קרני צבי האט געשריבן:איך פראטעסטיר, אז איינער מיט די ניק פינש, וויל זיך מאכן כאילו ער איז קרני צבי.
קרני צבי איז דא נאר איינס!
כמוהו לא היה וכמוהו לא יהיה!
.
יישר כוח פאר די ברכה
ווייל איינס איז אויך איבער גענוג, אבער דאך גלייב איך דיר נישט
קרני צבי האט געשריבן:א. ווען האט זיך דאס משוגעת פון די כת אנגעהויבען?
אסאך פאר דו ביזט געבוירן...
אבי געשאסן, ווייסטו דען ווען ער איז געבויערן???.
אבער ס'האט זיך אנגעהויבן גלייך ווען דער מטורף איז געווען א ילד קטן מאוד, כפי שרואים בדפים המצורפים
קרני צבי האט געשריבן:ב. וואס האט ער געטין אין מאנסי, געהערט האלבע ווערטער, אבער נישט קלאר,
געלערנט, געדאוונט, געפראוועט שבת'דיגע סעודות, סדר ליל פסח, תיקון ליל שבועות, הושענות, הקפות שמחת תורה. (נישט קלאר?)
ער האט אפשר געטוהן אלעס וואס דו שרייבסט דא, אבער ער האט אויך געטוהן צענדליגע רשעות ואכזריות קעגן די קליינע קינדער, פרעג נאר פאר יעדע הצלה מעמבער פון יענע יאר'ן וועלן זיי דיר וויסן צו זאגן וואס זיי האבן אלץ געזעהן, און צו וואס מ'האט זיי אלץ גערופון (ס'איז צו גרויליג צו שרייבן דא).
קרני צבי האט געשריבן:ג. וואס איז געווען די מעשה מיט ר' אליעזר חיים בלום?
דאס דארפסטו פרעגן ר' אליעזר חיים בלום, נישט מיך.
אוודאי דארף מען דאס פרעגן פאר האדמו"ר מקאשוי, ווייל דו וועסט דאך מיט דיין זעלטענע געשליפענע צונג, דרייען מיט שקרים וכזבים עד אין שיעור,
און ר' אליעזר חיים וועט נאר זאגן דעם אמת, אבער מ'מוז נישט פרעגן דווקא אים, מ'קען פרעגן אלע תלמידי קאשוי, ותושבי קאשוי ומאנסי, זיי וועלן אלע וויסן צו ענטפערן (די עלטערע פארשטייט זיך)
און אביסל איז שוין געשריבן געווארן אין די אנדערע אשכולות.
קרני צבי האט געשריבן:ד. ווען און פארוואס האט ער זיך אריבערגעצויגען קיין קאנאדע?
ווייל זינט די טווין טאווערס האבן געקראכט, איז אמעריקע ווערטלאז.
זייער א גוטע צאמשטעל, די טווין טאווערס האבן די טערעריסטן געהאט א יד
און זיין מופן קיין קאנאדא איז א טערעריסטישע אקט געווען, אוועק צו רייסן צענדליגע משפחות פון זייערער עלטערן און גוטע פריינד
נאכן זיצן אין תפיסה דא, האט ער געמוזט אנטלויפן, נאך די מעשה פון שי פימה ועוד, האט ער געמוזט אנטלויפן פאר ער גייט צוריק צו די חד גדיא, איז פארקויף ביטע נישט קיין לאקשן.
קרני צבי האט געשריבן:ה. וואס איז די מעשה מיט זיין ווייב? טאקע אפגעלאזט? ווי דרייט זי זיך היינט?
די מעשה מיט זיין וויב איז אז פשוט, זי האט חתונה געהאט מיט אים. זי האט אים טאקע נישט אפגעלאזט. זי איז אין מאנסי צו קעיר נעמען פון איר טאכטער.
אזא פרעכע ליגנט
זיין ווייב איז אנטלאפן פון אים, נאכן פלאצן פון די פיל רשעות וואס זי האט בייגעוואוינט און אליין געכאפט
זי האט מיט איר טאכטער קיין שייכות, זי האלט זיך אויף אין שטעטל סקווירא, און די טאכטער איז אין מאנסי, און האבן ב"ה נישט קיין שייכות.
דער רשע ארבעט שווער צוריק צו ברענגען זיין ווייב, און דעריבער ווילסטו מאכן דעם אנשטעל כאילו זיי זענען בשלום, אבער דער אמת קענסטו נישט לייקענען.
קרני צבי האט געשריבן:ו. וואס איז די מעשה מיט זיין זין? טאקע אפגעלאזט? ווי דרייט ער זיך היינט?
די מעשה מיט זיין זין איז אויך פשוט, "טאקע אפגעלאזט", ער דרייט זיך היינט לעבן דיר.
דאס איז א שווערע מעשה, און א לאנגע אריכות
על קצה המזלג איז, אז זיין טאטע דער רשע, און זיין ברודער נחמן דער רשע, האבן אים צוגענומען זיין ווייב אין קינדער ווייל ער איז נישט מיטגעגאנגען מיטן רשעות'דיגע רעזשים,
די קינדער ב"ה זענען יעצט ביי איינעם מאסקאוויטש אין מאנטריאל, און די רשעים רופן אים צו די ערכאות (שלא ברשות בי"ד), און ווילן אים אומברענגען, היל"ת, לעת עתה האט טאקע די רעגירונג שוין צוגענומען נאך 14 קינדער פון דארט, און האפענטליך וועלן זיי אינגאנצן אויסליידיגן דעם שטעטל (די נייע, ווייל פון די אלטע איז דער מטורף אוועק שוין פאריגע וואך, נאכן שטיין ברחובה של עיר מעוטף בטליתו און א ס"ת בידו און שעלט אלע זיינע ...).
איז פארקויף נישט קיין מעשיות
דער זון האט נישט אפגעלאזט, מ'האט אים פארטריבן, יא כפשוטו דער טאטע האט פארטריבן זיין זון "על לא עוול בכפו".
קרני צבי האט געשריבן:ז. ווי וואוינט ער יעצט? און וואס האט ער למעשה פארדינט פון מאפען אהין?
ער וואוינט יעצט אין א שטעטל אין אנטעריא וואס רופט זיך "טשאטאם", וואס ער האט פארדינט פון מאפען אהין אז ער האט זיך נאכמער דערווייטערט פון דיר.
ער האט געמופט כדי ארויסצוגיין פון קיובעק
ווער ס'קען זיך אויס אין קאנאדא, ווייסט אז ס'איז צו טייטלט אין צוויי
קיובעק און אנטעריא, האט ער געמופט אהין כדי די לאנגע רעגירונג האנט זאל אים נישט כאפן
אבער דערווייל האבן זיי שוין אין זיין נייע שטעטל אויך באזוכט און גע'לקח'נט קאמיוטער'ס וכדו'
ואידך אסיים כשיהיה לי יותר זמן