פלאסטישע דישעס
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 24
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 16, 2014 5:18 pm
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל
פלאסטישע דישעס
פלאסטישע כלים קאסטן אסאך געלט, קאפס און טעלערס טיפע קליינע גרויסע און ברייטע. ס'איז דא ביי משפחות וואס געבן אכטונג אויף זייער געלט און זיי וואשן אויס פלעסטיק קאפס און טעלער'ס ווילאנג ס'נישט געגעסן געווארן דערין א פעטע מאכל אדער א הייסע פלייש אדער מילך. רוב אבער ווארפן אוועק א פלעסטיק קאפ נאך איינמל טרינקן אין עס אביסל קאלטע געטראנק אדער ווארפט מען אוועק א טיפע זיפ טעלער נאכ'ן עסן א קאלטן סיריעל וואס מיט איין וואש אין סינק איז עס ציכטיש ריין צו קענען אייך נוצן נאכאמאל. פון וואו נעמט זיך אזא גרינגשעצונג צו עובר בל תשחית?
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
אז מען וואשט קען מען דאך שוין וואשן געהעריגע?
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
שלום עליכם, פיניש: ב"ה אז דו ביסט אנגעקומען דא אין שטיבל. איך האב אייביג געמיינט אז איך בין דער איינציגער משוגע'נער וועלכער שווענקט אויס פלעסטיק טעלערס און קאפס. אפילו האט קאפס. איך לערן אויס אפילו מיינע אייניקלעך זז"ג אז אויב מ'טרונקט טשערי סאדא אדער אראנדזש דזשוס ווארפט מען נישט אוועק דעם פלעסטיק קאפ. נאר מ'שווענקט עס אויס און מ'לייגט עס אוועק. פאר שפעטערדיגן באנוץ.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 44
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 1:08 pm
- האט שוין געלייקט: 37 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 59 מאל
א מילתא דבדיחותא
אז מען שמועסט פון דעם טעמע, האט עס ארויפגעברענגט אין מיינע מח קעמערלעך א וויץ וואס איך האב געהערט אין א געלעגענהייט.
א גאליציאנער באבע האט אמאל משיח לפי תומה פארציילט אז זי פארשטייט נישט דער גרויסער אויפטוה פון די ״פאום קאפס״, עס איז דאך אסאך שווערער צו וואשן... ---
ומה נענה אבתרייהו! א מילתא דבדיחותא אין חודש אדר... משנכנס..

- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
- דריידל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1146
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
- געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
- האט שוין געלייקט: 1132 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל
נישט לאנג צוריק איז געווען אן אשכול ווי מען האט באהאנדעלט דאס ענין פון קארגשאפט vs. שפארזאם. לענײד איז אונזער שמועס א גאר גיטע עקזעמפל ארויסצוברענגן די חילוק.
א קארגער וועט טון כל דבר שבעולם, אפילו אויב עס איז נישט זיכער אז עס וועט שפארן געלט, אבי ער זאל נישט דארפן ארויסנעמען געלט פין טאש אויף די מינוט, אדער ער זאל נישט מאבד זיין א שוה פרוטה בידים. ווידעראום איינער וואס איז בלויז שפארזאם, וועט טאקע טראכטן צוויי מאל ביפאר ער געט אויס אז דאלאר אדער ער ווארפט עפעס אוועק אבער ער וועט קוקען אויף די big picture אין וועט ארייננעמען אין חשבון די צייט אין כח וואס פארלאנגט זיך.
צוריק צום ענין פון פלאסטישע דישעס. דאס וואשן, נעמט צייט אין קאסט אויך וואסער און הייצוג (חוץ אויב רעדט מען פון איינעם וואס וואשט געשיר מיט קאלט וואסער). עס נעמט אויך אויף פלאץ ווען עס טריקענט זיך אויף די שמאלע געפאסטע קאנטערס. די סייד עפעקטס וואס מען קען נאך צורעכענען זענען אז לכבוד דעם שטופט מען צאם אדערע כלים וואס פאלן אראפ אין צוברעכן זוך וואס ברענגט נאכדעם אן אנגעצויגנקייט אין שטוב וואס קאסט אסאך אסאך מער ווי דאס וואס מען וויל זיך שפארן.

פארדריי די דיר דיין קאפ
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
איך וואלט נישט איבער געטרינקן אין אן אויסגעוואשענעם גלעזל, זיכער נישט געגעסן מיט א לעפעל. (יעצט זאג אז מ'ריסייקעלט דאס עניוועי, הער, איך וויל טאקע נישט אריינטראכטן, ווייל דאן הער איך אויף צו טרינקן מילך, עסן פלייש און אייער, און אפילו צו זיין א וועגעטעריען וואלט מיך פאראיבלט).
בכלל, אן קיין אפציעלע סיבה, בעפארצוג איך דיספאזעבעל דישעס איבער געהעריגע געשיר. און איך האב דאס דירעקט נישט ליב איבערצווואשן.
בכלל, אן קיין אפציעלע סיבה, בעפארצוג איך דיספאזעבעל דישעס איבער געהעריגע געשיר. און איך האב דאס דירעקט נישט ליב איבערצווואשן.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1396
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
- האט שוין געלייקט: 3030 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
- קאנטאקט:
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
יואב האט געשריבן:איך וואלט נישט איבער געטרינקן אין אן אויסגעוואשענעם גלעזל, זיכער נישט געגעסן מיט א לעפעל. (יעצט זאג אז מ'ריסייקעלט דאס עניוועי, הער, איך וויל טאקע נישט אריינטראכטן, ווייל דאן הער איך אויף צו טרינקן מילך, עסן פלייש און אייער, און אפילו צו זיין א וועגעטעריען וואלט מיך פאראיבלט).
בכלל, אן קיין אפציעלע סיבה, בעפארצוג איך דיספאזעבעל דישעס איבער געהעריגע געשיר. און איך האב דאס דירעקט נישט ליב איבערצווואשן.
אפילו לדעתי וואס איך בין אן אדוואקעיט צו איבערנוצן (אין געוויסע פעלער) פלעסטיק דישעס האב איך אויך נישט געמיינט פון איין מענטש צום צווייטן. ווייל איך בין א מפונק אויך. איך האב בלויז געמיינט אז ווען מ'טרינקט א קאלטן טרינק פון א פלעסטיק קאפ קען דער זעלבער מענטש דאס איבערנוצן נאכ'ן אויסוואשן. אדער א פאום קאפ פאר קאפי אדער טיי.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1844
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
- האט שוין געלייקט: 673 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל
פיניש האט געשריבן:די פלאסטישע דארף מען נישט אפווישן און צוריק סורטירן אין שאפע, מ'לאזט עס טריקענען נעבן סינק און נאך עטליכע מאל נוצן ווארפט מען עס אוועק. איך פארשטיי נישט פארוואס מ'זעט אן איינמאל גענוצטן פלעסטיק גלעזעל ווי ס'קומט אין מיסט קאסטען.
ס'איז דא שטובער וואס די פארצעלאן דישעס ליגן ביים סינק געוואשענערהייט משבת לשבת און טריקנט זיך און ווען מען דארף נעמט מען פון דארט
אגב, ביי מיר אינדערהיים נוצט מען נאר איבער פלעסטיק קאפס
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
איך בין געווען אמאל ביי אן עלטערע אידענע. ווען איך האב איר געבעטן א פלאסטיק קאפ, האט זי מיר ארויס געשלעפט א קאפ פון א באהאלטענעם פלאץ, און זי האט מיר מסביר געווען אז זי קען נישט צוקוקן ווי מען נוצט א זאך איין מאל און מען ווארפט עס גלייך אוועק. זי נוצט נאר עכטע, און זי האט באהאלטן די פלאסטישע אויב עס איז אמאל נויטיג פאר אייניקלעך וכדומה.
אויסער דעם האלט זי אויך אז די פלאסטישע קאפס דרייען זיך מער איבער, עס האלט זיך נישט אזוי סטאביל אויפן טיש.
איך האלט אבער אז בל תשחית דגופא עדיף. אויב די פאר צענט וואס די פלאסטישע קאפס קאסטן וועט מאכן אז מיין ווייב זאל געבן איין מער שמייכל פאר א קינד האט זיך עס מיר געלוינט. עס איז דא גענוג ארבעט אינדערהיים, און אז מען קען ארויסשניידן אביסל דאס וואשן דישעס, לוינט זיך עס.
נאר שבת נוצט מען ביי מיר עכטע, דאס איז לכבוד שבת, און מוצ"ש פרוביר איך צוצולייגן א האנט צו העלפן אוועק רוימען.
ר' יענקלע פון פשעווארסק זי"ע פלעגט זאגן: "מען זאגט אז צוזאמלייגן דעם טלית מוצ"ש איז א סגולה פאר שלום בית. איך ווייס נישט קיין מקור דערויף, אבער אזויפיל ווייס איך אז ווען מען קאטשעט ארויף די ארבעל און מען וואשט די געשיר מוצ"ש, דאס איז זיכער א סגולה פאר שלום בית".

די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1254
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
- האט שוין געלייקט: 1008 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל
פיניש האט געשריבן:פלאסטישע כלים קאסטן אסאך געלט, קאפס און טעלערס טיפע קליינע גרויסע און ברייטע. ס'איז דא ביי משפחות וואס געבן אכטונג אויף זייער געלט און זיי וואשן אויס פלעסטיק קאפס און טעלער'ס ווילאנג ס'נישט געגעסן געווארן דערין א פעטע מאכל אדער א הייסע פלייש אדער מילך. רוב אבער ווארפן אוועק א פלעסטיק קאפ נאך איינמל טרינקן אין עס אביסל קאלטע געטראנק אדער ווארפט מען אוועק א טיפע זיפ טעלער נאכ'ן עסן א קאלטן סיריעל וואס מיט איין וואש אין סינק איז עס ציכטיש ריין צו קענען אייך נוצן נאכאמאל. פון וואו נעמט זיך אזא גרינגשעצונג צו עובר בל תשחית?
די שאלה פון פיניש איז א סתירה
אויב זענט איר קעגן עובר בל תשחית, וואלט איר דאס בכלל נישט געזאלט קויפן- ווייל ערגעץ ווי וועט איר עובר זיין אויף בל תשחית וויבאלד עס איז נישט לכתכילה געמאכט געווארן אויף צו איבערניצן און נאך עטליכע מאל וואשן איז דאס שוין נישט נוצבאר (צולעכערט-צובויגן). און עכטע געשיר האלט זיך פאר יארן לאנג. מען קען דאס איבערוואשן און איבערניצן און געווענליך ווערט עס נישט קליא ביז 10-20 יאר. איז ווי קומט צו אזא רעכטדענקיגע מענטש ווי פיניש צו עובר זיין אויף בל תשחית. מען מוז אסר'ן פלאסטישע דישעס אינגאנצן !!!!!!!!!