מרן הראב"ד ירושלים שליט"א זאגט זיך אפ פון די עדה החרדית
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
פשוט, דער בזיון פון איין תורה איז דער כבוד פון א צווייטער תורה, ואין דוחין תורה מפני תורה.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
ווייל אויף אזויפיל האט דער צווייטער תורה זעהט אויס מסכים געווען, משום עת לעשות.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
דעמאלט זאל יענע תורה מסכים זיין צו שרייבן א געהעריגע מחאה. לאמיר זיך מצייר זיין א משל, גרונם בא'גזל'ט לעיקוואוד. דערנאך שרייב איך אין א פריוואטע בריוו צו לעיקוואוד, אז בעצם האלט איך אז גרונם איז א גנב, און גרונם אליין האלט אויך אז ער איז א גנב, נאר מיר האבן ביידע אפגעמאכט אז מען גייט עס נישט זאגן ברבים ווייל נאכדעם וועט יעדער מיינען אז גרונם איז א גנב.
האדם לא נברא אלא להתענג
- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 315
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 11, 2013 2:32 pm
- האט שוין געלייקט: 232 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 309 מאל
- היימישער ליטוואק
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1658
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
- האט שוין געלייקט: 1449 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
אויב איז דער בריוו אמת, וואונדער איך זיך היתכן אז דער רב שרייבט עפס אזוי מן הצד נאך און אונטער די אנדרע חותמים, (און דאס איז שוין ווען ער טראגט שוין א פעלצנעם מאנטל...)
אויך, וואלט דאך גפאסט ער זאל צושרייבן עטליכע ווערטער, כדרכו בכל כרוז שיוצא מאת הבי"ד.
בפרט ווען בשלו כל הסערה הזאת, קומט דאך ער זאל דא עפס פארגוטיגן.
אויך, וואלט דאך גפאסט ער זאל צושרייבן עטליכע ווערטער, כדרכו בכל כרוז שיוצא מאת הבי"ד.
בפרט ווען בשלו כל הסערה הזאת, קומט דאך ער זאל דא עפס פארגוטיגן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום היימישער ליטוואק, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
- היימישער ליטוואק
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1658
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
- האט שוין געלייקט: 1449 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
היימישער ליטוואק האט געשריבן:אויב איינער האט דאס קען ער דא ארויפשטעלן זיין הקדמה צו איינער פון די כרכים מועו"ז וואו ער שרייבט, דאס וואס די היינטיגע עקסטרימע יוגנט פון סיקריקים און נטרונא וואלטן אנגרופן, ציונות!
אין מיינע אויגן איז דאס גווען דער שטעלונג ביי רוב רובם גדולי ישראל, חוץ פון די עדה/סטמאר קרייזן.
היינט האט זיך אלעס גגעבן א שיפט רעכטס. (קיין מורא, עס וועט זיך נאכאמאל שיפטן לינקס, כך דרכה של עולם) ער האט דאס ארויסגנומען פון מועו"ז זייט ער איז גווערן עמפלויד ביי עדה ענד קא.
עס איז צו האפן אז ביי די קומענדיגע מהדורה וועט ער דאס צוריקשטעלן...
באקומן אין אישי פון א גטרייע ידיד וועלכער האט מורא דאס ארויפצולייגן אונטער זיין נאמן
קוקט דא און האט הנאה
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 547
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 5:51 pm
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל
היימישער ליטוואק האט געשריבן:אויב איז דער בריוו אמת, וואונדער איך זיך היתכן אז דער רב שרייבט עפס אזוי מן הצד נאך און אונטער די אנדרע חותמים, (און דאס איז שוין ווען ער טראגט שוין א פעלצנעם מאנטל...)
אויך, וואלט דאך גפאסט ער זאל צושרייבן עטליכע ווערטער, כדרכו בכל כרוז שיוצא מאת הבי"ד.
בפרט ווען בשלו כל הסערה הזאת, קומט דאך ער זאל דא עפס פארגוטיגן.
די מאדנע אונטערשריפט פועם גאב"ד צייגט אז ער האט אונטערגעשריבן נישט מרצונו הטוב, נאר ממש אן קיין ברירה.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 545
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 26, 2013 2:56 pm
- האט שוין געלייקט: 447 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 521 מאל
אלץ א אינדערויסענדער אבזערווירער שטיי איך אין זייט אין קראץ מיר דעם קאפ צו איז שוין אמאל געווען אין די פארגאנגענהייט אזא סארט מציאות.
פון איין זייט האט בית דין אפיציעל ארויסגעגעבן א בריוו דלא כהרב שטערנבוך (איך ווייס נישט וואס אלץ איז געווען אינוואלווד דערין, אבער דאס איז געווען די ענד אפיציעלע רעזולטאט) אבער ער איז זיך נישט מבטל צום רוב און צום רב, נאר גייט אן מיט זיין אייגענע מיינונג.
איך מיין אז די נארמאלע אנגענומענע פירונג אין אזא פאל איז, אדער איז מען זיך מבטל צום רוב און צום רב, מען זאגט "אני מבטל דעתי לדעתו הגדולה של הרב" אדער לפחות "כן דעתי, אבל מה אעשה שרבו עלי חבירי" , אויב קען מען דאס נישט פועלן ביי זיך, גייט מען ארויס פון בי"ד.
נאך מער אינטערעסאנט איז ווי הרב ווייס האט דאס צוגעלאזט, סיי וועלכע גאב"ד מיט א שטיקל חוט השדרה וואלט אראפגעדריקט די ברעיקס דעמאלס און דארט. אדער ביזטו מקבל דעתי ודעת הרוב, לפחות בפהרסיא און למעשה, אדער זאגט אייך אפ. אבער הרב ווייס איז א שוואכלינג, און הרב שטערנבוך ווייסט דערפון און רייט דערויף עד הסוף, ער האט נישט די מינדעסטע פלאן זיך מבטל צו זיין צום רוב און צום רב, נאכמער, אנשטאט קומען און איינפליסן זיין מיינונג כדרכה של תורה ביי די אלע זיצונגען, זיצט ער אינדערהיים ביי די אלע אסיפות, בלאזט אויף די וועלט און גייט אן מיט זיין אייגענע מהלך.
אבער ווען די עדה מאכט א פראטעסט וואס איז אין איינקלאנג מיט זייער אייגענע פסק אז מען טאר נישט גראבן, הייבט ער אן צו קאפענען און סטראשען, איז ער דער איינציגסטער וואס מעג אויסדריקן זיין מיינונג און טון למעשה? איז נישט דער גאב"ד אויך בארעכטיגט צו האבן א מיינונג און זיך פירן לויט דעם?
הרב שטערנבוך'ס התנהגות איז אין מיינע אויגן זייער אינטערעסאנט, מילד גערעדט.

"ווי דער גוטער בוך זאגט, אז מען שפייט אין די לופט, לאנדעט עס אין פנים"
- שעפטל
- חבר ותיק
- הודעות: 3447
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
- געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
- האט שוין געלייקט: 2518 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל
יא, ביזסט גערעכט דערמיט, דער ראב"ד שרייט אז איך בין דארט געווען און געזעהן וואס דארט גייט פאר און אפגעשריבן א לאנגן תשובה להיתר, איך ווארט אויף א "תשובה" לאיסור פון די חברי בד"ץ וואס זענען דארט געווען. נישט א כתב איסור געבעיסט אויף גביית עדות וכו'.
יעצט ווען ער זעהט וויאזוי דאס גייט אן האט ער טאקע אנגענומען דיין עצה און זאגט זיך אפ, ושלום על ישראל...
יעצט ווען ער זעהט וויאזוי דאס גייט אן האט ער טאקע אנגענומען דיין עצה און זאגט זיך אפ, ושלום על ישראל...
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 547
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 5:51 pm
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל
ממרום שלח אש האט געשריבן:אלץ א אינדערויסענדער אבזערווירער שטיי איך אין זייט אין קראץ מיר דעם קאפ צו איז שוין אמאל געווען אין די פארגאנגענהייט אזא סארט מציאות.
פון איין זייט האט בית דין אפיציעל ארויסגעגעבן א בריוו דלא כהרב שטערנבוך (איך ווייס נישט וואס אלץ איז געווען אינוואלווד דערין, אבער דאס איז געווען די ענד אפיציעלע רעזולטאט) אבער ער איז זיך נישט מבטל צום רוב און צום רב, נאר גייט אן מיט זיין אייגענע מיינונג.
רבי משה טענה'ט אז דער גאב"ד'ס התנהגות איז נישט אויסגעהאלטן. ער טענה'ט אז דער גאב"ד האט געצווינגען אלע אנדערע חברי הביד"צ אונטערצושרייבן קעגן זייער מיינונג.
ווער עס איז גערעכט איז נישט מיין עסק, אבער יעדער בלינדער קען זיך איבערצייגן אז די איבריגע חברי הביד"צ גייען נישט צו קיין הפגנות און זענען שטיל. אויב האלטן זיי ס'איז אסור פארוואס זענען זיי שטיל ווען מ'גראבט קברי ישראל. אויב האט מען זיי געפארסט אונטערצושרייבן מאכן אסאך זאכן סענס.
ממרום שלח אש האט געשריבן:איך מיין אז די נארמאלע אנגענומענע פירונג אין אזא פאל איז, אדער איז מען זיך מבטל צום רוב און צום רב, מען זאגט "אני מבטל דעתי לדעתו הגדולה של הרב" אדער לפחות "כן דעתי, אבל מה אעשה שרבו עלי חבירי" , אויב קען מען דאס נישט פועלן ביי זיך, גייט מען ארויס פון בי"ד.
ער טענה'ט אז דער גאב"ד האט נישט אויסגעהערט קיין עדות און נישט געלאזט קיינעם זאגן קיין מיינונג. ממילא איז נישט קיין רבו עליו חביריו.
ממרום שלח אש האט געשריבן:
אינטערעסאנט איז אבער ווי הרב ווייס האט דאס צוגעלאזט, סיי וועלכע גאב"ד מיט א שטיקל חוט השדרה וואלט אראפגעדריקט די ברעיקס דעמאלס און דארט. אדער ביזטו מקבל דעתי ודעת הרוב, לפחות בפהרסיא און למעשה, אדער זאגט אייך אפ. אבער הרב ווייס איז א שוואכלינג, און הרב שטערנבוך ווייסט דערפון און רייט דערויף עד הסוף, ער האט נישט די מינדעסטע פלאן זיך מבטל צו זיין צום רוב און צום רב, נאכמער, אנשטאט קומען און איינפליסן זיין מיינונג כדרכה של תורה ביי די אלע זיצונגען, זיצט ער אינדערהיים ביי די אלע אסיפות, בלאזט אויף די וועלט און גייט אן מיט זיין אייגענע מהלך.
רבי משה איז שוין אין בית דין 30 יאר, און זאגט אז אזא סארט הנהגה דורך צווינגען איז קיינמאל נישט געווען אין בית דין. דער מנחת יצחק זצ"ל האט נישט געצווינגען זיין דעת אויף די איבריגע חברי הביד"צ און נישט הרמ"א פריינד און נישט הרי"מ דושינסקיא. ממילא זאגט דער ראב"ד אז דער פסק פונעם בית דין "לפי דבריהם" איז גארנישט מיט נישט, נאר אויב מ'לאזט יעדן זאגן זיין מיינונג.
ממרום שלח אש האט געשריבן:
אבער ווען די עדה מאכט א פראטעסט וואס איז אין איינקלאנג מיט זייער אייגענע פסק אז מען טאר נישט גראבן, הייבט ער אן צו קאפענען און סטראשען, איז ער דער איינציגסטער וואס מעג אויסדריקן זיין מיינונג און טון למעשה? איז נישט דער גאב"ד אויך בארעכטיגט צו האבן א מיינונג און זיך פירן לויט דעם?
דו ביסט נישט אינפארמירט אדער מאכסטו זיך תאמעוואטע. די עדה האט נישט געמאכט קיין פראטעסט.
אויך דארפסטו בעסער וויסן, אז קיינער פון די חברי הביד"צ זענען עפעס נישט געווען ביי די הפגנה... ווייסט אפשר פארוואס?
ממרום שלח אש האט געשריבן:הרב שטערנבוך'ס התנהגות איז אין מיינע אויגן זייער אינטערעסאנט, מילד גערעדט.
אנדערע זאגן פארקערט.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3150
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
- האט שוין געלייקט: 414 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל
ווי זאגט יענער ביז אהער פארשטייסטו שוין אלעס ?
כ'וויל דיר פרעגן א קלייניגקייט איז שוין אמאל געווען א חיטוטי שכבי און די התאחדות הרבנים דאה"ב זאל נישט מרעיש עולמות זיין פארוואס זענען זיי שטיל פארוואס רוב ערליכע רבנים וואס פלעגן זיך ביז יעצט משתתף זיין ביי אלע מחאות זענען פלוצים אונדערהיים דעס איז דיר נישט אביסל אינטערסאנט מילד גערעדט?
די חיטוטי שכבי גייט שוין אן זייט אלול זי געב"ד איז נאך קיינמאל ארויסגעקומען מוחה זיין און נאך א האלב יאר איז ער געקומען אין געבליבן אין קאר דעס איז דיר נישט אינטערסאנט מילד גערעדט ?