מרן הראב"ד ירושלים שליט"א זאגט זיך אפ פון די עדה החרדית

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

וואס זאגט איר? וועלכע ישועה?
דאס האט נישט מיט קלוג אדער נישט איז א טרוקענע פאקט איך גלייך נישט רבי טוביה בכלל, אבער די פאקט איז אז רבי משה שטרנבוך האט נישט איבערגעטראגן זיין התמנות אלס גאב"ד און אים קיינמאהל נישט געהעריג אנערקענט און מיטגעארבעט מיט אים.
רבי טוביה האט זיך זיינע פראבלעמען, אבער דאס מאכט נישט רבי משה שטרנבוך פאר א טלית שכולו תכלת, פרעג יעדע מענטש וואס קען אים וועט דיר זאגן אז ער איז א שווערע מענטש און איך האב געשריבן אז איך זוך נישט צו שרייבן קיין אריכות בגנותו אבער פאקט בלייבט פאקט
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

If your not a kanoi then you should see this as a yeshua
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

א ישועה קען זיין אבר די פאקטן טאהר מען נישט פארדרייען, האסט מיך געזעהן קלאגן אויף די אונטערגאנג פון די עדה? אדרבה מדארף קובע זיין דעם טאג פאר א יום טוב לדורות, זעה דערנעבנדיגע אשכול "יג אדר תרפ"א - יג אדר תשע"ד"
מיסטער מענטש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 273
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 8:34 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

שליחה דורך מיסטער מענטש »

איש עברי האט געשריבן:די פאקט איז אז רבי משה שטרנבוך האט נישט איבערגעטראגן זיין התמנות אלס גאב"ד און אים קיינמאהל נישט געהעריג אנערקענט און מיטגעארבעט מיט אים

אזאנע לאקשן און פארט אזוי זאפטיג
אוהב ספרים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 593
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 22, 2012 7:09 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל

שליחה דורך אוהב ספרים »

מיסטער מענטש האט געשריבן:
איש עברי האט געשריבן:די פאקט איז אז רבי משה שטרנבוך האט נישט איבערגעטראגן זיין התמנות אלס גאב"ד און אים קיינמאהל נישט געהעריג אנערקענט און מיטגעארבעט מיט אים

אזאנע לאקשן און פארט אזוי זאפטיג


גראדע נישט קיין לאקשן, עס איז אמת, זיי האבין ביידע געלערנט אין די זעלבע ישיבה באותו תקופה, דער ראב"ד איז געווען עלטער און געהייסען דער גרעסער חריף וכו' און דער ראב"ד האט שטארק געוואלט ווערן גאב"ד
אבער לדעתי האט די מחלוקת מיט דעם קיין שייכות
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1415
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 1207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

שליחה דורך signout »

איז דא עפעס דעקונג אז דער ראב''ד האט געפייט צו ווערן גאב''ד אדער מען מוז מאכען אזא קאנספיראציע צו מסביר זיין די מחלוקה ווי איידער רעדן פין די פאקטן? אויב איז עס אמת דאן פארוואס האט קיינער פין די הנהלת העדה אפי' פין די וואס זענען לאיאל פאר אים נישט ארויפגעברענגט זייין קאנדידאטור אין פארוואס ראב''ד האט מען אים יא געמאכט? פארוואס איז ער אלס געווען סגן נשיא? פארוואס האט מען אים ביז היינט נישט ענג געמאכט דאס פלאץ? חוץ ריח''מ פרידמאן האב איך נישט געוויסט ביז היינט פין נאך איינעם וואס האט געפייט צו ווערן גאב''ד,
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

[tag]מ גפני[/tag] זינט ער איז געווארן גאב"ד ווייסעך נישט, דעס האב איך געזאגט אז כ'פרוביר עס צו קלארשטעלן.

יעצט לגבי די ראב"ד'ס וועלן ווערן גאב"ד, לויט מיין אינפארמאציע איז עס שטותים, ער איז ניטאמאל געווען ראב"ד בעפאר, און ס'איז ניטאמאל געווען א קלער אים צו מאכן גאב"ד. גראדע האבן געוויסע קהילות געפייט אז ער זאל ניטאמאל ווערן ראב"ד.

און דא ביים בית שמש פרשה, וויפיל מאל די ראב"ד האט פרובירט צו מאכן א ישיבת בי"ד (נאך פאריגע וואך אויך) ווי ס'זאלן זיין "נאר" די חברי בד"ץ אן רב שמידל האט מען דאס אפגעווארפן, און דאס איז געווען די הויפט סיבה פונעם התפטרות.

ס'איז נאריש צו זאגן אז דער ראב"ד איז ארויסגעקומען און אפגעשריבן א לאנגע תשובה להיתר אויפצורעגן דעם גאב"ד ווען דער גאב"ד האט ניטאמאל א בירור לאיסור!
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

איש עברי@
Dont see anything wrong with what you describe him, see hoiriyos end, and maharsha
יעקעלע חכם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 61
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 03, 2014 12:41 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 111 מאל

שליחה דורך יעקעלע חכם »

איך האב לאנג געטראכט צו איך זאל בכלל אריינרעדן און די אשכול פשוט ווייל איך וויל ח״ו נישט נכשל ווערן בדברי לצנות און ח״ו פוגע בכבוד זיין און איינער פון די צוויי תורה ריזן סיי מרן הגאב״ד שליט״א און סיי מרן הרב״ד שליט״א.

אבער אן נעמען שטעלונגען פון קיין איין זייט פון די צוויי מוז איך זאגן אז איין פארטיי און סאטמאר האט נאכאמאל געוויזן אז פאר זיי איז נישט דא קיין גרעניץ צו חוצפה און עזות קעגן סיי ווער עס זאל זיין אויב ביקט ער זיך נישט כעבד למרה פאר זייער רבי.

דער זעלבער גאב״ד וואס די ארונים האבן געשטיצט און געשריגן קדוש קדוש קדוש ווען עס האט זיך געהאנדלט צו הרב ר׳ ישראל חיים מנשה פריעדמאן שליט״א זאל ווערן גאב״ד ירושלים, איז יעצט א ציל ברעט פאר חוזק און געמיינע שפאט פון דער בלאט און אלע בלאט טרופייטערער׳ס דא אויף קאווע שטיבל.

אלץ פאר די זינד אז ער האט זיך נישט אריינגעמישט און די עקעלדיגע סאטמערער טינופת און געגאנגען צו ביידע ברודער׳ס אייניג, ער איז געגאנגען צו ביידע ישיבות ביידע קהילות און און קרית יואל סיי צו יטב לב 1 גארפיעלד און סיי צו פינעף גארפיעלד.

אבער וויבאלד ער איז נישט געגאנגען צום אח הגדול עקסלאסיוולי איז פון כ״ק גאב״ד ירישלים געווארן הגה״צ מיט נאך באהאלטענע און נישט אזאלעכע באהאלטענע ליצנות און חוזק.

מהר״א מעג זיך שעמען צוצולאזן זיינע בלאט שרייבערלעך חוזק מאכן פונעם גאב״ד און מען הערט פון דעם פיוו קדשו קיין פיפס! גארנישט, אלץ ווייל עס איז זיך און זיך און נאכאמאל זיך!!!!

פוי עס איז אן עקל ווי יעדער איז ווערט צו ענקער טריעטמענט אויב דערוואגט מען זיך נאר צו זאגן א באאא אנדערש ווי ענקער הייליגער צדיק שמעקט!
Smartness runs in my family. When I went to school I was so smart my teacher was in my class for five years.
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

סא די ביסט א זאלי?
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

יעצט באקומען אין וואצעפפ א בריוו וואס סאטמאר-וויליאמסבורג רבי האט געשריבן.
ס'איז מיר געווען א גרויסע נחמה, ער גיסט אויס זיין הארץ אויף צוויי גרויסע צרות וואס כלל ישראל גייט דורך, גיוס בני ישיבות, און חטוטי שכבי...

איך וואלט אים גע'עצה'ט צו טרעפן א שרייבער וואס קען טאקע די סאטמערע מליצות/קללות אבער האט אויך שכל.
Under influence
יעקעלע חכם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 61
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 03, 2014 12:41 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 111 מאל

שליחה דורך יעקעלע חכם »

איך בין א זייטיגער צוקוקער וואס זעט דעם אמת.
ניין איך האלט אז ר׳ זלמן לייב וואלט געדארפט ארויסקומען קעגן די רשעים וואס העצן קעגן דעם ראב״ד אסאך שטארקער.
אבער עט ליעסט האט ער זיך אנגערופן (הגם נאר אויף יוצא צו זיין)
Smartness runs in my family. When I went to school I was so smart my teacher was in my class for five years.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

בדרך אגב, אויב איינער ווייסט נישט פון וועם מ'רעדט דא
Under influence
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

אויב איינער האט דאס קען ער דא ארויפשטעלן זיין הקדמה צו איינער פון די כרכים מועו"ז וואו ער שרייבט, דאס וואס די היינטיגע עקסטרימע יוגנט פון סיקריקים און נטרונא וואלטן אנגרופן, ציונות!
אין מיינע אויגן איז דאס גווען דער שטעלונג ביי רוב רובם גדולי ישראל, חוץ פון די עדה/סטמאר קרייזן.
היינט האט זיך אלעס גגעבן א שיפט רעכטס. (קיין מורא, עס וועט זיך נאכאמאל שיפטן לינקס, כך דרכה של עולם) ער האט דאס ארויסגנומען פון מועו"ז זייט ער איז גווערן עמפלויד ביי עדה ענד קא.
עס איז צו האפן אז ביי די קומענדיגע מהדורה וועט ער דאס צוריקשטעלן...
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

איך וויל נישט ארויף ברענגען פארשידינע פון זיינע התירים, ספעציעל ווען אסאך זענען בבחינת כל מי שאינו יודע בטוב גיטין וקידושין וכו' וכו', האט ער דאס געשריבען געדריקט און אויך איבערגעדריקט בשעת ער איז געוועהן אין דער עדה, לגבי דאס וואס די רעדסט אין דער הקדמה איז איהם בכלל נישט אנגעגאנגען, אריין אדער ארויס, אינעווייניג אין דער עצם ספר ווי ער שרייבט ברייטער וכו' האט ער אלעס געלאזט, והוא העיקר.

מ'דארף פארשטיין דער עדה מימי המנחת יצחק וקודם לה, איז דער עדה געוועהן א קאלירפול קבוצה פון רבנים, ווי למשל הרב פנחס עפשטיין דער דעמאלסדיגע ראב"ד האט זיך חולק געוועהן כמעט ביי יעדער ערנסטע הלכה מיט דער דעמאלסדיגע גאב"ד ה"ה דער סאטמאר רב, אבער דוקא דאס האט סיי דער 'עדה אין סיי דער גאב"ד דער סאטמאר רב געגליכענט, ווייל נאר אזוי הערט מען פארשידינע מיינוגען, ומהא גופא האט ער אויף גענומען דער אגדוסטישע רב פון מאנטשעסטער רבי יצחק יעקב וויייס בעל מנחת יצחק, אעפ"י וואס זייער השקפה איז געוועהן כרחוק מזרח ממערב.

וה"ה מיט הרב שטערנבוך וואס איז חלק בחלק א פערסאנאליטי וואס האט באלאנג ווען דער בית דין איז געוועהן א בית דין, און דער עדה איז געוועהן א עדה, נאר היינט זענען די אלע וואס זיצען דארט איז פון איין טייג געקנויטען אלעס פארט מיט איין מהלך, אין אז איינער זאגט עפעס אנדערש איז ער שוין אפגעפרעגט. הרב שטערנבוך איז דער איינציגסטער וואס זיצט דארט וואס האט נאך צוגעזעהן ווי אזוי א ריכטיגע זיצונג האט אויס געזעהן.

דער מנחת יצחק האט געהאט א שטארקייט ווייל ער האט געוויסט ווען נאך צוגעבען צו ר' גרשון שטעמער און ווען נישט, דער מנחת יצחק האט כסדר זיך נאך געפרעגט ביי פארשידינע אנדערע מענטשען וואס גייט פאהר, אבל לא כן הוא מיט דער היינטיגע גאב"ד רבי טוביה ווייס וואס זיין קוואל פון אינפראמאציע איז פון די זעלבע צוויי דריי מענטשען.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

דולה ומשקה, ווי עס זעט מיר אויס פון לערנען זיינע ספרים האט דער מנחת יצחק געהאט א געוואלדיגע רעספעקט פאר אנדערע גדולים און אפילו סתם מענטשן בכלליות. אזוי אויך די פריערדיגע חברי הבד"ץ ווי רבי דוד יונגרייז, רבי ישראל יצחק רייזמאן זענען געווען געוואלדיגע שפלי ברך. דאס איז לכאורה וואס פעלט היינט ביי די עדה.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

signout האט געשריבן:איז דא עפעס דעקונג אז דער ראב''ד האט געפייט צו ווערן גאב''ד אדער מען מוז מאכען אזא קאנספיראציע צו מסביר זיין די מחלוקה ווי איידער רעדן פין די פאקטן? אויב איז עס אמת דאן פארוואס האט קיינער פין די הנהלת העדה אפי' פין די וואס זענען לאיאל פאר אים נישט ארויפגעברענגט זייין קאנדידאטור אין פארוואס ראב''ד האט מען אים יא געמאכט? פארוואס איז ער אלס געווען סגן נשיא? פארוואס האט מען אים ביז היינט נישט ענג געמאכט דאס פלאץ? חוץ ריח''מ פרידמאן האב איך נישט געוויסט ביז היינט פין נאך איינעם וואס האט געפייט צו ווערן גאב''ד,

רב דושינסקיא האט אנגעבליך אויך גאר שווער געארבעט צו ווערן אויפגענומען אלס גאב"ד.
האדם לא נברא אלא להתענג
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

יעקעלע חכם האט געשריבן:איך האב לאנג געטראכט צו איך זאל בכלל אריינרעדן און די אשכול פשוט ווייל איך וויל ח״ו נישט נכשל ווערן בדברי לצנות און ח״ו פוגע בכבוד זיין און איינער פון די צוויי תורה ריזן סיי מרן הגאב״ד שליט״א און סיי מרן הרב״ד שליט״א.

אבער אן נעמען שטעלונגען פון קיין איין זייט פון די צוויי מוז איך זאגן אז איין פארטיי און סאטמאר האט נאכאמאל געוויזן אז פאר זיי איז נישט דא קיין גרעניץ צו חוצפה און עזות קעגן סיי ווער עס זאל זיין אויב ביקט ער זיך נישט כעבד למרה פאר זייער רבי.

דער זעלבער גאב״ד וואס די ארונים האבן געשטיצט און געשריגן קדוש קדוש קדוש ווען עס האט זיך געהאנדלט צו הרב ר׳ ישראל חיים מנשה פריעדמאן שליט״א זאל ווערן גאב״ד ירושלים, איז יעצט א ציל ברעט פאר חוזק און געמיינע שפאט פון דער בלאט און אלע בלאט טרופייטערער׳ס דא אויף קאווע שטיבל.

אלץ פאר די זינד אז ער האט זיך נישט אריינגעמישט און די עקעלדיגע סאטמערער טינופת און געגאנגען צו ביידע ברודער׳ס אייניג, ער איז געגאנגען צו ביידע ישיבות ביידע קהילות און און קרית יואל סיי צו יטב לב 1 גארפיעלד און סיי צו פינעף גארפיעלד.

אבער וויבאלד ער איז נישט געגאנגען צום אח הגדול עקסלאסיוולי איז פון כ״ק גאב״ד ירישלים געווארן הגה״צ מיט נאך באהאלטענע און נישט אזאלעכע באהאלטענע ליצנות און חוזק.

מהר״א מעג זיך שעמען צוצולאזן זיינע בלאט שרייבערלעך חוזק מאכן פונעם גאב״ד און מען הערט פון דעם פיוו קדשו קיין פיפס! גארנישט, אלץ ווייל עס איז זיך און זיך און נאכאמאל זיך!!!!

פוי עס איז אן עקל ווי יעדער איז ווערט צו ענקער טריעטמענט אויב דערוואגט מען זיך נאר צו זאגן א באאא אנדערש ווי ענקער הייליגער צדיק שמעקט!


ס'איז הערליך צו זען ווי פון איין זייט לאזטו הערן דיין געוואלדיגע קול מחאה קעגן א קהלה - וואס א צייטונג וואס אינדעטפעצירט זיך מיט איר רבין אלס וועם זיי באטיטלען רשכבה"ג האט געשריבן עפעס באהאלטענע דברי ליצנות קעגן גאב"ד
און פון די צווייטע זייט כאפסטו אן א שטימעניש קעגן די אנדערע קהלה וואס האט אפיציעל און ברבים בנוכחות פון זייער רבין גערעדט אפן דברי נאצה קעגן ראב"ד.

הה"ד הא לן והא להו
אויס מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 832
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל

שליחה דורך אויס מענטש »

סאיז א חרפה און א בושה צו זעהן ווי אלטע באזעסענע שרייבער ענטפערן יעדן שוטה און ניק וואס דרייט א קאפ כמיין ווי נאריש קען מען שוין זיין???

לעצם הענין איז סתם אינטרעסאנט צו באמערקן אז דער גאב"ד זיצט נישט אין בי"ד עס זיצן נאר דריי מורי הוראות איינגעטיילט יעדע טאג אן אנדערע מרכב און דער ראב"ד האט זיינע טטעג דוכט זיך מאנטאג און דאנערשטאג
און ווען מען מאכט א פולע מושב בי"ד זיצט יעדער איינער לדוגמא אן ערנסטע שאלה

יעצט וועט מען ווייטער לאזן פאבריצירן די מעשיות אויף ריין אידיש.
און תחות השדה.
זייטס פרייליך
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

טוה'זשע מיר א געפעליקייט ביטע,
לאז ארויס ר' אהרן פון ענקער [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל],
אויב איז דא איין קנאישע קהלה וואס טוט אלעס אין די וועלט צו שטיין 1000 מייל אוועק פון די חאזעריי איז עס קהלות סאטמאר מהר"א,
דער רוב המון חסידי ר' אהרן וויסן און אונטערסירט גאר ווינציג פון דעם גאנצן עסק ביש, וגם אני בתוכם,
דער רבי שליט"א פארט יעצט אויף ארץ ישראל און ער איז זיך כורע ומתחנן בתחנונים צו די אלע קהלות החרדים, הקרובים והרחוקים, "שלעפט מיך נישט אריין אין די טינופת,"

אבער דער בלינדער פארדומטער זאלי, ווייסט נאר צו אנלייגן אלע זיינע צרות אויף ר' אהרן, פארוואס ווייל שמואל ווידער האט 2 חדשים צוריק ברמיזא חוזק געמאכט פונעם גאב"ד שליט"א,

די זעלבע מיטן עירוב, האט ר' אהרן קלאר אויסגעשריגן, "איך שטיי ווייט דערפין, לאז מיך ארויס, איך מאך נישט דעם עירוב איך שטיץ עס נישט, פאר מיינע מענטשן זאג איך נישט צו טראגן, אבער פאר שאר העולם זאל יעדער טוהן וויזוי ער וויל"
אבער דער זאלי עקסטרעמיסט וועט נאך עד היום בלעימען ר' אהרן פארן עירוב, ר' אהרן איז שולדיג!!

רבוש"ע!! קען שוין ר' אהרן נישט זיין נייטראל אויך נישט?? ווי לאנג דער מענטש אטעמט אויף דער וועלט וועט מען אנלייגן אלע צרות אויף איהם.

ירא הקהל, זאל דער ציבור באשיינפערליך זעהן מיט וואסערע אומראשינאלע עלעמענטן סאטמאר מהר"א האט אלס געדארפט דילן,
באניצער אוואטאר
דער (פינטעל) איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1192
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
האט שוין געלייקט: 784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל

שליחה דורך דער (פינטעל) איד »

גאלד האט געשריבן:
ירא הקהל, זאל דער ציבור באשיינפערליך זעהן מיט וואסערע אומראשינאלע עלעמענטן סאטמאר מהר"א האט אלס געדארפט דילן,

איך גלייב נישט אז ער וואלט געווען נייטראל אויב איז דער איינציגסטער סאטמאר רבי, מילא איז נישט שייך צו מאכן אזא סטעיטמענט
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
בעריש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 228
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 2:13 pm
האט שוין געלייקט: 72 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל

שליחה דורך בעריש »

גאלד האט געשריבן:טוה'זשע מיר א געפעליקייט ביטע,
לאז ארויס ר' אהרן פון ענקער [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל],
אויב איז דא איין קנאישע קהלה וואס טוט אלעס אין די וועלט צו שטיין 1000 מייל אוועק פון די חאזעריי איז עס קהלות סאטמאר מהר"א,
דער רוב המון חסידי ר' אהרן וויסן און אונטערסירט גאר ווינציג פון דעם גאנצן עסק ביש, וגם אני בתוכם,
דער רבי שליט"א פארט יעצט אויף ארץ ישראל און ער איז זיך כורע ומתחנן בתחנונים צו די אלע קהלות החרדים, הקרובים והרחוקים, "שלעפט מיך נישט אריין אין די טינופת,"

אבער דער בלינדער פארדומטער זאלי, ווייסט נאר צו אנלייגן אלע זיינע צרות אויף ר' אהרן, פארוואס ווייל שמואל ווידער האט 2 חדשים צוריק ברמיזא חוזק געמאכט פונעם גאב"ד שליט"א,

די זעלבע מיטן עירוב, האט ר' אהרן קלאר אויסגעשריגן, "איך שטיי ווייט דערפין, לאז מיך ארויס, איך מאך נישט דעם עירוב איך שטיץ עס נישט, פאר מיינע מענטשן זאג איך נישט צו טראגן, אבער פאר שאר העולם זאל יעדער טוהן וויזוי ער וויל"
אבער דער זאלי עקסטרעמיסט וועט נאך עד היום בלעימען ר' אהרן פארן עירוב, ר' אהרן איז שולדיג!!

רבוש"ע!! קען שוין ר' אהרן נישט זיין נייטראל אויך נישט?? ווי לאנג דער מענטש אטעמט אויף דער וועלט וועט מען אנלייגן אלע צרות אויף איהם.

ירא הקהל, זאל דער ציבור באשיינפערליך זעהן מיט וואסערע אומראשינאלע עלעמענטן סאטמאר מהר"א האט אלס געדארפט דילן,


די האסט א גרעכטע טענה
סאיז אבער לריק און עטץ זענטס זיך אליינס שולדיג.
ווי לאנג מען וועט ביי די ארונים נישט מאכן קיין בדק הבית און זיך גענצליך אפשאקלען פון דער בלאט און דעם קינדישען עורך דארט, האב די נישט קיין טענות אז דאס איז דער אימעדזש פון די ארונים ביי די דרויסענדע גאס.
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

דער (פינטעל) איד האט געשריבן:
גאלד האט געשריבן:
ירא הקהל, זאל דער ציבור באשיינפערליך זעהן מיט וואסערע אומראשינאלע עלעמענטן סאטמאר מהר"א האט אלס געדארפט דילן,

איך גלייב נישט אז ער וואלט געווען נייטראל אויב איז דער איינציגסטער סאטמאר רבי, מילא איז נישט שייך צו מאכן אזא סטעיטמענט

ווידער זאגסטו "אויב" "אויב" אויב" מ'רעדט יעצט אין פאקט!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שעפטל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
פארשפארט