אינעם קומענדיגען חודש גרייט איך מיך צו פארן קיין יוראפ אויף קברי צדיקים וואלט איך געוואלט הערן ראט און גוטע עצות פון ווער עס האט עקספיריענס אין די פלעצער און אפי' סתם עצות
איבערוויאזוי זיך איינפאקען
וואס צו מיטנעמען
וואסערעע פלעצער מען קען אריינכאפען
ווי קען מען אלץ שמירן לא יחרץ געלט
וויפיל דארף מען באצאלען פאר שוחד וכדו'
איין עצה קען איך געבן פאר ווער עס וויל זיך פארצייכענען און ביישרייבן זיין נסיעה. כדי צו אנשפארן די טירחא פון א פעדער און די גאנצע שלעפ זאל מען ניצען א ריקארדער און נאך די נסיעה קען מען עס אראפשרייבען באריכות
ישר כח למפרע פאר די וואס וועלן זיך משתתף זיין מיט עצות
איבער נסיעה לקברי אבות
- קאמענטירער
- ידיד ותיק
- הודעות: 768
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
- געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
- האט שוין געלייקט: 306 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 672 מאל