מרן הראב"ד ירושלים שליט"א זאגט זיך אפ פון די עדה החרדית

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

א מחלוקת אויף אמאל, וויאזוי ס'געווען אין די משכן, הייסט נישט קיין מחלוקה במציאות.
א מחלוקה איבער א מציאות מיינט אז מ'טענהט זיך צו יעצט איז הייס אדער קאלט, יא ביינער נישט ביינער.
Under influence
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

טאקע א גוטע פוינט, קאווע, דאס מיינט א מציאות שאינו ניתן להתברר,

אגב, איך דענק קלאר עפעס א גמרא ווי צווי אמוראים האבן געשוואוירן אויף 2 פארקערטע מציאות וואס מ'האט געקענט מברר זיין, און ס'האט זיך טאקע ארויסגעשטעלט אז איינער איז נישט געווען גערעכט, זאגט דארט די גמ' אז דאס הייסט נישט קיין שבועת שקר ווייל דער נשבע איז בדעתו געווען ברור איז ער געווען א אונס,

אויב איינער קען מיר ביטע טרעפן די גמ' וועל איך מכיר טובה זיין,
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

געטראפן:

שבועות כ"ו ע"א

זאגט די גמ' אזוי

כדרב כהנא ורב אסי אוואו די געשיכטע וואס עס האט פאסירט מיט די 2 גרויסע אמוראים רב כהנא און רב אסי, ביידע גרויסע תלמידים פון רב,
כי הוו קיימי מקמי דרב, ביידע האבן זיך געקריגט איבער וואס פונקטליך רב האט געזאגט, ביידע האבן געהאט פארקערטע ווערסיעס,
די גמרא פארציילט נישט איבער וואס די נושא איז געווען, דער תמצית איז אז מ'האט זיך געקריגט איבער א מציאת הדבר הניתן להתברר,
א כלל קיינער פון זיי האבן נישט געהאלטן ביים נאכגעבן קיין אינטש יעדער האט געהאלטן קלאר פאר א מציאות אז רב האט געזאגט זייער ווערסיע,
עד כדי כך אז
מר אמר שבועתא דהכי אמר רב! איינער פון די 2 אמוראים האט געשוואוירן אז רב האט געזאגט זיין ווערסיע
ומר אמר שבועתא דהכי אמר רב! און דער אנדערע אמורא האט זיך גארנישט דערשראקן און געשוואוירן אז רב האט געזאגט פונקט קאפויער!
איר הערט ווערטער?! דא רעדט מען נישט פון קיין קליינע מענטש, קיין ספק אז די אמוראים האבן געלערנט תורה לשמה בלי נגיעות,
כי אתו לקמיה דרב, אמר כחד מינייהו למעשה ווען מ'איז אנגעקומען צו רב האט מען מברר געווען אז ער האט געזאגט ווי איינער,
אינטערסאנט די גמרא וויל נישט פארציילן, ווער דער געווינער און פארלירער זענען געווען, צו רב כהנא צו רב אסי, נאר אלעס בלשון נסתר,
אמר ליה אידך רופט זיך אן דער אנדערער, (ווייטער בלשון נסתר), דער פארלירער, צו רב
ואנא בשיקרא אישתבעי? מיינט דאס אז איך האב געשוואוירן א "שבועות שקר"?
אמר ליה לבך אנסך האט רב געענטפערט ניין! ביסט גענצלעך אומשולדיג, ווייל דיין הארץ האט דיך געצווינגען, אויב דיין הארץ האט דיר קלאר געזאגט אז דיין ווערסיע איז דער אמת, ביסטו שוין נישט געווען אין קאנטראל, און די ביסט א אונס!
אויס מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 832
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל

שליחה דורך אויס מענטש »

@איש עברי
האסט געמאכט א געפערליכן דזשאב מיט @ פלעין יודיש

אזוי גייט עס קודם איז ער א מדה במקצת נאכדעם ווערט מען א כופר הכל
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

גאלד

סטאפ

לא קרב זה אל זה כלל.

אז ר' אמי ור' אסי האבען זיך געדונגען וואס רב האט געזאגט, אוודאי איז איינער גערעכט געוועהן, ווייל רב האט נישט געקענט זאגען ביידע.

אבער דא רעדט מען איבער וואס גייט פאר יעצט.

אדער די מערות זענען קליין, אדער גרויס, גיי קוק. מאך נישט קיין דמיונות.

ואת"ל אז זיי קריגען זיך צו עס הייסט גרויס אדער קליין, קענסטו זעהן פין די בריוו וואס זיי שרייבען נומערען ווי גרויס עס איז, וועסטו זעהן אז זיי זענען ליגענערס, עכ"פ איינער פין זיי איז א ליגנער.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
חבדניק
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 19
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 28, 2013 4:23 pm
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

שליחה דורך חבדניק »

איש עברי האט געשריבן:
פלעין יודיש האט געשריבן:
איש עברי האט געשריבן:במחוזותינו איז איינגעפירט אז מהאט הנאה גיט מען א לייק, יא יא דו זעהסט די הענטעלע דארט אויבן...
איך שעם מיך צו זיין א תובע בפה אבער איך בין מגלה דעת אז סמאכט מיך הרחבת הדעת אין עבדות השם...

גלייב מיר אז איך האב ערנסט געטראכט צו ס'קימט דיר א לייק צו נישט
בעצם ווען עס וואלט געווען געשריבן אויף מיר אדער אויף דיר וואלט איך דיר געגעבן אפילו צען לייקס (כנגד עשר מכות אדער כנגד עשרה בניו של המן), אבער ווי געשמיעסט דאס צושרייבן אויף הני תרי רבנן קען איך נישט געבן מיין הסכמה און זיין א שותף לדבר...
איך מיין אז ס'איז געניג געווען אז איך האב דיר כאטש געגעבן דעם קאמפלעמענט


איך האב נישט דווקא געמיינט מזלזל צו זיין עס איז נאר וויכטיג צו געדענקן אז אפילו גרויסע רבנים זענען נאך אלעם מענטשן מיט חשבונות און געפיהלן און מ'דארף אלעס נעמען און פראפארציע ואכמ"ל


שמעני אדוני, וואס דו האסט שיין באשריבן "מוישי", באקומט זיך :like

אבער, אולי תואיל בטובך, צו אזוי באשרייבן "אריאל שרון" מיט "ביבי" מיט "פרס" וכל שאר מרעין בישין, זיי זענען דאך לכולי עלמא אטענשן סיקערס...
אבער ביזט דאך מודה אז "אריאל שרון" איז נישט געווען "איי איי איי" כל כולו לשמים...
פארוואס האסטו אים אזוי מספיד געווען (איך האב כמעט געוויינט ביי דיין הספד, אזוי סאך זכותים... ווי נעמט מען דאס?)
איך זעה אז דו קענסט זעהן "מעלת חברינו", נו ביטע...
באניצער אוואטאר
דער (פינטעל) איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1192
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
האט שוין געלייקט: 784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל

שליחה דורך דער (פינטעל) איד »

חבדניק
:דאבללייק:
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

קודם כל חבדניק סאיז מיר א זכיה אז כמעט אלע דיינע תגובות זענען געווענדעט קעגן מיר, אז א איד זאל זיך עפענען א ניק בלויז צו שטיין קעגן איש עברי איז א דערגרייכונג.

לעניינינו, ווען מען רעדט פון אריאל שרון קומט בכלל נישט אריין זיינע מדות מושחתות וכדומה, ווען ער איז נפטר געווארן האב איך געשריבן א הערכה אויף אים ווי ס'פאסט, און ווען א מענטש שטארבט איז איינגעפירט צו שרייבן פאזיטיוו.

לגבי די רבנים פון די עדה החרדית איז א חיוב גמור צו שרייען אין די גאסן אז נישט אזוי דארפן אויסקוקן רבנים, יא מדארף זאגן אז דאס איז נישט וועם מיר דארפן ארויפקוקן, מיט'ן פולן רעספעקט פאר זייערע ידיעות אין תורה זענען זיי פארשטינקענע בעלי מחלוקה וואס ווערן געטריבן פון תאוות הנצחון.

יא אוודאי דארפן תלמידי חכמים דינען פאר אונז אלס דוגמא, אבער מען קען נעמען אנדערע תלמידי חכמים וואס האבן אביסל געארבעט אויף זייערע מדות, אדרבא אפילו אין די עדה אליין איז דא א איד וואס שטייט נישט קיין סך ווייניגער אין תורה ווי הרב שטרנבוך, הגאון הגדול רבי חיים אורי פריינד שליט"א ער איז א תלמיד חכם אויף וועם מ'טאר נישט רעדן א דמות פון א ריכטיגע איד וואס די תורה האט אים אויסגעאיידלט דיבורו בנחת, א סאלידע נארמאלע מענטש וואס שטייט ווייט פון מחלוקת און שנאת חנם, אזוי אויך הגאון רבי אהרן פישער שליט"א א גאון וצדיק מיט א שטארקע אצילות.

עס איז אונזער פליכט צו שרייען אין די גאסן אז די בעלי מחלוקת זענען נישט הגאון הצדיק גאב"ד ירושלים שליט"א און הגאון האדיר בעל תשובות והנהגות שליט"א נאר די מוישי מיט טויביה'לע וואס ליגט אין זיי.

לגבי אריאל שרון לאמיר שוין אננעמען אז ער איז א נבילה, אבער דוכט זיך א א תלמיד חכם וואס איז מחלל שם שמים איז .... טובה הימנו!!!
באניצער אוואטאר
פלעין יודיש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1116
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 3:35 pm
האט שוין געלייקט: 752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך פלעין יודיש »

אויס מענטש האט געשריבן:@איש עברי
האסט געמאכט א געפערליכן דזשאב מיט @ פלעין יודיש

אזוי גייט עס קודם איז ער א מדה במקצת נאכדעם ווערט מען א כופר הכל

אויס מענטש
איך פארשטיי אז די האסט דיך ליב צו ווייקען אין טיפשות אבער שפריטץ עס נישט ארום דא, לאז די עולם טרינקען קאווע רוהיגערהייט
ווייז נישט פאר יעדעם ווי גיט די פארשייסט ווי דורכציליינען א תגובה'לע
איך דערקלער נאכאמאל איש עברי האט אן אייזערנע פען און א געשליפענעם צינגעל וואס איך ווער צידרייט פון דעם יעדערמאל פונדאסניי, ועיין כמה לייקס כבר קיבל.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

איש עברי האט געשריבן:לעניינינו, ווען מען רעדט פון אריאל שרון קומט בכלל נישט אריין זיינע מדות מושחתות וכדומה, ווען ער איז נפטר געווארן האב איך געשריבן א הערכה אויף אים ווי ס'פאסט, און ווען א מענטש שטארבט איז איינגעפירט צו שרייבן פאזיטיוו..


איך בין זייער נייגעריג אויב הרב טובי' אדער הרב מושי וואלטן היינט נפטר געווארן (עמו"ש) צי מען וואלט דא געשריבן א פאזיטיווע הערכה, ווי עס איז "איינגעפירט".

מיי פוט.
וירח ה' את ריח הניחוח
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

[tag]שמעקעדיג[/tag]
וועלכאם בעק אונז האבען דיך אזוי געמוסט נעקסט טיים זאג ביי פאר דו גייסט
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

שמעקעדיג האט געשריבן:
איש עברי האט געשריבן:לעניינינו, ווען מען רעדט פון אריאל שרון קומט בכלל נישט אריין זיינע מדות מושחתות וכדומה, ווען ער איז נפטר געווארן האב איך געשריבן א הערכה אויף אים ווי ס'פאסט, און ווען א מענטש שטארבט איז איינגעפירט צו שרייבן פאזיטיוו..


איך בין זייער נייגעריג אויב הרב טובי' אדער הרב מושי וואלטן היינט נפטר געווארן (עמו"ש) צי מען וואלט דא געשריבן א פאזיטיווע הערכה, ווי עס איז "איינגעפירט".

מיי פוט.


ניין אויסדרוקליך נישט ווייל אלע צייטונגען וועלן האבן גאנצע אפטיילונגען מיט ליגנטס און גוזמאות און סוועט זיין א בחינה כל המוסיף גורע, אבער ביי אריאל שרון האב איך ערפולט א חלל ווייל אין די היימישע צייטונגען איז נאר געשטאנען שאנד ווערטער אויף אים
אי איתמר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 94
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

שליחה דורך אי איתמר »

איש עברי האט געשריבן:
איש עברי האט געשריבן:געווען אמאהל אין א ישיבה אין לאנדאן ווי עס האבן געלערנט צוויי פיינע בחורים איינער האט געהייסן טוביה'לע און איינער מוישי, ביידע האבן פלייסיג געלערנט, און ביידע האבן געהייסן פיינע בחורים מוישי איז געווען א שטערקערע עילוי און טוביה'לע איז געווען א שטיקל עובד'ל, אבער זיי זענען זיך עפעס נישט אויסגעקומען צווישן זיך מוישי איז געווען א שטיקל בעל גאווה און אראפגעקוקט טוביה'לע אים געהאלטן פאר א תמים און נארישער, און טוביה'לע איז אויך עפעס נישט געווען אויסגעצייכנט און מדות ער האט געקענט כאפן כעס אויסברוכן און אנשרייען אנדערע,
יאהרן זענען אריבער מוישי איז געווארן א דיין אין אפריקע, טויביה'לע א מגיד שיעור און קיינער האט נישט געהערט איינער פון צווייטן, מיט די יאהרן האט מוישי אדאנק זיין גוט קעפל זיך אריינגעריקט אין די עדה החרדית, און ארויסגעגבן ספרים און געחלומ'ט אז די טאג וועט קומען און ער וועט זיין ירושלימ'ע רב, ער האט געדולדיג אויסגעווארט די פטירה פון די מנחת יצחק און פון רבי משה אריה און אפילו פון הרב דושינסקי און געוויסט אז אט אט הנה ימים באים און אני אמלוך.
ליידער האבן די זאכן נישט אזוי גוט געפארן, ער איז טאקע א תלמיד חכם אבער מענטשן האבן נישט געגליכן זיין ווילדקייט און קרומקייט און ווען די בענקל פון ירושלימע רבנות איז ליידיג געווארן האט מען זיך ארויסגעלאזט אויף א יאגד זוכן א פאסיגע מענטש.
לאמיר צוריקגיין צו טוביה'לע צוביסלעך איז אים געלונגען צו באקומען הוראה און צוליב זיין גוטן נאמען האט מען אים אויפגענומען אלס דיין אין די אנטווערפענע קהלה, אבער נאך א קורצע תקופה האט זיך ארויסגעשטעלט אז די אנטווערפענע קהלה האט אריינגעביסן אין א ביטערע עפל, ער קומט זיך נישט דורך מיט מענטשן גייט קאפ אין וואנט און איז עקסטרעם אויף יעדע זאך און ווייסט נישט פון קיין שביל הזהב.
און גרויס צווייפל האט די אנטווערפענע קהלה געזוכט אים פטור צו ווערן און ווען זיי האבן געהערט אז אין ירושלים זוכט מען א רב האבן זיי אונטערגעשיקט שליחים צו די עדה החרדית און געזאגט כזה ראה וקדש נעמט אונזער רבי טוביה'לע ווייל מיר האלטן אים נישט אויס פאר ענק ירושלימ'ע קנאים איז ער פונקט גוט.
אומר ועושה מען האט באשלאסן צו נעמען רבי טוביה, און מען האט איינגעמאלדן די חברי הבי"ד אז די החלטה איז געפאלן צו נעמען רבי טוביה ווייס פאר רב, ווי מוישי וואס איז היינט רבי משה האט דאס געהערט האט א קאלטע שווייס אים באדעקט. דאס איז דאך ריכטיג שפחה כי תירש גבירתה, דער אפגעריסענער טוביהלע איז גאהר דער וואס נעמט מיר אוועק דעם בענקל, און אין די רגע האט ער געשוואוירן אין זיין בענקל אז ער וועט דעם טויביהלען פארביטערן דאס לעבו ער זאל חרטה האבן אויף די טאג וואס ער האט אנגענומען די רבנות.
המשך יבוא....


אלזא קורץ נאך וואס רבי טוביה איז אנגעקומען האט רבי משה אים געגעבן אנצוהערן אז ער רעכנט זיך מיט אים גאנץ ווייניג און ער האט אים איגנארירט ווי א שטיין, און די אלטע קנאה צווישן זיי איז געשטיגן כסדר.
ווידער רבי טוביה איז נישט קיין דיפלאמאט - איידל גערעדט - און אנשטאט אביסל צוחנפ'ן רבי משה האט ער אים צוריקגעוויזן א קאלטן רוקן און אזוי ארום האבן ביידע זיך געדרייט מיט א געפיהל פון יום נקם בלבי.
די קברים איז געווען א גאלדענע געלעגנהייט פאר בידע צו ווייזן זייערע מוסקלען, רבי טוביה האט געאסרט ווייל ער האט ליב די ווארט אסור ער האט א קראש אויף יעדע עקסטרעמיסט און די ווערטער אסור טמא זענען שגור על פיו.
ווידער רבי משה האט דא געזעהען א גאלדענע געלעגנהייט צו ווייזן פאר די וועלט וואסארא דורכפאל דער רבי טוביה איז האט ער געשריבן א תשובה מיט קן טעמים להיתרא, וואס עס איז קלאר אז ער איז געווען אויסן מתיר צו זיין צו ווייזן איינמאהל פאר אלעמאן ווער עס האט די כחא דהיתרא.
אט אזוי האט דער רבוש"ע ברוב רחמיו וחסדיו צוגעשטעלט פאר יעדן וואס ער האט געוואלט און וואס ער האט ליב, רבי טוביה האט ליב מערכות האט ער עס באקומען, רבי משה האט ליב נקמה און ער האט עס באקומען, און די ירשולימע ליידיגייערס האבן ליב הפגנות האבן זיי עס באקומען, און קאווע שטיבל שרייבערס נעמען אויך ארויס זייער חלק.
כן ירבו....


הייסט די ראב''ד איז גאר דער וואס רודפ'ט די גאב''ד,
אזוי צו אזוי אפילו האלב פון דעם זאל זיין אמת,
בושה תכסה פנינו!
באניצער אוואטאר
פלעין יודיש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1116
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 3:35 pm
האט שוין געלייקט: 752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך פלעין יודיש »

יא יא האסט עס זייער גיט ארויס
זיינע מענטשען רודפ'ן דעם גאב''ד אינטער א קלייד פון נרדפים
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

ס'איז געווען א וואונדער ביז היינט דעם דר"א וואס ר' משה האט אפגעגעבן פאר'ן גאב"ד טראץ דעם וואס בשעת די גאב"ד איז כסדר און נאר פארנומען מיט מחאות און זיך אננעמען פאר אתרא קדישא פירט ר' משה אן אלע שווערע הלכהדיגע זאכן וואס גייט דורך אין עדה החרידית שווערע דיני תורות בממון כשרות און נאך ר' משה'ס דעת אין הלכה איז די מערסטע רעספעקטירט אין לשכת העדה אבער פונדעסטוועגן געט ער אפ די גרעסטע כבוד פאר'ן גאב"ד און וועט אלעס טון פאר כבוד העדה ביז יעצט ווען די גאב"ד האט זיך באטייליגט ביי א מחאה אקעגן דעם ראב"ד

קומען די אייניקלעך פון אשת פוטיפר און זענען מהפך קערה על פי' אויף אזא ביליגן אופן אז ס'איז שרעקליך

דאס קען מען נאר נאך אפאר יאר זיך ווייקן ביי ר' מנשה פילאפף וכת דילי'
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

די שאלה איז וויפיל האפט די זייטל האט און ווי נאנט דער תלמוד איז צום ראב"ד....

Rav Shternbuch Resigns from Eidah Hachareidis[left]Monday February 17, 2014 2:40 PM

rav-moshe-shternbuchRav Moshe Shternbuch has resigned from his position as the rosh av beis din of the Eidah Hachareidis in Yerushalayim, Matzav.com has confirmed with one of the rov’s close talmidim.

Rav Shternbuch’s resignation comes in the wake of controversy surrounding the Golventzitz construction project in Beit Shemesh. Rav Shternbuch conducted an extensive investigation and ruled decisively that the construction is permitted and there is no concern of building on kevarim in that location. The decision sparked shameful attacks from irresponsible individuals who engaged in a campaign that involved blatant bizayon haTorah.

Rav Shternbuch resides in Har Nof, where he is the rov of the local Gra Shul. He is a direct descendant of the Vilna Gaon.

Born in London, England, before World War II, he was orphaned at an early age. He attended Yeshiva Toras Emes in Stamford Hill, which was led by Rav Moshe Yehuda Schneider, before learning in Yeshivas Brisk. He also learned with Rav Bezalel Rakow, later to become the Gateshead Rov.

Rav Shternbuch subsequently took up a position in Johannesburg, South Africa, where he was widely acclaimed for his rabbinic leadership and shiurim to Jews from across the spectrum. He then moved to Eretz Yisroel and assumed his senior position at the Badatz of the Eidah Hachareidis in Yerushalayim, from which he has just departed.

Rav Shternbuch is renowned as one of the senior poskim of the generation and is the author of numerous works, including Moadim Uzmanim, Nesivos HaTorah VeHaChesed, Ta’am VeDaas Al HaTorah, Haggadah Shel Pesach: Ta’am VeDa’as, Teshuvos VeHanhagos, Chochma VeDaas, HaDerech LiTeshuva, Birkas HaChamah, Erev Pesach SheChal B’Shabbos Ve’Purim Me’shulash, Orchos HaBayis, Pirush al Shev Shmaytsa, Hilchos HaGr”a U’minhagav, Stam Ke’Hilchasan.


Rav Shternbuch will henceforth be known as Raavad of Yerushalayim Ihr Hakodesh.

{Matzav.com Israel News Bureau}[/left]
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
פלעין יודיש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1116
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 3:35 pm
האט שוין געלייקט: 752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך פלעין יודיש »

גאנצל האט געשריבן:ס'איז געווען א וואונדער ביז היינט דעם דר"א וואס ר' משה האט אפגעגעבן פאר'ן גאב"ד טראץ דעם וואס בשעת די גאב"ד איז כסדר און נאר פארנומען מיט מחאות און זיך אננעמען פאר אתרא קדישא פירט ר' משה אן אלע שווערע הלכהדיגע זאכן וואס גייט דורך אין עדה החרידית שווערע דיני תורות בממון כשרות און נאך ר' משה'ס דעת אין הלכה איז די מערסטע רעספעקטירט אין לשכת העדה אבער פונדעסטוועגן געט ער אפ די גרעסטע כבוד פאר'ן גאב"ד און וועט אלעס טון פאר כבוד העדה ביז יעצט ווען די גאב"ד האט זיך באטייליגט ביי א מחאה אקעגן דעם ראב"ד

קומען די אייניקלעך פון אשת פוטיפר און זענען מהפך קערה על פי' אויף אזא ביליגן אופן אז ס'איז שרעקליך

דאס קען מען נאר נאך אפאר יאר זיך ווייקן ביי ר' מנשה פילאפף וכת דילי'

איך ווייס נישט צו די ווייסט אבער די ערשטע צוויי יאר פון ווען די גאב''ד איז געווען מנהיג על העדה, איז ער יעדן טאג געזעצן און בי''ד און געפירט אלע דיני תורות און חו''מ וכל דבר מקטן ועד גדול מפיו יצאו, ביז ר' משה האט אים ענג געמאכט די פלאץ, נישט מיטן אויפווייזען אז די גאב''ד ווייסט נישט וואס ער רעדט אדער קען נישט קיין לערנען אדער אז ער קען בעסער, נאר פשוט ווען ער האט געזאגט מותר האט ער געזאגט אסור ואשר הקיל החמיר ואשר החמיר הקיל ואשר טיהר טימא ואשר טימא טיהר, ביז דער גאב''ד האט געזעהן אז פאר זיין טובה און פאר כבוד עדה החרדית לוינט נישט זיך צישלאגען מיט אים, האט ער זיך אינגאנצען אפגעלאזט פון א יעדן הרכב און זיצט שיין אין דער זייט ווי אן עם הארץ וואס קען גארנישט
און אז ר' משה'ס דעת איז דער מערסטע רעספעקטירט און לשכת העדה, הא הא הא מ'זעהט אז די רעדס'ט ווי א מצומצמדיגע וויליאמסבורגער, נעקסט טיים טיה עס בעסער אדורך מיט דיינע חברים פון ארץ ישראל, וועלן זיי דיר כאטש אביסעל אויפקלערן
באניצער אוואטאר
פלעין יודיש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1116
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 3:35 pm
האט שוין געלייקט: 752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך פלעין יודיש »

שעפטל האט געשריבן:די שאלה איז וויפיל האפט די זייטל האט און ווי נאנט דער תלמוד איז צום ראב"ד....

Rav Shternbuch Resigns from Eidah Hachareidis[left]Monday February 17, 2014 2:40 PM

rav-moshe-shternbuchRav Moshe Shternbuch has resigned from his position as the rosh av beis din of the Eidah Hachareidis in Yerushalayim, Matzav.com has confirmed with one of the rov’s close talmidim.

Rav Shternbuch’s resignation comes in the wake of controversy surrounding the Golventzitz construction project in Beit Shemesh. Rav Shternbuch conducted an extensive investigation and ruled decisively that the construction is permitted and there is no concern of building on kevarim in that location. The decision sparked shameful attacks from irresponsible individuals who engaged in a campaign that involved blatant bizayon haTorah.

Rav Shternbuch resides in Har Nof, where he is the rov of the local Gra Shul. He is a direct descendant of the Vilna Gaon.

Born in London, England, before World War II, he was orphaned at an early age. He attended Yeshiva Toras Emes in Stamford Hill, which was led by Rav Moshe Yehuda Schneider, before learning in Yeshivas Brisk. He also learned with Rav Bezalel Rakow, later to become the Gateshead Rov.

Rav Shternbuch subsequently took up a position in Johannesburg, South Africa, where he was widely acclaimed for his rabbinic leadership and shiurim to Jews from across the spectrum. He then moved to Eretz Yisroel and assumed his senior position at the Badatz of the Eidah Hachareidis in Yerushalayim, from which he has just departed.

Rav Shternbuch is renowned as one of the senior poskim of the generation and is the author of numerous works, including Moadim Uzmanim, Nesivos HaTorah VeHaChesed, Ta’am VeDaas Al HaTorah, Haggadah Shel Pesach: Ta’am VeDa’as, Teshuvos VeHanhagos, Chochma VeDaas, HaDerech LiTeshuva, Birkas HaChamah, Erev Pesach SheChal B’Shabbos Ve’Purim Me’shulash, Orchos HaBayis, Pirush al Shev Shmaytsa, Hilchos HaGr”a U’minhagav, Stam Ke’Hilchasan.


Rav Shternbuch will henceforth be known as Raavad of Yerushalayim Ihr Hakodesh.

{Matzav.com Israel News Bureau}[/left]

בקיצור מ'האלט שוין נאכן הספד אויכעט
צו א קורצע הספד פאר איינע וואס האט זיך אוועקגעגעבן לייב און לעבן און געשטאנען בראש העדה החרדית אזוי לאנג
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

פלעין יודיש האט געשריבן:איך ווייס נישט צו די ווייסט אבער די ערשטע צוויי יאר פון ווען די גאב''ד איז געווען מנהיג על העדה, איז ער יעדן טאג געזעצן און בי''ד און געפירט אלע דיני תורות און חו''מ וכל דבר מקטן ועד גדול מפיו יצאו, ביז ר' משה האט אים ענג געמאכט די פלאץ, נישט מיטן אויפווייזען אז די גאב''ד ווייסט נישט וואס ער רעדט אדער קען נישט קיין לערנען אדער אז ער קען בעסער, נאר פשוט ווען ער האט געזאגט מותר האט ער געזאגט אסור ואשר הקיל החמיר ואשר החמיר הקיל ואשר טיהר טימא ואשר טימא טיהר, ביז דער גאב''ד האט געזעהן אז פאר זיין טובה און פאר כבוד עדה החרדית לוינט נישט זיך צישלאגען מיט אים, האט ער זיך אינגאנצען אפגעלאזט פון א יעדן הרכב און זיצט שיין אין דער זייט ווי אן עם הארץ וואס קען גארנישט
און אז ר' משה'ס דעת איז דער מערסטע רעספעקטירט און לשכת העדה, הא הא הא מ'זעהט אז די רעדס'ט ווי א מצומצמדיגע וויליאמסבורגער, נעקסט טיים טיה עס בעסער אדורך מיט דיינע חברים פון ארץ ישראל, וועלן זיי דיר כאטש אביסעל אויפקלערן

וועלן מיר דאס מיזן וועריפייען, ווייל ווי ווייט איך וווייס זיצן נישט די גאב"ד'ס ביי די דין תורה'ס
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
פלעין יודיש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1116
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 3:35 pm
האט שוין געלייקט: 752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך פלעין יודיש »

שעפטל האט געשריבן:
פלעין יודיש האט געשריבן:איך ווייס נישט צו די ווייסט אבער די ערשטע צוויי יאר פון ווען די גאב''ד איז געווען מנהיג על העדה, איז ער יעדן טאג געזעצן און בי''ד און געפירט אלע דיני תורות און חו''מ וכל דבר מקטן ועד גדול מפיו יצאו, ביז ר' משה האט אים ענג געמאכט די פלאץ, נישט מיטן אויפווייזען אז די גאב''ד ווייסט נישט וואס ער רעדט אדער קען נישט קיין לערנען אדער אז ער קען בעסער, נאר פשוט ווען ער האט געזאגט מותר האט ער געזאגט אסור ואשר הקיל החמיר ואשר החמיר הקיל ואשר טיהר טימא ואשר טימא טיהר, ביז דער גאב''ד האט געזעהן אז פאר זיין טובה און פאר כבוד עדה החרדית לוינט נישט זיך צישלאגען מיט אים, האט ער זיך אינגאנצען אפגעלאזט פון א יעדן הרכב און זיצט שיין אין דער זייט ווי אן עם הארץ וואס קען גארנישט
און אז ר' משה'ס דעת איז דער מערסטע רעספעקטירט און לשכת העדה, הא הא הא מ'זעהט אז די רעדס'ט ווי א מצומצמדיגע וויליאמסבורגער, נעקסט טיים טיה עס בעסער אדורך מיט דיינע חברים פון ארץ ישראל, וועלן זיי דיר כאטש אביסעל אויפקלערן

וועלן מיר דאס מיזן וועריפייען, ווייל ווי ווייט איך וווייס זיצן נישט די גאב"ד'ס ביי די דין תורה'ס

וועסטו געוואר ווערן אז נישט אלעס ווייסטו
און איך מיין אז אינאיינוועג איז דיר כדאי צו ווערעפייען נאך אפאר זאכן וואס די שטעלסט אראפ אלס פאקטן, אולי משגה הוא בידיך
על אף ר' שעפטעלע'ן איך מיז דיר געבן דעם קאמפלעמענט אז אפילו איך ווייס נישט אלעמאל צו די אליינס גליבסט וואס די רעדסט, אבער פון דיינע תגובות קיקט אויס אז די פרובירסט נישט סתם צו האקען און קאפ
TAKE THE COMPLEMENT
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

גאנצל האט געשריבן:ס'איז געווען א וואונדער ביז היינט דעם דר"א וואס ר' משה האט אפגעגעבן פאר'ן גאב"ד טראץ דעם וואס בשעת די גאב"ד איז כסדר און נאר פארנומען מיט מחאות און זיך אננעמען פאר אתרא קדישא פירט ר' משה אן אלע שווערע הלכהדיגע זאכן וואס גייט דורך אין עדה החרידית שווערע דיני תורות בממון כשרות און נאך ר' משה'ס דעת אין הלכה איז די מערסטע רעספעקטירט אין לשכת העדה אבער פונדעסטוועגן געט ער אפ די גרעסטע כבוד פאר'ן גאב"ד און וועט אלעס טון פאר כבוד העדה ביז יעצט ווען די גאב"ד האט זיך באטייליגט ביי א מחאה אקעגן דעם ראב"ד

קומען די אייניקלעך פון אשת פוטיפר און זענען מהפך קערה על פי' אויף אזא ביליגן אופן אז ס'איז שרעקליך

דאס קען מען נאר נאך אפאר יאר זיך ווייקן ביי ר' מנשה פילאפף וכת דילי'


דברים כדרבונות אבער ביטע נעם ארויס פוטיפר מיט מנשה פילאפף פון בילד, איך בין גאנץ א שוואכע פריינט פאר די קנאים, אבער די פאקט איז אז רבי משה שטרנבוך דערגייט די יאהרן פאר רבי טוביה פון די טאג וואס ער איז געקומען קיין ירושלים.
ליידער טראץ זיין גדלות בתורה [וואס מ'קען דן זיין דערויף] איז ער געפעהרליך געשלאגן אין ענייני קנאה וכבוד המוציאין את האדם מן העולם, ומפני כבוד הבריות וועל איך נישט מאריך זיין מיט קיין דוגמאות...
באניצער אוואטאר
מ גפני
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
האט שוין געלייקט: 1135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 465 מאל

שליחה דורך מ גפני »

שעפטל האט געשריבן:
פלעין יודיש האט געשריבן:איך ווייס נישט צו די ווייסט אבער די ערשטע צוויי יאר פון ווען די גאב''ד איז געווען מנהיג על העדה, איז ער יעדן טאג געזעצן און בי''ד און געפירט אלע דיני תורות און חו''מ וכל דבר מקטן ועד גדול מפיו יצאו, ביז ר' משה האט אים ענג געמאכט די פלאץ, נישט מיטן אויפווייזען אז די גאב''ד ווייסט נישט וואס ער רעדט אדער קען נישט קיין לערנען אדער אז ער קען בעסער, נאר פשוט ווען ער האט געזאגט מותר האט ער געזאגט אסור ואשר הקיל החמיר ואשר החמיר הקיל ואשר טיהר טימא ואשר טימא טיהר, ביז דער גאב''ד האט געזעהן אז פאר זיין טובה און פאר כבוד עדה החרדית לוינט נישט זיך צישלאגען מיט אים, האט ער זיך אינגאנצען אפגעלאזט פון א יעדן הרכב און זיצט שיין אין דער זייט ווי אן עם הארץ וואס קען גארנישט
און אז ר' משה'ס דעת איז דער מערסטע רעספעקטירט און לשכת העדה, הא הא הא מ'זעהט אז די רעדס'ט ווי א מצומצמדיגע וויליאמסבורגער, נעקסט טיים טיה עס בעסער אדורך מיט דיינע חברים פון ארץ ישראל, וועלן זיי דיר כאטש אביסעל אויפקלערן

וועלן מיר דאס מיזן וועריפייען, ווייל ווי ווייט איך וווייס זיצן נישט די גאב"ד'ס ביי די דין תורה'ס

ווילסט מיר זאגן אז דער מנחת יצחק ז"ל איז אויך נישט געזעצן ביי דין תורה'ס??
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

ivri. The yeshua was prepared from then. Dont you see it. I also disagree to your style
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום diff, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
פארשפארט