א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
[justify]כ'האב מיך בעצם נישט געוואלט אריינמישן אין דעם שמועס וויבאלד איך האב געפילט גאר שלעכט פאר דער בחור וואס אפילו על ספק אז ס'אמת גייט מיין הארץ אויס פאר אים. אבער יעצט אז ס'שוין קלאר פאר יעדעם אז די נקודה דא איז נישט די אומשולדיגע בחור נאר א אויסגעפלאנטע אקציע צו באשמוצען נחום, נו דא האב איך אויך א דעה.
לדעתי, ווער עס עסקנ'ט אומצוברענגן נחום גייט עס אריין בגדר סרך רציחה. עכ"פ, קיין טראפ מענטשליכע רחמנות געפילן ליגט יענעם נישט אין הארץ. די איינציגסטע לימוד זכות איז נאר אז יענער ווייסט נישט וואס גייט פאר בכלל נאר ער רעדט פון תחת ארויס. אבער עס איז שווער צו נוצן אזא לימוד זכות פאר א ק"ש מיטגליד היות מען האט שוין אזויפיל געשריבן און שטודירט דער נושא דא אין שטיבל.
איר ווייסט וויפיל קינדער ווערן נאך היינט מאלעסטעד אין די היימישע מוסדות און קימערט זיך נישט דערמיט? מען טוט נישט צו באשוצן די קינדער! מען טוט נישט צו עדזשוקעיטען די קינדער! און מען טוט נישט צו העלפן די וויקטימס וואס ווערן מאנכע מאל אפגעשחטן פאר לייף! איר ווייסט אז א צען יעריגע מיידל האט פרובירט צו שפרינגן פון איר מיידל שולע אין בארא פארק פאר אפאר וואכן צוריק? איר ווייסט אז מען האט אויסגעפונען אז אן איינגעשטעלטע אין א היימישע מוסד האט מאלעסטעד קינדער צען יאר אין א צו?
ווי נעמסטו די אכזריות אונטער צו רייסן נחום? ווי האסטו די צייט דערפאר? איז שוין אלעס אנדערש מתוקן אז דו האסט צייט קער צו נעמען פון נחום? וויפיל מענטשן האט נחום פאלש באשמוצט? צוויי? צען? פופציג? דו ווייסט וויפיל טויזנטער מאלעסטעישאנס עס קומען פאר ביי אונז? פאר דער איין בחור'ל ווערסטו פלוצלינג א בעל רחמנות. וואס איז מיט אביסל רחמנות אויף די טויזנטער וויקטימס? האסט אמאל עפעס געטון פאר זיי? דריי איבער עולמות, מאך א רעש, נעם קער פון די שווערערע פראבלעמען. ווען מען וועט ענדיגן מיט יענע פראבלעמען וועט מען קער נעמען פון נחומ'ן. דערווייל איז די "נחום פראבלעם" ביים ענדע פון א גאר לאנגע ליסטע פעולות וואס עס פעלט אויס אין דער נושא.
מוסדות עדזשוקעיטען קינדער מוסדות עדזשוקעיטען עלטערן איינשטעלן קעמעראס אין אלע פאבליק פלעצער איינשטעלן א דעטאבעיס סיסטעם צו אידענטיפיצירן מאלעסטערס א סקרינינג סיסטעם אין אלע מוסדות ארגעניזאציע מטעם די קהלות וואו וויקטימס קענען קומען פארציילן אן דארפן מורא האבן פון ווערן ostracized שטרענגע שטראפן פאר מאלעסטערס אינקלאדינג דינא דמלכותא אויפהערן שטיצן די מאלעסטערס איבער וויקטימס טוישן די גאנצע קולטור און צוגאנג צו די נושא קער נעמען פון נחום
איים סארי פארן שרייבן אזוי שארף, אבער דאס ליצנות אויף די חשבון פון טויזנטער מיטגעמאכטע וויקטימס מוז זיך אויפהערן, אנגעהויבן דא אין ק"ש און געענדיגט ביי די הייליגע רביס.
.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
הוגה האט געשריבן:מוסדות עדזשוקעיטען קינדער מוסדות עדזשוקעיטען עלטערן איינשטעלן קעמעראס אין אלע פאבליק פלעצער איינשטעלן א דעטאבעיס סיסטעם צו אידענטיפיצירן מאלעסטערס א סקרינינג סיסטעם אין אלע מוסדות ארגעניזאציע מטעם די קהלות וואו וויקטימס קענען קומען פארציילן אן דארפן מורא האבן פון ווערן ostracized שטרענגע שטראפן פאר מאלעסטערס אינקלאדינג דינא דמלכותא אויפהערן שטיצן די מאלעסטערס איבער וויקטימס טוישן די גאנצע קולטור און צוגאנג צו די נושא
א יישר כח פאר די וואס האבן מעורר געווען באישי אז ס'זעהט אויס ווי כאילו איך condone און מאך אוועק אלץ נישט געפערליך די פאקט אז א מענטש קען אומריכטיג באשמוצט ווערן. אדרבא מען דארף פראטעקטין די אינאסענט איידער מען באשטראפט די גילטי. להוי ידוע אז איך האלט אויך אזוי. אבער די אזוי גערופענע רחמנות קאמפיינס און קדושה קאמפיינס ארום נחום איז געפירט ע"פ רוב דורך מענטשן וואס זוכן נישט צו פראטעקטין די אינאסענט, והא ראיה זיי טוען גארנישט צו פראטעקטין די טויזענטער אינאסענט וויקטימס. מען זארגט זיך מער פאר די בושות פון די פפאנער, בעלזער אדער סאטמארער נחשד ווי פאר די מעגליכע טויט פון די וויקטימס. מען טאר נישט צולאזען אז די דעבאטע און נושא זאל אוועק געדרייט ווערן פון די עיקר פראבלעם. מען מוז האלטן די פוס פון די מנהיגים צום פייער ביז זיי וועלן טון וואס עס פארלאנגט זיך.
.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
איך הייס נישט נחש רשעבערג וואס לעבט אויף ניבול פה און איך בין נישט גרייט מיך מנבל זיין אפילו בכתב, און דאס זענען זאכן וואס השתיקה יפה להם, אנטשולדיגט.
נישט פארענפערט. האסט געשריבן פריער א מעשה וואס קלעבט אפילו נחשט שושן פורים, גראדע שווימסטו דא אין דעם אשכול מיט א געשמאק בשעת וואס קוים וואס איך האפ אריין דא, די נאמען פון די אשכול עקלט מיר. יעצט ליין איבער דיין געבאקענע ווערק.
הוגה האט געשריבן:[justify]ווי נעמסטו די אכזריות אונטער צו רייסן נחום? ווי האסטו די צייט דערפאר? איז שוין אלעס אנדערש מתוקן אז דו האסט צייט קער צו נעמען פון נחום? וויפיל מענטשן האט נחום פאלש באשמוצט? צוויי? צען? פופציג? דו ווייסט וויפיל טויזנטער מאלעסטעישאנס עס קומען פאר ביי אונז? פאר דער איין בחור'ל ווערסטו פלוצלינג א בעל רחמנות. וואס איז מיט אביסל רחמנות אויף די טויזנטער וויקטימס? האסט אמאל עפעס געטון פאר זיי? דריי איבער עולמות, מאך א רעש, נעם קער פון די שווערערע פראבלעמען. ווען מען וועט ענדיגן מיט יענע פראבלעמען וועט מען קער נעמען פון נחומ'ן. דערווייל איז די "נחום פראבלעם" ביים ענדע פון א גאר לאנגע ליסטע פעולות וואס עס פעלט אויס אין דער נושא.
מוסדות עדזשוקעיטען קינדער מוסדות עדזשוקעיטען עלטערן איינשטעלן קעמעראס אין אלע פאבליק פלעצער איינשטעלן א דעטאבעיס סיסטעם צו אידענטיפיצירן מאלעסטערס א סקרינינג סיסטעם אין אלע מוסדות ארגעניזאציע מטעם די קהלות וואו וויקטימס קענען קומען פארציילן אן דארפן מורא האבן פון ווערן ostracized שטרענגע שטראפן פאר מאלעסטערס אינקלאדינג דינא דמלכותא אויפהערן שטיצן די מאלעסטערס איבער וויקטימס טוישן די גאנצע קולטור און צוגאנג צו די נושא קער נעמען פון נחום
איים סארי פארן שרייבן אזוי שארף, אבער דאס ליצנות אויף די חשבון פון טויזנטער מיטגעמאכטע וויקטימס מוז זיך אויפהערן, אנגעהויבן דא אין ק"ש און געענדיגט ביי די הייליגע רביס.[/justify]
אפשר זאלט איר למשל זאגן פאר הרב באכנער פון בוני עולם אין פאר הרב קאהן פון RCCS "וואס ביזטו פארנומען מיט העלפן אינגערלייט וואס האבן נישט קיין קינדער אין האבן קענסער? ס'איז דא גרעסערע פראבלעמען? ס'איז דא מאלעסטערעס" אין אפשר זאל קיינער מער נישט ווערן קיין חברים מעמבער ווייל הצלה איז וויכטיגער?
נאר אונז זענען נישט דא גאט'ס פאליציי, אונז גיין נישט פארעכטען די וועלט, אונז ווייסען אז מאלעסטעישען איז פון די גרעסטע פראבלעמען ביי אונז, נו? וועגען דעים? טאר איך נישט רעדן קעגן נחום אין זיין אשכול ווייל ער איז א קלענערע פראבלעים?
[justify]יישר כח פאר די אלע וואס האבן מיך געשריבען דברי חיזוק (באישי) אויף די ווערטער וואס איך האב געשריבען, איך פארשטיי נישט פארוואס זיי האבן מורא ארויס צוקומען בגלוי ווען עס איז נאר אפאר יחידים וואס האלטן יא פון דעם מנוול און שגץ, איז בעצם זעה איך אז ב״ה איך האב למעשה אויפגעטוהן וואס איך האב געוואלט און רוב עולם האט פארשטאנען וואס מיין ציל דא איז געווען, נישט צו באשמיצען קיינעם, ווייל דער נחש איז א שמיציגער יונג וואס איז באשמיצט געווארן דורך זיך אליין, און ער דארף נישט צוקומען איך זאל אים באשמיצען, - און אודאי און אודאי בין איך נישט דא געקומען צו פראטעקטן די מאלעסטערערס זיכער נישט איבער די וויקטימס, איז ממילא בעצם וואלט איך זיך געוואלט דא אפשטעלן און נישט דארפן ענטפערן אויף די פאהר וואס ווילן נישט פארשטיין, ווייל בעצם קריג איך מיך נישט מיט זייערע טענות און איך האלט אזוי ווי זיי מיט די עצם ענין אז די ענין פון מאלעסטעישאן דארף א תיקון, נאר כדי עס זאלן נישט זיין אנדערע וואס וועלן זעהן די שארפע רייד וואס שטייט דא וואס זעהט אויס כאילו איך טוה פראטעקטן די מאלעסטערערס, וועל איך נאך איינמאל פרובירן מסביר זיין וואס מיין ציל דא איז געווען און ווער עס פארשטייט פארשטייט...
איך וויל נאר פרעגן מהאט דא אויסגערעכענט כמה וכמה זאכען וואס דארף א תיקון, נאך א זאך מהאט געשריגען אז יעדען טאג ווערן הונדערטער קינדער מאלעסטעט, - וויל איך פרעגן די זעלבע טענה האט מען געשריגען פאר דער היטלער נחש איז אויפגעשטאנען און אויב אזוי מיט וואס איז יעצט בעסער געווארן אז מטאר ח״ו אים נישט אונטעררייסן, נאר דער תירוץ איז זייער פשוט, יא! טאקע וועגן דעם ווייל ער איז דער וואס האט איבערגענומען די לייצעס פירט ער עס אזוי ווי ער וויל, אזוי ווי איינער האט שוין דא געשריבען אז דער נחש האפט אז די מאלעסטערערס זאלן נישט אויפהערן כדי ער זאל קענען מישן אין חאזעריי, איז ממילא נאכן אויסלייגען א גאנצע ליסטע וואס דארף פארראכטען ווערן איז יא! ער דער ערשטער אויף די ליסטע, און יא! ווען זיין כח וועט אונטערגיין איז לא אלמן ישראל הקב״ה נתן לעולמו לשומרים וועלן זיין די וואס וועלן דאס פירן אויפן ריכטיגען אופן, דאס וואס האט נישט געטויגט ביז דער נחש איז אויפגעקומען טוט ס״ה ווייזען אז מדארף נעמען אנדערע שריט, און אזוי ווי יעדע זאך אין אידישקייט אז מזעהט עס טויג נישט איין וועג טוט מען א צווייטע וועג, רוב תלמוד תורה׳ס לערנען שוין היינט עברי אויף א בעסערן אופן (איך גיי נישט יעצט אריין אין די קאנטרעווערסיעל שבו), און די זעלבע זאך וואלט געווען מיט דעם, די גרעסטע ראי׳ איז אז די אופן וויאזוי דער מנוול פירט עס איז קארופטירט ווייל אונז האלט מען ביי דער אלף, אזוי ווי איחוד האט געזאגט אז די גאנצע זאך וואס מען טוט היינט איז אז נחום זאל נישט געוואר ווערן, - און איך לייג צו אז די מנוולים מאלעסטערערס טוען אויך אלע פעולות אז מען זאל זיי נישט קענען קלאגען דוק ותשכח, איז פון דעם זעהן מיר אז סתם באשמוצן און בארעדן יעדן טוט אויף א מכה, יא! איין זאך האט עס אויפגעטוהן אז סתם מענטשן זענען געווארן מער aware, אבער דאס העלפט א מכה, ווייל מיט דעם זענען די מאלעסטערערס געווארן נאך מער aware, און פרובירן זיך נישט אפצושטעלן, נאר יעדן טאג ווערן הונדערטער קינדער מאלעסטעט (כדברי...), און ווען נישט דער נחש וואלטן די עסקנים וואס האבן ביז יעצט געטוהן דערין, און האבן אסאך אויפגעטוהן וואס דער עולם ווייסט נישט דערפון, וואלטן זיי געארבעט מיט א שטערקערן אופן צו פראטעקטען אונזערע טייערע קינדער, און יעצט זענען מיר פארלוירן ווייל נישט די נארמאלע עסקנים האבן מיר ווייל זיי האבן זיך אלע אפגעשאקעלט דערפון, און ווייטער דער נחש וואס וויל אונז איינרעדן אז ער טוט אויף, צייגט זיך אליין איבער אז מיר זענען אין ערגעץ נישט אנגעקומען נאר ערגער געמאכט.
אשר ע״כ וואס מיין ציל איז דא געווען (הגם פון שרייבען דא אויף קאווע שטיבל העלפט עס אויך א מכה) אז דער סיסטעם זאל נישט זיין אז יעדער וואס מהאט א חשד אויף אים דארף מען אים גלייך הרג׳ענען און שחט׳ן און טרינקען דאס בלוט פון אים און פון זיינע קינדער און יעדעם ארום, אלץ וועגן דעם וואס האט זיך פאר איינעם געדאכט אז ער האט זיך גע׳טובל׳ט איינמאל מער אין מקוה ווייל אויף די אנדערע זייט איז געשטאנען א בחור רחוק כמעט א תחום שבת, ווען די סיסטעם וואלט געווען אז עס איז דא צו וועם זיך צו ווענדען אויף אזעלעכע ענינים מזאל קענען האלטן א אויג צו עס איז נאר א חשד צו יש דברים בגו, אזוי ווי עס איז באמת געווען בעפאר נאר א אויף א קליינע אומסאפיסטעקירטע פארמאט, וואלט מען ווען געראטעוועט 99% פון די הונדערטע קינדער וואס יענער שרייט, און וועגן דעם איז לכאורה יא די ערשטע אויפ׳ן ליסט אים מבער צו זיין, אבער עכ״פ דער עולם זאל כאטש נישט מיט גיין מיט די מהלך וועט זיין אויף וואס צו ארבעטן בעזרת השי״ת, און מיט דעם האב איך ארויס געברענגט מיין חלק און בליק וואס איך האב אויף דעם ענין, און ווער עס וויל זיך דינגען דערמיט כל הכבוד, איך וויל נאר צולייגען אז די וואס האלטן אז דער אופן וויאזוי דער נחש ארבעט איז יא דער מהלך בעט איך דעם אויבערשטען אז זיי אדער זייערע קינדער זאלן געטראפען ווערן אין די פאסטקע און נאכדעם וועלן מיר דעמאלט זעהן וויאזוי זיי האלטן.[/justify]
[justify]וואס האקסטו אין קאפ אריין? וואס פאר א מין תירוץ איז דאס אז וועגן נחום קען מען גארנישט אויפטון? האט איינער פרובירט? נחום לאזט נישט אריין לייגן קעמערראס אין מוסדות און שול'ן? נחום לאזט נישט סקרינען מלמדים און מלמדים פרטיים מיט א סיסטעם? נחום לאזט נישט די מוסדות עדזשוקעטען די עלעטרן? נחום לאזט נישט די מוסדות עדזשוקעיטען די קינדער אזוי ווי מען טוט אין אלע פלעצער אין די גאנצע וועלט אויסער אין די היימישע מוסדות? נחום מאכט אז א יעד וויקטים זאל מורא האבן ארויס צו קומען אין פארציילן? נחום צווינגט קינדער צו גיין אין מקוה? נחום מאכט אז רבנים זאלן זיין מער באזארגט איבער וואטסעפפ און מעיקאפ ווי איבער די לעבן פון אומשולדיגע קינדער וואס זענען הפקר? נחום מאכט אז די פאליסיס פון די מוסדות זאלן זיין אז א מאלעסטער מוז מען באשוצן די כבוד פון זיינע קינדער און אייניקלעך אבער א פרוי וואס גייט אן סיעמס זאלן די קינדער פליען ווי הינט אין גאס ארויס? הער שוין אויף מיט די שטותים. ס'איז בושות און חרפות אז מיר האבן צייט דאס אפילו צו דיסקוסירן. מען קען ארויסקומען מיט קול קורא'ס פון רבנים אקעגן נחום אבער קיין איין קול קורא פון רבנים אקעגן מאלעסטערס. זייער שיין.
אבגד האט געשריבן:ווען נישט דער נחש וואלטן די עסקנים וואס האבן ביז יעצט געטוהן דערין, און האבן אסאך אויפגעטוהן וואס דער עולם ווייסט נישט דערפון, וואלטן זיי געארבעט מיט א שטערקערן אופן צו פראטעקטען אונזערע טייערע קינדער, און יעצט זענען מיר פארלוירן ווייל נישט די נארמאלע עסקנים האבן מיר ווייל זיי האבן זיך אלע אפגעשאקעלט דערפון.
אינטערעסאנט, קיינער ווייסט נישט אז עסקנים האבן געטון דערין, די עלטערן ווייסן נישט, די וויקטימס ווייסן נישט, נאר דו ווייסט. אדרבא, פארצייל, וואס האט מען אויפגעטון אויף א מאסנשטאבליכע פארנעם? קיינער וויל מער נישט טון? עס זענען דא וואס טוען, עס זענען דא ארגעניזזאציעס און פריוואטע מענטשן וואס טוען אסאך. די מוסדות, די גרויסע ארגאנען טוען אבער גארנישט מיט נישט ווייל זיי זענען פארנומען מיט נחום.
נאר אנשטאט דעם זאל מען ענדערש מאכן גרויסע צוזאמקומענישן אין קאנטינענטל צו שטיצן די נחשדים, רביס זאלן אנרופן די נפגעים זונות און א יעדע וויקטים וואס מאכט נאר אויף זיין מויל ארויסצוברענגן זיין פיין זאל אטאמאטיש אפגעשטעמפלט ווערן א צורודערטער פארשוין, א מסור און א שגץ. דאס איז א ריכטיגע מהלך? דאס איז א מהלך צו אראפקלאפן די קעפ פון די נפגעים און זיי ווארענען אז ס'לוינט זיך נישט צו רעפארטן קריים. זייער שיין. הער שוין אויף מיט דיינע קינדערישע NAME CALLING, נחש שמחש, זייער זיס. נחום איז א פראבלעם אבער דיעלן מיט אים יעצט קומט אויף די חשבן פון די וויקטימס. ווער עס גיבט א יד צו דער מערכה יעצט גיבט א יד אז די מאלעסטעריי מחלה זאל זיך ווייטער פארשפרייטן אין אונזער מחנה.
.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל