן

אויב עפעס בלייבט אומקלאר, שעם זיך נישט צו פרעגן, און מ'וועט פראבירן אלעס צו ענטפערן בטוטו"ד



נ.ב. דאס איז אלעס דברים ידועים וברורים,
אפשר נישט גענומען פון די בעסטע מקורות

אבער אלעס איז ליידער קראנט
(רק שבמקורות האלו כתבו הכל, ע"כ העתקתיו משם)
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
יהודי לו "ציוני"
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

איך ליין עס איבער

שליחה דורך טיטאניק »

און ברשותך ציוני גיי איך מאכען א קיצור אויף אידיש און עס דא ארויף לייגען בקרוב
פיניש
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 24
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 16, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל

שליחה דורך פיניש »

העלבראנץ איז א ערליכע איד, קיינער האט גארנישט אפענע שמוץ אדער מיסברויכן אויף אים. אויב איז יא דא אדרבה ניתי ונחזה!
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

שליחה דורך טיטאניק »

פיניש האט געשריבן:העלבראנץ איז א ערליכע איד, קיינער האט גארנישט אפענע שמוץ אדער מיסברויכן אויף אים. אויב איז יא דא אדרבה ניתי ונחזה!

קרני צבי
די אשכול האט א תנאי ביטע פיץ אפ פון דא!!!!!!!
חקרן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 606
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1086 מאל

שליחה דורך חקרן »

פיניש האט געשריבן:העלבראנץ איז א ערליכע איד, קיינער האט גארנישט אפענע שמוץ אדער מיסברויכן אויף אים. אויב איז יא דא אדרבה ניתי ונחזה!


אזוי...
פרעג נאר די וואס געדענקען אים ווען ער האט זיך געדרייט ביי שיק אין בית-המדרש... פאראן רומערס אויף אים אז ער האט מטמא געווען א בחור זייענדיג אין טאהש אויף א שבת, אבער איך גלויב נישט אלע רומערס, אבער זיין מצב אין די תקופה וואס ער האט זיך געדרייט ביי שיק איז גלוי ומפורסם לכל, גיי פרעג דיר נאך... איך האב עס אליין געהערט מכלי ראשון, מער פון איין מאל, און איך בין נישט א מענטש וואס קויפט אלעס אפ, איך שרייב נישט אין די לו
פיניש
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 24
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 16, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל

שליחה דורך פיניש »

איך בין נישט קרני צבי איך קען אפיצן סיי ווי איך האב נישט געזען דיין תנאי.
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

שליחה דורך טיטאניק »

גיי אוועק פון דא
צא טמא ומיד!
ציוני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 163
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 01, 2012 12:13 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל

שליחה דורך ציוני »

פיניש האט געשריבן:איך בין נישט קרני צבי איך קען אפיצן סיי ווי איך האב נישט געזען דיין תנאי.

פיניש
האסט ליב שמוץ??????

ס'דא גענוג אשכול'ס וואס זענען פארשמירט דערמיט

ביטע האלט'ן דעם אשכול ריין
כפי בקשת טיטאניק


און זאג דיין משלח (דו, קרני צבי, אלברנץ וכל שמות הכת דילי') ביטע נאר שרייבן אין די אנדערע אשכול'ס, דא האט מען עפעס געבעטן
און דערפון זאלסטו שרייבן

ווילסט שרייבן היסטאריע ,בכבוד גדול
סתם שרייען איז ביטע טראג דיך אפ פון דא אין פיניש
יהודי לו "ציוני"
ציוני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 163
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 01, 2012 12:13 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל

שליחה דורך ציוני »

טיטאניק האט געשריבן:און ברשותך ציוני גיי איך מאכען א קיצור אויף אידיש און עס דא ארויף לייגען בקרוב

בכבוד גדול
איך האב פשוט נישט קיין געדולד דערצו
אבער אדרבה, איך וועל זיך פרייען דאס צו האבן אין אידיש אויך
יהודי לו "ציוני"
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 276 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 813 מאל

שליחה דורך לאליפאפ »

טיטאניק האט געשריבן:
פיניש האט געשריבן:העלבראנץ איז א ערליכע איד, קיינער האט גארנישט אפענע שמוץ אדער מיסברויכן אויף אים. אויב איז יא דא אדרבה ניתי ונחזה!

קרני צבי
די אשכול האט א תנאי ביטע פיץ אפ פון דא!!!!!!!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פיניש האט געשריבן:העלבראנץ איז א ערליכע איד, קיינער האט גארנישט אפענע שמוץ אדער מיסברויכן אויף אים. אויב איז יא דא אדרבה ניתי ונחזה!

דאס אליין וואס ער טוט איז שוין גענוג אז נארמאלע מענטשן זאללן שטיין ווייט אוועק פון איהם און זיין כת. די אלע מענטשן וואס זענען זיינע אנהענגער זענען נעבעך נשבה בקסם שלו (וואס מ'מוז מודה זיין אז ער האט). זיי לעבן דאך אבער נישט לויט דעם נארמאלן סטענדערד וואס די תורה פארלאנגט. די אידישע רעליגיע איז סוכ"ס דאך נישט די מוסלמענישע. אונז גייען לויט ווי די חז"ל האבן אפגעלערנט וואס די תורה פארלאנגט. די איבריגע טויג נישט. כל היתר כניטל דמי. וכל המוסיף גורע. ר' פיניש אדער קרני צבי. ס'דא א טייטש פון חת"ס על התורה אויפ'ן פסוק "אלה המצוות. לא תוסיפו ולא תגרעו ממנו". אז אויב מ'פארמערט, מ'וויל זיין פרומער פון די תורה וועט מען קומען צו פארמינערן. צו האלטן ווייניגער. :roll: :x :P :o
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

שליחה דורך חזקיהו המלך »

פיניש האט געשריבן:העלבראנץ איז א ערליכע איד, קיינער האט גארנישט אפענע שמוץ אדער מיסברויכן אויף אים. אויב איז יא דא אדרבה ניתי ונחזה!


ביסט אזוי זיכער ????,

נעקסטיים פאר די שרייבסט טראכט צי ס'לוינט זיך .......,

ס'דא א איד אין קרית יואל וואס הייסט ר' מנדל עקשטיין, ער האט אביסל געהאנדעלט אין די העלבראנץ פרשה נאך פין די צייטען ווען העלבראנץ האט זיך באזעצט אין קרית יואל, ער זאגט אנדרעש ווי דיר !,
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט
קרני צבי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 124
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 2:00 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

איידענעטי טעפט!

שליחה דורך קרני צבי »

איך פראטעסטיר, אז איינער מיט די ניק פינש, וויל זיך מאכן כאילו ער איז קרני צבי.

קרני צבי איז דא נאר איינס!

כמוהו לא היה וכמוהו לא יהיה!

איך האב דעם אשכול נישט געזען עד הלום.

איך האב מיט דעם געזונקענעם שיף קיינמאל קיין אגרימענט נישט געסיינט...

מיר לעבן אין מאלכיס שעל כעסעד ווי פרידאם אף ספיעטש איז מיסודי היסודות, און דער וואס וויל דאס אוועררולן זאל זיך טרעפן מיטן טיטאניק.

א. ווען האט זיך דאס משוגעת פון די כת אנגעהויבען?
אסאך פאר דו ביזט געבוירן...

ב. וואס האט ער געטין אין מאנסי, געהערט האלבע ווערטער, אבער נישט קלאר,
געלערנט, געדאוונט, געפראוועט שבת'דיגע סעודות, סדר ליל פסח, תיקון ליל שבועות, הושענות, הקפות שמחת תורה. (נישט קלאר?)

ג. וואס איז געווען די מעשה מיט ר' אליעזר חיים בלום?
דאס דארפסטו פרעגן ר' אליעזר חיים בלום, נישט מיך.

ד. ווען און פארוואס האט ער זיך אריבערגעצויגען קיין קאנאדע?
ווייל זינט די טווין טאווערס האבן געקראכט, איז אמעריקע ווערטלאז.

ה. וואס איז די מעשה מיט זיין ווייב? טאקע אפגעלאזט? ווי דרייט זי זיך היינט?
די מעשה מיט זיין וויב איז אז פשוט, זי האט חתונה געהאט מיט אים. זי האט אים טאקע נישט אפגעלאזט. זי איז אין מאנסי צו קעיר נעמען פון איר טאכטער.

ו. וואס איז די מעשה מיט זיין זין? טאקע אפגעלאזט? ווי דרייט ער זיך היינט?
די מעשה מיט זיין זין איז אויך פשוט, "טאקע אפגעלאזט", ער דרייט זיך היינט לעבן דיר.

ז. ווי וואוינט ער יעצט? און וואס האט ער למעשה פארדינט פון מאפען אהין?
ער וואוינט יעצט אין א שטעטל אין אנטעריא וואס רופט זיך "טשאטאם", וואס ער האט פארדינט פון מאפען אהין אז ער האט זיך נאכמער דערווייטערט פון דיר.
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

שליחה דורך חזקיהו המלך »

ס'קוקט אויס,
אז העלבראנץ האט שוין טויזענט חרטה פארואס ער האט זיך אנגעהויבען מיט די חסידישע עולם, ווען ער חאפט א טיפיקעל ישראלי שלאגט ער זיך מיט איין משפחה, ווען ער האט זיך אנגעהויבען מיט די חסידישע עולם האט ער באקומען א גאנצע קאמיוניטי קעגען זיך, ס'דארף געזאגט ווערען אז אין די לעצטערע יארען האט ער בעיקר געחאפט נשמות פין ישראלים אדער אנדערע אבער נישט פין חסידישע, ער ציטערט, ער האט געחאפט גוטע פעטש פין די חסידים,

עכ"פ, ס'לאזט זיך זאגען אז ער האט מער פיינט די חסידים, ווי די ציונים,

אין ס'לאזט זיך אויך זאגען אז ווען ער וואלט געהאט אביסל ווייניגער נגיעות אין אביסל ווייניגער גאווה, וואלט ער געקענט פארען גוט, ער וואלט געקענט זיין א כלי מפואר, איז ער אבער ביטער פארפארען, אין היינט איז שוין פאר עים ביטער שווער צי איינזעהן אז ער איז געפארען קרום, ווייל דאס מיינט אז ער דארף מאכען דיליט אויף די לעצטע 40 יאר,

אדער קען זיין אז ער ווייסט שוין אז ער פארט קרום, אין ס'שוין נישט קיין קרוב למזיד, נאר טאקע א מזיד, אין אפשער גאר ערגער וואס כ'וויל נישט יעצט שרייבען דא,

עכ"פ די כלל ביי די סארט זאכען איז אז דער קולט פירער איז רוב מאל מער גייסטיש קראנק ווי די נאכפאלגער, ער איז עדיקטעד אז מען זאל גלייבען אין עים אין עים דינען, ער האט א תאווה צי זיין א "גאט", אבער און די הייליגע תורה שטייט אז דער באשעפער איז א "קל קנא" דער באשעפער טאלערירט נישט איינער וואס פארגעטערט זיך, און וסוף הכבוד לבוא, דער באשעפער איז נישט מוותר, ער איז טאקע א מאריף אף, אבער צום סוף קומט אן דער "וגבי דיליה" און ווען ס'קומט שוין אן, דאן איז זייער ביטער,

אויך זעהט מען דא קלאר דער "מדה כנגד מדה" העלבראנץ האט געצווינגען קינדער צי גיין צי אנדערע משפחות וואוינען אלץ שטראף פאר די עלטערן, חאטשיג די קינדער האבען נישט געוואלט גיין, א שרעקליכע עוולה !

יעצט קומט די גאווערמענט אין טוט די זעלבע זאך! שרייעט העלבראנץ אז די גאווערמענט זענען רשעים און זיי האבען נישט רחמנות אויף די קינדער .. ! וואאאאאאאאאאאאאס ???!!!, זיי זענען רשעים ????!!! די האסטעך געטוהן די זעלבע זאך !!!!! פארוואס די מעגסט יא ???? די האסט א מאנאפאל אויף רשעות ????? , נאר וואס דען מדה כנגד מדה !!!!!!

זעהט אויס אז די געשריי פין די אומשולדיגע קינדערלעך איז ארויף פאר'ן כסא הכבוד, און ס'איז ארויס די פסק אין הימל אז מען זאל ארויס נעמען די קינדערלאך פין די רשות פין זייער פייניגער,

אין צי העלבראנץ ווויל איך זאגען, ס'איז קיינמאל נישט צי שפעט צי תשובה טוהן, יא די וועסט דארפען באצאלען א טייערע פרייז פאר אלעס וואס די האסט געטוהן, אבער דאך מיט תשובה וועט די תיקון זיין גרינגער, וועק דיר אויף פין דיין שלאף, האסט דיר געדרייט אין עולם התהו (וד"ל), אין די חברה דארט האבען דיר פארקויפט לאקשען, זיי זענען נישט וואס זיי זאגען זיי זענען ..... , (דאס וואס כ'האב יעצט געשריבען וועט מסתם נאר העלבראנץ אליינס פארשטיין),

מיר האבען א תורה, אין נאר פין דארט דארף מען נעמען את המעשה אשר יעשון, אין מען דארף האבען הילף פין הימל צי פארשטיין וואס די תורה וויל אין וויסען יעדע זאך ווי איין און ווי אויס, און טאמער "לא זכה" דעמאלץ "נעשה לו סם המות",

שלמה'לע די האסט זיך מיאוס בא'נארישט, אבער טוה תשובה ! קריך ארויס פין די בלאטעס, פרוביר צי מתקן זיין וויפעל די קענסט פין וואס די האסט אנגעווערטשאפט, וויפעל תשובה די וועסט טוהן דא אויף דעם עולם, וועט עס גרינגער מאכען דיין תיקון נאכדעם, די האסט נישט קיין השגה וואס די האסט אלץ קליא געמאכט, אבער ווילאנג די לעבסט קענסטו אנהייבען תשובה טאהן, דער בעל דבר וויל זייער דיר האבען אונטער זיין ממשלה, ער האט דיר אינגאנצען פארדרייט, די ביסט נעבעך א גרויס רחמנות, אבער די האסט די בחירה צי אנהייבען תשובה טאהן, טוה תשובה ! יעדע מינוט וואס די ווארטס איז פאר דיר א שרעקליכע שאדען, קיינער לעבט נישט אייביג, אין דער בעל דבר האט יעדע מינוט אנדערע תירוצים, ודי בזה,
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

,
 וואס כ'האב יעצט געשריבען וועט מסתם נאר העלבראנץ אליינס פארשטיין),



וואס איז דאס? קעניג שפראך? איין קעניג צום צווייטען קעניג?

נא סיקריטס אין פאבליק.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
פארשפארט